א נסיעה מיט פרעזידענט ביידען... (בוטשער - פרשן הפרשה)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

א נסיעה מיט פרעזידענט ביידען... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

וואשינגטאן די סי, אוועל אפיס:

א ערנסטע זיצונג קומט פאר ווי מען דיסקוטירט די עתיד פון אמעריקא. "מר. פרעזידענט, די מצב איז ביטער, עס איז כמעט נישט דא קיין אויסזיכטן צו זיגן אינעם פארמעסט''. א מידע ביידען האט זיך אויפגעכאפט פון דרימל און זיינע צומישטע אויגן האבן ווילד ארומגעוואנדערט זיכנדיג פון וואנענט די שטימע איז געקומען.

"אה, דו ביסט עס?", פרעגט ביידען פון דער מאן וועלכע איז געזעסן אקעגן איבער מיט די גלעזער אויפן שפיץ נאז. "יא", איז געקומען דעם אנטווארט. דער מאן האט נישט געקענט כאפן פארוואס דער פרעזידענט פרעגט אים אזאלכע מאדנע פראגן, אוודאי בין איך עס.

דער מאן ווועלכע איז געזעסן יעצט אויף א זיצונג מיט פרעזידענט ביידען הייסט 'מארק בארזאו', איינע פון די גרעסטע דעמאקראטישע קאמפיין סטראטיגיסטן און די סיבה פון זיין יעצטיגן באזוך איז די נידריגע נומערן אין די פאולס וואס ביידען ציעט אן. רוב אנעליסטן גיבן נישט קיין גרויסע שאנסן פאר דעם צוויי און אכציג יעריגע פרעזידענט וועלכע רעדט מורא'דיג קלאר און צו די זאך, אבער די דעמאקראטישע פארטיי האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף זייער מאכט, און דערפאר האבן זיי אים אראפ געשיקט זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט און פראבירן אויפצוקומען מיט עפעס א פלאן.

''הער מיר צו מר. פרעזידענט, איך האב נאך איין טאקטיק וואס קען זיך אפשר איינגעבן, און הער גוט, דאס איז דיין לעצטן שאנס''. ביי דעם פונקט פון די שמועס איז ביידען געווען אויסגעדרייעט צום וואנט און אויסגעמאלן מאדנע צייכנעס אין די לופט מיט זיינע האנט פלאכן, ווי כאילו ער ווינקט פאר די שדים און רוחות. די קאמפיין מיט אירע סטראטיגיסטן האבן בכלל נישט גערעדט צו אים.

"מר. פרעזידענט, דו ווילסט די בענקל?" האט ער מארק געפרעגט נערוועז זעה'נדיג ווי זיידע ביידען איז נישט מיט אים בכלל. "איט'ס פיין" האט ביידען גע'ענטפערט, ''איך קען שטיין''...

"הער, מיין עצה פאר דיר מר. פרעזידענט איז זאלסט זיך ארויסלאזן אויף א רייזע רינגס ארום די פאראייניגטע שטאטן און באגלייטונג פון א גרופע הייסע און ראדיקאלע חסידים און עטס זאלטס אפהאלטן מאסיווע ראלי'ס פאר דיינע שטיצער, אפשר אזוי וועסטו באווייזן אריינצוברענגען אביסל לעבן האפט אין דיין לאגער".

מיטאמאל האט מארק דערשפירט א שארפע ציפ אויף זיינע באקן, ער האט אויפגעהויבן זיין קאפ און דערזען דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן - יוזשעף ביידען בכבדו ועצמו שטיין איבער אים און ציפט אים די באקן מיט כוח, זיינע אויגן זענען נישט געווען קאנצעטרירט אין ערגעץ און א אומהיימליכע שמייכל איז געווען ארויפגעצויגן אויף, זיינע באקן. העעע, העעע ,העעע האט די פרעזידענט געמורמלט צו זיך אליין. צוויי פון זיינע געהילפן זענען שנעל צוגעלאפן צום פרעזידענט און אים ארויסגעפירט פון זאל. נישט דא וואס צו טון, די פילן זענען אויסגעלאפן. שטייעדיג ביים טיר האט זיך ביידען ארומגעדריעט און אויסגעשריגן מיט א פלאם; עלבע דעהה באדגעלבאו, און גלייך דערנאך זיך צושמייכלט ברייט… (פרעג מיר נישט וואס דאס מיינט, אבער א שטיקל הסבר קען זיין דאס וואס פרעזידענט ביידען איז צוגעוואינט צו שרייען ביי זיינע ראלי'ס אומקלארע סטעטימענטן און געווענדליך אפעלאדירט מען אים נאכדעם, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט, דעריבער ווארט ער פשוט מען זאל אים אפעלאדירן).

***

די פרעזידענטליכן שטאב האט זיך גראד אריינגעווארפן אין דעם פראיעקט, מען גייט אהערשטעלן א רייזע אזאנס און אזעלכס. די סיקרעט סערוויס האט אלעס אנגעגרייט פון א זיכערהייט שטאנדפונקט און די סטראטעגיסטן האבן אנגעגרייט גוטע רעדע'ס וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די פרעזידענטס גלענצנדע רעקארד.

די שווערסטע זאך צו טרעפן איז געווען ''הייסע חסידים'', נישט לייכט איז אנגעקומען אפירצוזיכן אזעלכע פאנאטישע חברה, אבער נאכן זיכן לאנג האט מען געטראפן א גרופע קאלעדזש סטודענטן מיט גאר הויכע 'איי קיו' ציפערן וועלכע האבן געהערט צו די לינקע און פראגראסיווע פליגל פונעם פארטיי, זיי זענען געווען גרייט. ויסעו, די גרופע האט זיך ארויס געלאזט אויפן רייזע.

די גרופע האט נישט געהאט קיין טאג און נישט קיין נאכט, מען האט געהאלטן אין איין פארן, נישט דא קיין בריבה. די וואלן דערנענטערן זיך שוין און דער שיירה איז די איינציגסטע האפענונג.

עס איז געווען שוין כמעט א וואך אריין אין די רייזעף א וואך וואס זיי האבן נישט פארמאכט קיין אויג. זיי זענען געווען צו פארנומען צו שרייען די לויזונגען; "ביידען וועט ברענגען שלום" ביידען וועט ברענגען סטאביליטעט" ''ביידען פאר די עקאנאמיע"... אא''וו נאך פולע נארישע ליניעס וועלכע האבן געברויכט דינען אלס שלאג ווערטער. נישט קיין חילוק ווי פיל זיי זענען געפארן זענען די חברה געווען גרייט און נישט געווארן אויסגעמוטשעט, וויבאלד זיי האבן געגלייבט אין דעם הייליגן ציל, צו פארשפרייטן די ליבאראלע אגענדע…

***

שטייט די וואך אין די פרשה אז נאך מתן תורה האט די באשעפער געפירט די אידן אוועק פון מדבר סיני און זיי געפירט צום הייליגן לאנד ארץ ישראל. די באשעפער האט אזוי שטארק שוין געוואלט ברענגען די אידן קיין ארץ ישראל און דעריבער האבן זיי פאראויסמארשירט פאר עטליכע טעג אן אפהאלט.

נאך א שטיק צייט האט זיך פארמירט א שטיקל שטורעם, מקצה המחנה האט זיך געהערט א געטומל, מענטשן האבן טענות. די מתעוננים פארפירן. זיי זענען נישט גרייט צו ארבעטן אזוי שווער, זיי זענען שוין מיד, זיי ווילן מען נישט גיין ווייטער. ''געוואלד'' האט איינע פון די היץ קעפ געשריגן ווען זיינע הענט זענען אים אריינגעדרייט אין זיין צווענציג יעריגן 'סטרעטשי', מיר גייען שוין פאר באלד דריי טעג אין א צו און קיין צייט זיך אפצורוה'ן, ווי יאגט מען אונז? לאמיר צוריקגיין האקן אביסל פון די געשמאקע פיש אין מצרים…

די זאך האט גאר שטארק פארדראסן פארן באשעפער, היתכן מען רעדט זיך אפ, די באשעפער האט זיי גאר שטרענג באשטראפט. א פייער האט אויסגעבראכן און זיי פארלענדעט.

שטעלט זיך די פראגע, וואס איז שוין געווען די גרויסע פארברעך? גאר אסאך מענטשן גלייכן זייער צו קוועטשן און פארפירן אויף יעדער זאך, פארוואס האט דאס געברענגט אזא שטרענגע עונש?

די תירוץ איז וויבאלד זיך אפרעדן באדייט א חוסר אין בטחון. ווען די אידן וואלטן געהאט די ריכטיגע ביטחון אינעם באשעפער אז ער מיינט בלויז זייער גוטס וואלטן זיי זיך נישט אפגערעדט. פונקט ווי ביידען'ס ליבעראלע חסידים וואס זענען גרייט אויף אלצינג וויבאלד זיי גלייבן אין זייער צוועק.

דאס איז געווען די טענה וואס די באשעפער האט געהאט אויף די אידן, היתכן עטס רעדס ענק אפ? איך האב ענק ארויסגענומען פון מצרים און ענק געוויזן אז איך בין די האר פון די וועלט, איך האב ענק אויסגעקליבן צו זיין מיין פאלק און וויל ענק געבן דאס בעסטע וואס איז דא אויפן וועלט, פארוואס גלייבט עטס נישט? וויפיל מאל נאך וועט עטס מיר אויספראבירן?

און טאקע צוליב דעם חסרון זענען אידן געבליבן פערציג יאר אין מדבר, ווייל דאס האט צוגעברענגט אז די אידן זאלן שיקן מרגלים, זיי האבן נישט געגלייבט.

יעדער מענטש געפינט זיך אויף א רייזע, די לעבן איז א שטורעמישע נסיעה וועלכע מיר אלע מאכן דורך, אבער לאמיר געדענקן, מיר גייען נאך די באשעפער, ער פירט אונז, און מיר גלויבן אז ער וויל נאר אונזער גוטס, טא, פארוואס זאלן מיר זיך אפרעדן? עס וועט נאר שאטן.

גוט שבת!!!
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מאנטאג יוני 24, 2024 9:29 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

Untitled document.pdf
(66.39 KiB) געווארן דאונלאודעד 16 מאל
ביידען בימי זקנתו
|
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

הערליך שיין.

משל וואס הערט זיך היימיש. און א נמשל וואס איז מחזק.


ייש"כ @בוטשער
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:11 am
פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
ווייל די וואס ליינען אלעמאל זיינע שרייבעריי, זענען פארקויפט פאר זיין מהלך המחשבה, גלייכן אויך ווען ער שרייבט פאליטיש.

וואס ווילסטו, ער זאל ברענגען א משל ווי ביידן שטייט הויעך אין די פאולס?
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:11 am
פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
וואס גייט דיך אן?
א גוט ווארט. געב א לייק. און גיי ווייטער....
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:11 am
פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
ר' איד, מיש נישט אויס מציאות מיט פאליטיק. און איך בין נישט שולדיג אז די דעמאקראטן פארמישן דאס...

ביידען איז אלט פינטל.
ביידען בימי זקנתו
|
פליסיגע טינט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 2:28 pm

Re: א נסיעה מיט פרעזידענט ביידען... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליסיגע טינט »

אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:11 am
פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
ווייל די דובנא מגיד און אסאך אנדערע מגידים האבן שוין געטון אזא געדאנק ארויס צו ברענגן א נקודה...
ס'איז קיין חיוב מוחה צו זיין ווען מהאט בויך וויי...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: א נסיעה מיט פרעזידענט ביידען... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

@בוטשער מיט א פרישע ארטיקל...
אויסגעשאסן אפאר מאל...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:11 am
פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
די מיינסט אוודאי "פאליטישע פאקטן"...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: א נסיעה מיט פרעזידענט ביידען... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מתוק און צו דער פוינט!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: א נסיעה מיט פרעזידענט ביידען... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

בוטשער האקט שטיקער.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פרעזידענט ביידען'ס קאמפיין איז אין דערערד... (בוטשער - פרשן הפרשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

גאר קאנסערוואטיוו האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:55 am
ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:11 am
פארוואס אריינמישן דיינע פאליטישע שיטות אין א ווארט אויפן פרשה?
די מיינסט אוודאי "פאליטישע פאקטן"...
כ'האב געטרייעט צו לייקן צוויי מאל. ס'גייט נישט
ביידען בימי זקנתו
|
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”