לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 6:15 pm
קאנגרעסמאן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 5:27 pm
סקאט פרעסלער ענדיגט פריצייטיג זיין ארבעט פאר די RNC

#סקאראמויטשי
לאמיר צולייגן אביסל קאנטעקסט צו די נייעס, היות די מידיא האט געמאכט א מורא'דיגע קוגל אין דעם נושא.

סקאט פרעסלער איז א גרויסע אקטיוויסט אין די קאנסערוואטיווע מאגא רייען פון די רעפאבליקאנער פארטיי, וואס ארבעט איבערמידליך צו רעגיסטרירן נייע וואוטערס און ארויסברענגן מענטשן צו די פאולס, ער האט געארבעט מיט די פלארידע רעפאבליקאנער פארטיי צו רעגיסטרירן צענדליגע טויזענטער און דערמיט געהאלפן פליפן דעם סטעיט רעגיסטראציע נומבערס, אזוי אויך האט ער אסאך געארבעט אין לאנג איילענד ווי ער האט רעגיסטרירט טויזענטער נייע רעפאבליקאנער וואוטערס.

נאך 2022 ווען די רעד וועיוו איז נישט אנגעקומען איז ער געווען פון די סאמע ערשטע אין די מאגא סורקלען וואס האט פארפירט אז מען דארף אנהויבן אויך צו וואוטן עירלי און צו טוען בעלאט הארוועסטינג, ער האט דאן געעפענט אן אייגענע פעק מיטן נאמען עירלי וואוט עקשן וואס די ציל דערפון איז צו העלפן רעפאבליקאנער געווינען טאקע דורך עירלי וואוטינג, (סתם א אינטרעסאנטע נקודה: די עפענונג פון דעם ארגעניזאציע האט ער ענאנסט אויף סטיוו בענאן'ס שאו וואס האט שטארק מיטגעארבעט מיט דעם געדאנק, אנדערש ווי געוויסע דא טענה'ן אלעמאל אז בענאן וחבריו זענען אקעגן יוטעלייזן עירלי וואוטינג).

ווען עס איז געקומען צו די RNC עלעקשען אין 2023 איז ער געווען פון די גרעסטע פארפירער ארויסצוקומען אקעגן ראנע מקדעיניעל היות זי (און בכלל די RNC מאז ומקדם) האט קיינמאל נישט געהאלטן ביים ארבעטן מיט די קאנסערוואטיווע ארגעניזאציעס וואס האבן הונדערטער אויב נישט טויזענטער אקטעוויסטן וואס ארבעטן אויף GOTV אפעראציעס וכדומה, נאך וואס זי האט אבער יא געוואונען ווידערערוויילונג איז ער נאכאמאל ארויסגעקומען בעטן מיט שיינעם אז זי זאל מסכים זיין צו ארבעטן מיט אים און אנדערע ארגעניזאציעס צו עלעקטן רעפאבליקאנער אפ ענד דאון די בעלאט (שטארקע נעמען זענען דאן ארויסגעקומען פאדערן אז די RNC זאל ריטשן אוט צו אים, א שטייגער ווי לי זעלדין און נאך), אבער נאך איבער 360 טעג וואס ער האט יעדן איינציגסטע טאג פרובירט צו אוטריטשן צו זיי האט ער נאכאלץ נישט באקומען קיין אנטווארט.

דערווייל ארבעט ער שווער אויף וואוטער רעגיסטראציע בעיקר אין פענסילוועניע ווי די רעפאבליקאנער זעען טאקע שטארקע געינס אין רעגיסטראציע, און אזוי אויך ארבעט ער מיט די "טשעיס די וואוט איניעטיוו" פון די טורנינג פוינט גרופע, פארשטייט אז ער איז כסדר פון די נומבער וואן טארגעטס פון די דעמאקראטן אקטעוויסטן וואס ציטערן פון אזוינע מענטשן ווי אים (וואס טוט סה"כ נאך די זעלבע פלעי בוק וואס די דעמאקראטן האבן - קליגערהייט - געטוהן אין ווירדזשינע, קאלארעדא און נאך) און זיי פרובירן אים אלץ אראפצורייסן ווי א שרעקעדיגע קאנספיראציע דענקער און ראסיסט ער איז.
(במאמר המוסגר איז נעכטן ארויסגעקומען א גאנצע הסבר פון די ניו יארק טיימס פארוואס די דעמאקראטן דארפן נישט מורא האבן אז זיי פארלירן וואוטער רעגיסטראציע נומבערס - https://www.nytimes.com/2024/03/16/upsh ... cline.html )

נאך וואס מקדעניעל האט אנאנסט אז זי גייט (פליט) איז גלייך געווארן א גאנצע שמועס צווישן די קאנסערוואטיווע רייען אז די RNC זאל ארבעטן מיט פרעסלער, און ווען לארא טראמפ האט טאקע געווינען די עלעקשען האט זי געזאגט אין אן אינטערוויאו אז זי גייט עפענען א בעלאט הארוועסטינג אפטיילונג אין די RNC און די ערשטע מענטש וואס זי האט געטראכט צו רופן צו רעדן איבער ארבעטן צוזאמען איז פארשטייט זיך פרעסלער.

פאר סאם ריזען האט די מידיע באשלאסן* אז זי האט געזאגט אז זי גייט אים הייערן צו ארבעטן דיירעקט פאר די RNC וואס איז נישט אמת - זי האט געזאגט אז זי וויל ער זאל זיין אויף די בעלאט הארוועסטינג טיעם וואס באדייט ארבעטן מיט די קאליציע פון ארגעניזאציעס נישט דווקא ווערן געהייערט - און פארשטייט זיך גלייך אנגעהויבן מיטן אראפרייסן אז ער איז א ראסיסט און אלע אנדערע זייער גאר געלונגענע ווערטער, און נאכן אוטריטשן צו די RNC האבן זיי טאקע געזאגט אז עס איז נישט אין פלאן אים צו הייערן, היות ער האט דאך א אייגענע ארגעניזאציע וואס ער פירט און דאן קומט מען פארשטייט זיך ארויס מיט א ריזיגע העדליין "RNC גייט למעשה נישט הייערן דער שרעקליכער קאנספראציע טעאריקער פרעסלער".

ונראה מה יהיה חלומותיהן.

(סתם פאר @קאנגרעסמאן פרעסלער האט זיך אפגעהאלטן צו אינדארסירן טראמפ אין די פריימערי ווילאנג דיסענטיס איז נאך געווען אין די רעיס היות ער פרובירט כסדר צו ארבעטן מיט אלע פראקציעס אין די מאגא פארטיי).

*קארעקשען: די זאך אז זיי גייען הייערן קומט פון דעם וואס בעני דזשאנסאן (וואס איז באוואוסט מיט ניצן מגוזמ'דיגע לשונות אין זיינע טוויטס אין ווידיאוס) האט געשריבן אז זי גייט "הייערן", אירע ווערטער זענען אבער געווען I want him on our legal ballot harvesting division.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 7:48 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 7:01 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 6:15 pm
קאנגרעסמאן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 5:27 pm
סקאט פרעסלער ענדיגט פריצייטיג זיין ארבעט פאר די RNC

#סקאראמויטשי
לאמיר צולייגן אביסל קאנטעקסט צו די נייעס, היות די מידיא האט געמאכט א מורא'דיגע קוגל אין דעם נושא.

סקאט פרעסלער איז א גרויסע אקטיוויסט אין די קאנסערוואטיווע מאגא רייען פון די רעפאבליקאנער פארטיי, וואס ארבעט איבערמידליך צו רעגיסטרירן נייע וואוטערס און ארויסברענגן מענטשן צו די פאולס, ער האט געארבעט מיט די פלארידע רעפאבליקאנער פארטיי צו רעגיסטרירן צענדליגע טויזענטער און דערמיט געהאלפן פליפן דעם סטעיט רעגיסטראציע נומבערס, אזוי אויך האט ער אסאך געארבעט אין לאנג איילענד ווי ער האט רעגיסטרירט טויזענטער נייע רעפאבליקאנער וואוטערס.

נאך 2022 ווען די רעד וועיוו איז נישט אנגעקומען איז ער געווען פון די סאמע ערשטע אין די מאגא סורקלען וואס האט פארפירט אז מען דארף אנהויבן אויך צו וואוטן עירלי און צו טוען בעלאט הארוועסטינג, ער האט דאן געעפענט אן אייגענע פעק מיטן נאמען עירלי וואוט עקשן וואס די ציל דערפון איז צו העלפן רעפאבליקאנער געווינען טאקע דורך עירלי וואוטינג, (סתם א אינטרעסאנטע נקודה: די עפענונג פון דעם ארגעניזאציע האט ער ענאנסט אויף סטיוו בענאן'ס שאו וואס האט שטארק מיטגעארבעט מיט דעם געדאנק, אנדערש ווי געוויסע דא טענה'ן אלעמאל אז בענאן וחבריו זענען אקעגן יוטעלייזן עירלי וואוטינג).

ווען עס איז געקומען צו די RNC עלעקשען אין 2023 איז ער געווען פון די גרעסטע פארפירער ארויסצוקומען אקעגן ראנע מקדעיניעל היות זי (און בכלל די RNC מאז ומקדם) האט קיינמאל נישט געהאלטן ביים ארבעטן מיט די קאנסערוואטיווע ארגעניזאציעס וואס האבן הונדערטער אויב נישט טויזענטער אקטעוויסטן וואס ארבעטן אויף GOTV אפעראציעס וכדומה, נאך וואס זי האט אבער יא געוואונען ווידערערוויילונג איז ער נאכאמאל ארויסגעקומען בעטן מיט שיינעם אז זי זאל מסכים זיין צו ארבעטן מיט אים און אנדערע ארגעניזאציעס צו עלעקטן רעפאבליקאנער אפ ענד דאון די בעלאט (שטארקע נעמען זענען דאן ארויסגעקומען פאדערן אז די RNC זאל ריטשן אוט צו אים, א שטייגער ווי לי זעלדין און נאך), אבער נאך איבער 360 טעג וואס ער האט יעדן איינציגסטע טאג פרובירט צו אוטריטשן צו זיי האט ער נאכאלץ נישט באקומען קיין אנטווארט.

דערווייל ארבעט ער שווער אויף וואוטער רעגיסטראציע בעיקר אין פענסילוועניע ווי די רעפאבליקאנער זעען טאקע שטארקע געינס אין רעגיסטראציע, און אזוי אויך ארבעט ער מיט די "טשעיס די וואוט איניעטיוו" פון די טורנינג פוינט גרופע, פארשטייט אז ער איז כסדר פון די נומבער וואן טארגעטס פון די דעמאקראטן אקטעוויסטן וואס ציטערן פון אזוינע מענטשן ווי אים (וואס טוט סה"כ נאך די זעלבע פלעי בוק וואס די דעמאקראטן האבן - קליגערהייט - געטוהן אין ווירדזשינע, קאלארעדא און נאך) און זיי פרובירן אים אלץ אראפצורייסן ווי א שרעקעדיגע קאנספיראציע דענקער און ראסיסט ער איז.
(במאמר המוסגר איז נעכטן ארויסגעקומען א גאנצע הסבר פון די ניו יארק טיימס פארוואס די דעמאקראטן דארפן נישט מורא האבן אז זיי פארלירן וואוטער רעגיסטראציע נומבערס - https://www.nytimes.com/2024/03/16/upsh ... cline.html )

נאך וואס מקדעניעל האט אנאנסט אז זי גייט (פליט) איז גלייך געווארן א גאנצע שמועס צווישן די קאנסערוואטיווע רייען אז די RNC זאל ארבעטן מיט פרעסלער, און ווען לארא טראמפ האט טאקע געווינען די עלעקשען האט זי געזאגט אין אן אינטערוויאו אז זי גייט עפענען א בעלאט הארוועסטינג אפטיילונג אין די RNC און די ערשטע מענטש וואס זי האט געטראכט צו רופן צו רעדן איבער ארבעטן צוזאמען איז פארשטייט זיך פרעסלער.

פאר סאם ריזען האט די מידיע באשלאסן* אז זי האט געזאגט אז זי גייט אים הייערן צו ארבעטן דיירעקט פאר די RNC וואס איז נישט אמת - זי האט געזאגט אז זי וויל ער זאל זיין אויף די בעלאט הארוועסטינג טיעם וואס באדייט ארבעטן מיט די קאליציע פון ארגעניזאציעס נישט דווקא ווערן געהייערט - און פארשטייט זיך גלייך אנגעהויבן מיטן אראפרייסן אז ער איז א ראסיסט און אלע אנדערע זייער גאר געלונגענע ווערטער, און נאכן אוטריטשן צו די RNC האבן זיי טאקע געזאגט אז עס איז נישט אין פלאן אים צו הייערן, היות ער האט דאך א אייגענע ארגעניזאציע וואס ער פירט און דאן קומט מען פארשטייט זיך ארויס מיט א ריזיגע העדליין "RNC גייט למעשה נישט הייערן דער שרעקליכער קאנספראציע טעאריקער פרעסלער".

ונראה מה יהיה חלומותיהן.

(סתם פאר @קאנגרעסמאן פרעסלער האט זיך אפגעהאלטן צו אינדארסירן טראמפ אין די פריימערי ווילאנג דיסענטיס איז נאך געווען אין די רעיס היות ער פרובירט כסדר צו ארבעטן מיט אלע פראקציעס אין די מאגא פארטיי).

*קארעקשען: די זאך אז זיי גייען הייערן קומט פון דעם וואס בעני דזשאנסאן (וואס איז באוואוסט מיט ניצן מגוזמ'דיגע לשונות אין זיינע טוויטס אין ווידיאוס) האט געשריבן אז זי גייט "הייערן", אירע ווערטער זענען אבער געווען I want him on our legal ballot harvesting division.
wow

יישר כח @שמואל וואכטנהיים

כ'האב נישט געוויסט דאס אלעס

כ'מיין גראדע אז ווען די אר ען סי וואלטן געווען עכטע דעמאקראטן, וואלטן זיי דווקא געמאכט זיכער אים אויפצונעמען כדי צו ווייזן אז פרעשור וועט אונז נישט אפהאלטן.

עניוועי, צו דעמאקראטן וועלן זיי זיך קיינמאל קענען פארגלייכן, ווייל דעמס קענען שווינדלען אין גרויסן, אבער דערוואגן זאל זיך א רעפאבליקען צו הארוועסטן אדער מעילן עפעס א צל של ספק אומלעגאל, וועלן אלע געזעץ היטער און געריכטן זיך ארויפווארפן אויף זיי.


ב.ד.וו. דו ביסט מחולק אז לינדעל און רוב מאל אויך בענאן זענען יעצט קעגן הארוועסטינג און מעיל-אין?
שטארק מסכים מיט די מיינונג אויף די RNC.

הגם איך וויל קלאר מאכן, איך זאג נישט אז די סיבה פארוואס די RNC האט געענטפערט פאר NBC אז זיי גייען נישט הייערן איז צוליב מורא, פארקערט איך האלט אז עס האט קיינמאל נישט געהייסן אז זיי גייען אים הייערן, זיי האבן נאר געוואלט מיטארבעטן מיט אים און דאס וועלן זיי האפענטליך ווייטער טוהן.
איך בין אבער שטארק מסכים מיט דיר אז ווען די שיך איז ווען אויף די אנדערע פיס וואלטן זיי דייקא געגאנגען און געהייערט נאר צו ווייזן אז מיר האבן נישט מורא פון אטאקעס (אזוי ווי TPUSA איז היינט ארויסגעקומען אז זיי זענען ווייטער שטאלץ צו מיטארבעטן מיט דער מישיגען לויער וואס איז אנגעקלאגט געווארן מיט יאנואר זעקס קלאגעס).

- - -

אוודאי זענען לינדעל און בענאן נישט צופרידן מיט די קאנצעפט פון בעלאט הארוועסטינג and so am I און לכאורה יעדע מענטש וואס האט נישט קיין ענין אין מאכן גרינגער צו טוען וואוטער פראוד, אבער ביידע פון זיי אפילו בשעת'ן פארפירן אז מען דארף טוישן די געזעץ אנערקענען אז ווילאנג דאס איז די געזעץ אין די דעמאקראטן נוצן עס דארף מען דאס טוען בעסער ווי זיי.

די איינציגסטע זאך וואס זיי זענען ברוגז אויף איז ווען מענטשן פרובירן צו מאכן אז יעדע איינער זאל נוצן עירלי וואטינג און מעיל אינ'ס אפילו פאר מענטשן וואס האבן אלץ געוואוט אויף עלעקשען דעי און קיינמאל דאס נישט פארפאסט, כגון די RNC'ס בענק דער וואוט וכדומה, אבער פאר מענטשן וואס וואוטן נישט רעגערלי - ווערט גערופן א נאן 4/4 - (ווי למשל די 300K רעפאבליקאנער וואס האבן נישט געוואוט אין 2022 אין אריזאנע, אדער די 160K רעפאבליקאנער וואס האבן נישט געוואוט אין ארעגאן, אדער די איבער 100K אין נעוואדע) אוודאי האלטן זיי אז מען זאל נוצן אלע מעגליכקייטן ווילאנג מען קען עס נישט אויסראטן.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 11:12 pm
די לעצטע עטליכע בלעטער אין דעם אשכול זענען עפעס מורא'דיג אינטרעסאנט אין ברענגט הערליך שיין ארויס די "טראמפ דירעדזשמענט סינדראם".

לאמיר מסביר'ן.

די שמועס הייבט זיך אן ווען פלארידע וואס איז באוואוסט מיטן ציילן זייער שנעל די וואוטס נאך וואס די רעפאבליקאנער האבן איינגעפירט נארמאלע געזעצן דארט, האט אנגעהויבן ארויסלייגן די רעזולטאטן, און ביי עטליכע אין דרייסיג פראצענט געציילט האט טראמפ געהאלטן ביי עטליכע אין זיבעציג פראצענט, תיכף קומט מען צו לויפן "הע קוקט וואס דא גייט פאר טראמפ קען ניטאמאל אנקומען צו 80% אין זיין אייגענע פארטיי", תוך כדי דיבור קומט אריין נאך רעזולטאטן און טראמפ רוקט זיך שיין אריבער צו איבער 80%, ברגע כמימרא פארגעסט מען אז 80% מיינט עפעס און די גאנצע אנטי טראמפ לאגער איז ביזי אז טראמפ איז נישט אנגעקומען צו א "גרעסערע געווינס" אין פלארידע.

די מערסטע אינטרעסאנטע חלק פון דעם איז, אז פלארידע האט גאר טראמפ געווינען די שטערקסטע היינט!
בשעת איך שרייב דאס האלטן די רעזולטאטן אזוי:
פלארידע - 81%
אילינאוי - 80.5%
קענזעס - 75.5%
אהייא - 79.1%

"קיינער" איז נישט מחולק מיט די פאקט אז עס איז נאך דא א חלק הניכר אין די רעפאבליקאנער פארטיי וואס קען נישט אראפשלינגען אז טראמפ האט געוואונען די נאמינאציע אין 2016, פאר ווער עס ווייסט נישט איז ליז טשעיני נאך רעגיסטרירט רעפאבליקאנער (עכ"פ איך האב נישט געהערט אז זי זאל טוישן) אין די לינקאלן פראדזשעקט חברה רופן זיך נאך רעפאבליקאנער (איך רעד נישט פון די דעמאקראטן וואס זיי האבן געהייערט), און אפילו אויף אייוועלט איז שוין דא א אשכול "רעפאבליקאנער פאר ביידען", סאו וואס איז די חידוש, אז 20% האבן געשטימט פאר א צווייטן? פארוואס ברענגסטו נישט די חידוש אויף קענזעס - וואס האט גראדע געהאט אונטער 100 אלפים שטימען - ווי איבער 24% האבן געשטימט פאר א צווייטן?

אה, ווייל פלארידע איז א סווינג סטעיט? איז לאמיר זעהן, אלע שטימען צוזאמען אקעגן טראמפ אין פלארידע (אריינגערעכנט די פרא טראמפ דיסענטיס און ראמאסוואמי) קומט אויס צו קנאפע 200K שטימען, יעצט מיט וויפיל האט טראמפ געווינען אין 2020 איבער ביידען אין פלארידע? איבער 360K שטימען (יא, איך ווייס אז מען קען זאגן אז די זעלבע פראצענט גייט שטימען אקעגן, אבער איך קויף דאס נישט ווייל די אנטי טראמפ חברה מאכן אלעמאל זיכער ארויסצוקומען שטימען אקעגן טראמפ).

גראדע פאר מיר איז די אינטרעסאנטע נקודות היינט נאכט געווען דאס:
1) די שוואכקייט פון טראמפ אין קענזעס.
2) קריסטי האט אנגעצויגן מער ווי ראמאסוואמי און זיין היים שטאט אהייא.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 1:45 am
ווערט דריגענד געזוכט א פרישע תירוץ אויפצוווייזן אז מיסטער טראמפ איז א פעיליער פון א קאנדידאט.

נאך וואכן וואס מרת העילי האט באקומען שטארקע צוואנציג פראצענט און א רייע שטאטן איז געקומען די רעזולטאטן אין לוזיאנע, ווי העילי האט באקומען 6.8% צו טראמפס 89.8%, (ביידען האט באקומען 86.1%), זייער ענדליך דאכזיך צו וואס די פאולס האבן פארגעזאגט.

עטליכע אינטרעסאנטע פאקטן איבער לוזיאנע און די שבת’דיגע עלעקשען:
1. לוזיאנע איז די לעצטע שטאט וואס איז שטארק רעפאבליקען אבער עס זענען דא מער רעגיסטרירטע דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער (הגם עס ווערט קלענער פון טאג צו טאג).
2. נעכטן האט א דעמאקראט געוואונען די קעדא שעריף פאזיציע, נאכן ענדיגן די עלעקשען אין נאוועמבער מיט איין וואוט פאראויס, ער האט יעצט געוואונען מיט 53%, די טורנאוט אינעם פעריש (אזוי רופט מען די קאונטיס אין לוזיאנע) איז געווען עקסטרעם הויעך, (און איז טאקע א גרויסע פראצענט פון אלע שטימען פון ביידען’עיו).

א פרייליכן שושן.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 3:35 pm
גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 9:40 am
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 2:01 am
מאראנצן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 1:56 pm
ווען סרעגענט גיסט..

אין אנדערע שלעכטע נייעס פאר ספיקער דזשאנסאן, האט רעפובליקאנער קאנגרעסמאן - מייק געלעגער געמאלדן אז ער גייט שוין אפיאגן פון שטח אזוי פרי ווי קומענדיגע חודש.

דאס קומט נאך א מעלדונג פריער אין יאר אז ער וועט נישט לויפן פאר ריעלעקשען.
די גאנצע רעזעגנאציע שפיל דא קוקט אויס הערליך שיין אויסגעפלאנט.

מייק גאלעגער גייט נישט ארויס היינט, ער גייט ארויס אויף די פונקטליכע טאג וואס איז די לעצטע טאג צו באשטעטיגן א ספעשל עלעקשען פאר זיין סעיף רעפאבליקען קאנגרעס זיץ, די געזעץ אין וויסקאנסין איז אז אויב א זיץ ווערט ליידיג נאך אפריל 18 קען מען נישט מאכן א ספעשל עלעקשען און מען דארף ווארטן ביז נאוועמבער און די קאנגרעסמאן ווערט נאר איינגעשוואוירן ווי געווענטליך אין יאנואר, פונקט גוט צו מאכן זיכער אז די מעדזשאריטי בלייבט קליין.
(גראדע האט שוין MTG גערופן אים ארויסצוזארקענען בעפאר ער קען רעזיגנירן כדי צו קענען ראטעווען דעם זיץ).

די זעלבע מעשה איז געשעהן מיט קען באק, וואס רעזיגנירט פריער ווי געפלאנט פאר די איינע ריזען צו העלפן די עסטעבלישמענט ארויסשטיפן באובערט, נאך וואס איינע וועט אים מוזן ריפלעיסן און זיין אן אינקאמבענט ווען זי לויפט אינעם פריימערי.

און אז מען וויל קען מען זאגן אז די רגע וואס די חברה האבן באוויזן ארויסצו-ווארפן מעקארטי (נאו מעטער וואס איר האלט דערויף) האט די עסטעבלישמענט, וואס האט די ערשטע מאל געכאפט א גוטן פליק ווען מען האט זיי געוויזן אז די סיסטעם ארבעט נישט פונקט אזוי ווי די ווילסט, באשלאסן צו סאבאטאדזשן די רעפאבליקאנער מעדזשאריטי עד הסוף, אנגעהויבן ביי מעקארטי וואס האט אפגעצויגן פרי (וואס מען קען אים נאך פארשטיין נאכן ווערן אזוי פארשעמט), ווייטער מיט די ארויסווארפן סאנטאס וואס על אף זיינע צודרייטע פראבלעמען האט ער געוואוט זייער קאנסערוואטיוו נאך מער ווי רוב פון די אנדערע חברה וואס סאבאטאדזשן אלץ די רעפאבליקאנער (און טאקע דערפאר - קען זיין - זענען זיי געווען אזוי ביזי אים צו ווארפן).

זיס איז ארקעסטרעיטעד...
סתם פאר די רעקארדס די ספעשאל עלעקשאן אין קאלאראדא איז די זעלבער טאג וואו די פריימערי פאר די נאוועמבער עלעקשאן, מילא גייט נישט די אינקאמבענט קענען לויפן אלץ אינקאמבענט אין די פריימערי.

שוין אפגערעדט אז באק האט נישט מיט די עסטעבלישמענט גאהרנישט איינגעלייגט.
ביטע פאררעכט מיר אויב איך בין נישט גערעכט, אבער איך בין כמעט זיכער אז דאס איז וויאזוי עס ארבעט אין קאלאראדא.

די ספעשל עלעקשען אין קאלאראדא איז צווישן צוויי קאנדידאטן וואס די פארטיי'ען נאמינירירן, זייענדיג א אנגעפילטע פריימערי (פון 9 קאנדידאטן) אויף די רעפאבליקאנער זייט, איז פארשטענדליך אז דער קאנדידאט וואס די פארטיי גייט נאמענירן פאר די ספעשל עלעקשען וועט אויך האבן גאר א שטארקע אויבערהאנט צו געווינען טאקע אינעם זעלבן טאג די פריימערי פאר נאוועמבער, די איינציגסטע וועג פאר באובערט צו קענען ארבעטן צו באקומען די נאמינאציע (וואס איך האלט סתם אזוי וואלט נישט געשעהן) איז דורך רעזיגנירירן פון קאנגרעס פרי פון איר זיץ, (וואס אויב זי טוט יעצט, וועלקאם טו ספיקער דזשעפריס!) זי האט אבער געמאלדן אז זי טוט דאס נישט טאקע וויבאלד די רעפאבליקאנער האבן אזא שמאלע מאיאריטעט (און לכאורה ווייל זי ווייסט אז זי וועט נישט באקומען די נאמינאציע, און ווייל אפשר האט זי מורא אז איר זיץ וועט אין א ספעשל עלעקשען גיין דעמאקראט), דאס מיינט אז די פריע רעזיגנאציע פון קען באק מאכט אסאך שווערער פאר באובערט צו געווינען איר זיץ.

עסטעבלישמענט מוז נישט מיינען מעקארטי'ס גרופע (באק האט דאך געוואוט אקעגן אים), איך מיין אבער אז באק איז א רעגאלער גאסט אויף CNN, און אפשר אפי' אן אפיציעלע קאנטריבוטער נאך ער רעזיגנירט (עס מוז נישט זיין אז ער האט געוואלט סאבאטאדזשירן באובערט אבער פאר ווער עס פארשטייט וויאזוי זאכן גייען צו אין די סי, פארשטייט אז נישט אלץ טוט מען דווקא וואס מען וויל אליין נאר וואס אנדערע הייסן - דא זאג איך שוין נישט אז איינער מוז מסכים זיין מיט מיר #קאנספיראציע, ווי קען העוו דיסעגרימענטס אן זיס).
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 5:55 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 5:09 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 5:07 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 4:51 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 4:45 pm
דער אנאנסמענט פאר וויצע קאנדידאט עפענט די וועג פאר קענעדי צו קענען ארבעטן צו זיין אויף די בעלאט אין אלע 50 שטאטן (דאכזיך) נאך וואס א גרויס חלק שטאטן פאדערן די אונטערשריפטן פון אינדעפענדענט קאנדידאטן אויך צו האבן א וויצע.

(עס זענען דא געוויסע שטאטן וואס מען קען נאך נישט צוזאמנעמען אונטערשריפטן אריינגערעכנט ניו יארק וואס מען קען נאר אנהויבן אפריל 16, @אפגעגאלט מאך זיך גרייט).

ביזדערווייל איז שוין די קענעדי - שאנאהאן טיקעט אויף די בעלאט אין נעוואדע, יוטא, האווייאי און ניו העמפשיר - נעקסט איז לכאורה מיסיסיפי וואס דארף נישט קיין שום אונטערשריפטן נאר האט פשוט געווארט פארן וויצע, און עס גייט שנעל נאכפאלגן אסאך פון דיע וואס האבן געווארט אויפן וויצע היות אסאך פון זיי דארפן זייער א קליינע צאל פון אונטערשריפטן.
וואס מאכט דיר טראכטן אז כ'בין אין ניו יארק?

לאמיר זעהן צו די קענסט אליין טראכטן וואס מאכט מיר טראכטן אזוי...

אבער איר זענט גערעכט לאמיר טאקע זעהן אלע אנדערע פלעצער ווי איך קען טראכטן אז איר וואוינט אדער אנדערע דא וואס זענען אינטרעסירט און זעהן אויב איר קענט שוין אונטערשרייבן (פאר דע רעקארד: איך וואלט נישט רעקאמענדירט פאר קיינעם צו וואוטן פאר דעם ארכי ליבעראל קענעדי, אבער עס קען יא העלפן צו אונטערשרייבן זיין ארויפגיין אויפן בעלאט בפרט נאכן נעמען דעם וויצע וואס וועט מער שאטן פאר ביידען ווי טראמפ - לדעתי - עכ"פ אין די סטעיטס ווי עס מאכט בעיקר אויס).

ניו יארק - ווי שוין געשריבן מען קען נאר אנהויבן צוזאמנעמען חתימות אפריל 16.
ניו דזשערסי - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף נאר קנאפע 800 חתימות.
אילינאוי - פון היינט 3/26 קען מען שוין אונטערשרייבן.
מערילענד - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף 10,000 חתימות.
פלארידע - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף 145,040 חתימות.
אינדיאנא - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף 36,943 חתימות.
אריזאנע - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף 42,303 חתימות.
קאליפארניע - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף 75,000 חתימות.
פענסילוועניע - מען קען שוין אונטערשרייבן, דארף קנאפע 5,000 חתימות.

דו וואוינסט ערגעץ אנדערש? אה, מענטשן אינדרויסן פון אמעריקע קענען נישט אונטערשרייבן, However אסאך מענטשן ווייסן נישט דאס אז אמעריקאנע בירגער אינדרויסן פון אמעריקע קענען יא וואוטן אין די עלעקשענס אין אמעריקע.


ביי דע וועי:

ווען ער איז ווען אן עכטער ליבעראל, דארף ער נישט קיין עכטע חתימות, מ'נעמט איינעם און מ'חזר'ט עס איבער [אדער איז אומלעגאלע אויך גוט...]
אן עי סיריעס נאוט, ער דארף באמת האבן אסאך מער חתימות ווי עס פעלט זיך סתם אזוי אויס, היות די חברה גייען גיין מיט אים בכל חומר הדין, ווי שוין לכאורה געווען באריכטעט דא אויפן וועלטל האט די DNC צום ערשטן מאל געעפענט א אפטיילונג אין זייער פארטיי וואס זאל ארבעטן צו איבערקומען די סכנה פון דריטע פארטיי קאנדידאטן פאר די דעמאקראטן, און ווי שוין לאנג קלאר זענען פאולס וואס נעמען אריין נאר טראמפ און ביידען בכלל נישט אינטרעסאנט דאס מאל צוליב וואס די פארמעסט גייט שטארק אראפקומען צו וויפיל און פון וועם די דריטע פארטיי קאנדידאטן גייען אראפבייסן, במילא בפרט נאך די היינטיגע וויצע אנאנסמענט ווען עס איז קלאר אז קענעדי צילט בעיקר געוועזענע ביידען שטיצער ענדישער ווי טראמפיסטן (פארשטייט זיך אז עס וועט זיך אויספעלן אביסעלע עדיוקעשען אויף וואס דער וויצע איז אלס) וועלן די דעמקראטן זענען אלל אוט אים צו אנידערזעצן (פארשטייט זיך אז דער .... וועט טראגן א מאגא היטל צו ווארפן די שולד אויף די מאגא רעפאבליקאנער) .

נחזור לענינינו פון אונטערשריפטן, בפרט אין די סווינג סטעיטס איז שוין היינט קלאר, נאך וואס די מישיגען סעקרעטערי אף סטעיט האט זיך לעצטנס פאררעדט ביי אן אינטערוויאו, אז די אלע סעקרעטערי אף סטעיטס אין די בעטלגראונד שטאטן ארבעטן צוזאמען צו "ראטעווען דעמאקראטיע", וואס זיי זענען למעשה טאקע דיע וואס באשטעטיגן די אונטערשריפטן ארויסצולאזן קאנדידאטן אויפן בעלאט, במילא איז זייער וויכטיג פאר קענעדי צו אריינברענגן אסאך מער אונטערשריפטן ווי עס פעלט זיך אויס, ווייל זיי גייען זיכער פרובירן צו פסל'ן ווי מער פון זיינע אונטערשריפטן.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

זייער פשוט ווייל ראמאסוואמי האט אינדארסירט טראמפ משא''כ ווער ס'האלט פון קריסטי זיכט אים נאך צו שטיצן
נ.ב. אויב קענסט ברענגען די נאמבערס
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

wow

אזא גוטס קומט מיט א באזונדערער אשכול
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 5:14 pm
לאמיר אביסל פרובירן צו צולייגן צו די טענה'ערייען דא, און זעהן אביסל פאקטן און מציאות'ן אדער סתם רעפאבליקאנער ליגענט - פאר דער וואס גייט שרייען אז דער מציאות איז אנדערש...

די יעצטיגע ביידען אמנעסטי פרואוו, איז צו געבן א גרינגע וועג צו סיטיזענשיפ פאר ווייבער אדער מענער פון מענטשן וואס זענען שוין אמעריקאנער בירגער, אן צו דארפן דורכגיין די אפיציעלע וועג צו ווערן אמעריקאנער בירגער און צו זיין באשיצט דערווייל פון דיפארטאציע, דאס איז די זעלבע סארט פרואוו וואס אבאמא האט געמאכט און די קאורט'ס האבן דאס דאן אראפגעווארפן אז ער האט נישט די רעכט צו מאכן אזא סארט עקזעקעטיווע באפעל.

פאר ווער עס וויל וויסן די סיבה פארוואס ביידען טוט דאס יעצט, נאך ביידען'ס שאו שפיל אז מען גייט פארמאכן די גרעניץ דורכן אריינלאזן 'נאר' 1.5 מיליאן אומלעגאלע א יאר, האט ער באקומען א שטארקע אפעזיציע פון די פראגרעסיוון, מיט AOC שרייבנדיג 'נאכמאכן טראמפ, איז נישט וויאזוי מען געווינט אקעגן טראמפ', במילא פרובירט ביידען אין די לעצטע טעג צו טוהן וואס ער קען צו ארויסהעלפן די צענדליגע מיליאנען אומלעגאלע וואס זענען שוין אין אמעריקע

אין אמעריקע איז כהיום דא צענדליגער מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן, דערפון זענען עטליכע מיליאן - לויט טייל שאצונגען ביז 8 מיליאן - אריבערגעקומען אין די לעצטערע יארן דורכן דרום גרעניץ, עניוואן וואס קומט דארט אריין ווערט היינט אריינגעלאזט אדער מיט א קאורט דעיט אדער אפי' אן דעם, עס איז נישט קיין שום חילוק צו זיי זענען משפחות אדער סינגל טשייניזע מענער וואס קומען אין די לעצטערע חדשים אריין אין די צענדליגער טויזענטער.

די ביידען אדמיניסטראציע האט אין קלארע אנוויזונגען פאר אייס געפאדערט אז זיי מוזן איבערגעבן - און האבן גרויסע טאוולען אויף עטליכע שפראכן - פאר אומלעגאלע וואס שפאצירן אריבער די גרעניץ, וועלכע זאכן זיי קענען זאגן וואס וועט זיי געבן א סטאטוס פון 'אסיילעם', וואס דאן איז שווערער ארויסצוווארפן פון לאנד.

אזוי אויך אין א לעצטערע באריכט פון קאנגרעס ווערט באקאנט, אז אין די דריי א האלב יאר פון ביידען האט די רעגירונג געספאנסערד (אזוי רופט מען ווען זיי נעמען אפיציעל אונטער זייער אחריות) איבער 400,000 קינדער אונטער 20 וואס זענען געקומען אליין, אבער ווען מען קוקט אויף די נומבערס זעהט מען אז איבער 70% זענען געווען איבער די 15 יאר אלט, און ארון 65% פון אלע די קינדער זענען מענער, דאס הייסט אז עס קומען דא אריין הונדערטער טויזענטער יונגע מענער, בראט טו יו ביי די ביידען גאווערמענט.

די דעמאקראטן פרובירן יעצט צו טוהן אלץ וואס זיי קענען צו באשיצן די אומלעגאלע פון קענען ווערן דעפארטירט, דאס איז די יעצטיגע ארדער פון ביידען, און דאס איז וואס זיי טוען שוין די לעצטע עטליכע יאר דורך 'סענקוטערי סיטיס' און אפהאלטן אייס פון אינפארסירן די געזעץ, דאס אלעס ווערט שיינערהייט אויספלאנירט דורך אן ארגעניזאציע מיטן נאמען 'אפען בארדער'ס סאסייעטי' וואס האבן באקומען צענדליגע פאזיציעס פאר זייער אקטעוויסטן אין די ביידען אדמיניסטראציע האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט.

און ווי פארשטענדליכע מענטשן ווייסן, יעדער מעסעדזש וואס די שיקסט פאר די וועלט אז אזוי גיי איך מאכן אז מען זאל קענען בלייבן דא, גייען מער און מער פלוצלינג זיין אין אזא סטאטוס, און מער און מער וועלן אריינקומען אומלעגאל ווייל עס איז דא מהלכים צו בלייבן דאהי.

- - -

יעצט לאמיר רעדן אביסל פאליטיק:

אין צענדליגע סטעיטס אין אמעריקע ווערן יערליך רעגיסטרירט טויזענטער אומלעגאלע צו קענען שטימען, דאס איז שוין חוץ פון די פאקט אז אין געוויסע סיטיס (ניו יארק סיטי, וואשינגטאן דיסי און נאך) קענען זיי לעגאל זיך רעגיסטרירן, איז אויך די מציאות אז ווען מען רעגיסטרירט זיך צו שטימען, לייגט די סטעיט אריין די נאמען מיטן אדרעסס און אזוי ווערט מען רעגיסטרירט (יא, מען דארף שרייבן אז מען איז א סיטיזען, אבער קיינער קוקט דאס נישט נאך), און פאר ווער עס האלט אז דאס איז א קאנספיראציע, עטליכע יאר צוריק האט די פעסילוועניע סעקרעטערי אף סטעיט רעזיגנירט נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז די סטעיט האט פאר יארן אפיציעל רעגיסטרירט טויזענטער אומלעגאלע צו שטימען, און למעשה עד היום האט די סטעיט נאכנישט ארויסגעגעבן די פונקטליכע נומערן, און האלטן נישט ביים צושטעלן באווייז אז מען טוט דאס שוין נישט, און אין די לעצטע יאר זייט זיי האבן געמאכט אטאמאטישע רעגיסטראציע ביים באקומען א לייסענס איז דאס נאך גרינגער היות אומלעגאלע קענען באקומען לייסענס.

און דער זעלבע זאך איז אויך מיט רעפאבליקאנער סטעיטס, ווי איך האב שוין - דאכזיך - אמאל באריכטעט איבער אהייאו, ווי די סעקרעטערי אף סטעיט שלאגט זיך מיט די פעדעראלע רעגירונג צו באקומען די אינפארמאציע צו וויסן ווער עס איז אומלעגאל כדי צו קענען אראפנעמען פון די וואוטער ראלס.

שטייטזעך אז די פלאן פון די דעמאקראטן כהיום צו געווינען די עלעקשען איז סיי דורכן האבן הונדערטער טויזענטער אומלעגאלע שטימען פאר זיי און סיי דורך א אומבאוויסטע עקזעקעטיווע ארדער וואס ביידען האט אריבערגעפירט דריי יאר צוריק, וואס מאכט אלע גאווערמענט אגענטורן אלץ וואוטער רעגיסטראציע און געט אט דער וואוט אפאראציעס פאר די דעמאקראטישע פארטיי.

איך בין א קאנספיראציע טעאריקער? הער אליין פון א קאנגרעס טעסטעמאניע:

https://drive.google.com/file/d/1sHRsuN ... sp=sharing

- - -

די חיזוק פאר די רעפאבליקאנער איז, אז לעצטערע פאולינג ווייזט אז איבער 70% אמעריקאנער ווילן א מאסן דעפארטאציע פראגראם, טאקע דער וואס טראמפ זאגט צו און טאקע דאס אויף וואס די ביידען קאמפיין האט אריינגעגאסן דרייסיג מיליאן דאלער אין עדס אין די לעצטערע וואכן, אריינגערעכנט אין די אמעריקאנער איז 53% היספאנישע אמעריקאנער.

און עס איז בעצם נישט אזוי שווער צו דעפאטירן מיליאנען אומלעגאלע, אנגעהויבן מיט די פאקט אז אין די פעדעראלע תפיסות אליין זענען כהיום פארהאן איבער א מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן, און דאס איז חוץ פון די סטעיט און לאקאלע תפיסות, און דערנאך האסטו נאך הונדערטער טויזענטער וואס ווערן ארעסטירט דורך פאליציי יעדע'ס יאר, אבער דער אמת איז אז נאכדעם וועט שוין יא זיין אביסל שווערער מיט די וואס ארבעטן דאהי א.א.וו.

- - -

אקעי, געשריבן זייער שנעל, האפענטליך אלעס געקאווערד אן קיין מיסטעיקס.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לענגערע וואל אנאליזן און באריכטן פון @שמואל וואכטנהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:15 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:32 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:16 pm
יעצט געהערט אן אינטרעסאנטע געדאנק וואס געוויסע פארמער'ס אין דזשארדזשיע האבן געטוהן.

קודם אן הקדמה: ווי עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין אנדערע אשכולות קוקט אויס ווי דער היי יעריגער עלעקשען גייט פשוט אראפקומען צו די שאלה אויב די רעפאבליקאנער וועלן באווייזן צו רעגיסטרירן און ארויסברענגן זייער וויילער צו די שטים בודקעס, ווייל ווי די פאולס ווייזן זענען וויילער וואס שטימען קיינמאל נישט - המכונה לאו פראפענסעטי וויילער - מיט איבער צוואנציג פראצענט פראו טראמפ.

א פארמער אין דזשארדזשיע האט נעכטן פארקויפט ביי די פארמער'ס מארקעט זיינע אייער פאר די פרייז וואס עס פלעגט זיין אונטער טראמפ'ס אקענאמיע, מיט א גרויסע טאוול העכער דעם, ' אייער פאר טראמפ פרייזן'און דערנעבן א טאוול ' דאס איז אבער ווי די פרייז האלט באמת יעצט', ווי ער טענה'ט איז דאס געווען זייער א גוטע 'שמועס אנהייבער' און ער האט דורך דעם באוויזן צו רעגיסטרירן איבער צוואנציג מענטשן צו שטימען און נאכער גענומען זייער נומערן צו קענען זיכער מאכן אז זיי גייען טאקע ארויסגיין שטימען אין נאוועמבער, ווי ער זאגט האט ער טאקע פארלוירן געלט אויף דעם, היות עס האט אים למעשה געקאסט די 'ביידען פרייז' אבער ער איז גרייט געווען דאס צו טאן אלץ זיין דאנעישען צום טראמפ קאמפיין.

אנדערע פארמער'ס כאפן זיך שוין ארויף אויף דעם געדאנק און פלאנען דאס צו טאן ביי אנדערע פארמער'ס מארקעט'ס איבער די סווינג סטעיטס, זייער יעצטיגע קאמביינד גאול פון די גרופע איז צו רעגיסטרירן 200 וויילער אין די קומענדיגע טעג.

(עס איז אבער וויכטיג צו פארשטיין אז דער מציאות אז ער האט דאס געקענט טוהן איז בעצם שרעקעדיג, וויאזוי איז טאקע מעגליך אז עס איז אזוי גרינג צו טרעפן איבער צוואנציג וויילער אין דזשארדזשיע אין א פארמער מארקעט - א רעפאבליקאנער רייפער פלאץ - וואס זענען נאכנישט רעגיסטרירט, פארוואס איז נישט יעדער רעגיסטרירט?).

- - -

און אלץ איינער וואס איז אין מארקעטינג, קען איך פשוט זאגן היות מיר זענען יעצט אין די אידישע 'עקספאו/שאו' סעזאן, עני קאמפעני וואס זוכט א געלונגענע אוט אף די באקס איידיע וואס דארף נישט קאסטן צו סאך, און זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו זיין א פיצי פאליטיקעל, קען שטארק פארדינען פון א ריזן טאוול ' טראמפ פרייזן'(שטייטזעך אויב עס מאכט סענס פאר זייער פראדוקט/סערוויס), די בילדער און עקספאושער וואס דאס וועט ברענגן וועט - לדעתי - זיין גאר שטארק, (און אויב האט ער נישט קיין פראבלעם צו זיין פאליטקלי אקטיוו מיט זיין ביזנעס זאל ער טאקע רעגיסטרירן וויילער אויפן פלאץ), אויב דארפט איר הילף דערמיט קענט איר קומען אין אישי.

קוויקפעי פאר קאמישען אויך אין אישי...

- - -

איך שרייב דאס דא, היות עס איז געווען געוויסע - אין א אנדערע אשכול - וואס האבן פרובירט אראפצורייסן די זאך אז איך שרייב דאהי איבער וויילער רעגיסטראציע אזש ווי כאילו איך רעד מיך איין אז שרייבן דא גייט העלפן וכו', זיי ווייסן אבער נישט אז פון די נומבער'ס וואס איך באקום אין אישי האלט מען שוין ביי עטליכע אין צוואנציג רעגיסטרירטע בלויז פון די שרייבערייען דא, עס קען טאקע אויסקוקן ווייניג אבער ביי געוויסע רעיסעס אין ניו יארק אין 2022 איז דער חילוק געווען אונטער הונדערט שטימען.

#רעגיסטרירוויילער
#יעדערוואוטקאונט


1- מ'קען אים נאך אנקלאגן פאר מאכן א דאנעישאן צום קאמפיין אומבאריכטעט

2- ער זאל נאר וויסן אז א דעמאקראטישער פארמער האט סך א בעסערע עצה,... ער רעגיסטרירט די קיען

3- דיין איינגערינגלטע יז אן אבוויעס פוינט וואס טשארלי קירק דארף ווען עמפליפייען, די אקטיוויסטן זאלן וויסן ווי הונטערשטעליג זיי זענען
לגבי די ערשטע צוויי נקודות

לגבי דרי דריטע נקודה, קודם כל ווי @Scanner האט שוין דערמאנט, מיסטער קירק רעדט יעדן איינציגסטן טאג דערוועגן און פאדערט אויף זיינע צוהערער צו ארויסגיין און רעגיסטרירן וויילער, און ער האט גראדע נעכטן געמאכט א כמו טשעלענדזש אז עני מענטש וואס רעגיסטרירט 100 וויילער וועט ער ארויפברענגן אויף זיין שאו צו רעדן איבער וויאזוי יענער האט דאס געטוהן און וואס יענער קען אלץ מייעץ זיין פאר אנדערע מיט עצות וכדומה - פאר איינער וואס איז אויף סאציאלע מידיע גיבט עס אסאך צו, צו זיין אויף ראדיא און שטיפן די נאמען וכדומה - און יעדער מענטש וואס רעגיסטרירט 250 וויילער צאלן זיי אויס א טריפ קיין פיניקס אריזאנע צו די טורנינג פוינט הויפטקווארטיר ווי זיי וועלן קענען זיך טרעפן מיט אים וכדומה, גוי'שע מעשיות.

לאמיר אבער צוגיין צום שורש, עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז דא א סיבה פארוואס די רעפאבליקאנער זענען אזוי אונטערשטעליג אין וויילער רעגיסטראציע עכ"פ צו וויפיל וויילער זיי האבן באמת אויף זייער זייט, די פאריגע ארעןסי אדמיניסטראציע האט קיינמאל נישט געהאלטן ביים עכט אינוועסטירן געלטער אין רעגיסטרירן וויילער, דאס איז די לעצטע צעהן יאר נאר געטוהן געווארן דורך עטליכע קאנסערוואטיווע אקטעוויסטן און די עסטעבלישמענט איז גאר בכלל נישט געווען צופרידן דערפון, די סיבה דערצו איז פשוט פאר די וואס פארשטייען די גלאבאליסטישע/עליטע נאטור פון די עסטעבלישמענט, ווי די נקודה ווערט גערופן אלץ 'קיעפ איט סמאל, קיעפ איט אלל', זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט האבן צו סאך מענטשן וואס זענען אינוועסטירט אינעם פארטיי און זענען גרייט צו טוהן דערפאר - איך ווייס אז עס קוקט אויס מאדנע אבער דאס איז די פאקטן - ווייל דאן האבן זיי סאך א גרעסערע טשאנס צו פארלירן פאוער, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס ווען די קאנסערוואטיוון/מאגא האבן זיך אנגערוקט מיט די פריסינקט סטראטעגיע האבן זיי געטראפן א פארטיי וואס פון די 400,000 פריסינקט טשעיר פאזיציעס - וואס איז זייער א וויכטיגע פאזיציע אין די פארטייען פאר גראנד געים אפעראציעס - זענען מער ווי 200,000, דאס הייסט מער ווי האלב פאזיציעס, געשטאנען ליידיג, און קיינער האט ניטאמאל פרובירט דאס אנצופילן אדער צו טרעפן/העלפן אקטעוויסטן דאס אנצופילן, און דאס האט טאקע סוף כל סוף בעקפייערד פאר די עסטעבלישמענט ווייל אזוי האט מען אין פיר פונעף יאר מער ווייניגער איבערגענומען די פארטיי נאכן אנפולן עטליכע צענדליגער טויזענטער פאזיציעס.

נעמט למשל אזאנע באריכטן וואס @ר' משה ברענגט אונז כסדר איבער די נומערן פון וויילער רעגיסטראציע אין פענסילוועניע, ווען ביעווער קאונטי האט פאר ארום א יאר צוריק געפליפט מיט וויילער רעגיסטראציע צו די רעפאבליקאנער, נאך חדשים ארבעט פון סקאט פרעסלער וחבריו בשעת'ן עסן שטרוי פון די עסטעבלישמענט, איז די ארעןסי ובראשם מקדעניעל גלייך ארויפגעטאנצן נעמען קרעדיט דערפאר, און דאס איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס די קאונטי האט קוים געהאט א פארטיי טשעיר - וואס איז גראדע רעקרוטירט געווארן דורך פרעסלער וחבריו - און נאך וואס פרעסלער האט חדשים לאנג - צום סוף איז דאס געווען איבער 300 טעג - יעדן טאג פרובירט ארויסצוריטשן צו די ארעןסי/מקדעניעל זיי זאלן אים ארויסהעלפן מיט וויילער רעגיסטראציע ואין כל ואין עונה.

דא אבער ביי די נייע ארעןסי, איז די וואך די טשעיר וואטלי און דער קאו-טשעיר טראמפ שוין אראפגעקומען קיין באקס קאונטי נאך וואס מען האט געמאכט פארשריט פון איבער 14,000 רעגיסטראציעס זייט 2020 און עס האלט שוין ביי אונטער טויזענט שטימען אויבערהאנט פון די דעמאקראטן, און געהאט אן עווענט מיט די אקטעוויסטן וואס ארבעטן אריין דארט טאג און נאכט, צו זיי מחזק זיין און זעהן מיט וואס די ארעןסי קען זיי אלץ ארויסהעלפן ווי שנעלער - לכאורה און די נעקסטע עטליכע וואכן - צו פליפן די קאונטי, און נישט אז זיי זאלן זיך אנקומען נאך די חתונה און נעמען קרעדיט פארן גאנצן שידוך...

- - -

און אז מען רעדט שוין איבער וויילער רעגיסטראציע, אין פענסילוועניע מעגן ארעסטירטע פערזאנען נאך וואס זיי ווערן באפרייט פון תפיסה גלייך שטימען - נישט אין אלע סטעיטס איז דאס אזוי - פרעסלער וחבריו האבן גלייך נאך די טראמפ ווערדיקט אנגעהויבן שטארק ארבעטן צו אנקומען צו די איבער א מיליאן געוועזענע און יעצטיגע אנגעקלאגטע וואס רוב פון זיי ווייסן נישט אז זיי קענען טאקע שטימען, און זיי רעגיסטרירן צו שטימען היות א ריזיגן רוב פון זיי זענען יעצט זייער פראו טראמפ האלטנדיג אז ער איז - פונקט ווי א גרויס חלק פון זיי - געפאלן א קרבן צו א פעילד דזשאסטיס סיסטעם.

עס איז טאקע שוין גלייך דאן געווען א באוואוסטע ווידיאו ווי פרעסלער איז אין א תפיסה און רעדט צו די ארעסטאנטן און זייט דעמאלטס הערט מען פון מער און מער וואס טוען דאס און רעדן צו אנדערע ארעסטאנטן צו רעגיסטרירן זייער חברים - היות זיי האלטן דאך אן קשר נאכן ארויסקומען פון תפיסה - היינט אליין פארציילט פרעסלער אז ער איז געווען אין א תפיסה ווי ער האט רעגיסטרירט 8 ארעסטאנטן - 6 פון זיי אלץ רעפאבליקאנער און 2 אלץ אינדעפענדענט - און אזוי אויך זענען דא עטליכע פון דיע וואס ער האט רעגיסטרירט עטליכע וואכן צוריק וואס רעגיסטרירן יעצט זייער חברים און די צענדליגער...

#בעקפייער
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”