אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן? געכאפט דעם שולדיגן...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

רבותי!!! סאיז שוין ווידער דעם זומער... און ווידער שטויס איך זיך אן אין די שמעקעדיקע וויליאמסבורג'ע גאסן.... וואס גייט זיין די תכלית?!?!

איך שפאציר מיר געמיטליך אויפן גאס נעכטן פארנאכטס ווען צו מיין נאז דערגרייכט א טיפן שמעק...
ניין!! נישט א שמעק פון איבערגעווארעמטע - ראטן צוביסענע - מיסט... און אויך נישט א געדעכטן רויעך קנויל פון די MTA באסעס... גאר עפעס אנדערש, גאר א בא'טעמ'טע רייכע גן עדנ'דיגע שמעק קיצלט מיר ביז'ן מח... איך קוק ארום און זוך ווער באשמעקט דא דעם מקום... קיין נפש חיה געפונט זיך נישט אין מיין געגנווארט... וואס קען זיין דער שמעק?!?!
קוקנדיג אויף ארויף באמערק איך איבער מיין קאפ א בליענדער בוים מיט קליינטשיקע בלומעלעך, איך דערנענטער איינע פון זיי צו מיר און... אאההה... מחיה... א ריח גן אויף דער וועלט...

געכאפט דער וואס איז שולדיג אינעם שמעק!!!

חברה, דער אייבערשטער באשאפען פאר אונז, אלע סארט ביימער בלעטלעך און בלומעלעך מיט געשמאקע ריחות, און מ'דארף נישט פארן ווער צו די קאנטרי אדער שווייץ עס צו טרעפן... מ'קען גיין אויף די פאר'פעסטיגטע וויליאמסבורג'ע גאסן און עס ארייננעמען אין די ביינער... און מ'מוז נישט זיין ר' אביגדור מיללער צו הנאה האבן דערפון... לייג נאר צו קאפ...
גייסט אויפן גאס, שטעל דיך אפ א רגע! צי אריין (מיטן נאז) א טיפן אטעם... אאאההה... ס'איז פריש און געשמאק.... טענ"ק י"א השם!!!
(פארגעס נישט צו לייקן דעם באשעפער!!)
אבדק''ק פראג והגלילות
לעבעדיגע פיש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבעדיגע פיש »

Wow!
נאך א קנאקעדיג׳ס פון הרב לאנדא!
א👍פאר דיר און א👍פאר׳ן באשעפער
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

טיפ: אין די פריע צופרי שעה'ן קומט די שמעק פון די בלומען ארויס די שטעקסטע... אזוי אויך נאך א רעגן... לכאורה האט עס מיט די טל וואס פאלט פארטאגס... אזוי אויך די רעגן וואסער...
אבדק''ק פראג והגלילות
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4153
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ווי איז דא בלומען אין וויליאמסבורגער גאסן?
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:19 pm
ווי איז דא בלומען אין וויליאמסבורגער גאסן?
אין די גארבידזש בעגס, וואס אלע מענטשן ווארפן ארויס פון שבועות…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
שטיף ברידער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 2:15 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיף ברידער »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:19 pm
Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:19 pm
ווי איז דא בלומען אין וויליאמסבורגער גאסן?
אין די גארבידזש בעגס, וואס אלע מענטשן ווארפן ארויס פון שבועות…
יאאאאא דאס שמעקט שוין איינמאל…
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:19 pm
ווי איז דא בלומען אין וויליאמסבורגער גאסן?
מיין פריינט. אויף יעדע צווייטע פשוט'ע בוים וואקסט קליינטשיגע בלומען וואס צושפרייטן זייער שטויב (אדרבה פרעג עניוואן וואס ליידי אויף אלערגיעס) און לאזן פרישע ריחות... דארפסט נאר צולייגן קאפ/נאז...
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די קרית יואל'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שכח טאטע.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:55 pm
Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:19 pm
ווי איז דא בלומען אין וויליאמסבורגער גאסן?
מיין פריינט. אויף יעדע צווייטע פשוט'ע בוים וואקסט קליינטשיגע בלומען וואס צושפרייטן זייער שטויב (אדרבה פרעג עניוואן וואס ליידי אויף אלערגיעס) און לאזן פרישע ריחות... דארפסט נאר צולייגן קאפ/נאז...
די גארביטש גערוך מיט די ראטן טאנץ זענען אין טאקט אנדעם וואס איך זאל ברויכן צולייגן א פינגער אין קאלט וואסער.. כמיין אן צולייגן נאז, מויעל, אויער..

---
עניוועי קודאס פאר די פאזיטיוויטי, נאר אזוי.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4153
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן???? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:55 pm
Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:19 pm
ווי איז דא בלומען אין וויליאמסבורגער גאסן?
מיין פריינט. אויף יעדע צווייטע פשוט'ע בוים וואקסט קליינטשיגע בלומען וואס צושפרייטן זייער שטויב (אדרבה פרעג עניוואן וואס ליידי אויף אלערגיעס) און לאזן פרישע ריחות... דארפסט נאר צולייגן קאפ/נאז...
יא, איך לייד ב"ה אויף ראוז פיבער אבער דאך שמעק איך נישט אזוי שטארק די בלומען, די גארביטש שמעקט זיך אסאך מאל גרינגער ווען עס איז הייס

Intellectual האקט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנטפלעקונג: ווער שמעקט אן די וויליאמסבורג'ע גאסן? געכאפט דעם שולדיגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ריח ניחוח?

אשה (נוט' א הארציגע שכח) לה'..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”