Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2024 אשכול
לגבי די ערשטע צוויי נקודותאפגעגאלט האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:32 pmשמואל וואכטנהיים האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 19, 2024 11:16 pmיעצט געהערט אן אינטרעסאנטע געדאנק וואס געוויסע פארמער'ס אין דזשארדזשיע האבן געטוהן.
קודם אן הקדמה: ווי עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין אנדערע אשכולות קוקט אויס ווי דער היי יעריגער עלעקשען גייט פשוט אראפקומען צו די שאלה אויב די רעפאבליקאנער וועלן באווייזן צו רעגיסטרירן און ארויסברענגן זייער וויילער צו די שטים בודקעס, ווייל ווי די פאולס ווייזן זענען וויילער וואס שטימען קיינמאל נישט - המכונה לאו פראפענסעטי וויילער - מיט איבער צוואנציג פראצענט פראו טראמפ.
א פארמער אין דזשארדזשיע האט נעכטן פארקויפט ביי די פארמער'ס מארקעט זיינע אייער פאר די פרייז וואס עס פלעגט זיין אונטער טראמפ'ס אקענאמיע, מיט א גרויסע טאוול העכער דעם, ' אייער פאר טראמפ פרייזן'און דערנעבן א טאוול ' דאס איז אבער ווי די פרייז האלט באמת יעצט', ווי ער טענה'ט איז דאס געווען זייער א גוטע 'שמועס אנהייבער' און ער האט דורך דעם באוויזן צו רעגיסטרירן איבער צוואנציג מענטשן צו שטימען און נאכער גענומען זייער נומערן צו קענען זיכער מאכן אז זיי גייען טאקע ארויסגיין שטימען אין נאוועמבער, ווי ער זאגט האט ער טאקע פארלוירן געלט אויף דעם, היות עס האט אים למעשה געקאסט די 'ביידען פרייז' אבער ער איז גרייט געווען דאס צו טאן אלץ זיין דאנעישען צום טראמפ קאמפיין.
אנדערע פארמער'ס כאפן זיך שוין ארויף אויף דעם געדאנק און פלאנען דאס צו טאן ביי אנדערע פארמער'ס מארקעט'ס איבער די סווינג סטעיטס, זייער יעצטיגע קאמביינד גאול פון די גרופע איז צו רעגיסטרירן 200 וויילער אין די קומענדיגע טעג.
(עס איז אבער וויכטיג צו פארשטיין אז דער מציאות אז ער האט דאס געקענט טוהן איז בעצם שרעקעדיג, וויאזוי איז טאקע מעגליך אז עס איז אזוי גרינג צו טרעפן איבער צוואנציג וויילער אין דזשארדזשיע אין א פארמער מארקעט - א רעפאבליקאנער רייפער פלאץ - וואס זענען נאכנישט רעגיסטרירט, פארוואס איז נישט יעדער רעגיסטרירט?).
- - -
און אלץ איינער וואס איז אין מארקעטינג, קען איך פשוט זאגן היות מיר זענען יעצט אין די אידישע 'עקספאו/שאו' סעזאן, עני קאמפעני וואס זוכט א געלונגענע אוט אף די באקס איידיע וואס דארף נישט קאסטן צו סאך, און זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו זיין א פיצי פאליטיקעל, קען שטארק פארדינען פון א ריזן טאוול ' טראמפ פרייזן'(שטייטזעך אויב עס מאכט סענס פאר זייער פראדוקט/סערוויס), די בילדער און עקספאושער וואס דאס וועט ברענגן וועט - לדעתי - זיין גאר שטארק, (און אויב האט ער נישט קיין פראבלעם צו זיין פאליטקלי אקטיוו מיט זיין ביזנעס זאל ער טאקע רעגיסטרירן וויילער אויפן פלאץ), אויב דארפט איר הילף דערמיט קענט איר קומען אין אישי.
קוויקפעי פאר קאמישען אויך אין אישי...
- - -
איך שרייב דאס דא, היות עס איז געווען געוויסע - אין א אנדערע אשכול - וואס האבן פרובירט אראפצורייסן די זאך אז איך שרייב דאהי איבער וויילער רעגיסטראציע אזש ווי כאילו איך רעד מיך איין אז שרייבן דא גייט העלפן וכו', זיי ווייסן אבער נישט אז פון די נומבער'ס וואס איך באקום אין אישי האלט מען שוין ביי עטליכע אין צוואנציג רעגיסטרירטע בלויז פון די שרייבערייען דא, עס קען טאקע אויסקוקן ווייניג אבער ביי געוויסע רעיסעס אין ניו יארק אין 2022 איז דער חילוק געווען אונטער הונדערט שטימען.
#רעגיסטרירוויילער
#יעדערוואוטקאונט
1- מ'קען אים נאך אנקלאגן פאר מאכן א דאנעישאן צום קאמפיין אומבאריכטעט
2- ער זאל נאר וויסן אז א דעמאקראטישער פארמער האט סך א בעסערע עצה,... ער רעגיסטרירט די קיען
3- דיין איינגערינגלטע יז אן אבוויעס פוינט וואס טשארלי קירק דארף ווען עמפליפייען, די אקטיוויסטן זאלן וויסן ווי הונטערשטעליג זיי זענען
לגבי דרי דריטע נקודה, קודם כל ווי @Scanner האט שוין דערמאנט, מיסטער קירק רעדט יעדן איינציגסטן טאג דערוועגן און פאדערט אויף זיינע צוהערער צו ארויסגיין און רעגיסטרירן וויילער, און ער האט גראדע נעכטן געמאכט א כמו טשעלענדזש אז עני מענטש וואס רעגיסטרירט 100 וויילער וועט ער ארויפברענגן אויף זיין שאו צו רעדן איבער וויאזוי יענער האט דאס געטוהן און וואס יענער קען אלץ מייעץ זיין פאר אנדערע מיט עצות וכדומה - פאר איינער וואס איז אויף סאציאלע מידיע גיבט עס אסאך צו, צו זיין אויף ראדיא און שטיפן די נאמען וכדומה - און יעדער מענטש וואס רעגיסטרירט 250 וויילער צאלן זיי אויס א טריפ קיין פיניקס אריזאנע צו די טורנינג פוינט הויפטקווארטיר ווי זיי וועלן קענען זיך טרעפן מיט אים וכדומה, גוי'שע מעשיות.
לאמיר אבער צוגיין צום שורש, עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז דא א סיבה פארוואס די רעפאבליקאנער זענען אזוי אונטערשטעליג אין וויילער רעגיסטראציע עכ"פ צו וויפיל וויילער זיי האבן באמת אויף זייער זייט, די פאריגע ארעןסי אדמיניסטראציע האט קיינמאל נישט געהאלטן ביים עכט אינוועסטירן געלטער אין רעגיסטרירן וויילער, דאס איז די לעצטע צעהן יאר נאר געטוהן געווארן דורך עטליכע קאנסערוואטיווע אקטעוויסטן און די עסטעבלישמענט איז גאר בכלל נישט געווען צופרידן דערפון, די סיבה דערצו איז פשוט פאר די וואס פארשטייען די גלאבאליסטישע/עליטע נאטור פון די עסטעבלישמענט, ווי די נקודה ווערט גערופן אלץ 'קיעפ איט סמאל, קיעפ איט אלל', זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט האבן צו סאך מענטשן וואס זענען אינוועסטירט אינעם פארטיי און זענען גרייט צו טוהן דערפאר - איך ווייס אז עס קוקט אויס מאדנע אבער דאס איז די פאקטן - ווייל דאן האבן זיי סאך א גרעסערע טשאנס צו פארלירן פאוער, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס ווען די קאנסערוואטיוון/מאגא האבן זיך אנגערוקט מיט די פריסינקט סטראטעגיע האבן זיי געטראפן א פארטיי וואס פון די 400,000 פריסינקט טשעיר פאזיציעס - וואס איז זייער א וויכטיגע פאזיציע אין די פארטייען פאר גראנד געים אפעראציעס - זענען מער ווי 200,000, דאס הייסט מער ווי האלב פאזיציעס, געשטאנען ליידיג, און קיינער האט ניטאמאל פרובירט דאס אנצופילן אדער צו טרעפן/העלפן אקטעוויסטן דאס אנצופילן, און דאס האט טאקע סוף כל סוף בעקפייערד פאר די עסטעבלישמענט ווייל אזוי האט מען אין פיר פונעף יאר מער ווייניגער איבערגענומען די פארטיי נאכן אנפולן עטליכע צענדליגער טויזענטער פאזיציעס.
נעמט למשל אזאנע באריכטן וואס @ר' משה ברענגט אונז כסדר איבער די נומערן פון וויילער רעגיסטראציע אין פענסילוועניע, ווען ביעווער קאונטי האט פאר ארום א יאר צוריק געפליפט מיט וויילער רעגיסטראציע צו די רעפאבליקאנער, נאך חדשים ארבעט פון סקאט פרעסלער וחבריו בשעת'ן עסן שטרוי פון די עסטעבלישמענט, איז די ארעןסי ובראשם מקדעניעל גלייך ארויפגעטאנצן נעמען קרעדיט דערפאר, און דאס איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס די קאונטי האט קוים געהאט א פארטיי טשעיר - וואס איז גראדע רעקרוטירט געווארן דורך פרעסלער וחבריו - און נאך וואס פרעסלער האט חדשים לאנג - צום סוף איז דאס געווען איבער 300 טעג - יעדן טאג פרובירט ארויסצוריטשן צו די ארעןסי/מקדעניעל זיי זאלן אים ארויסהעלפן מיט וויילער רעגיסטראציע ואין כל ואין עונה.
דא אבער ביי די נייע ארעןסי, איז די וואך די טשעיר וואטלי און דער קאו-טשעיר טראמפ שוין אראפגעקומען קיין באקס קאונטי נאך וואס מען האט געמאכט פארשריט פון איבער 14,000 רעגיסטראציעס זייט 2020 און עס האלט שוין ביי אונטער טויזענט שטימען אויבערהאנט פון די דעמאקראטן, און געהאט אן עווענט מיט די אקטעוויסטן וואס ארבעטן אריין דארט טאג און נאכט, צו זיי מחזק זיין און זעהן מיט וואס די ארעןסי קען זיי אלץ ארויסהעלפן ווי שנעלער - לכאורה און די נעקסטע עטליכע וואכן - צו פליפן די קאונטי, און נישט אז זיי זאלן זיך אנקומען נאך די חתונה און נעמען קרעדיט פארן גאנצן שידוך...
- - -
און אז מען רעדט שוין איבער וויילער רעגיסטראציע, אין פענסילוועניע מעגן ארעסטירטע פערזאנען נאך וואס זיי ווערן באפרייט פון תפיסה גלייך שטימען - נישט אין אלע סטעיטס איז דאס אזוי - פרעסלער וחבריו האבן גלייך נאך די טראמפ ווערדיקט אנגעהויבן שטארק ארבעטן צו אנקומען צו די איבער א מיליאן געוועזענע און יעצטיגע אנגעקלאגטע וואס רוב פון זיי ווייסן נישט אז זיי קענען טאקע שטימען, און זיי רעגיסטרירן צו שטימען היות א ריזיגן רוב פון זיי זענען יעצט זייער פראו טראמפ האלטנדיג אז ער איז - פונקט ווי א גרויס חלק פון זיי - געפאלן א קרבן צו א פעילד דזשאסטיס סיסטעם.
עס איז טאקע שוין גלייך דאן געווען א באוואוסטע ווידיאו ווי פרעסלער איז אין א תפיסה און רעדט צו די ארעסטאנטן און זייט דעמאלטס הערט מען פון מער און מער וואס טוען דאס און רעדן צו אנדערע ארעסטאנטן צו רעגיסטרירן זייער חברים - היות זיי האלטן דאך אן קשר נאכן ארויסקומען פון תפיסה - היינט אליין פארציילט פרעסלער אז ער איז געווען אין א תפיסה ווי ער האט רעגיסטרירט 8 ארעסטאנטן - 6 פון זיי אלץ רעפאבליקאנער און 2 אלץ אינדעפענדענט - און אזוי אויך זענען דא עטליכע פון דיע וואס ער האט רעגיסטרירט עטליכע וואכן צוריק וואס רעגיסטרירן יעצט זייער חברים און די צענדליגער...
#בעקפייער