נו אז יעדער זאגט מעג איך דאך אויך זאגן...
מבד, שטימע ארויף, שטימע אראפ, איז מלך, אין די יונגע יארן אויף איין מהלך און אויף דער עלטער אביסל אנדערש געשלייערט, איך באצייכן עס ווי 'זקן מלא רחמים', עפעס אזא סארט פאטערליכקייט, א פעלזענע שטארקייט איבערגעדעקט מיט א סאמעטענע ווייכקייט, די ווערטער ווערען געטייטש, דער מעסעדזש ווערט דעליווערט עפעס אזוי מין קלאר, ס'איז אומבאשרייבליך, אנגעהויבן פון זיין שרייען 'לעט מיי פיפל גאו' ביזן זיך בעטן: 'טייערער פאטער ליבער קעניג', דאס בענקשאפט פון 'איך האב געוווארט', דער געפיהל פון באו מים עד נפש ווען ער רייסט איין, 'עד מתי', אלעס אזוי עכט ארויסגעברענגט, הזמן יכלה והם לא יכלו. איך מיין אז קיין ממלא מקום וועט נישט זיין... מאנארכיע איז שוין ממילא א פארגאנגענהייט, איז נישט עק וועלט אז 'יודישע מוזיק' וועט אריבערגיין צו דעמאקראטיע... און אויס מיט די מלכים.
...
אברעמל, האט מוראד'דיגע קוואליפיקאציעס, באגלייט מיט א וואונדערבארע 'חיות', ווי אויך ברענגט ער מיט זיך א געוואלד מיט עקפיריענס, זיין שטערקסטער פונקט: זיין 'קריצלאזע', זיסע און איינגענעמע שטימעלע אויף וועלכע ער באזיצט א פולער קאנטראל דורכאויס אלע זיינע אקטאוועס, מ'טאר נישט פארגעסען, זיין איידעלער כאראקטער וואס שטארט אזוי ארויס בעת'ן זינגען, וואס לדעתי קען דאס קרעדיטירט ווערן פאר זיין גרויסע הצלחה.
טראץ וואס און מוזיקאלישקייט און קעניגליכקייט קומט ער נישט מרדכי'ן צו די קנעכל, איז ער פארט געבליבן 'שני למלכות', איך קרעדיטיר בעיקר דאס זיין 'אויף די ריכטיגע פלאץ, און די ריכטיגע צייט'.
...
עס איז אגב ווערט צו פארנאטירן, אז במשך די יארן זענען 'געקומען און געגאנגען' א צאל ריכטיג געלונגענע זינגערס, וועלעכע האבן שיין געזינגן אן די הילף פון די 'קאמפיוטער דזשענערעיטערס', און וואלטן איינגעפאקט רוב פון די 'בעיבי בוממערס', איך וועל אויסרעכענען צוויי וועלעכע קומען מיר איצט אין געדאנק:
1. ארי קליין,מרדכי'ס שוואגער אויף וועמען מען האט גרויסע זאכן פאראויס געזאגט. און ווי אין ים אריין...
1. שמואלי ראזענבערג, א זינגער וואס האט ארויסגעגבן א קאסעטע 'אחינו' וואס דאן געשטורעמט די וועלט, פרעגט אייך נאר נאך.
די ביידע האבן שפעטער פראבירט צו מאכן א קאמבעק, אבער ס'האט עפעס נישט געכאפט.
...
אין צו די היינטיגע,
ליפא, ווייסט דאך יעדער איז דזשעני און מוזיקאלישקייט, אפילו אין טייטשן ווערטער קומט ער די נענטסטע צום קעניג, אלס טאלאנט אויס איז דער קרוין פרינץ, דא עקא, עס פעלט עהם קאנסיסטענסי, עפעס אן אומגעזעצטקייט באגלייט אים, זינט טאג איינס, עס פעלט אים קאמיוניקאציע מיט דער מוזיק, למשל ער וועט הארמאנייזן הערליך שיין, אבער... אויף א צווייטע קארד ווי די מוזיק,
ועוד, כדי צו זיין א כרכא דכולא ביה, זינגט ער אלע סטיילס, נישט שלעכט, אבער עכט גוט איז ער נאר אין געוויסע סטיילס. ער גראמט, די ווערטער גראמען טאקע, אבער פון פאעזיע איז דאס זייער ווייט,
אין איין ווארט, ווען ער זאל טוהן נאר וואס ער קען וואלט ער ביי מיר געווען דער ממשיך דרכו פון די צוויי גרויסע.
...
שוועקי, וועלעכער איז ווייט נישט אזא טאלאנט ווי קיין איינער פון די דערמאנטע, פארט האט ער געברענגט 'עפעס נייעס' צום טיש, הגם קיין מוזיקאנט איז ער ווייט נישט, האט ער א געוויסע 'תמימות'דיגע זיסקייט' וואס קומט זייער שיין ארויס אין זיינע אלבוימס, אבער נישט דאס איז דער עיקר וואס דער עולם גייט משוגע, וואס יא, די הויכע קוויטשעדיגע טענער פון וואס 'קטנים נשים ועבדים' ווערען מורא'דיג אנציקט.
ער האט אבער נאך א מורא'דיגע זאך, א גוטער פראדוסער....
...
צום שלוס, כדי טאלאנט זאל ארופקומען אויפן אויבערפלאך דארפן אסאך גוטע זאכן פאסירן, ס'דארף זיין איינער וואס איז פאראינטערסירט עס אויפצובויען, גוטע ניגונים, געלונגענע מארקעטינג אאו"ו, פאפולעריטי זעלבט איז נישט קיין ראי' לכאן ולכאן.
נאך א פאוינט, ס'איז דא גאר טאלאנטפולע זינגערס וואס זענען נישט 'געבליבן' אויפגעכאפט ווייל זיי האבן נישט געברענגט קיין 'נייעס' צום טיש, מבד, אברהם, ליפא, און אפילו שוועקי האבן געברענט עפעס צום טיש, ווידעראום גבאי, זייענדיג מער פראפעשענאל און פערפעקט ווי אנדערע, מער פאפולארלע פון אים, קען מען אבער נישט אנווייזן, 'וואס זאגט ער וואס א צווייטער האט נאכנישט געזאגט'.
.....................
דאס איז - סך הכל - איין מאנ'ס מיינונג...