טייערע ליינער, ווייסט ווי איר שטייט אויף די וועלט.

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

טייערע ליינער, ווייסט ווי איר שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

טייערע חברים איך בין ממש ניי דא אויף אייוועלט,

איך האב שוין געהערט דערפון א לאנגע צייט צוריק פון א שיינע פאר משפחה מיטגלידער וואס זענען דא אויף די וועלטעל.
און שוין אפאר מאל מיך ארויף געכאפט אין זען וואס די זייטל האט צי פארקויפן,
און פארשטייט זיך אז ווי לאנג מען איז נישט אויף די זייטל מיט א ניק איז זייער שווער צי פארשטיין פון וואס מען רעדט.

ב"ה איך האב געהאט די זכיה צי קענען אוועקגעבן א ניר פאר א צווייטן אין ראטעווען א איד, האב איך געוואלט ארויף קומען דא אין אויפקלערן אביסל די עולם פון וואס מען רעדט, אין אביסל אנווארעמען די עולם, אז דער וואס קען זאל זען פון וואס מען רעדט.
איך האב אנגערופן א חבר פון מאנסי וואס איז שוין א שיינע שטיק צייט אויף אייוועלט, און אים אויסגעפרעגט וויאזוי אייועלט ארבעט און וויאזוי מען סיינט זיך אויף,
און איך האב מיך ארויפגעסיינט און געשריבן פון צייט צי צייט אויף מיין טאג ביך
און אויך דא דארט ארים געקוקט. איך בין ממש ארויס פון התפעלות. וואס טוט זיך דא אויף אייוועלט.

פון וואס די קענסט נאר נישט טראכטן.

נייעספון אלע נייעס פון וואס די קענסט נאר טראכטן פון היימישע לאקאלע אין ארום די גאנצע וועלט איך מיין אז דאס האט פון די ערשטע נייעס ווייל עס איז דא מענטשן פון איבעראל קומט אויס אז ווי נאר עפעס געשענט לייגט מען עס גלייך ארויף.

קרעטשמעא געשמאקע פלאץ ווי די קענסט זיך אויסלופטערן מיט וואס די קענסט נאר טראכטן, פון שיינע ארטיקלען/אינטערעסאנטע כשרע אינטערטעמינט/נגינה און וואס נישט.

תורהקענסט דא טרעפן שיינע דברי תורה/סוגויס הש"ס און הלכה.

הילףפון וואס די ווילסט קענסטו דא טרעפן, אויב נישט עפען א נייע אשכול און מען וועט דיך העלפן מיט וואס נאר מעגלעך.

און אסאך אסאך מער.

איך זע באמת וויאזוי מען האט געשמאקע שמועסן, און עולם האט אנדערע שיטות, עס איז ממש ווי עכטע חברים נאר איין חילוק איז אז די ווייסט נישט ווער ער איז.

אפילו איך וואס איך בין ממש ניי דא, האט זיך די עולם זייער ווארעם אנגעריפן פאר מיין לינק פון רינואל, (א שינע פאר הונדערט דאלער)
פון מענטשן וואס איך קען נישט און איך ווייס נישט ווער זיי זענעןת אבער האבן באמת הנאה געהאט פון מיין ארטיקלעןץ און פארשטנען אז עס געבט א מורידגע חיזוק.

און דאס אלעס איז אויף די מערסטע כשרע מהלך, און א יעדער אשכול באקומט גלייך אחראים וואס מען דארף זיך עקסטער בדאנקען פאר די מנהלים און אחראים,
memberlist.php?mode=team
וואס זענען געשטעלט צי מאכן זיכער אז אלעס איז אויסגעהאלטן אויף א כשרע פארנעם,
און די חברה האבן א זייער א שווערע ארבעט נאך וואס יעדער קען שרייבן, ווען ער וויל, אין ווי ער וויל, אין וואס ער וויל.
(פארשטייט זיך אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן מעקט מען עס גלייך אויס)

וואס עס איז נישט מעגלעך צי באשרייבן און דאס אלעס באקומט מען בחינם וואס קאסט דיר גארנישט.( נאר צייט )

יעצט וויל איך צוקומען פארוואס איך שרייב דאס אלעס.
איז ווייל מיט דעם אלעם וואס איך האב פריער געשריבן דא, דארף א יעדער מענטש וויסן אויב עס איז געמאכט פאר אים, אדער נישט.

איך בין א חסידישער אינגערמאן דא און בארא פארק וואס פרובירט צי דינען דעם אייבערשטן אויף ווי ווייט איך קען מיט מיינע יכולת,
דא איז מיר אונטערגעקומען אייוועלט, און מיר געטוישט מיין גאנצע גאנג אויף וואס איך פראביר צי ארבעטן אויף מיר,
איך האב אנגעהויבן שפירן באקוועם מיט מיט האלטן זאכן, און ליגן אסאך מער און די נייעס אין קוקן ווידיוס וואס איך פלעג נישט אזוי סאך קוקן (אדער שוין בכלל נישט)
אין איך פיל מוראדיג אריינגעשלעפט און דעם,בין איך מיך געגאנגען דורך רעדן מיט מיין רב, און ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט געמאכט פאר מיר,
און אויב איך פיל אמאל אז איך דארף יא אביסל זיך אויסגעבן, זאל עס נאר זיין אויף זייער א קורצע צייט און זיך נישט לאזן פארקריכן פון נארישקייטן.

אבער פון די אנדערע זייט קען איך עדות זאגן אז דאס איז פון די מערסטע כשרע וועבזייטל וואס איך האב געזען וואס דעקט אלעס,
און איך קען זאגן פאר א מציאות, אז הונדערטער אידן האלטן זיך אפ פון גיין צי ערגער אדער זען ערגעס ווייל ער האט דא גענוג און נאך סחורה.
וואס עס נישט מעגלעך צי דעקן אלעס, און עס איז דא גענוג סחורה פאר יעדעם, פאר וואס ער האט הנאה.

וויל איך דא זאגן אז א מענטש דארף זיך קענען, און וויסן אויב עס איז פאר אים א גוטע זאך אדער עס ברענגט אים אונטער,
אויב די ביזט א מענטש וואס קען זיך שטארקן און אז די ווייסט אז עס ברענגט דיר נישט אראפ,
איז דעמאלטס בלייב דא און פארברענג ציזאמען מיט נאך חברה אויף א כשרה פארנעם.
אבער אויב ברענגט עס דיך אונטער, אדער אז די קוקסט זאכן וואס די וואלסט נישט געוואלט, נאר עס איז דא,
שטארק דיך יעצט און גיי אראפ פון דא, עס לוינט זיך נישט.

איך רייס קיינעם נישט אראפ, פארקערט איך האלט אז פאר ווער עס דארף עס איז עס די בעסטע זאך.
אבער עס איז דא מענטשן פאר וועם נישט.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום מאנטאג יוני 24, 2024 11:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זייער ריכטיג געזאגט. מען דארף זיך מאכן א ריכטיגע חשבון הנפש צו עס העלפט וואקסן אדער האלט אפ אדער גאר שלעפט אראפ, פונקט ווי יעדע זאך אין לעבן. און אויב שלעפט עס אראפ איז טאקע ריכטיג צו אראפ גיין פון דא.

א דאנק פארן עס אנמערקן.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

אסאך האבן שוין געזאגט דאס זעלבע ווי דיר. אבער כ'מיין איר זענט דער ערשטער וואס זאגט עס מיט אזא נעימות...
שניידט שטיקער.
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק.
און פאר אלע וואס זענען געקומען פריוואט מיט מעסעדזעס געבן חיזוק.
עס געבט מיר א שטארקע חיזוק אז איך טי די ריכטיגע זאך.

איך האב באמת געמיינט אז עולם גייט מיר אראפ רייסן, פארן שרייבן די ווערטער אבער ב"ה עס איז נאר פארקערט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

חיים97 האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:15 am
בין איך מיך געגאנגען דורך רעדן מיט מיין רב, און ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט געמאכט פאר מיר,
די מערסטע התפעלות האב איך געכאפט פון די שורה... אשריך!
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:54 pm
חיים97 האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:15 am
בין איך מיך געגאנגען דורך רעדן מיט מיין רב, און ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט געמאכט פאר מיר,
די מערסטע התפעלות האב איך געכאפט פון די שורה... אשריך!
יא איך בין איינער וואס רעדט זיך זייער אסאך מיט מיין דעת תורה.

און דאס איז עס פאר היינט.

אפשר וועל קומען נעקסטע סויף וואך לאזן וויסן וויאזוי עס גייט.
אז אנדערע זאלן קענען נעמען חיזוק.
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ג"א מצטרף
אני הק'
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

מיט אזא געשמאק געזאגט ריכטיגע פוינטס, אבער אן אראפרייסן קיינעם, מיט א זיסקייט
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אוועטאר
yup it's me
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:35 pm

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yup it's me »

Wow very nice of you
to come up and say the true in public
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

האסט א געשמאקן וועג פון שרייבן.

אמת'דיגע נקודה
ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זאגסט זייער גוט אבער קודם ענדיג דיין טאג בוך... עס איז צו אינטערעסאנט...
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

א וויכטיגע זאך איז צו מחליט זיין ביי זיך אז מען מוז בכלל נישט קאווערן דעם גאנצן וועלטל, עס געשעהט גארנישט אז מען לאזט רוב אשכולות בלייבן מיט א רויטן צייכן ביי די זייט. ספעציעל די אשכולות וואס זענען לינקס צו עקסטערנאל פיילס (קליפס, רעקארדינגס און פי די עף'ס) וואס יכלה הזמן והם לא יוכלו
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: טייערע ליינער, ווייסט ווי שטייט אויף די וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:17 am
א וויכטיגע זאך איז צו מחליט זיין ביי זיך אז מען מוז בכלל נישט קאווערן דעם גאנצן וועלטל, עס געשעהט גארנישט אז מען לאזט רוב אשכולות בלייבן מיט א רויטן צייכן ביי די זייט. ספעציעל די אשכולות וואס זענען לינקס צו עקסטערנאל פיילס (קליפס, רעקארדינגס און פי די עף'ס) וואס יכלה הזמן והם לא יוכלו
יא איך האב טאקע היינט אראפ גענומען די בוקמארק פון א שיינע פאר אשכולת
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”