נאסע מעשה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

כ'האב היינט געהאט א מעשה
אבער נישט סתם, א נאסע
רבותי עטס מוזטס עס הערן
מ'קען ממש משוגע ווערן

כ'קום אָן מיטן שירעם מיינע
אין ביהמ"ד - הקב"ה זיין מהנה
כ'לייג אים אראפ וואו ער באלאנגט
און א קול תורה מיר אַנטפאנגט

זיצן אידן און הארעווען אריין
צום שאנק געב איך א שפאן
כ'נעם ארויס א גמרא און דאן
הייב איך אָן די סדר מיין

געענדיגט לערנען כ'הייב מיך אויף
כ'הייב אן שפאנען צוריק ארויף
אויבן שטיי איך פארגלייזט
די שירעם האט אוועקגעשפרייזט

כ'בין אויפגערעגט און בלאס
ווער מאכט פון מיר שפאס
די גאנצע וועג אויפן גאס
וועל איך ווערן דורכגעווייקט נאס

אינגאנצן בייז כ'שפאציר
אבער ווען כ'בין אנגעקומען צום טיר
זע איך איינער שטייט נעבן מיר
עפעס איז מאדנע איך שפיר

ער האלט א שירעם אין זיין האנט
אממ... ס'קוקט מיר אויס באקאנט
דעי שירעם איז דאך מיינע
האב איך אין קאפ א טענה

דער איד זאגט מיר נאך אן פרעגן
'כ'האף אז יענער גייט זיך נישט רעגן'
כ'מאך צו מיר א חשבון אויפן ארט
כ'גיי אים נישט זאגן קיין ווארט

כ'בין טאקע אהיים אָן עס
פשוט געהאט אויף יענעם רחמנות
מיינע שמערצן אין א מצוה פארוואנדלט
און שפעטער א נייע איינגעהאנדלט

פאר ענק וויל איך אבער זאגן
אויב וואס איר טוט וועט איינעם פלאגן
לוינט זיך נישט די גאנצע יאגן
ענדערש ווארט ביז די רעגן גייט
און גיי אהיים רואיגערהייט

די אויבערשטע פינעף ליינס
רעד איך צו יענעם און צו מיר אליינס
ער האט עס נישט געמעגט נעמען
און איך האב אים נישט געמעגט פארשעמען.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

זייער גוט!! איך האב נישט געוויסט אז דו טויגסט אויף דעם אויך?!
נאדיר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליך און באלערנד!

גארנישט אזא שוואכער,
א שפראך א רייכער!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

האלט שירעם
האלט שירעם
@שוואכער איז פיין
ער שרייבט אזוי שיין
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אינבי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:12 pm
האלט שירעם
האלט שירעם
@שוואכער איז פיין
ער שרייבט אזוי שיין
אילאוויטשער...
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

גאר גוט.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שטארק!

(מיינסט איך וואלט מיר געקענט איינהאלטן יענעם צוו זאגן אז ס'איז מיינס? נישט אזוי זיכער...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
פארנומענער שדכן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:42 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנומענער שדכן »

שטארק!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:41 pm
שטארק!

(מיינסט איך וואלט מיר געקענט איינהאלטן יענעם צוו זאגן אז ס'איז מיינס? נישט אזוי זיכער...)
כ'האב פלעין און פשוט רחמנות געהאט.
שטעל דיך נאר פאר זיין פנים ווען כ'זאג אים אז ס'מיינס... כ'קען דעס נישט טון.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שוואכער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:50 pm
דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:41 pm
שטארק!

(מיינסט איך וואלט מיר געקענט איינהאלטן יענעם צוו זאגן אז ס'איז מיינס? נישט אזוי זיכער...)
כ'האב פלעין און פשוט רחמנות געהאט.
שטעל דיך נאר פאר זיין פנים ווען כ'זאג אים אז ס'מיינס... כ'קען דעס נישט טון.
על זה נאמר "שטארק!"
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:50 pm
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:50 pm
דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:41 pm
שטארק!

(מיינסט איך וואלט מיר געקענט איינהאלטן יענעם צוו זאגן אז ס'איז מיינס? נישט אזוי זיכער...)
כ'האב פלעין און פשוט רחמנות געהאט.
שטעל דיך נאר פאר זיין פנים ווען כ'זאג אים אז ס'מיינס... כ'קען דעס נישט טון.
על זה נאמר "שטארק!"
סאך שטערקער
smart boy
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:41 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smart boy »

אמור יאמר האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:18 pm
דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:50 pm
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:50 pm
דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:41 pm
שטארק!

(מיינסט איך וואלט מיר געקענט איינהאלטן יענעם צוו זאגן אז ס'איז מיינס? נישט אזוי זיכער...)
כ'האב פלעין און פשוט רחמנות געהאט.
שטעל דיך נאר פאר זיין פנים ווען כ'זאג אים אז ס'מיינס... כ'קען דעס נישט טון.
על זה נאמר "שטארק!"
סאך שטערקער
@שוואכער . ווי זאגט ער גארנישט אזוי שוואך,
נו, ער איז דאך נישט מער ווי גערעכט!
החכם עיניו בראשו(פרקי אבות)
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10003
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

גארנישט א קראכער,
דער שוואכער,
איז א מאכער,
מיט גראמען א רייכער,
פאר די שורות איך בין א גלייכער,
שפאלט די דאכער,
האלט מיך וואכער,
פרישע גראמען, גלייך-ער.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
פארנומענער שדכן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:42 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנומענער שדכן »

שיין באדאנקט ער
דער ניק דער אלטער
ווער איז דאס דער?
קוק אין זיין אוועטער
זיצט דארט מיט א שטריימעל אן אפגעוועטשטער
אוועטאר
העלאוקיטי
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

איך פארשטיי נישט ווען מ'זעהט ווי איינער גנב'עט איז זיכער אז מ'דארף אים זאגען לייג עס צוריק פון ווי דו האסט עס גענומען
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

טאלאנט און הערליך.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

העלאוקיטי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 2:03 am
איך פארשטיי נישט ווען מ'זעהט ווי איינער גנב'עט איז זיכער אז מ'דארף אים זאגען לייג עס צוריק פון ווי דו האסט עס גענומען
כ'האב עס פלעין נישט געקענט טון טראכטנדיג פון די בושות וואס ער גייט כאפן.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
אוועטאר
העלאוקיטי
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

שוואכער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:17 am
העלאוקיטי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 2:03 am
איך פארשטיי נישט ווען מ'זעהט ווי איינער גנב'עט איז זיכער אז מ'דארף אים זאגען לייג עס צוריק פון ווי דו האסט עס גענומען
כ'האב עס פלעין נישט געקענט טון טראכטנדיג פון די בושות וואס ער גייט כאפן.
איך פארשטיי דיך זייער גוט, און זייער מעגליך אז איך וואלט געטוהן די זעלבע, אבער נאך אלץ האסטו נישט גוט געטוהן, וואלסט אים נישט געדארפט זאגען אז ס'איז דיינ'ס, אבער האסט אים נאך אלץ געדארפט זאגען אז ער טאר עס נישט נעמען
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ווידעראמאל געהאט היינט א נאסע מעשה. היינט איז עס אבער געווען היפש נאסער...
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

איר זענט גוטע נייעס
זאג איך מיינע דיעות
דאס איז א מייסטער ווערק
טאלאנט מער ווי א לעק
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8168
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כטריי נאר צי עמעדזשענען די בליקן וואס דארט איז פארגעקומען... אוטש.

זיס שורה׳לעך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: נאסע מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:17 am
ווידעראמאל געהאט היינט א נאסע מעשה. היינט איז עס אבער געווען היפש נאסער...
זעהט אויס די עולם האט דערשמעקט אז דער איז א גוטער...

למעשה האט די ערשטע איד געהאט א סייעתא דשמיא אז ער האט באקומען רשות אלס שתיקא כהודאה...

עטס ווייסט וואס עס מיינט אן עובד השם? ליין איבער די ערשטע תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”