שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

שעפטיל איז געווען שטאט'ס קלעבער... איבעראל ווי ס'איז געווען טראבל האט מען געוויסט אז שעפטיל איז סאמהאו צוגעקלעבט דערצו...

ווען אין ביהמ''ד האט מען באמערקט אז ס'הייבט אהן פעלן די דעקלעך פון די מילעך און סעלצער באטלעך, האט מען געוויסט אז שעפטיל הייבט אהן א פרישע קאלעקשן פון דעקלעך. ווען די גראסערימאן האט אויפגעפאסט אז ס'פעלט איהם אפאר שאכטלעך דזשעלי רינג'ס, האט ער פארשטאנען אז שעפטיל האט געסט פאר שבת. ווען פון די שטאטישע ביסכיסעס אינעם ארומיגן מייל איז איין שיינעם טאג נעלם געווארן אלע אשר יצר פאפיר, איז נישט געווען קיין ספק אז אין שעפטילס שטוב דרייט זיך יעצט ארום א פארקילונגס וויירוס, ווען די שמש האט באמערקט אז ס'פעלט איהם א טוץ מקווה האנטוכער, האט ער אליינס געמאכט דעם חשבון אז ביי שעפטיל'ן אינעם בעיסמינט האט א פייפ געפלאצט...

אין אזוי האט שעפטיל געלעבט א לעבן און די עולם האט געהאט א גהינום...

איין אינדערפרי איז שעפטיל אויפגעשטאנען אין א גוטע גיסטע. היינט איז זיין ערשטע טאג אויף זיין נייע פאזיציע אלס הויפט 'הויף-רעבע'. א גאנצע נאכט האט ער זיך געוואלגערט אין בעט אין נישט געקענט איינשלאפן פון גרויס שמחה... א קלייניגקייט? ער וועט קענען האלטן די ראש המדריכים מייק אין די הענט און קענען באשליסן וועלכע קאר יא אדער נישט אריינצולאזן אין די געיט בשעת די קינדער שפילן אויף די גאס ביי לאנטש... פיל מיט עקסטאז האט שעפטיל אראפגעטאנצן די דריי שטיגן פארענט פון זיין הויז, אבער פלוצים...

קררררר.... שעפטיל'ס הויזן האט זיך פארהאנקעט אין די זקף קטון דיזיין אינעם אייזערנעם רעילינג פון די סטעפס, און דאס הויזן זיינע האט געכאפט א פעסטען לעכל ביי די קני-ביין...

אלע קלאודינג געשעפען אין שטאט האבן באקומען אן אלערט צו זיין אויף די וואך.

*

זרח מנחם אדער ווי מ'רופט איהם מיט זיין ניק-נעים 'זרמי' האט ארויסגעוואקט יענעם אינדערפרי אינגאנצן פארקלערט. וואס זאל ער ענדערשער נעמען? א פולי-לאודעד נעוויגעיטער אדער א מאנסטארישן יוקאן? אדער אפשר גאר א פלאכע דזשענעסיס?

זרמי איז געווען א קנאקער און א רייסער. פון ווען ס'האט זיך געקנאקט א געקנאקאכט'ס און געריסן א גערסאכט'ס האט זיך נאכנישט געקנאקט אזא קנאקער און געריסן אזא רייסער ווי זרמי... ווען די טאטע פון אלע קנאקער'ס און מאמע פון אלע רייסער'ס האבן זיך נאר אויסגעמשל'ט א קנאקער+רייסער האבן זיי געזען זרמי אינעם רירוויW מירער... זרמי האט געהאט אאאאלללעס... בליצערס אויף די קאר. ספעציעלע שיך פאר זונטאג, מיטוואך, פרייטאג, שבת, מוצאי תשעה באב, און איינס אוועקגעלייגט ספעציעל פאר מגילה ליינען. א אויסוואל פון בעקיטשעס וואס וואלט נישט פאר פארשעמט בראדוועי קלאדינג. יעדן אינדערפרי איז זיין פיאות געווען געביגעלט, זיין פנים געזאלבט, זיין אויער געפיצט, זיין בארד געקעמט, און זיין בגדים באשפריצט אז ס'זאל איבערלאזן א פעיפער-טרעיל פונקטליך ווי ער האט געוואקט יענעם טאג...

אין דעם געבענטשטען טאג איז אבער זרמי געווען אינעם קאר דילעמע. זיין חבר סוחי האט איהם געוואטסעפט א פיקטשער פון זיין פענסי יוקאן, אבער שמוליק'ס דזשעגוואר מיט די שנעל בלינקענדע בלינקער'ס איז איהם נאך געשטאנען פאר די אויגן.
ווען ער האט ארויסשפאצירט פון דערהיים האט איהם צביקי אריינגעשקיט א בילד פון א טעסלא סייבער טראק און גע'טעגט א בראוקער מיט אזא מריטת לחי בארד וואס קען איהם עס שאפן פאר א נישטיגע פאר טאלער... וואסזשע טוט מען דא?

ווען זרמי האט געהערט א קררררר.... איז ער געווען זיכער אז דאס איז שמילי וואס רייסט איהם דורך מיט זיין סובערבאן וואס ער האט אפגעקויפט פון די פאליס דעפארטמענט ווייל ס'האט די גראבע מהפך פשטא היי-ביעם לייט נעבן די שפיגעל... אבער ניין. ס'איז געווען זיין הויזן וואס זיך פארהאנקעוועט אין די שכנ'ס באגי-בו וואס איז געווען צוגעטשעינט צו די געיט נעבן די סטעפס...

*

שוין געמקוו'ט, שוין דערלאנגט א פסק פאר די שמש אויף די קאלטע שאוערס, שוין געטשעקט וועלכע אורח יחיד ומיחיד געט היינט היימישע מארבעל קעיק פאר תיקון, שוין אויסגעטרינקען די קאווע און געלאזט די גריסן פון די מאגן זיך הערן הויעך קלאר און דייטליך, זעץ זיך ר' מעכיל אראפ אויף זיין מקום קבוע אויפן מזרח וואנט און חדר שמואל שמעקלא וואס ער האט מנדב געווען לע''נ זיין לייטזעליגע טאטע וואס האט געדינט אלס ראש הקהל פאר איהם.

אההה... מיט די טלית אויף די פלייצע כאפט ער אריין די געלעגענהייט צו דערלאנגען א פסק פאר פימפענאטער וואס האט געהאט די חוצפה צו זאגן ברכות ביים עמוד נאך פאר ער איז אנגעקומען, און אויפן וועג צוריק צו זיין פלאץ האט ער געכאפט דעם פעטען פישעל... צוויי בחורימ'לעך גיין ארום פאר קרן חתנים שע''י ישיבת בנים לחושים... אוי האט דאס אנגעצינדען דעם פייער-אפפער...
מיט באמבאסטישע טריט שפרייזט ער אהין צו די צוויי הייליגע בחורימלעך און טאדעלענדיג מיט די פינגער פרעגט ער זיי 'ווייסטעץ ווער עס האט געמאכט די ערשטע קרן חתנים ראפפעל?' די בחורים האבן נישקאנאנונג פארוואס די סוכה שלאק האט זיי באטראפן אין סאמע תמוז... מ'האט זיי אויסגעלערענט אינגאנצן פיהר סלאגאנען: 'העלפט היימישע חתנים גיין אינטער די חופה בדרך כבוד', 'היינט נאכט קענט איהר זיין די קליק-ליכע געווינער פון אכצן טויזנט דאלאר קעעעעעשש....', 'בלויז איין פאר צעהן און 3 פאר צוואנציג', 'היימישע חתנים ווארטן אויף אייער שטיצע געווינט...' קיינער האט זיי קיינמאל נישט געזאגט אז זיי דארפן קענען די גאנצע היסטאריע פון אלע קרן חתנים'ס אויף די וועלט...
אבער ר' מעכיל ווארט אפי' נישט אויף זייער ענטפער, זיין טייטעל פינגער געט א לאנדע אראפ אין סאמע צענטער פון זיין הארץ און מיט פאטאס שרייט ער אויס 'איךךך!' 'ווען איך בין געווען א בחור ביי די רעבעזכיתויאגעליינו'ס ישיבה, האבעך געמאכט די ערשטע קרן חתנים ראפעל!' 'ווייסטעץ וואס מ'האט דעמאלסט געווינען? האהאה...' צושמייכעלט ער זיך פון אינטער זיין ציגארעטעל פארברענטע וואנצע 'א שאכטעל טענדזשערינ'ס....'

נאכן זיכער מאכן צו געבן א שיעור וויאזוי ארימצוגיין נאך צדקה, און אויף וועלכע הויכע וואליום זיי מעגן שרייען אז זיינע הערינג-עיד'ס זאל עס נאך קענען פארנעמען, וואקט ער צוריק צו זיין פלאץ, אבער דער באלעמער אינעם צענטער פונעם פאליש האט געהאט אנדערע פלענער פאר ר' מעכיל'ן.... קרררררר... האט אפגעדינערט אינעם שטיבעל.

ר' מעכיל'ס הויזן האט זיך פארגליסט זיך צו מקשר זיין מיט די באלעמער און איהם איבערגעלאזט א חתיכה...

אפ' ער הייסט נישט ניסן, האטזעך ר' מעכיל'ס הויזן צוריסן.

*

יוחנן איז געווען א געריבענעם בעקער. ער האט פיין איינגעבאקן זיין ווייב און שוויגער אז ער לערנט אין כולל...

יוחנן'ס טעגלכע סקעדזשאל איז געפארן ווי א עמטרעק באן. 10:30 האט ער ארויסגעראגעלט פון בעט, 11 האט ער זיך געפייט פאר די גוטע שאוער, 11:30 האט ער געכאפט א ציגארעטעל אין די עליוועי ביי די זייט פון ביסמעדריש און ביים ענדיגן האט ער עס אפגעריבן אויף די שילד ווי די שכנים בעטן נישט צו רייכערען דארט, 12 האט ער זיך געשטעלט דאווענען, 12:45 איז געווען פרישטאג/לוח הציבור טיים, און ביים ווארפן די האט-בעיגעל סענדוויטש פארפאקונג אין גארבידזש האט ער זיכער געמאכט צו קאווערערן אלע הלכה ולא למעשה צעטלעך אויף די וואנט, בשעה איינס דרייסיג האט ער בשעה טובה ומצלחת אריינגעוואקט אינעם היכל הכולל נאר צוטרעפן זיין חברותות צוביסענעם פאום-קאפ אויף זיין טיש.

יוחנן האט שטארק געהיטן אויף זיין רעפוטאציע אלס אי-סיגרעט מבין. ער האט געוויסט פאר א פאקט אז מיילי איז סאך בעסער Juul, און אז ביי די האצענפלאצע שמש קען מען עס באקומען פאר א גוטע פרייז. ער האט שוין עפלייט פאר סעקשאן אכט, זיך רעזערווירט א וויהיקעל פאר די זימער, און ער האלט אינמיטן קאנווינסען זיין ב''ב איהם צו לאזן זיין א מדריך און א דעי קעמפ.

יענעם טאג איז געווען א טאג ווי אלע, נאר איין חילוק. יוחנן האט פארגעסן ס'מקווה קארטעל אינדערהיים. ווי א קינד וואס ווארט צו קראסן איז ער געשטאנען ביי די מקווה און געווארט אז ער זאל קענען זיין אזא שנים שאוחזין בטלית און זיך קענען אריינשווערצען מיט א צווייטען אינעם פעסט באשיצטען מקווה פעסטונג.
זיין ישועה איז געקומען אינעם פארעם פון גמליאל, א פעשלכע איד'ל מיט SAS שיך. גמליאל האט גערן צוגעדרוקט דאס גאנצע געדערים זיינע צו די אייזערנע קנעט שטאנגען פון די מעטאלענעם צויבער-ראד, און געמאכט פלאץ פאר יוחנן מיטצוטאנצען מיט איהם די קליינע רינג-עראונד-דע-ראוזי טאנץ.

אבער די טאנץ איז געקומען אינעמיטן צו האסטיגע אפשטעל. קררררר.... יוחנן'ס הויזן האט זיך אנגעשטאלפערט אין איינע פון די נידריגע אייזערנעס און ס'געשען א ויפתח השם את פי... א מויל האטסעך צועפענט אינעם סאמע צענטער פונקט פון פיס-הויזן.





נא ארי וואס איז די שלישקע?

4 אידן האבן דיך געדרייט יענעם טאג מיט צוריסענע הויזן. און וואס? זיי האבן עס איבערגעלעבט.

יענעם טאג זענען זיי פיין געשלאפן אפי' זיי האבן זיך ארימגעדרייט מיט צוריסענע הויזן.

האסט געהאט א פלאפ אהייב טאג? סע'גוט! סע'העט דורכגיין! די טאג איז נאכנישט אווער....


ביי.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

האמיר זיך געבענקט, גיימיר ליינען...

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

יאפ, ס'האט זיך געלוינט!
גוט איז גוט..

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

פיינעלי איז די רב צוריק געקומען פון גלות ליידן ....
לאמיר האפן אז די רב איז אפגעקומען אויך פאר אונז...
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

וועלקאם בעק!

@חיריק האט שוין כמעט איבערגענומען די רבי׳סטעווע
פונקט פארקערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:16 pm
Flexcar.com מהו?

אויב נעמט איר א פלעקס קאר לייגט אריין די קאוד MJMPTG ביי טשעקאויט אין איר וועט באקומען 100 מייל בחינם
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »


נאכנישט געליינט אבער א פיינעם קעפל און א פיינעם גראם.

שלום רבי ומורי.
Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

פין די קעפל האב איך געהאלטן אז ס'איז א @חיריק ארטיקל, עניוועי וועלקאם בעק @תולה ארץ סהאט זיך געבענקט דיין נאטירליכן געשמאק.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

וועלקאם בעק תולה. ס'האט זיך געבענקט נאכן פערפל קאליר.

זייער שיין. איין זאך זע איך אז די היינטיגע יונגווארג פארשטייען נישט צו די אמאליגע צוויי זייטיגע וויצן.. לויט די צווייטע פשט האט די קעפל נישט קיין גראם, נאר איין גראבע אמת. שלי שע׳לַאך, יא, איך האב געלאַכט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6622
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך רייס מיך פאר געלעכטעראוי ביסטו פיינע נייעס, פאררוקט אויף @תולה ארץ.......

די זקף קטן און מהפך פשטא
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2009
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

דעריז דא !!! דעריז געהעריג דא !!!! אה מיי, ברוך מחי' מתים !!! גיימער גיין ליינען...


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

@תולה ארץ

איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

יאפ די עולם פרייט זיך פאר דיך!
וועלקאם בעק!
_
כאב געלאכט אויף תולה ארץ!!!
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

🤣🤣🤣🤣
און מיט א שיינע מוסר השכל
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

איבער 2 חדשים געווארט פאר דיר.
אבער ב"ה די ביסט דא צירק. נאך מיט פרישע סחורה.
אוי ביסטו גוט.
פיינע געדאנק.

צ/ק
די האסט מיר הינגעריג געמאכט פאר א טעלער שלישקעס.
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

שטארקע נייעס!!

תולי דו ביסט פאר די ביכער!!
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

לפידות האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:14 pm
שטארקע נייעס!!

תולי דו ביסט פאר די ביכער!!
אבער פליז אנטלויף נישט צוריק דארט
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

#אויפגעבאבילט אזאנע שטותים....
נאך מיט א נמשל אויכעט....🤣🤣🤣
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

דיינע לשונות... אוי טאטע
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

כינור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:00 am
דיינע לשונות... אוי טאטע
גא"מ
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17442
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »



יעדן אינדערפרי איז דאס טאקע געווען.. ומכנסי בד יהיו על בשרו.. והרים את הדשן.. די פארשווארצטע טאג..


(נאר דארט זענען צוריסענע הויזן פסול לעבודה..)..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

קיאט
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

יא! איך ליין אבימלך'ס טישל, און איך הער ישי ריבו!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

חידושים אויף חידושים דאס!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

עכטע מעשה?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: שלי שע'לאך... שלישקעס האט א גערוך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

האמער א נצחון אין מיינע קאלעגן וועלכע האבן דיסעגריעט מיט מיר, כאב ענק געזאגט אז מען וועט סטאפן טאלי’ס טשעק איין מאנטאג העט דער בחור זיין צוריק....

אבער צוריק, מיט א מאסיווער צוריסענער פלאטשקע. מיינע לעפצן האבן זיך שיעור צוריסן ביי יעדע מאנסע עקסטער, פאכמאניש אראפגעלייגט און מען שפירט זיך לייוו אויף יענעם ארט.

דזאב wעלל דאון!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”