משה יצחקיהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 7:38 pm
א איד האט געפראוועט זיין סיום הש״ס, געמאכט א גרויסע סעודה, מיוזיק, בעלי דרשנים, שטייצעך געלאדענט דער גאנצע משפחה, חברים און ידידים, אינמיטן באמערקט ער אן עלטערער איד, ער גייט צו און פרעגט אים ׳ווער ביסטו?׳ דיין כתה א׳ מלמד ענפערט יענער, ׳פארוואס ביסטו געקומען?׳ פרעגט ער מיט וואונדער, ׳ווייל נאר צוליב מיר, האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין ש״ס!׳ וואאאסס?? וואונדערט זיך די מסיים, ענפערט די מלמד.. ״ווען די וואלסט ח״ו אראפ פון דרך וואלסטו מיר אודאי געבלעימ״ד! זאל איך כאטשיג אויך קענען נעמען קרעדיט ביי דיין סיום הש״ס!!!״
נישט מער פון גערכט..
1)ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב...... 2)זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
א באקאנטע משכיל האט זיך געפריידט שבועות, פרעגט אים די רב וואס איז די שמחה ביי דיר? ענטפערט די משכיל, איך פריי זיך אז נישט דער קייזער האט געגעבן די תורה ווייל ווען יא וואלט איך עס געדארפט היטן...
מיט וואס איז שיעור פון א מגיד שיעור אין ישיבה גלייך צום סדר נאכט? די בחורים זיצן אנגעליינט און פרעגן קשיות און דער מגיד שיעור זאגט "עבדים היינו" און עסט מרור...
מיט וואס איז שיעור פון א מגיד שיעור אין ישיבה גלייך צום סדר נאכט? די בחורים זיצן אנגעליינט און פרעגן קשיות און דער מגיד שיעור זאגט "עבדים היינו" און עסט מרור...