אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 2:15 pm
viewtopic.php?t=69613וע
ווער גייט זיי מודיע זיין אז די אויסלייג איז יונגערמאן?
אדער אפשר איז עס דווקא אזוי, אזויווי קינדערליך?
וואס הייסט דווקא?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: מוצ"ש יוני 22, 2024 11:21 pm

אויב זיי האבן אינזין א ווערטערשפיל, פונקט ווי ביי "קינד-ערליך" אויסגאבע.

ס'איז אבער נישט שייך דא. (סיידן זיי גייען אזוי טיף, מתכוון צו זיין אויף קאמפאראטיוו - אינגער ווי א צווייטן...).
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:23 am
היסטאריש האט געשריבן: מוצ"ש יוני 22, 2024 11:21 pm
שווערמער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 2:15 pm
viewtopic.php?t=69613וע
ווער גייט זיי מודיע זיין אז די אויסלייג איז יונגערמאן?
אדער אפשר איז עס דווקא אזוי, אזויווי קינדערליך?
וואס הייסט דווקא?
אויב זיי האבן אינזין א ווערטערשפיל, פונקט ווי ביי "קינד-ערליך" אויסגאבע.

ס'איז אבער נישט שייך דא. (סיידן זיי גייען אזוי טיף, מתכוון צו זיין אויף קאמפאראטיוו - אינגער ווי א צווייטן...).

(פון זייערע אנאנסן, און זייער מאגאזין זעלבסט, זעט נישט אויס ווי זיי ווייסן בכלל וואס קאמפאראטיוו באדייט.)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

לויט ווי ווייט איך פארשטיי איז א טעות די ווארט "איינ געלעגנהייטן" וואס ווערט אפט באנוצט, די ריכטיגע ווארט איז "איינלעגנהייט", און ס'איז פארשטוישט געווארן מיט די ווארט "געלעגנהייט".

כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער די טעות אבער יעצט געטראפן א געלעגנהייטוועגן דעם.

בדרך אגב: ביטע מישט זיך נישט אריין אין מיינע ביזנעס איינלעגנהייטן. ייש"כ
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

נייע ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:42 pm

פון וואו פארשטייסטו אזוי? וועלכע דייטשע ווארט (אדער אנדערע מקור פון א צווייטע שפראך) האסטו פאר איינלעגנהייט מער ווי פאר איינגעלעגנהייטן?

נישט אז איך קריג מיר מידיעה, אבער אויב דו שרייבסט עפעס וואס קיינער פירט זיך נישט אזוי, דארפסטו מסביר זיין פארוואס דו טראכסט אזוי. סתם אז דער סאונד פון דער ווארט קלינגט דיר בעסער איז נישט גענוג.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:52 pm

א שנעלע גוגל סערטש האט מיר אהערגעברענגט דא viewtopic.php?t=36619&start=75

Screenshot 2024-06-23 155509.png
Screenshot 2024-06-23 155509.png (265.43 KiB) געזען 377 מאל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דאס קען פונקט אזוי זיין אז ער האט געמאכט א טעות.
ווי קנאפער שרייבט דו ברויכסט ברענגען עפעס אן הוכחה ראיה אדער סיי וואס צו טענהן אויף א איינגעגעסענע ווארט אז סאיז א טעות.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נייע ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:56 pm

א שנעלע גוגל סערטש האט מיר אהערגעברענגט דא viewtopic.php?t=36619&start=75

Screenshot 2024-06-23 155509.png

א לאנגע גוגל סערטש האט מיר אויך געברענגט צו יענץ?

דאס אז דער איינציגסטער מעטש צו דיין "קאררעקטע" ווארט איז איין פארום שרייבער אין 2018, ווייזט אויף?...

איך האב האט געפרעגט פון וואו דער הבנה דיינער איז געקומען, און צו עס האט עפעס א מקור.
-----

דער ווארהייט איז אבער אז איינגעלעגנהייט איז אוודאי יא ריכטיג, און עס איז א גערמאנישע ווארט angelegenheit.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 4:01 pm
נייע ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:56 pm

א שנעלע גוגל סערטש האט מיר אהערגעברענגט דא viewtopic.php?t=36619&start=75

Screenshot 2024-06-23 155509.png

א לאנגע גוגל סערטש האט מיר אויך געברענגט צו יענץ?

דאס אז דער איינציגסטער מעטש צו דיין "קאררעקטע" ווארט איז איין פארום שרייבער אין 2018, ווייזט אויף?...

איך האב האט געפרעגט פון וואו דער הבנה דיינער איז געקומען, און צו עס האט עפעס א מקור.
-----

דער ווארהייט איז אבער אז איינגעלעגנהייט איז אוודאי יא ריכטיג, און עס איז א גערמאנישע ווארט angelegenheit.
ס'מאכט סענס וואס דו זאגסט, כ'האב אנגעהויבן מיט "לויט ווי איך פארשטיי".
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

הלכה למעשה:
אַנגעלעגנהייט(נישט איינגעלעגנהייט)
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 4:43 pm
הלכה למעשה:
אַנגעלעגנהייט(נישט איינגעלעגנהייט)
'אָנגעלעגנהייט'. אבער ווי 'אָנגעשטעלטער' זאגט מען עס היינט ארויס מיט א פתח.

_____

@נייע ניק , פארוואס האסטו געטראכט אז דאס ווארט איז אנדערש ווי מ'שרייבט עס היינט?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 4:55 pm
'אָנגעלעגנהייט'. אבער ווי 'אָנגעשטעלטער' זאגט מען עס היינט ארויס מיט א פתח.
1. ביי 'צוואַנציג' איז גראדע פארקערט די מעשה. אבער וואו איז עס נוגע היינט?

2. דיינע ווערטערביכער ווייסן נישט פון אזא ווארט צו זאגן (אויך נישט 'איינגעלעגנהייט'), ממילא בין איך בארעכטיגט צו פינטלען וויאזוי מיין דיאלעקט באשטימט.

3. אויב גייסטו בלינדערהייט נאך וויינרייכ'ן, בלייבסטו מיט:
'אָנשטענדיג' און 'אָנערקענונג'.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:18 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 4:55 pm
'אָנגעלעגנהייט'. אבער ווי 'אָנגעשטעלטער' זאגט מען עס היינט ארויס מיט א פתח.
1. ביי 'צוואַנציג' איז גראדע פארקערט די מעשה. אבער וואו איז עס נוגע היינט?

2. דיינע ווערטערביכער ווייסן נישט פון אזא ווארט צו זאגן (אויך נישט 'איינגעלעגנהייט'), ממילא בין איך בארעכטיגט צו פינטלען וויאזוי מיין דיאלעקט באשטימט.

3. אויב גייסטו בלינדערהייט נאך וויינרייכ'ן, בלייבסטו מיט:
'אָנשטענדיג' און 'אָנערקענונג'.
1. אין וויינרייך שטייט גראדע ביידע פארמען. נישט עכט נוגע (אפשר פאר די וואס לייגן קמצ'ן און פתח'ס ביי אלפ'ן), אבער אז דו האסט עס געשריבן מיט דער נקודה האב איך שוין געשריבן די ריכטיגע.

2. אז זיי ווייסן נישט פון די ווערטער, אפשר שרייבסטו שוין 'איינלעגנהייט' פאר דעם פרייז?

3. נו, אפשר טאקע?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:28 pm
גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:53 pm
אנגעשטעלטער. די ווערטערביכער שרייבן דעם א' מיט א קמץ, אבער אין דייטש איז דא אן A. איינגעשטעלט איז מסוכנ'דיג.

אנגענעם איז ריכטיגער, און איז מער איינגעפירט היינט. די ווערטערביכער ברענגען ביידע.
גערעכט, יעצט זע איך אז ייווא שרייבט אויך 'אנגענעם', אויך מיט א קמץ, און יודל מארק זאגט די זעלבע.
אין ארץ ישראל זאגט מען "איינגענומען" (אז מען נעמט איין, ווערט טאקע אנגענעם...).

ווער איז דער מארק וואס דו ציטירסט דא אזויפיל?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:27 pm
1. אין וויינרייך שטייט גראדע ביידע פארמען. נישט עכט נוגע (אפשר פאר די וואס לייגן קמצ'ן און פתח'ס ביי אלפ'ן), אבער אז דו האסט עס געשריבן מיט דער נקודה האב איך שוין געשריבן די ריכטיגע.

2. אז זיי ווייסן נישט פון די ווערטער, אפשר שרייבסטו שוין 'איינלעגנהייט' פאר דעם פרייז?

3. נו, אפשר טאקע?
1. קומט זיך טאקע א דאנק פאר ר' אוריאל'ן פאר'ן ערלויבן דאס שרייבן 'צוואָנציג'.

2. גענוג אז זיי ווייסן נישט פון שטייט/שטאַט, הייקל/האַקל, און עד היום ליידן מיר דערפון...
אבער פארוואס פארדרייען דאס ביסל שטאנדהאפטיגקייט?

3. איך דארף יעצט 'אַנערקענען' דיין 'אַנשטענדיגקייט'?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ברדלס האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:58 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:28 pm
גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:53 pm
אנגעשטעלטער. די ווערטערביכער שרייבן דעם א' מיט א קמץ, אבער אין דייטש איז דא אן A. איינגעשטעלט איז מסוכנ'דיג.

אנגענעם איז ריכטיגער, און איז מער איינגעפירט היינט. די ווערטערביכער ברענגען ביידע.
גערעכט, יעצט זע איך אז ייווא שרייבט אויך 'אנגענעם', אויך מיט א קמץ, און יודל מארק זאגט די זעלבע.
ווער איז דער מארק וואס דו ציטירסט דא אזויפיל?
יודל מארק, פון די גרעסטע שפראך עקספערטן אין אידישער שפראך, געשריבן זשורנאלן און ביכער איבער שפראכליכע ענינים אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 6:05 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:27 pm
1. אין וויינרייך שטייט גראדע ביידע פארמען. נישט עכט נוגע (אפשר פאר די וואס לייגן קמצ'ן און פתח'ס ביי אלפ'ן), אבער אז דו האסט עס געשריבן מיט דער נקודה האב איך שוין געשריבן די ריכטיגע.

2. אז זיי ווייסן נישט פון די ווערטער, אפשר שרייבסטו שוין 'איינלעגנהייט' פאר דעם פרייז?

3. נו, אפשר טאקע?
1. קומט זיך טאקע א דאנק פאר ר' אוריאל'ן פאר'ן ערלויבן דאס שרייבן 'צוואָנציג'.

2. גענוג אז זיי ווייסן נישט פון שטייט/שטאַט, הייקל/האַקל, און עד היום ליידן מיר דערפון...
אבער פארוואס פארדרייען דאס ביסל שטאנדהאפטיגקייט?

3. איך דארף יעצט 'אַנערקענען' דיין 'אַנשטענדיגקייט'?
דו ווילסט שרייבן אנדערש? כל הכבוד. דא האט מען גערעדט וויאוזי עס קומט אריגינעל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 6:05 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:27 pm
1. אין וויינרייך שטייט גראדע ביידע פארמען. נישט עכט נוגע (אפשר פאר די וואס לייגן קמצ'ן און פתח'ס ביי אלפ'ן), אבער אז דו האסט עס געשריבן מיט דער נקודה האב איך שוין געשריבן די ריכטיגע.

2. אז זיי ווייסן נישט פון די ווערטער, אפשר שרייבסטו שוין 'איינלעגנהייט' פאר דעם פרייז?

3. נו, אפשר טאקע?
1. קומט זיך טאקע א דאנק פאר ר' אוריאל'ן פאר'ן ערלויבן דאס שרייבן 'צוואָנציג'.

2. גענוג אז זיי ווייסן נישט פון שטייט/שטאַט, הייקל/האַקל, און עד היום ליידן מיר דערפון...
אבער פארוואס פארדרייען דאס ביסל שטאנדהאפטיגקייט?

3. איך דארף יעצט 'אַנערקענען' דיין 'אַנשטענדיגקייט'?
1. וואס זשע איז די נושא אנבאלאגנט "צוואנציג"?

בכלל, דייטשמעריזמען האבן זיך זייער אייגנארטיגקייטן, און מען רעדט ווי א דייטש. ווי למשל "נישט צום האַבן". די אידן אין אונגארן און אין גאליציע האבן אויפגעפיקט די ווערטער פון די הערשענדע עסטרייכער, און בארייכערט אונזער שפראך; לאזט נישט די אידיאלאגישע אידישיסטן אייך פארדרייען א קאפ.

קיצור, נעווער מיינד
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:03 pm
וואס זשע איז די נושא אנבאלאגנט "צוואנציג"?
אז אפיציעל קומט עס מיט א פתח.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

וואס זאגט דערוילם צו די ווארט "עכסט" - איז דאס ריכטיג געספעלט ?
די שאלה איז, ווען מ'זאגט ארויס די ווארט, מיינט מען צו אויסדרוקן "הויך צייט" אדער "עכטע (ריכטיגע) צייט" - אדער גאר ביידע נישט ?
אטעטשמענטס
עכסט צייט.jpg
עכסט צייט.jpg (53.52 KiB) געזען 58 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

בעל החבית האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:33 pm
וואס זאגט דערוילם צו די ווארט "עכסט" - איז דאס ריכטיג געספעלט ?
די שאלה איז, ווען מ'זאגט ארויס די ווארט, מיינט מען צו אויסדרוקן "הויך צייט" אדער "עכטע (ריכטיגע) צייט" - אדער גאר ביידע נישט ?
א ריכטיגער מוסטער פון א ירושלימ'ער גרייז. [אדער: א רעכטע דוגמא פון א ירושלמי'שער טעות ].

ס'איז שוין העכסטצייט - אזויווי דיין ערשטע פשט.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”