האלט דיר ערליך

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

האלט דיר ערליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

טיף אין מיינע אויגן,
א לעכץ צו זיין נאנט צו דיר.
מיינע מחשבות צופלויגן,
איך וויין ביי דיין טיר.

אזויפיל מאל פראבירט,
אבער דער שטן צושטערט.
דער חיות מען פארלירט,
צו דיר מיין נשמה זיך קערט.

די אויגן די הייליגע,
קען נישט דעם בראך קוקן.
אוי באשעפער טייערע,
טוה זיך צו מיר נענטער רוקן.

מען קריגט מיט ציין,
דעם שונא אקעגן.
צו זיין ביי דיר אינדערהיים,
אפילו אין שווערע וועגן.

טונקל ער מאכט,
קיין לעכטיגקייט מען זעהט.
באשעפער באטראכט,
ווי שווער מיינע טעג.

אין הארץ א צובראכענע שארבן,
קיינער האלט נישט מיט,
באשעפער צו טוסטו מיר דארפן,
איך בלאנדשע מיינע טריט.

ווי איז דיין באהעלטעניש,
דיר טרעפן איך וויל.
העלף מיר מיט מיין זוכעניש,
איך וויין שטיל.

אין דיר איך גלייב,
די צייט וועט קומען.
די יצר הרע פארטרייב,
צו מיר טוה איך ברומען.

יענע טאג יענע טאג,
מיר וועלן זיג פייערן.
עס האט זיך געלוינט דעם פלאג,
פאר אינזער טאטע דער טייערן.

א שיינקייט א פראכט,
כל ישראל צוזאמען.
טאטע באטראכט,
אין וואסער אין פלאמען.

א רוחניותדיגע מלחמה,
יעדער פאר זיך אן ארמיי.
עס קומט שוין די נחמה,
פונעם טאטן געטריי.

ברודער האלט אן,
קעמף אינעם שלאכט.
א ווייסע פאן,
קומט נישט אין באטראכט.

שטארק זאלסטו דיר האלטן,
אפילו עס איז שווער.
ווייל צווישן די שפאלטן,
שטייט דאך ער.

זיך אים אויף,
פון צווישן די טרערלעך.
קוק צו אים ארויף,
"האלט דיר ערליך"
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
אוועטאר
קעפיטאל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:50 pm

Re: האלט דיר ערליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעפיטאל »

שטארק!!
האט איר פראבלעמען מיט אייער קינד?
ווילט איר האבן מנוחת הנפש?
דריקט יעצט זיבן!!
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: האלט דיר ערליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

דו האסט אן אויסנאם גוטע טאלאנט צו ארויסברענגען טיפע געפיהלן מיט א געוואלדיגע שפראך!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”