ר' איד וועק זיך אויף, הער אויף, קוק ארויף, (בהעלותך)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

ר' איד וועק זיך אויף, הער אויף, קוק ארויף, (בהעלותך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ר' איד וועק זיך אויף, הער אויף, קוק ארויף,
פרשת בהלותך
(ניגון - דער גראם - מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אויפן וועג טוט ער דרייוון, ווי א מבין, ווערט ווי הייוון, אויף די געסלעך ער פירט דארט זיין קאר,
פלוצלונג אנקלאפט זיך, ס'סטאפט זיך, פארבלייבט זיך, זיצן אויפן ראוד ווי א נער.

דער שלעפער טראק קומט שוין, ער ברומט שוין, באשטומט שוין, און לייגט איהם אויף די גאפלעך אינדערהייעך,
אין די לופטן דארט זיצט ער, א פארשוויצטער, אויסניצטער, די מצב וואס מער וואס איז שייך.

פון אויבן ער קוקט דארט, ער רוקט דארט, ער דרוקט דארט, די קנעפלעך פון זיין קאר אן א מאס,
פון א רעכטס צו א לונקן, טוט בלינקן, און וואנקן, אלע קארס ווי א באלבאס.

זיין קאפ קאנצערטרירט ער, מארשירט ער, רעאגירט ער, כאילו עס פארט דורך איהם,
נעבעך ער שפירט עס, ער פירט עס, קאנטרעלירט עס, און היט עס, פון יעדע פראבלעם.


ר' איד וועק זיך אויף, הער אויף, קוק ארויף, ווערט זיצט אויפן בענקל דערויף, א דרייווער אין טרעקל ס'פירט עס גאר שיין,
און די אינגערמאן, זיץ איין, קוק אריין, א דרייווער ס'איז דארט פארהאן, און ער האט א פונקטליכע פלאן, אליין.

אפילו ס'דאכט זיך, דורך דיר אלעס מאכט זיך, דער דרייווער אויסלאכט זיך, זיין ציל דערגרייכט זיך,
אפילו דו פארטראכסט זיך, גארניש צוקראכט זיך, ניין.



על פי השם יסעו ועל פי השם יחנו דער פסוק די וואך ס'שטייט,
דורך איהם ציט מען, און רוהט מען, און פירט מען, אן איהם גארנישט ס'גייט.

דו מיינסט דו טוסט פלאנען, איינשפאנען, קאראוואנען, עס הייבט זיך בכלל נישט אן,
לאז אפ די די לייצעס, די פלייצעס, די עצה'ס, פארשטייט'ס, אז דו קענסט גארנישט טאן.

פונקט ווי דער שך מייסטער, פארשטייסטו-ער, הייסט דער, פערדל גיין ווי ער קלערט,
און אויב דער פערדל וועט שפינען, אז ער האט גאר געווינען, דעמאלטס איז ער טאקע א פערד...


ר' איד וועק זיך אויף, הער אויף, קוק ארויף, ווערט זיצט אויפן בענקל דערויף, א דרייווער אין הימל ס'פירט עס גאר שיין,
און די אינגערמאן, זיץ איין, קוק אריין, א דרייווער ס'איז דארט פארהאן, און ער האט א געטליכע פלאן, אליין.

אפילו ס'דאכט זיך, דורך דיר אלעס מאכט זיך, דער באשעפער אויסלאכט זיך, זיין ציל דערגרייכט זיך,
אפילו דו פארטראכסט זיך, גארניש צוקראכט זיך, ניין.

!א גוט שבת
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: ר' איד וועק זיך אויף, הער אויף, קוק ארויף, (בהעלותך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

די וואך אין די סדרה: למע נגרע?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”