וואו ביסטו באהאלטן וואו?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וואסיל
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 12, 2009 3:08 pm

וואו ביסטו באהאלטן וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסיל »

די ווייטאג, ס'שניידט, ס'נעמט איבער דעם מענטש, מען זעט גארנישט פאר די אויגן, נאר צער און חושך, ווער דארף דען א טרייסט? ווער קען דען בכלל נעמען א טרייסט? און וואס וועט עס העלפן? ער וועט קיינמאל נישט צוריק קומען.. אפגעדינט זיינע יארן, ארויף בעולם העליון, קיין וועג צוריק איז נישט דא, נאר ווען עס וועט קומען דער גאולה און אלעס וועט זיך ענדיגן, די ווייטאגן, צרות, טרויער און טרערן אלעס וועט זיין א פארגאנגענהייט, אז ימלא שחוק פינו, אבער ביז דאן, ווי קען מען דען א שמייכל געבן?

אין מיינע קארגע יארן אויף דער וועלט האב איך נאכנישט מיטגעלעבט קיין צער וואס קען זיך פארמעסטן מיט אט דעם צער, עס וויל זיך איינשפארן אין א צימער, זיך ווארפן אויפן ערד און וויינען און וויינען אן קיין ענדע, וויינען אויף די קליינטשיגע האפענונג וואס עס האט זיך קוים קוים אפגעטון פון הארץ, די האפענונג אז אפשר דאך וועט ער אהיים קומען, אפשר דאך וועט זיין א גוטע ענדע, אבער די האפענונג איז געקומען צו א סוף. עס וויל זיך וויינען אויף די אזוי שווערע ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט, מען האט אלעס געטון, אבער אלעס. די שלאפלאזע נעכט פון פארברענגען ווייט פונדערהיים, די טעג וועלן קיינמאל נישט צוריק קומען, די פארטאגס און ביינאכט שעות וואס מען האט אלעס איבערגעלאזט מיט מסירות נפש, די לאנגע וואכן פון אלעס אויפגעבן פון זיך, משפחה, חברים, ארבעט, ווייל מען האט געהאפט אז אפשר דאך, איי, וואס נאך אויף דער וועלט האט מען געקענט אויפגעבן? הלוואי! איך וואלט עס געטון, בלויז דיר צו זען נאך איינמאל. עס וויל זיך וויינען אויף דער עתיד, אויפן עתיד וואס קיין ליכטיגקייט זעט זיך נישט אן, אויפן עתיד וואס איז פארנעפלט, אויפן עתיד וואס גייט סייווי אנקומען, אבער הלוואי וואלט עס נישט געקומען. עס וויל זיך וויינען, לאזן הייסע ענדלאזע טרערן, אבער ניין, די טויערן זענען פארמאכט, קיין טרערן קומען נישט, די געפילן זענען פארשטאפט, פשוט פארפרוירן. און יא, אויך אויף דעם וויל זיך פארלאזן טרערן.

איז דען דא איינער אויף די וועלט וואס קען דען פארשטיין די קשר? איז דא איינער אויף די וועלט וואס קען משיג זיין די נאנטשאפט? א נאנטשאפט וואס מטבע העולם וואלט עס געדארפט זיין ביי יעדעם גלייך, אבער פילע פארשפילן עס ליידער, אבער ניין, איך האב עס נישט פארשפילט, איך האב עס אנגעהאלטן אויך ווען ס'איז מיר געווען שווער, אויך ווען אנדערע האבן געלאכט, און טאקע צוליב דעם איז די נאנטשאפט געווען אויף פיל א העכערן שטאפל, א צוויי זייטיגער אהבה, עפעס וואס קיינער קען נישט פארשטיין, קיינער, און דער וואס יא, ער איז שוין נישט דא.

דו האסט געמיינט פאר מיר אלעס אויף די וועלט, אלעס! האסט געטראגן מיינע דאגות, האסט געזארגט פאר מיר, האסט געהאלפן, האסט מיר פארשטאנען, איי, ווי קען זיך גלייבן אז דו ביסט מער נישט דא.. אן עכטע דוגמא פון שמאל דוחה וימין מקרבת, האסט גענוצט דיין שטארקייט ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, האסט געגאסן ווארעמקייט ווען איך האב עס אזוי שטארק געדארפט, און וואו גיי איך יעצט? אוי מי יתן לנו תמורתו… עס איז נישט דא עפעס וואס קען אנפילן דעם חלל, עס איז נישט דא דער וואס קען עס טון אנשטאט דיר, קיינער!

און אויך פאר דיר וויל איך יעצט זאגן, דו קענסט מיר נישט פארשטיין, פרוביר מיר נישט צו טרייסטן, דו קענסט נישט משיג זיין ווי מיין לעבן האט זיך אפגעשטעלט, דו קענסט עס נישט פארשטיין, פשוט דו קענסט נישט! איך ווייס דו ווילסט מיר נישט בא'טיטל'ן אלס רחמנות, עס זעצט זיך דיר נישט אריין אין מח, ער? א רחמנות? ניטאמאל טראגט ער די טיטל וואס אנדערע אין זיין פלאץ געניסן, זיין לעבן האלט דאך שוין ווייטער.. נישט אזוי? ניין! נישט אזוי! איך דארף נישט דעם טיטל, איך וויל נישט דו זאלסט מיר באהאנדלען אנדערש, איך וואלט אפילו נישט געוואלט אז דו זאלסט מיטהאלטן מיין הארץ, איך בין געווענליך שטארקער ווי דעם, מיינע געפילן קומען נישט ארויס, אבער דאסמאל איז אנדערש, איך וואלט עס געוואלד באדעקן, אבער מיינע אויגן, די וואס האבן פארמאגט ביז היינט א פונק פייער, זיי שרייען היינט מוטלאז, זיי שרייען חושך. עולם חשך בעדי. די וועלט איז פארמאכט.

***

אין ווינקל פון מח רעדט ער, דאס קול איז מיר קענטליך, קוים נישט לאנג צוריק האב איך עס נאך געהערט, ניין ער איז נישט דא, איך וועל מער נישט הערן דעם קול, אבער איך ווייס וואס ער וואלט געזאגט אין די צייט, איך וויל עס שווער הערן, אבער איך ווייס אז ס'איז גערעכט, ניין, איך וואלט עס נישט גענומען פון קיינעם חוץ אים, אבער איך האב דיר אויסגעהערט, איך ווייס דיין שטרעבן, און איך וועל עס אנעמען אויך יעצט.

''מיין טייערער'', וואלט ער מיר געזאגט, ''לאז דיינע געפיל דיר איבערנעמען, וויין דיר אויס, לאז א טרער נאך מיר, עס איז שווער זיך צו עפענען, עס איז שווער ארויסצוברענגען די געפילן, אבער לאז דיר, עס איז דא א סדר העולם, און עס מוז אזוי גיין'' איך זעה שוין היינט פיל ווייטער, די יארן אויף די וועלט האט מיר עס געלערנט, און זיכער די קורצע צייט וואס איך בין אויף יענע וועלט, עס איז א גזירה מלפני, דו וועסט עס נאך איין טאג פארשטיין, אבער היינט איז עס נישט מעגליך פאר דיר משיג צו זיין, אזוי האט געמוזט זיין. מיין תכלית אויפן וועלט איז שוין געקומען צו אן ענדע, אבער דיינס נישט! דו ביסט נאך אין די פריע שטאפלן, עס ווארט דיר נאך אפ בליענדע יארן, עס ווארט דיר נאך אפ ליכטיגקייט. איך ווייס ס'איז דיר שווער צו זען, איך ווייס אז עס זעט דיר אויס אז אלעס איז געקומען צו אן ענדע, אבער ניין''

''עס זענען דא אזויפיל וואס ווארטן אויף דיין שמייכל, עס זענען דא אזויפיל וואס דו קענסט זיי נישט איבערלאזן, זיי ווארטן אויף א גוט ווארט פון דיר, זיי ווארטן אז דו זאלסט דיר צוריק קערן צום ליכטיגן אמאל, זיי האפן און בעטן אז דו וועסט האבן די כוחות זיך צו שטארקן. אויך איך וועל פון דא אויבן איינרייסן פאר דיר, איך זאג דיר אז עס ווארט דיר אפ גליקליכקייט, עס ווארט דיר אפ ליכטיגקייט, דו דארפסט אבער זיין גרייט עס מקבל צו זיין, נחמו נחמו עמי''

***

אוי, יגעת ומצאת תאמין
ווי שיין וועט עס זיין צוזאמען
זינגען אני מאמין
און דאן וועלן מיר אלעס גוט פארשטיין

יחד הרים ירננו
מיט משיח צדקינו
במהרה בימינו
קינדערלעך זיסע ענטפערטס אמן
אוועטאר
קעפיטאל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:50 pm

Re: וואו ביסטו באהאלטן וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעפיטאל »

wow wow wow זייער גוטע שפראך!
זייער געפיליש!
האט איר פראבלעמען מיט אייער קינד?
ווילט איר האבן מנוחת הנפש?
דריקט יעצט זיבן!!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: וואו ביסטו באהאלטן וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

הארציג
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: וואו ביסטו באהאלטן וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

😭😭😭😭😭😭😭
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
מאיר מאניש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:34 pm

Re: וואו ביסטו באהאלטן וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר מאניש »

Wow wow so emotional😭
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: וואו ביסטו באהאלטן וואו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

הארץ שפראך!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”