Re: אינגערמאן - ביזנעס אויסגאבע
הויבט זיך אן מיט אן אריינפיר פונעם רעדאקטאר איבער דער חשיבות פון א אינגערמאן; לייגט פאר די וויזיע צו העלפן יונגעלייט מיט פרנסה אנגעלעגנהייטן. כלל ישראל האט אסאך ארגאניזאציעס אבער לגבי פרנסה איז דא א לאך און דאס גייט מען ערפילן (ארגאניזאציע או מאגאזין?) .
ענטפער און פרעג קאלום, אזא כמו איש את רעהו יעזורו בלאג אויף פאפיר וואו מענטשן פרעגן עצות און אנדערע ענטפערן (מ'קען עפענען אן אשכול דערוועגן).
בפירוש קאלום, א געדאנק אויף דער פרשה, דאס מאל באזירט אויף א ווארט פון "די הייליגע קאצקער" (גראמאטיק צריך תיקון גדול בכל הביכל; אויף קעפלעך שרייבט מען נישט קיין פינטלעך) .
א געלט מעשה קאלום, מיט א וויקיפעדיע סטיל פראפיל איבערבליק אויף גוגל (אקעי) .
ביזנעסמאן, א קאלום וואס ערקלערט ביזנעס טערמינאלאגיע, דאסמאל איבער אקאונטינג (ווער געדענקט נאך הדסימלאגיע, וויאזוי האט עס נאר געהייסן) .
נייעסמאן, קורצע נייעסלעך וואס האבן א שייכות מיט ביזנעס (כמעט יעדע צווייטע נייעס פיט די קריטעריע).
קום אריין קלאר, רעדט פון סקוואטערס געזעץ (עפעס א סובקאלום צו נייעסמאן זעט עס אויס).
כח היחיד, נאך א ביזנעס פראפיל, איבער ביזנעסער וועלכע זענען געגרינדעט געווארן דורך יחידים (כמעט יעדע ביזנעס ווערט געגרינדעט דורך א יחיד).
שטאטסמאן, די ערשטע קאלום וואס שטימט אממערסטנס מיט דער וויזיע, אינפארמאציע פון היימישן ריעל עסטעיט אגענט און מארגעדעזש בראוקער (ערשטע קאלום וואס שטימט מיט די וויזיע, שאלה איז וויאזוי ס'ווערט נישט ווי פינגערטשעק קאמיוניקעיטעד מאטעריאל וכו' ודוק.).
אידיש געלט, וועגן דעיוו רעמזי'ס מהלך (צ"ל גויאיש געלט).
להלכה ולמעשה, וויאזוי צו טרעפן א דזשאב (וויאזוי טאקע?)
זה מזה, ביזנעס אינטערוויו איבער א פרילענס פלאטפארמע מיט אייגנטימער ר' יואל פרידמאן (וועלכער? פארוואס נישטא בילד?)
בערני מעדאף קאווער סטארי; שיינע סיידבאר פון א אידישער פרוי וואס איז געווען אין קאנטרי מיט מעדאף (מיך געווען דאס אינטערעסאנטסטע פון גאנצן ביכל).
געזונטער יונגערמאן, גייט רעדן פון געזונט.
קאפ אין וואנט, די געשיכטע פון חיים גאלדמאן, זעט אויס ווי א פארזעצונג מעשה.
תם ונשלם
אלנפאלס, הערליכער מאגאזין און איגנארירט מיינע איינגערינגלטע הגהות (סתם גארנישט זאגן איז דאך דער חרם הקדמונים פון שלא ישאר הנייר חלק), זייער אסאך קאלומס ליינען זיך ווי הקדמות וועט מען מוזן צואווארטן פאר'ן המשך, וואונטשן מיר זיי א געוואלד מיט הצלחה ותרבה הדעת און דער אינגערמאן (יונגערמאן) זאל אויסוואקסן א לייטישן יונגערמאן מיט פילע טאשן און כלל ישראל זאל שעפן פון אים פיל נחת.