סייבער סעקיוריטי נייעס

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

מצליח האט געשריבן: טרעזשורי סעקרעטאר סטיווען מענוטשין זאגט, אז אפילו די העקעריי איז זייער ערנסט, האבן זיי נישט געליטן קיין ערנסטע שאדנס און מען זעהט נישט קיין באווייזן אז די העקערס האבן אוועקגענומען קלאסיפייד אינפארמעישן

גיי גלייב זיי, קען מען זיי טראסטן? זיי קענען אונז איינרעדן וואס זיי ווילן.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מיקראסאפט זאגט אז זייער סיסטעם איז געווארן גע'העקט אויף א פיל ברייטערע פארנעם ווי ביז היינט געשאצט - די העקער'ס האבן מעגליך געהאט צוטריט צו זייער source code.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

יוסטיץ דעפארטמענט געווארן די לעצטע פעדעראלע אגענטור צו באשטעטיגן אז זיי זענען געפאלן פאר די איינברעכעריי.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די "פאלאו אלטא" סייבער סעקויריטי פירמע זאגט אז זיי האבן אנטדעקט א פרישע כינעזער מאלוועיר -וואס זיי רופן אן מיטן נאמען BendyBear- וואס "שטייט אין א באזונדערע שטאפל - סיי אלס איר סאפיסטיקאציע און ענזשינירינג וואס איז גאר פארגעשריטן, סיי אז די מאלוועיר איז גאר שווער אויפצוכאפן".
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רוסישע העקערס זאגן אז זיי האבן גערויבט פון קאמפּיוטערס פון די פּאליציי אין וואשינגטאן די-סי גאר סענסיטיווע אינפארמאציע איבער אינפארמאנטן, ארויסגעבנדיג א סטראשע אז זיי וועלן איבערגעבן די אינפארמאציע פאר קרימינאלע באנדעס, אויסער אויב די פּאליציי באאמטע באצאלן זיי א משכון געלט.

די וואשינגטאן די-סי מעטרא פּאליציי דעפּארטמענט זאגט אז זי ווייסט פון דער "רענסאמוועיר" העקעריי און אז די עף-בי-איי איז אריינגעמישט און פארשט עס גרונטליך.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

JBS איז פריער אין וואך באטראפן געווארן פון א רעסאמוועיר אטאקע אויף אירע פלענטס אין אוסטראליע און אין אמעריקא.

די אטאקע האט געצוואונגען די פירמע אפצושטעלן פראדוקציע ביי אירע פלענטס אין די פאראייניגטע שטאטן.

- - - -
JBS איז דער וועלט'ס גרעסטע פלייש פראסעסינג פירמע און איז באזירט אין בראזיל - און פראצעסירט העכער א פיפטל פון אלע פלייש גענוצט אין אמעריקא.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך יוני 02, 2021 6:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א ווארטזאגער פאר די ווייזע הויז זאגט אז די אדמיניסטראציע האט זיך פארבינדן מיט די רוסישע רעגירונג דערוועגן, נאך וואס שטריכן האבן געצויגן צו רוסישע העקערס [ווי פאללא"ו ד"ע סייענ"ס] .
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך יוני 02, 2021 5:15 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געוויסע באריכטן אז פרעזידענט ביידען וועט אויפברענגן די אינצידענט ביי זיין זיצונג מיטן רוסישן דיקטאטור צאר וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין דער ערשטער.

די זיצונג איז ערווארטערט עס זאל פארקומען אין צוויי וואכן ארום.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: געוויסע באריכטן אז פרעזידענט ביידען וועט אויפברענגן די אינצידענט ביי זיין זיצונג מיטן רוסישן דיקטאטור צאר וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין דער ערשטער.

די זיצונג איז ערווארטערט עס זאל פארקומען אין צוויי וואכן ארום.


פארשטייט זיך אויב ביז דאן וועלן נישט פארקומען גרעסערע און וויכטיגערע אטאקעס...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט פארכאפט קאנטראל (דורכגעפירט א פוטש) פון צוויי אנליין דאמעינס וואס זענען גענוצט דורך פארברעכער וואס האבן זיך אהער געשטעלט ווי זיי זענען פון די יו.עס.עיד אגענטור, און אזוי געשירט אימעילס פאר הונדערטער מענטשן און ארגענאזאציעס.

- - - - -
די יו.עס.עיד (USAID) איז די אגענטור וואס געט זיך אפ מיטן פארטיילן אמעריקאנער שטייערצאלער הילפס געלטער פאר אומצאליגע לענדער ארום די וועלט.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יוני 06, 2021 11:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פערי אפערעיטאר אין מעסעטשוסעטס איז די לעצטע אין א רייע צו ווערן באטראפן פון א סייבער אטאקע וואס האט געפירט צו פארשטעיגונגען און דילעיס ביי אירע ראוטס.

די Steamship Authority of Massachusetts האט געמאלדן -מיט א טוויט'שקעלע- איבער די אטאקע און פארשפרעכט צו מיטטטיילן מער אינפארמאציע מיט די פובליקום ווי נאר זיי וועלן עס האבן צו די פינגער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טראנזיט באאמטע האבן באשטעטיגט אז העקערס האבן אדורכגעבראכן די עם-טי-עי'ס קאמפּיוטער סיסטעם און געשטעלט 3 פון 18 קאמפּיוטער סיסטעמען אונטער געפאר, אבער א דאנק א צייטליכן עף-בי-איי אלערט, האט מען באוויזן צו נעמען באלדיגע שריט צו פארמיידן שווערע נאכווייען. עס שיינט צו האבן פּאסירט איבער צוויי טעג אין דער צווייטער וואך פון אפּריל. א פארענזיק אפּשאצונג האט געפונען אז קיין שום וויכטיגע סענסיטיווע אינפארמאציע האט נישט ארויסגערונען און די רעילוועי סערוויס וואס באדינט מיליאנען פּאסאזשירן איז קיינמאל נישט אפּגעשטעלט געווארן.

איד דעילי.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33843
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

מאסיווע קאסעיע רענסאמווער אטאקע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א מאסיווע רענסאמווער אטאקע האלט זיך יעצט אינמיטן אפשפילן, וואס ווי עס זעט אויס איז עס רעקארד-ברעיקינג אין וויפיל קאמפיוטערס/סיסטעמען זענען אפעקטירט.

מען רעדט פון א סופליי-טשעין אטאקע דורך א לאך אין דער VSA רימאוט-מאניטארינג-און-מענעדזשמענט טאאל פון דער קאמפאני קאסעיע (Kaseya). דער סיסטעם איז ברייט באנוצט דורך פולע גרויסע קאמפאניס און בעיקר MSPס (דאס זענען דרויסענדיגע IT קאמפאניס וואס מענעדזשען די סיסטעמען פון אסאך קאמפאניס.) דער מעשה איז אז זינט דער קאמפאני האט טויזענטער קאסטומערס און יעדער פון די קאסטומערס קען האבן אויף זייער סיסטעם שווערע טויזענטער מאשינען קאננעקטעד, קומט אויס אז מיט דער איין אטאקע האבן זיי אריינגעכאפט א וועלט!

דער אטאקע אפעקטירט שווערע טויזענטער ביזנעסער אין לכה"פ 17 אנדערע לענדער. נאר איין דוגמא וואס איז געווען באריכטעט, דער שוועדישע גראסערי נעץ קאאפ האט געמוזט טעמפארערעלי אפשפארן מער ווי האלב פון זייער איבער 800 לאקאציעס צוליב וואס די טשעק אוט סיסטעמען האבן אויפגעהערט ארבעטן (און דאס איז נישט אז זיי אליינס זענען געהעקט, נאר א ווענדאר פאר עפעס א חלק פון זייער סיסטעם.)

לויט ווי די העקער גרופע האט געלייגט אויף זייער וועבזייטל האבן זיי א ס"ה פון איבער א מיליאן מאשינען ענקריפטעד מיט רענסאמווער און פארלאנגען גאנצע 70 מיליאן אויסלייז געלט צו ארויסגעבן א שליסל פאר אלע קאמפיוטערס צוזאמען (דאס איז אחוץ וואס יעדער פארשפארטע קאמפאני קען אליינס צאלן א סכום - יעדע קאמפאני באקומט אן אנדערע פרייז - צו אויפשפארן בלויז זייערע מאשינען.)

דער אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך אן אפיליעיט פון דער REvil גרופע, דער זעלבער גרופע וואס האט הערשט פאר א חודש צוריק באקומען 11 מעלאונעס פון דער JBS פלייש-פראסעסינג קאמפאני (באריכטעט דא אויבן אינעם אשכול ). דער גרופע ארבעט דורך אפיליעיטס וואס טוען דער אריינברעכונג און אינפעקטירונג און דאן באקומען א טייל פון דער רויב .

דער גרופע איז רוסיש-פארבינדעט (דאס מיינט נישט דייקא דער רוסישער גאווערמענט, נאר רוסישע קרימינאלן), און פרעזידענט ביידן האט שוין געזאגט שבת אז ער האט געבעטן די שפיאנאז אגענטורן צו געבון א טיפע בליק דערינען, און אז עס וועט קומען אן ענפער (נו נו...) אויב זיי טרעפן אז דער קרעמלין האט סיי וואספארא שייכות דערמיט. (דאס קומט ווייניגער ווי א חודש נאך וואס דער פרעזידענט האט זיך געטראפן מיט כאווער פוטין און אים געווארענט די זעלבע.)

דא קען מען זען אפדעיטס פון דער קאמפאני איבער אינצעדענט https://www.kaseya.com/potential-attack-on-kaseya-vsa/
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: מאסיווע קאסעיע רענסאמווער אטאקע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

קנאפער ידען האט געשריבן: א מאסיווע רענסאמווער אטאקע האלט זיך יעצט אינמיטן אפשפילן, וואס ווי עס זעט אויס איז עס רעקארד-ברעיקינג אין וויפיל קאמפיוטערס/סיסטעמען זענען אפעקטירט.

מען רעדט פון א סופליי-טשעין אטאקע דורך א לאך אין דער VSA רימאוט-מאניטארינג-און-מענעדזשמענט טאאל פון דער קאמפאני קאסעיע (Kaseya). דער סיסטעם איז ברייט באנוצט דורך פולע גרויסע קאמפאניס און בעיקר MSPס (דאס זענען דרויסענדיגע IT קאמפאניס וואס מענעדזשען די סיסטעמען פון אסאך קאמפאניס.) דער מעשה איז אז זינט דער קאמפאני האט טויזענטער קאסטומערס און יעדער פון די קאסטומערס קען האבן אויף זייער סיסטעם שווערע טויזענטער מאשינען קאננעקטעד, קומט אויס אז מיט דער איין אטאקע האבן זיי אריינגעכאפט א וועלט!

דער אטאקע אפעקטירט שווערע טויזענטער ביזנעסער אין לכה"פ 17 אנדערע לענדער. נאר איין דוגמא וואס איז געווען באריכטעט, דער שוועדישע גראסערי נעץ קאאפ האט געמוזט טעמפארערעלי אפשפארן מער ווי האלב פון זייער איבער 800 לאקאציעס צוליב וואס די טשעק אוט סיסטעמען האבן אויפגעהערט ארבעטן (און דאס איז נישט אז זיי אליינס זענען געהעקט, נאר א ווענדאר פאר עפעס א חלק פון זייער סיסטעם.)

לויט ווי די העקער גרופע האט געלייגט אויף זייער וועבזייטל האבן זיי א ס"ה פון איבער א מיליאן מאשינען ענקריפטעד מיט רענסאמווער און פארלאנגען גאנצע 70 מיליאן אויסלייז געלט צו ארויסגעבן א שליסל פאר אלע קאמפיוטערס צוזאמען (דאס איז אחוץ וואס יעדער פארשפארטע קאמפאני קען אליינס צאלן א סכום - יעדע קאמפאני באקומט אן אנדערע פרייז - צו אויפשפארן בלויז זייערע מאשינען.)

דער אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך אן אפיליעיט פון דער REvil גרופע, דער זעלבער גרופע וואס האט הערשט פאר א חודש צוריק באקומען 11 מעלאונעס פון דער JBS פלייש-פראסעסינג קאמפאני (באריכטעט דא אויבן אינעם אשכול ). דער גרופע ארבעט דורך אפיליעיטס וואס טוען דער אריינברעכונג און אינפעקטירונג און דאן באקומען א טייל פון דער רויב .

דער גרופע איז רוסיש-פארבינדעט (דאס מיינט נישט דייקא דער רוסישער גאווערמענט, נאר רוסישע קרימינאלן), און פרעזידענט ביידן האט שוין געזאגט שבת אז ער האט געבעטן די שפיאנאז אגענטורן צו געבון א טיפע בליק דערינען, און אז עס וועט קומען אן ענפער (נו נו...) אויב זיי טרעפן אז דער קרעמלין האט סיי וואספארא שייכות דערמיט. (דאס קומט ווייניגער ווי א חודש נאך וואס דער פרעזידענט האט זיך געטראפן מיט כאווער פוטין און אים געווארענט די זעלבע.)

דא קען מען זען אפדעיטס פון דער קאמפאני איבער אינצעדענט https://www.kaseya.com/potential-attack-on-kaseya-vsa/

עני אפדעיטס וועגן דעם?

וואסי פשט אז זיי ווייסן נאר פון ווייניגער ווי 60 באטראפענע, און די נייעס רעדט פון העכער א מיליון?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33843
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קונדיטון האט געשריבן: עני אפדעיטס וועגן דעם?

וואסי פשט אז זיי ווייסן נאר פון ווייניגער ווי 60 באטראפענע, און די נייעס רעדט פון העכער א מיליון?

60 פון זייערע קאסטומערס! זייערע קאסטומערס זענען קאמפאניס וואס מענעדזשען סיסטעמס פון אנדערע. סאו יעדער קאסטומער פון זיי קען האבן טויזענטער קאסטומערס און יעדער פון די קאסטומערס קען האבן הונדערטער מאשינען.

דער מיליאן נומער (וואס קומט פון די העקער זעלבסט) איז לגבי וויפיל מאשינען זענען אפעקטירט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קונדיטון האט געשריבן: עני אפדעיטס וועגן דעם?

וואסי פשט אז זיי ווייסן נאר פון ווייניגער ווי 60 באטראפענע, און די נייעס רעדט פון העכער א מיליון?

60 פון זייערע קאסטומערס! זייערע קאסטומערס זענען קאמפאניס וואס מענעדזשען סיסטעמס פון אנדערע. סאו יעדער קאסטומער פון זיי קען האבן טויזענטער קאסטומערס און יעדער פון די קאסטומערס קען האבן הונדערטער מאשינען.

דער מיליאן נומער (וואס קומט פון די העקער זעלבסט) איז לגבי וויפיל מאשינען זענען אפעקטירט.

חוח כמיין wow. איך האב פשוט נישט באגריפן ווי סקעיל פון די אטאקע.

דא קומט ארויף די מיליון דאלערדיגע פראגע, איז דא א וועג, און אויב יא וואס, זיך צו באהיטן?

פאר אן עווערידש קליינע ביזנעס איז נישט קיין עסק צו איזינהאבן יעדע נאכט אהיים צו טראגן א פיסיקעל בעקאפ, עס דארף זיין עפעס אטאמאטיש ווי למשל בלעקבלעיז (וואס איך ניץ), בין איך פארזיכערט אז די בעקאפס ווערן נישט ענקריפטטעט?

אזוי אויך א נעס בעקאפ, אויב כאפן זיי זיך אריין קענען זיי ח״ו ענקריפטן דאס אויך. טא וואס איז די עצה?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33843
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קונדיטון האט געשריבן: דא קומט ארויף די מיליון דאלערדיגע פראגע, איז דא א וועג, און אויב יא וואס, זיך צו באהיטן?

פאר אן עווערידש קליינע ביזנעס איז נישט קיין עסק צו איזינהאבן יעדע נאכט אהיים צו טראגן א פיסיקעל בעקאפ, עס דארף זיין עפעס אטאמאטיש ווי למשל בלעקבלעיז (וואס איך ניץ), בין איך פארזיכערט אז די בעקאפס ווערן נישט ענקריפטטעט?

אזוי אויך א נעס בעקאפ, אויב כאפן זיי זיך אריין קענען זיי ח״ו ענקריפטן דאס אויך. טא וואס איז די עצה?

איך ווייס נישט איבער בעקבלעיז, אבער רוב נארמאלע אנליין בעקאפס האבן ווערסיעס און עס קען נישט ווערן דעליטעד/ענקריפטעד.

א פשוט'ע NAS וואס איז מחובר איז טאקע נישט קיין עכטע בעקאפ פאר דעם צוועק.

כמובן אז עס פאנגט זיך אן מיט גוטע סעקיורעטי אין אנהויב. נישט נוצן אן אדמין אקאונט פאר נארמאלע באנוץ, נישט יעדער זאל קענען אלעס אינסטאלירן, נישט אינסטאלירן/ראנען מכל הבא ליד. (דאס אלעס איז אין דזשענעראל, ביי א קעיס ווי דאס וואלט דאס נישט געהאלפן ווייל עס קומט אריין דורך א טראסטעד פוינט פון דער IT גאר... און דאס איז די גרויסע פראבלעם פון סופליי טשעין אטאקעס.)
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די 'זשוסטיס דעפארטמענט' האט פרייטאג געמאלדן אז די מאסיווע 'סאולערווינד' העקעריי האט באטראפן די דעפארטמענט אויף א פיל גרעסערע פארנעם ווי ביז היינט באריכטעט.

ווי די דעפארטמענט זאגט, זענען אימעיל אקאונטס פון איינגעשטעלטע אין 15 סטעיטס באטראפן געווארן

אין ניו יארק סטעיט האבן די העקערס געהאט צוטריט צו העכער א-כ-צ-י-ג פערצענט פון אלע אימעיל אקאונטס גענוצט דורך דעפארטמענט איינגעשטעלטע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן קלאגעס קעגן פיר רוסן אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן זיך אריינגעבראכן אין פארשידענע טיילן אינערהאלב די ענערזשי סעקטאר אין 135 לענדער איבער די וועלט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 12:36 pm
סאלערווינדס באריכטעט אז אמטירענדע און געוועזענע עקזעקיוטיווס האבן ערהאלטן א Wells notice פון די עס.אי.סי.

--
א Wells notice ווערט געווענליך ארויסגעשיקט בלויז ווען די אגענטור האלט שוין נאך א פולע אויספארשונג, און גרייט זיך שוין צו נעמען לעגאלע [נישט קרימינאלע] שריט קעגן די פירמע. דער ערהאלטער האט דאן דרייסיג טאג צו אריינשיקן א ענטפער פאר די אגענטור פארוואס די לעגאלע שריט זאלן נישט ווערן אונטערגענומען.
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: סייבער סעקיוריטי נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

די קאמפעני CDK Global וואס סערווירט באלד 15,000 קאר דילערשעפס (ווי איך פארשטיי איז עס א פארגעריטענע CRM/ERP, אז איינער קען עס אויסקלארן איז זיכער גוט) איז געווארן געהעקט, לויט CDK איז געווען א סייבער אינצעדענט דינסטאג נאכט און CDK האט אראפגעברענגט אלע סערווערס, זיי האבן אנגעהויבן רעקאווערן און זענען שוין גיווין צוריק אנליין מיטוואך אינמיטן טאג, מיטוואך שפעט נאכמיטאג זענען די סערווערס נאכאמאל אראפגעגאנגען, און זיי זענען נאך אלס דאון.

CDK האט עס נישט קאנפירמד, אבער עס הייסט אז די העקערס בעטן זייער אסאך אויסלייז געלט (ransom).
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”