Re: די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף
יא יא מדארף האלטן די קעלבעלעך געשפאנט, קומט מען כסדר אויף מיט אלע מפורשים פארוואס אהער און אהין און בשעת מעשה חישט צוריק דעם עולם פארוואס ס'איז למעשה אנדערש און דער עולם פארגעסטמונאוויטש האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:29 amא בלומבערג סורוועי פון אמעריקאנער איינוואוינער וואס זיי האלטן איבער די עתיד פון ראטעס...? סארא געלעכטער.
בכלל, עמיצער וואס פרעדיקט רעיטס, מעג ער זיין דער גרעסטער עקספערט, ניטאמאל לצור על פי הצלוחית. שוין געווען כמה אינדוסטריע מומחים וועלכע האבן מיט פאמפע נביאות געזאגט אז רעיטס וועלן שטארק אראפקומען פאריאר און היי יאר. אבער זיי בלייבן מומחים, ווייל זיי זענען דאך מומחים.
מיין פרעדיקשאן אויף ראטעס: 33% ארויף 33% אראפ 33% גלייך.....