זיכער אז יא איך גיי פאר דיין טאלאנט אבער איך נעם מיך מישט אינטער עס צו ליינען יעדע מאל דאס יא ווען איך גיי עס ליינען אין הנאה האבן וועל איך אי''ה לייקן
יאפס דעם עלעקשן סייקל בינעך שוין א געשלאגענע
מאכט זיכער צו גיין שלאגן/וואוטן כדי די פאלעטישענס זאלן נישט שלאגן כפרות מיט אונז
געגאנגעןהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:00 pm
אנגעשאשקעטערהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 7:08 pm
אויב דו שעפסט דיין חיות פון שרייבן דא מיט באקומען אפאר פארשטינקענע לייקס וכו’ דאן גיי צו טעראפי דו ליידסט פון א טיפערע פראבלעם, לערן מוסר ספרים און שעפ דיין חיות פון סתם זיין א איד!
משא”כ אויב ביסטו דא צו מהנה זיין אנדערע און דו האלטסט אז וואס דו שרייבסט קען ברענגן תועלת פאר א צווייטע איד דאן שרייב ווייטער אפי’ אויב ס’נאר איין איד וואס גייט הנאה האבן לוינט זיך עס
יו אר טאטעלי ראונג!
ס'איז נארמאל אז איינער שרייבט און לייגט אריין כוחות אין אן ארטיקל צו פיהלן אז מענטשען האבען עס געליינט און האבען הנאה געהאט.
דאס מיינט נאך נישט אז פון דא שעפט ער זיין חיות... עס מיינט נאך נישט אז פארדעם איז ער אויפגעשטאנען היינט און געזאגט תחנון מיט והוא רחום....
ס'איז פשוט אנערקענונג אויף זיין ארבעט.
און אינגערמאן, ניין, נישט פאר יעדם לוינט זיך צו ארבעטן אויף אן ארטיקל כדי מהנה צו זיין איין איד...
פארשטייט זיך אז יעדער וויל מהנה זיין, אבער אלעס האט א פרייז, און ס'דארף זיך לוינען... פאר איין איד וואלט איך נישט געזעצן און געשריבן אן ארטיקל פאר א שעה...
דאונט ווארי, 'דו' האסט סאך מער פון איין איד וועם דו ביסט מהנה