וואס וויל מיין בני בית פון מיר

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

שאלה וואס וויל מיין ווייב פון מיר?
פארוואס ווען די טרעפסט נישט וואס צו אנטוהן (פארשטייט זיך אין א שאנק פיל מיט קליידער) לכבוד די חתונה קומסטו וויינען צו מיר?
קען איך דיר דען העלפן מיט דעם?
פארוואס ווען דיין בעל הבית אדער פרינצעפעל האט דיר געגעבן א פסק קומסטו וויינען צו מיר קען איך דיר דען העלפן מיט דעם?
פארוואס ווען די קינדער האבן געטאנצן א גאנצען טאג אויף דיין קאפ (שוין שעות צוריק) קומסטו זיך אויסרעדן צו מיר איז דען דא עפעס וואס איך קען יעצט טוהן למפרע עס צו צוריקדרייען?
פארוואס ווען די סאפיר וואס די האסט געמאכט ''פאר מיר'' אדער די קעיק וואס די האסט געמאכט פאר ''מיין'' מאמע אויף יו''ט איז געווען א טאטאלע דורכפאל אנשטאט איך זאל זיך בייזערן, קומסטו צו מיר וויינען?
פארוואס ווען איך האב דיר בטעות ווייגעטוהן בפליטת פה איז נישט שייך די זאלסט מיר מוחל זיין נאר אויב איך אנטשולדיג זיך פון טיפן הארצן?

איך בין זיכער אז עס איז דא אסאך אינגעלייט וואס סבאדערט זיי איינס, עטליכע, אדער אלע די שאלות (און אפי' אויב נישט קענסטו אויך בענעפיטירן פון די ארטיקל),
יעצט אויבנאויף אויב סבאדערט דיר די שאלות האסטו א גוטע שלום בית אבער די פארשטייסט נאר פשוט נישט פינקליך צו איר נפש ניין ?

וויל איך דיר איינמעלדן טאטעלע, אז ס'קען אפשר זיין אז די האסט א גוטע שלום בית, אבער אויב די ווייסט נישט ''איין'' תי' אויף די אלע שאלות מיינט דאס אז די האסט נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואס דיין אַרבעט אלץ איר מאן איז גענוג קלאר?
א מאן איז שכל . פינטל
א פרוי איז געפיל . פינטל
אודאי האט א מאן אויך געפיל און א פרוי אויך שכל אבער זיי ''האבן'' דאס, זיי ''זענען'' עס נישט,
יעצט ווען זי קומט צו דיר זיך אפרעדן צו דיר אויף סיי וואספארא נושא קומט דאס ווייל איר געפיל איז צוקלאפט געווארן דורך דעם זאך וואס האט פאסירט,
וואס וויל זי פון דיר אבער?
זי וויל די זאלסט צוריקבויען איר צוקלאפטע געפילן . פינטל
יעצט די אלס מאן -דהיינו שכל- טראכסט גלייך אוי וויי עפעס באדערט איר לאמיך טרעפן א עצה, אקעי די קעיק האט געפלאפט? נו וועט מען שוין קויפן אין בעקערי,
די האסט נישט וואס אנצוטהן? איך גיב דיר מיין קרעדיט קארד קויף וויפיל קליידער די ווילסט אבי די זאלסט זיין פרייליך,
אינגערמאן טעות מעיקרא ס'גייט איר בכלל נישט העלפן,
דאס גייט נישט אויפבויען איר צובראכענע געפיל,
סאו וויאזוי בויעט מען צוריק געפילן?
זייער פּשוט ביי דיר אין הארץ לייג זיך באמת אריין צו פארשטיין ווי שווער סאיז פאר איר אדורך צו גיין וואס זי גייט אדורך,
און נאך וואס די האסט עס געטון,
זאג בערך די לשון : (פון טיפן הארצן באמת)
אוי וויי שרעקליך דאס איז געשען ? עס טוט מיר אזוי וויי אז די גייסט דאס אדורך איך ''פארשטיי'' דיין צער,
מורי ורבותי עס איז נישט דא קיין פרויערישע פראבלעם וואס ווערט נישט מסודר ''אויפן פלאץ'' דורך מיטפילן אין הארץ און ארויסזאגן די אובנדערמאנטע בערך לשון,
פארוואס? ווייל ווען די פארשטייסט איר, פילט זי אז זי איז נישט משוגע פארן פילן צוקלאפט, פארקערט אפילו מיין מאן דער בעל ''שכל'' פארשטייט דאס אויך,
יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס אייביג די ביזט דער וואס זאגט איי עם סארי ווייל דעמאלטס ווייזטו אז די פארשטייסט אז זי איז געווארן וויי געטוהן,
דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זי וויל , פארשטיי מיך זי זוכט נישט קיין עצות,
פרוביר עס אויס בדוק ומנוסה עס ארבעט אלעמאל,
אויב האסטו הנאה געהאט ביטע ווארף אריין א לייק ייש''כ
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

סאיז בכלל נישט קיין לייכט ווערטעל מען דארף געהעריג אסאך מאל א דאמעלטשער...
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

זייער גיט!

שרייב נאך!!
אוועטאר
ציפור דרור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 11:37 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפור דרור »

גאר שטארק און קלאר!
יישר כח!
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

גוט ארויסגעברענגט, דאס גוט צו פארשטיין וועט בעז"ה פארמינערן פיל @ווייטאג .
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

זייער שיין הרב @ווייטאג .

א כלל גדול; א מאן דארף אן עצה א פרוי מיטגעפיל.

און אז מיר האבן שוועריקייטן צו פארשטיין די פרוי לאמיר פארשטיין - דער מאן - זיך אליין.

שטעל זיך פאר דו קומסט אריין אין ביהמ"ד און דו טרעפסט דיין חבר משה נטע אין קאווע שטיבל, דו גייסט צו צו איהם און דו הייבסט אהן פארציילן איבער געשעפט וואס דו האסט געמיינט אז עס וועט דיר אויפרעכטן, האסט נאר געדארפט האבן א הלואה פון 50 אלפים און דו האסט שוין אפילו געהאט פון וואו עס צו בארגן מיט גוטע טערמינען אבער פלוצלינג האט דיר דער מלוה געקאלט און געזאגט אז יעצט קען ער נישט און רוף מיר אין א האלבע יאר וועט מען דעמאלסט זעהן.

משה נטע פילט זייער מיט מיט דיר און ער הייבט אהן זאגן, "אוי וויי, דו פילסט מן הסתם אזוי אפגעפאטשט און אויסגעפילט, דו ביזט זיכער אזוי אנטוישט און וויי געטוען, איך פיל אזוי מיט מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיין פעין, ביזט אזא רחמנות".

מיט יעדער ווארט וואס משה נטע זאגט פילסטו מער נער און מער טיפוש, וואר?

וואס געשעט אבער ווען משה נטע'ס רעאקציע איז ווי פאלגענד; "אוי וויי, וואס האט פאסירט?"
און ווען דו פארציילסט איהם מער פרטים זאגט ער; "לאמיר זעהן, אפשר קען מען טרעפן אנדערע מלוים, אפשר קען יענער אויסבארגן כאשט א חלק יעצט און פאר די איבעריגע קען מען טרעפן א צווייטן"

וויאזוי פילסטו יעצט?

פונקט אזוי איז מיט די ווייב נאר קאפויער!
ודו"ק
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער זייער ריכטיג און גיט

הלואי איך וואלט געוויסט פון דעם אפאר יאר פריער אבער נעווער טו לעיט

אמאליגע חתן מדריכים האבן נישט גערעדט פון דעם
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

א מאן איז מען מיט געפיהל פינטל.. א פרוי איז געפיהל פינטל.

א מאן דארף אויך נוצן שכל, דאס יא.
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
הדעה והכתיבה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 11:03 am

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הדעה והכתיבה »

שטעלט זיך נאר יעצט די שאלה :
אויב דער מאן איז שכל ווי אזוי און פארוואס דארף ער בויען געפילען ? זיין כח איז נאר צו טיילען גוטע עצות
ווען זי דארף אן עצה זאל זי גיין צום מאן ,ווען זי דארף געפילען זאל זי גיין צום חברטע
און דער זעלבע מיט אים ווען ער דארף געפילען זאל ער גיין צו זיין ווייב ,ווען ער דארף אן עצה זאל ער גיין צום חבר
איך פרעג פשוט מקיים צו זיין דעם 'ומתלמידי יותר מכולם'
דער רבש"ע גיבט פאר מענטשען די עתיד צו מתקן זיין די עבר
און ביזדערווייל נעמען מענטשען די עבר צו שחט'ן די עתיד
(הרה"ק ר' יעקב מאיר שעכטער)
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

הדעה והכתיבה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:56 am
שטעלט זיך נאר יעצט די שאלה :
אויב דער מאן איז שכל ווי אזוי און פארוואס דארף ער בויען געפילען ? זיין כח איז נאר צו טיילען גוטע עצות
ווען זי דארף אן עצה זאל זי גיין צום מאן ,ווען זי דארף געפילען זאל זי גיין צום חברטע
און דער זעלבע מיט אים ווען ער דארף געפילען זאל ער גיין צו זיין ווייב ,ווען ער דארף אן עצה זאל ער גיין צום חבר
איך פרעג פשוט מקיים צו זיין דעם 'ומתלמידי יותר מכולם'
די תי'איז גאנץ פשוט,
זי טראסט דיר זייער שטארק מער ווי זי טראסט עני חבר'טע,
און נאך מער, די סיבה פארוואס זי טראסט דיר איז טאקע וועגען דעם ווייל די ביזט שטארק און די ווערסט נישט איבער גענומען פון געפילן,
די ארטיקל האט קלאר נישט געזאגט אז די זאלסט ווערן ''איבערגענומען'' (און צווישן מיר אין דיר די ווערסט דאך טאקע נישט איבערגענומען),
נאר בלויז זאלסט מיטפילן, און פארשטיין אירע געפילן, מ'קען נאך מער רעדן אבער אפשר א צווייטע געלעגנהייט
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

הדעה והכתיבה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:56 am
שטעלט זיך נאר יעצט די שאלה :
אויב דער מאן איז שכל ווי אזוי און פארוואס דארף ער בויען געפילען ? זיין כח איז נאר צו טיילען גוטע עצות
ווען זי דארף אן עצה זאל זי גיין צום מאן ,ווען זי דארף געפילען זאל זי גיין צום חברטע
און דער זעלבע מיט אים ווען ער דארף געפילען זאל ער גיין צו זיין ווייב ,ווען ער דארף אן עצה זאל ער גיין צום חבר
איך פרעג פשוט מקיים צו זיין דעם 'ומתלמידי יותר מכולם'
עס איז פארהאן צוויי פרטים אין געפילן, מיינע געפילן און יענעמס געפילן.
דהיינו, וואס פיל איך יעצט און וואס פילט מיין חבר יעצט, לדוגמא, די גמרא ברכות ה' ע"א אמר רבי זירא ואיתימא רבי חנינא בר פפא בא וראה שלא כמדת הקב"ה מדת בשר ודם מדת בשר ודם אדם מוכר חפץ לחבירו מוכר עצב ולוקח שמח אבל הקב"ה אינו כן נתן להם תורה לישראל ושמח שנא' כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו.

פשט אזוי, בדרך העולם אז יעדער געשעהניש וועט גורם זיין געפילן פאר די ארומיגע מענטשן וואס וועט זיי אפעקטירן לטב ולמוטב, א פאסיגע משל פון היינטיגע צייטן וואלט געווען דער באפרייאונג פון רובאשקין.
אידישע קינדער בכל קצוות תבל פון אלע פראקציעס און מינים האבן געשפרינגען און געטאנצען און נישט גוואוסט וואו זיך אהין צוטוען פון אויסטערלישע שמחה.
מצד שני, די פראסעקיוטער אין אייאווע האבן געקריצט מיט די ציין און געשאלטן אלע רוחות .

לענינינו, וואס פאר מיר איז גארנישט אדער גאר פאזאטיוו קען פאר יענעם זיין די וועלטס בראך, און דאס איז געזאגט געווארן אפילו ביי מענער צווישן זיך, עאכו"כ ביי נשים שדמעתן מצוי'.

יעצט דארף מען פארשטיין אז צו קענען פארשטיין און באגרייפען א צווייטענס געפילן און זיך פרובירן אריינצולייגן אין יענעמס שיך, מוז מען קודם זיין באקוועם מיט זיך אליין און מיט די אייגענע געפילן.

דעריבער, עס איז אומריכטיג דורכאויס צו זאגן אז א מאן איז שכל און א פרוי געפיל, כאילו דאס איז די מציאות און די ענדע, מענער זענען פיל מיט געפילן און פרויען פארמאגן גאר אסאך שכל און אן עקסטערע דאזע בינה.
דער געדאנק; מאן = שכל, פרוי = געפיל באדייט אז דאס איז זייער דרייוו, דער מאן וועט געווענליך לאזן זיין שכל איהם פירן און א פרוי אירע געפילן, דאס מיינט אבער קלאר נישט אז א מאנ'ס כח איז נאר טיילן עצות און אז זי איז נאר דא פאר געפילן פערפוסעס.

עס מיינט - גאר אין קורצן - אז דער מאן דארף איר פארשטיין און דערהערן אז ווען זי קומט עפעס פארציילן זאל ער הערן אירע ווערטער צווישן די שורות און ארויסווייזן (פון זיין אינערליכע און אמת'ע) מיטגעפיל.
ומצד שני, ווען ער באקלאגט זיך איבער עפעס זאל ער מיט שכל פארשטיין אז זי גייט איהם נישט דייקא עצה'ן נאר מיטפילן.

און טאמער די קשר איז געזונט און ריכטיג וועט פון צווישן זיי ארויסקומען די ריכטיגע מהלך בס"ד געזונט באלאנסירט מיט גענוג שכל און געפיל.

{די לעצטע צוויי פאראגראפן איז קוים א טיפה מן הים!}
ווייטאג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:10 am
די תי'איז גאנץ פשוט,
זי טראסט דיר זייער שטארק מער ווי זי טראסט עני חבר'טע,
און נאך מער, די סיבה פארוואס זי טראסט דיר איז טאקע וועגען דעם ווייל די ביזט שטארק און די ווערסט נישט איבער גענומען פון געפילן,
די ארטיקל האט קלאר נישט געזאגט אז די זאלסט ווערן ''איבערגענומען'' (און צווישן מיר אין דיר די ווערסט דאך טאקע נישט איבערגענומען),
נאר בלויז זאלסט מיטפילן, און פארשטיין אירע געפילן, מ'קען נאך מער רעדן אבער אפשר א צווייטע געלעגנהייט
זי טראסט דיר זייער שטארק? נישט מוכרח בכלל, דאס איז צלוי זייער שטארק אין זיין אויפפירונג.

וואס יא? זי וויל איהם טראסטן די מערסטע פון סיי וועם און איר איינציגע באגער איז אז איר מאן זאל אלעמאל זיין איר בעסטע אנטלויף פלאץ.
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

גריק יאגורט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:25 am
אלטמאדיש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:20 am

.
גערעכט איך האב אויך געשריבן אז א מאן האט געפיל און א פרוי שכל איך האב געשריבן אז א מאן איז שכל דהיינו דאס פירט אים אזוי ויי די שרייבסט נאר אפשר נישט אזוי קלאר
און חוץ פון דעם די ארטיקל איז טאקע בעיקר פאר מענטשן וואס זי קומט זיך אויסרעדן פאר אים וואס בדרך כלל קומט דעיס פון טראסט
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

פיר דיך אויף די זעלבע צו דיינע חברים, מיטארבעטער, וכדו' וועט מען דיך ליב האבן.

ישר כח @ווייטאג

שרייב נאך!
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

טשעירמאן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:25 pm
סאיז בכלל נישט קיין לייכט ווערטעל מען דארף געהעריג אסאך מאל א דאמעלטשער...
זיך אויסלערנען די שפראך איז געווענדליך גרינגער ווי נוצן א דאלמעלטשער יעדע מאל
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואס וויל מיין בני בית פון מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ייש"כ
צום פוינט, עס קען זיכער העלפן פאר אסאך וואס מיטשעט די אלע פראגעס
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”