ווייטאגן; פארוואס?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ווייטאג פון דאס
ווייטאגן; פארוואס?
ווייטאג און פארדרוס
אבער פארוואס?


ווייטאגן שטילע
קומען צו גיין
פון דירעקציעס פילע
און דעוועלאפירן פיין

זאכן וואס נארמאל
קוק איך אפילו ניט
ווערן ברוטאל
אין איין מינוט

פלוצלינג איך שפיר
ער טוט מיר וויי
פארוואס צו מיר
פרעג איך זיי

ווייטאג פון דאס
ווייטאגן; פארוואס?
ווייטאג און פארדרוס
אבער פארוואס?


די אמת איז אז
דו ווייסט נישט בכלל
די ברויזנדע עקסטאז
איז 100% נארמאל

דיין הארץ שפירט
בעסער ווי דיר
האסט אנגערירט
ס'קלאמקע פונעם טיר

דיין הארץ האט געזען
און ס'טוט אים שטערן
פונקטליך וואס ס'געשען
און צעבראכן טוט ער ווערן

ווייטאג פון דאס
ווייטאגן; פארוואס?
ווייטאגן ווארטס!
כ'פארלאז מיך אויפן הארץ


האסט נישט עכט
אויפגעכאפט
אבער אין הארצן ס'שטעכט
און אויף דיר אויס ס'קלאפט.
# שוואכער_איז_אוט
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

א גאס פון ווייטאג אין א העלן זומער'דיגע טאג! א טיפע נקודה פארלייקען נישט דיין ווייטאג אפילו עס מאכט נישט קיין סענס אין מוח.
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

האט עפעס מיט די פרישע ארטיקלען שרייבער @ווייטאג ?
כ'ווייס נישט פון וואס דו ווערסט אינספערירט, דעריבער לייג איך נישט קיין אונטערשריפט. טראכט אליינס...!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

ווייטאגן פון דאס
גיב א בלאז
זיי נישט קיין תינוק
עקט נישט ווי ביניק
גיב עס א פארשטיפ
מאך זיך ווי א שטארקע טיפ
גראמען איך קען נישט
זיי מיר געזונט
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

ווייטאג......
פארוואס טאקע???
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:32 pm
ווייטאג פון דאס
ווייטאגן; פארוואס?
ווייטאג און פארדרוס
אבער פארוואס?


ווייטאגן שטילע
קומען צו גיין
פון דירעקציעס פילע
און דעוועלאפירן פיין

זאכן וואס נארמאל
קוק איך אפילו ניט
ווערן ברוטאל
אין איין מינוט

פלוצלינג איך שפיר
ער טוט מיר וויי
פארוואס צו מיר
פרעג איך זיי

ווייטאג פון דאס
ווייטאגן; פארוואס?
ווייטאג און פארדרוס
אבער פארוואס?


די אמת איז אז
דו ווייסט נישט בכלל
די ברויזנדע עקסטאז
איז 100% נארמאל

דיין הארץ שפירט
בעסער ווי דיר
האסט אנגערירט
ס'קלאמקע פונעם טיר

דיין הארץ האט געזען
און ס'טוט אים שטערן
פונקטליך וואס ס'געשען
און צעבראכן טוט ער ווערן

ווייטאג פון דאס
ווייטאגן; פארוואס?
ווייטאגן ווארטס!
כ'פארלאז מיך אויפן הארץ


האסט נישט עכט
אויפגעכאפט
אבער אין הארצן ס'שטעכט
און אויף דיר אויס ס'קלאפט.
פארוואס נישט?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: ווייטאגן; פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

כ'האב עס געלייקט נאך פארן ליינען, און נישט צוריקגענומען די לייק נאכן ליינען!!
דברי חכמים כדרבונות
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”