פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

ספרים שטוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:10 am
איינער מיט א פאום פאר א חתן וואס פארהערט זיך די הוראה?
געהאט גוטע עקספריענס מיט א פאום שרייבער פאר שווערע קאמפליצירטע פאומס, אידיש און לשה"ק, פאר מער קום אין אישי.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
הויף רבי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 9:47 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויף רבי »

איך האב צאמגענומען אפאר פאומס פארן אשת חיל פון אפאר פלעצער.

איך לייג עס אויף איין מאל אז ס'זאל זיין גרינגער צו טרעפן ווען מ'דארף עס


=

בזכות נשים צדקניות האבען מיר זוכה געווען צו די גאולה
זייער מסירות נפש איז געווען דערפאר די בעסטע סגולה
דאס איז ווייטער אהן געגאנגען אלע דורות אין יעדע קהילה
און דו אויך מאכסט זיכער אלעס זאל קלאפען לכתחילה
מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט ס'איז ראוי לתהילה
וויל איך אין די ווערטער אויסדרוקען מיין הארציגע תפילה
זאל דער הייליגע באשעפער אין הימעל דער נורא עלילה
דיר געבען געזונטע יאהרען צו דערלעבען ונבנתה עיר על תילה

=

די גאלדענע הענט
איבעראל מען דערקענט
די הויז איז צויבער און ציכטיג
אלעס מסודר וואס איז וויכטיג
דו ביסט מיין רעכטע האנ"ט
מיט בינה יתירה – אויסטערלישע פארשטאנד
איך ווייס נישט ווי אזוי דאס אלעס די האסט געקענט
די האסט דאך פארט נאר צוויי הענ"ט?
איך וויל אויסדרוקען מיין דאנק
מיט די קליינע געשאנק
ווער דארף ווערן באעהרט
די "צוויי גאלדענע הענ"ט" זענען עס ווערד

אזוי פיל צייט געטוהן הערן נאכאנאנד
ס'פעלט ניייטיג א זייגער אויף מיין האנט
האב איך דערצו געטוהן גלייך לויפן
שנעל געשווינד אין געשעפט צו קויפן
א גוטע זייגער גאנץ א שיינע
וואס איז אויך ברוך ה' א פיינע
מען זאל דאס קענען אלעמאל טראגן
און מער זיך נישט דארפן קיינמאל פלאגן
מען זאל קענען וויסן שטענדיג די צייט
ווי מען שטייט נאר און ווי מען גייט

זאל אונז בענטשן דער גרויסער הייליגער באשעפער
מיר זאלן שטענדיג שטייגן און בליעהן שיין און העכער
לעולמי עד, לאנגע געזונטע יארן פאר אונז ביידע צוזאמען
קענענדיג מגדל זיין די קינדער און זיי האלטן אין די ראמען
ביז מיר וועלן צו די גאולה שלימה שוין אין גיכן זוכה זיין
ווען מיר וועלן קעגן משיח צדקינו טוהן גיין

=

אביסעלע מיינע געפילן צו דיר אויסדריקן
וואס דער רבש"ע האט מיר געטון באגליקן
אשת חיל מי ימצא – אזוי ווי דיר נישטא
געטריי און איבערגעגעבן יעדע שעה
מיט הארץ און לעבן
אלעמאל צו געבן
געזונטע און גליקליכע יארן אינאיינעם
זאל אונז דער רבש"ע ארומרינגלען און באשיינען
עוד ינובון בשיבה ביז 120 יאר
אינאיינעם ווי א גליקליכע פאר

=

פיל מיט שמחה אז מען האלט שוין דא,
רגשי לבבי אין לשער בזו השעה,
יא, זיי זענען גערעכט געווען אין פולן ווארט,
דיינע אלע מעלות פונעם בעסטען סארט,
אשת חיל מי ימצא - נישט דא און נישט דארט,

נאר... ביי אונז אינדערהיים,
לתפארת ולשם,
מלא תוכן מלא חן,

_______עס איז נישט דא ווי דיר, ניין,
נישט צען נישט פינף נאר איין!

באהבה, פון דיין מאן,

=


לכבוד מיין חשובע אשת חיל תחי'

חסדי ה' אז צו די געלגענהייט אנגעקומען אזוי דערהויבן,
אנגעפילט מיט שבח והודי' צום גרויסן באשעפער פון אויבן,
איז טאקע יעצט די פאסיגסטע צייט צו דאנקן און לויבן,

מיין 'הכרת הטוב' אצינד ארויסצוברענגען פאר דיר,
פאר דיין איבערגעגעבענקייט אין יעדע צייט אן א שיעור,
עס איז פיל מער ווי מ'קען ארויסשרייבן אויפן קאלטן פאפיר,

א הארציגע ווארימע ברכה צו וואונשטן אז דער בורא זאל אונז געבן,
יודיש נחת מיט הרחבת הדעת און סייעתא דשמיא דערנעבן,
נאר גוטע בשורות זאל מען ביי אונז שטענדיג הערן א גאנץ לעבן,
דורות ישרים ומבורכים די שיינע המשכה ווייטער צו קענען וועבן,
און בקרוב זוכה זיין צו די גאולה אויף וואס מיר טוען שוין אזוי שטרעבן.

ווי עס וואונטשט דיין מאן:
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”