פייטן'ס שרייבעריי טישל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מסע הקודש - לעורר מקד"ם
חלק ג' - מונקאטש




אום 6:10קומט מען אן אין עיר האבות מונקאטש, וואו מיר זענען צום ערשט ארויף צום אלטן ביה"ח, מקום מנוחתם פון הרה"ק בעל מלבוש לשבת ויו"ט, און בנו בעל אלפי מנשה פון זידיטשוב זי"ע, וואו מיר זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים נ"ב - נ"ה, דערנאך איז מען ארויס אויפן פעלד מול מקום מנוחם הראשון פון רבותיה"ק, בעל מנח"א, ואביו בעל דרכי תשובה, ואביו בעל שם שלמה זי"ע נבג"מ, און געזאגט קאפיטל נ"ה, יהי רצון מיט קדיש, און מ'האט פארלאזט דעם ביה"ח.


פוןדארט זענען מיר געפארן צום חצר פון ווי די אור הקדושה פון רבותינו הק' נבג"מ, האט ארויסגעשיינט, און באשיינט די טויזענטער חסידים בכל רחבי תבל, און ברענגט נאך אויף געגועים אין הארץ פון א יעדע דינוב'ע און מונקאטש'ע איד, וואס לעבט כסדר מיט ספרי והנהגת רבותינו נבג"מ.


אריינקומענדיגאינעם חצר, זענען מיר באגריסט געווארן דורך די לעצטע פארבליבענע אידיש רעדנדע זקנים, אין שפיץ פון דער ראה"ק ר' אברהם (באמי) לעבאוויטש הי"ו, מיר זענען אריין אין די סוכה, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע טעימה קלה (אזוי האבן זיי עס גערופן, אפי' סאיז געווען צוגעשטעלט פיש, פלייש, זופ, און נאך), מ'האט נישט לאנג געקענט זיצן און פארברענגען, ווען די הויט ברענט אויף יעדעם איינעם, עסן קען מען אינדערהיים אויך, דא דארף מען אריינכאפן יעדע סעקונדע.


מאנכעזענען גראד אריין אינעם הייליגן הויז ווי עס האבן געוואוינט רבותיה"ק נבג"מ בשעתן דינען אלס רב, אנגעהויבן פונעם שם שלמה, דרכי תשובה, מנחת אלעזר, און כ"ק אדמו"ר בעל בינת נבונים זצ"ל, פאר די רשעים האבן אים פארשיקט קיין פוילן אלס פוילישער בירגער, ארומגייענדיג און טאפנדיג די ווענט, באטראכטנדיג אלע צימערן, (וואס מ'קען בעצם שרייבן א לענגערע ארטיקל איבער דעם, אבער כ'וועל עס פראבירן צו מאכן בקיצור נמרץ, און לאזן פאר אונזער אלטגעזעסענע תושבים דאהי זאלן אריינקומען מיט פונקטליכע דעטאלן), די גרויסע מעבל צימער וואו מ'האט געפראוועט די וואכן טישן, די ארץ ישראל שטוב, פון קופת רמבעה"נ איז געפירט געווארן, די שלאף צימער, ווי ס'איז יצאה נשמתם פון רבותיה"ק נבג"מ, דאוון צימער, וואו רבותיה"ק האבן געדאוונט בעת הצורך, און האחרון החביב קוויטל שטוב, ווי מ'האט גע'פועל'ט ישועות פאר לאנגע יארן.


אנדערעהאבן זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד אוהל רחל, וואס איז געווען די דירה פונעם קומענדיגן רב, בעת וואס די רב האט נאך געדינט, ד"ה דער דרכי תשובה בעת אביו השם שלמה האט געדינט אלס רב, אא"ו, בעת אנדערע באטראכטן דאם חצר, אדער קוקן זיך אום אינעם שטעטל, און דיסקוסירן ווי די היסטאריש באקאנטע שטיגן פונעם רב'ס הויז איז געווען.
7:40 בני חבורה ב' זענען אנגעקומען ב"ה, נאך א לענגערע טילטול הדרך וואס זיי האבן דורכגעמאכט.


(אינטערעסאנט צו באמערקן אז כ'טרעף נאך זיך וואלגערנדיג אין מונקאטש, צענדליגע קונטרסים פון די נסיעה בשנת תשע"ז בראשות כ"ק רבינו שליט"א, וואס מ'האט דעמאלטס ארויסגעדרוקט חסיד'ישע ספרים לתועלת הנוסעים).


בשעה 8:50שפאנט מען אריין מיט יראה'דיגע טריט, אין שטוב פון רבותינו הק' נבג"מ, ומלכינו כ"ק רבינו עט"ר שליט"א בראשינו, זינגענדיג ניגוני התעוררות, איך קוק מיך ארום זעה איך די ערנסטקייט אויסגעגאסן אויף די פנימ'ער, אריינגייענדיג אינעם הייליגן דאוון צימער, זעענדיג ווי רבינו שליט"א טוט זיך אן דעם קאלפיק לקראת תפלת מנחה ומעמד התעוררות און זיך קוויטלען, איז מיר באלד אריין אין קאפ די ווערטער חבש כובע "ישועה" בראשו, אויף ווען אויב נישט אויף אזא הייליגע מעמד ווי מ'וועט אי"ה פועל'ן פילע ישועות איז געזאגט געווארן דעם מאמר.


וויהייליג איז געווען די מינוט וואס מיר האבן זוכה געווען צו זעהן כ"ק אבינו רועינו שליט"א שפאנענדיג צום מקום שהתפללו בו אבותיו, נעבן דעם פענסטער אינעם דאוון שטוב, ווען מיר אלע קוקן זיך צו מיט א חרדת קודש, און גלייכצייטיג פרייליך מיט בטחון אז רבינו שליט"א וועט אונז פועל'ן אלעס גוטס, בשעת אט די הייליגע תפלה.


צוםעמוד איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד באבוב מאנסי שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א, נכד הבעל הילולא, און געזאגט דעם קדיש פאר שמו"ע מיט כונה יתירה, ביי תפלת השמו"ע האט מען געקענט טאפן די ערנסטקייט אין די לופט, ווען אנ"ש ווייסן און באגרייפן די זכיה וואס מיר האבן צו קענען דאווענען א תפלת מנחה, וואס אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה, אויף אזא מקום קדוש, וואו מיר וועלן אן קיין שום צוויפל ארויס גיין גע'פועל'ט, איבריג צו זאגן אז די שמו"ע איז געווען אן אנדער מין שמו"ע, און די קדושה איז געווען אן אנדער מין קדושה ווי וואס מיר זענען געוואוינט צו זאגן טאג טעגליך, אפי' דער תפלת עלינו אין וואס מיר קענען צומאל מזלזל זיין, האט געהאט א תקומה.


דערנאךאיז מען אריבער צום ביהמ"ד אוהל רחל ע"ש הרבנית רחל פערל אשת רביה"ק בעל ההילולא, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד לחיים והתעוררות, אויפן וועג ארויס פון בית רבותיה"ק האט רבינו שליט"א דערציילט די מעשה פונעם שם שלמה מיטן ניסן בוים, און מיר האבן זיך אומגעקוקט אויפן בוים, און געזינגען די מאמע האט געהייסן, די גאנצע וועג גייענדיג צום לחיים.


אריינקומענדיגאין ביהמ"ד האט רבינו שליט"א זיך באלד געזעצט, און די ציבור האט אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות, ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ב"פ שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די תשוקה וואס רבותיה"ק האבן געהאט צום ביאת הגואל, און מעורר געווען אז מ'זאל איינרייסן פאר די גאולה שלימה זייענדיג אין אוהל הק', ווי אויך האט ער בתוך דבריו ארויסגעברענגט און אויפגעפאדערט די ציבור אנ"ש, מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון אביו הגדול אבינו רועינו הוד כבוד קדושת מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א, וואס איז אריבער גאר א שווערע ווינטער, ווי כלל חסידי אנ"ש האבן מתפלל געווען כסדר, און זענען ווייטער מתפלל לבריאותו השלימה, דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם גרויסן בעל הילולא, און רבותיה"ק למעלה בקודש, וואס מיר גייען אין די שעות ארויף צו זייער ציונים, ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע מעלה וואס מיר האבן ווען מיר זענען דבוק בצדיקים הנקראים חיי"ם, און צדיקים במיתתם קרואים חיי"ם, אויך האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגקייט פון זאגן תפלת השל"ה וואס מ'פירט זיך צו זאגן ער"ח סיון, וואס איז א תפלה פון אב על הבן, איבערהויפט ווען מ'זאגט דאס ביים ציון, וואס איז אן מציבת אב"ן נוטריקון אב ובן, און אז מ'וועט זיכער אויס'פועל'ן אלעס גוטס ברחניות ובגשמיות, דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשען לחיים מיט כל מילי דמיטב, און מ'איז צוריק אריבער געגאנגען צום בית רבותיה"ק בשירה ובזמרה.


אנקומענדיגאינעם הייליגן הויז, איז רבינו שליט"א תיכף אריין אינעם הייליגן קוויטל שטוב, ווי מרנן רבותיה"ק נבג"מ האבן אויפגענומען אידן מכל קצוי תבל פאר לאנגע יארן, און גע'פועל'ט פילע השפעות פאר אידישע קינדער בצר להם, האט יעצט רבינו שליט"א ממשיך געווען די הייליגע מסורה, בעת ווען פון אונטן ליגן אנגעגרייט 4 בענקלעך פאר די 4 אדמורי"ם זצ"ל (כידוע מרביה"ק בעל מנח"א האט אנגעגרייט צוויי בענקלעך פון די זייט, ואכמ"ל), מיט שנעלע טריט איז יעדער אריבער כבני מרון און שנעל גע'פועל'ט, רבינו שליט"א האט ברוב אהבתו יעדעם אנגעוואונטשען באזונדער טראץ די שפעטע שעה אין טאג, און דערנאך האט מען זיך געזעצט אויף די באסעס וואס האבן גענומען צום ביה"ח מקום מנוחתם פון רבותיה"ק נבג"מ, שוין אויפן וועג האט מען געקענט שפירן די ערנסטקייט אין די לופט, אבער דאך נישט קיין טיפה מן הים פון וואס ס'קומט.


(מיינע ארכיוון גייען נישט אריין אין אוהל הקדוש, ווייל כ'בין געווען א טפח העכער די ערד דעמאלטס, יא, אפי' אזא פשוטע מענטש ווי מיר איז אזוי געווען, כ"ש די אלע וואס האבן יא אביסל ערנסטקייט אין זיך, זיי זענען ממשיך נאכן ארויסקומען פון ביה"ח בערך וואס איז פארגעקומען דארטן, ממילא וועל איך פראבירן צו שרייבן אלעס, אבער אויב לאז איך עפעס אויס וועל איך מיך פרייען צו הערן און צולייגן, ואתכם הסליחה).


ארייןצום ציון זענען מיר אום 10:15, קארגע פופצן פארן זמן ר"ת, און ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האט מען נאכן רב'ס ליכט צינדן, אנגעהויבן ברוב עם צו זאגן דעם תפלת השל"ה, בכונה עצומה, ובהשתפכות הנפש גדולה, ס'איז נישט צום באשרייבן די מצב דארט, און וואס כ'וועל נאר שרייבן וועט עס נאר שוואכער מאכן פונעם מציאות, כ'האב געזעהן טרערן אין צענדליגע פאר אויגן זאגנדיג דעם שטיקל פון אבינו מלכינו תן לכלנו חיים ארוכים, ס'האט זיך געגאסן טייכן אן קיין גבול, ואל ימצא בי ובזרעי וכו' ויהיו בעלי תורה וכו', האבן צענדליגע אידן געשריגן מיט אן אמת'דיגקייט צום טאטן אין הימל, שיר המעלות אשרי כל וכו' האט רבינו שליט"א פארגעזאגט בקול חוצב להבות אש, פסוק ביי פסוק, און די ציבור האט נאכגעזאגט מיט א אויסטערלישע מתיקות ועריבות, און דערנאך פארגעזעצט ווייטער די תפלה.


נאךאפאר לענגערע מינוטן, האט מען אנגעהויבן דעם יהי רצון פאר תהלים און געזאגט די קאפיטלעך צ, ביז ק"ז, יהי רצון ואמירת קדיש, איך האב צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן וואס מיינט געזאגט יהא שמיה רבה בכל כוחו, ווען דער רצון מקדש צו זיין שם שמים שרייט זיך ארויס פון זיך אליינס, דערנאך האט הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א פארגעלערנט א שטיקל שער יששכר, און רבינו שליט"א האט אנגעהויבן צו דרש'ענען, אנגעהויבן האט ער מיט א דאנק פאר די עסקנים און נדיבים בעם וואס האבן איבערגעבויעט דעם אוהל הקדוש, און אז אלעס איז געווען תחת פיקוחו און תחת פיקוח אחיו הגדול האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א, וואס זענען געשטאנען בראש המערכת זיכער צומאכן איז אלעס ווערט געטוען על צד היותר טוב, און דאן האט רבינו שליט"א אנגעהויבן רעדן איבער די גרויסקייט פון רביה"ק בעל מנח"א נבג"מ, וואס איז אלעמאל געשטאנען לגדור גדר ולעמוד בפרץ, און אזוי ווי ס'שטייט אויף די מציבה, ובעזרת ה' בגיבורים עמד, און דערציילט פארשידענע עובדות איבער די גבורת הנפש פון רביה"ק זי"ע ווי ער איז געשטאנען בראש מערכות כבידות למען הצלת כלל ישראל, ולמען כבודו ית', און ארויסגעברענגט די גרויסע זכות וואס מיר האבן צו זיין דא אין אזא געהויבענע זמן, און פארגעליינט די נוסח המציבה.


דערנאךהאט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון מרגליות שליט"א, מיקירי קרתא דירושלים ועומד לימין רבינו שליט"א מיטן אנפירן די קופת צדיק ילבש לעניי ארץ הקודש, און פארציילט עטליכע סיפורים פון רביה"ק הבעל הילולא.


דערנאךהאט רבינו שליט"א א לענגערע צייט געליינט די קוויטלעך פונעם ציבור, וואס מ'האט איבערגעגעבן פריער אינעם הייליגן קוויטל שטוב פון מרנן רבוהתה"ק נבג"מ, ווי אויך האט רבינו שליט"א געליינט די קוויטלעך פון די תלמידי הישיבה, וואס טראגן א ספעציעלע חשיבות ביי מרן רבינו שליט"א, (וואס ווי באקאנט האט די ישיבה און אירע תלמידים א ספעצילע ארט ביי רבינו שליט"א, אזוי ווי מיר זעען כסדר, ווען רבינו שליט"א פרעגט זיך נאך, און וויל הערן גריסן איבער די לימודים וכדו', ווי אויך איבער פריוואטע בחורים אויך), בשעת וואס די ציבור זינגט ניגוני התעוררות, ויהי נועם, און נאך, באזונדערע געגועים האט זיך געהערט פונעם ציבור ווען מיר האבן געזינגען די ניגון קול ברמא נשמע, וואס די ווערטער האט רבינו שליט"א צוגעפאסט, בשנת תשע"ז זייענדיג אין יאגאלניצע, וואס האט דערווארעמט אלע אונזערע הערצער, און איז זיכער געהערט געווארן אין הימל, און מעורר רחמים געווען אויף די גאולה השלימה, ווי אויך האט מען געזינגען אבינו מלכינו חננו ועננו, און נאך.


דערנאךאיז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום ציון הק' פון זקינו רביה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע והרבנית, און דערנאך ביים ציון פון רביה"ק בעל שם שלמה זי"ע והרבנית, און געצינדן א ליכט, און געזאגט תהלים, און מתפלל געווען לטובת הכלל והפרט.


דערנאךהאט רבינו שליט"א געצינדן א גרויסע יארצייט ליכט ביים ציון פון רביה"ק הבעל הילולא זי"ע, וואס זאל ברענען ביז נאך די יומא דהילולא קדישא בעצם יום השבת.
אויפן וועג ארויס האט די ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א פרייליכע "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס", און אזוי געזינגען אויפן וועג ארויס, באגלייטנדיג כ"ק אבינו רועינו שליט"א, וואס איז געגאנגען בראש, כחתן יכהן פאר, ווען מיר אלע פילן אז מיר האבן ב"ה גע'פועל'ט אלעס גוטס פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל, חברים, ידידים, משפחה, און גוטע פריינט, מיטברענגנ'דיג פולע זעק ישועות און רפואות, פרנסה, געזונט, נחת, הרחבת הדעת, און וואס נישט.


אינמיטןגיין האט מען זיך אפגעשטעלט זאגן א קאפיטל תהלים (די זייגער האט שוין געקלאפט באלד 1:00, אבער ביי אונז איז דאך נאך געווען ערב ר"ח האלטנדיג פאר מעריב), און רבינו שליט"א האט געזאגט א קדיש לע"נ די אלע נפטרים וואס האבן נעבעך נישט ווער ס'זאל קומען זאגן קדיש נאך זיי ווי גרויס די יאר איז, און דערנאך האט מען זיך צוריק געלאזט אויף די באסעס צוריק צום הייליגן חצר, דאווענען מעריב און עסן נאכטמאל.


1:15זענען מיר אנגעקומען אין חצר, האט מען געדאוונט מעריב, געציילט ספירה, אין ביהמ"ד אוהל רחל.


דערנאךזענען מיר זיך געגאנגען וואשן צו א רייכע ארוחת ערב און סעודת ר"ח אינעם סוכה, מ'האט דערט סערווירט ב"ה אזוי, אז ס'האט זיך געקענט דאכטן אז מיר זענען יעצט ביים גרויסן חתונה, וואס איז טאקע פארגעקומען דא אינעם גרויסן חצר.


2:15 מ'פארלאזט דעם עיר האבות מונקאטש, און ס'הייבט זיך מיר שוין אן צו בענקן.
קומענדיגע סטאפ: גרעניץ.
לעצט פארראכטן דורך פייטן אום דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מסע הקודש - לעורר מקד"ם
חלק ד' - שיניאווא ליזענסק לאנצהוט





בערך 4:30זעמיר אנגעקומען צום גרעניץ ב"ה, אראפ פון די באסעס, און אריבער געגאנגען די גרעניץ, ס'זאגט זיך זיך גרינגער ווי געטוען, מיט איין האלב פארשלאפענעם וועכטער דא, איין האלב פארשלאפענעם דארט, האמיר זיך שטייט גערוקט, פער פינף מענטשן אין א גרופע, פארשטייט זיך אז די סקענערס האבן נישט געהעריג אויפגעכאפט יעדעמס פאספארט, און פון איינעם האבן זיי געבעטן זיינע פאפירן אז ער האט רעכט צו פארלאזן דאס לאנד, מיינענדיג אז ער איז אן אוקריינישער בירגער, אבער נאך אלע מעשיות און דורכגעקוקטע רענצלעך (פון די וואס האבן נישט געפאלגט און עס יא אריבער געברענגט), זענען מיר ענדליך ארויף אויף די פרישע באסעס וואס האבן אונז שוין אפגעווארט דארט, און זיך געמאכט גרייט צו פארן ווייטער, בעת ווען געוויסע מדקדקים ליינען שנעל קרי"ש שעל המיטה, ווייל באלד ווערט שוין לעכטיג, (דא הייבט אן טאגן זייער פרי).


פון דא און ווייטער זעמיר צוריק אויף אייראפעאישער זייגער
4:00ארויפגייענדיג אויף די באסעס האט מען זיך פון פריש מסדר געווען, אנגעגרייט די טלית ותפילין, און זייך געגרייט אויף א שטיקל דרימל, אנהייב וועג האט זיך יעדער באקאנט געמאכט מיט זייערע נייע שכנים, פאר ביז סוף נסיעה וועט מען לכאורה זיצן מער ווייניגער אויף דעם אופן, און פאר וואס ווען ווי האט איינער אנגעמערקט אז ס'הייבט שוין אן טאגן, עסן קען מען שוין נישט ביז נאך שחרית, כאפט מען אריין א קבלת עול מלכות שמים, און מ'לייגט אנידער דעם קעפל, זאל ער זיין קלאר אין ליזענסק, ביים הייליגן ציון פון רבי ר' אלימלך זי"ע, ס'איז דאך ר"ח, און פרייטאג, ברויך מען זיך אביסל אונטעריאגן, נישט ח"ו צו זיין שפעט צום זמן.


9:40א קנאפע פינף א האלב שעה נאכן גרעניץ, און דער באס שטעלט זיך אפ, וואס איז? צוליב א קליינער טויש אינעם סדר הנסיעה איז צוגעקומען צייט, האט מען צוגעלייגט א קורצע סטאפ צו די ליסטע, שיניאווא, ביים ציון פון הייליגן דברי יחזקאל זי"ע, קוים וואס דער עולם דערוועקט זיך, האלב פארשלאפענערהייט גייט מען אראפ פון באס, געוויסע משתתפים טרינקען קאווע, אנדערע גייען גראד ארויף צום ציון, גם אני בתוכם, אנקומענדיג הארט פארן ביה"ח וואש מיר זיך די הענט, און אריין צום ציון, וואו מ'זאג מיר תהלים, אמת טאקע ס'פעלט די קאך און די ברען, אבער ב"ה אז ס'האט זיך פיין געמאכט עפעס דארטן, דער עולם האט געצינדן ליכט, געלייגט קוויטלעך און פיין מתפלל געווען, רבינו שליט"א איז נישט געקומען אהער נאר גראד געפארן קיין ליזענסק, ווא מ'גיימיר זיך טרעפן אין בערך א שעה.


10:30קומט מען אן קיין שטאט ליזענסק, וואו דער ציבור איז זיך געגאנגען מקדש און מטהר זיין אין מקוה, זיך גרייטנ'דיג צום תפלת שחרית דר"ח בצל הקודש פון הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע, און דערנאך עליה לציון ואמירת תפלה קודם התפלה השלם (נוסח ביאלא – עפ"י דער דירעקטע בקשה פון רבינו שליט"א) המיוחס צו הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע, און אריינכאפנדיג נאך א טבילה לטובת נשמת הרה"ק ר' אלימלך בן ר' אלעזר ליפמאן זי"ע.


תיכףאיז מען אריבער אין ביהמ"ד צו פראווענען א שחרית און אמירת הלל ברוב עם, ווי ס'איז שוין געווען פול מיט לומדים וואס האבן זיך געגרייט צום דאווענען זה בכה וזה בכה, דער מיט א חסידיש ספר, און דער מיט א בלאט גמ', וכדו', און מ'האמיר זיך געשטעלט דאווענען, צו הלל איז צוגעגאנגען כ"ק רבינו שליט"א, און דערנאך האט מען געליינט און געדאוונט מוסף.


דערנאךאיז ס'רוב ציבור אידן געגאנגען זיך וואשן לכבוד סעודת ר"ח, אבער רבינו שליט"א מיט אן ענגע צאל מנין זענען גראד ארויף צום ציון הק', און מיר האבן אנגעהויבן זאגן די תפלה קודם התפלה פון הרה"ק זי"ע, מיט אן מתינות און מתיקות וואס צוגייט אין אלע ביינער, ווען דא און דארט קומען כסדר ארויף נאך און נאך אידן וואס האבן שוין אפגעגעסן, און זענען גרייט מיט אלע מוחין אנצוהייבן מתפלל זיין.


נאכןתפלה האט רבינו שליט"א געצינדען פיר ליכט, און אנגעהויבן דעם יהי רצון פאר תהלים, בעת ווען דער ציבור זאגט מיט, מיט א ווארעמקייט וואס מ'טרעפט נישט ביי אונז אין אמעריקע, ס'האט זיך ווי צוגאסן אין אלע ביינער די פסוקי תהלים, צוביסלעך האבן זיך די הערצער מער און מער דערווארעמט און געהויבן, ארויף פירנדיג אונזערע תפלות לשמי מעל האפנטליך צום העכסטן פלאץ, מ'האט געזאגט קאפיטלעך נ"ו – ס"ו, אך לאלוקים דומו נפשי, הערט זיך פון אלע עקן, בעת אנדערע שרייען צמאה לך נפשי, כן בקודש חזיתיך.


דאןהאט רבינו שליט"א אנגעהויבן ארויסברענגען בדברות קודש די גרויסקייט פון הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע, און אז מ'דארף נישט זאגן קיין י"ג מדות של רחמים, וואס מ'זאגט כדי די תפלות זאלן נישט צוריק קומען אומגעענטפערט אזוי ווי מ'זאגט שאינן חוזרות ריקם, ווייל בזכות דעם גרויסן צדיק וועט אודאי קיין תפלה נישט צוריקקומען ריקם, און אויך ארויסגעברענגט אז אל תשבינו ריקם מיינט נישט ליידיג אן קיין שום ישועה, ס'מיינט אן אלע ישועות, און ממילא מוז דער אייבישטער געבן אלעס וואס מ'איז מתפלל אויף, ווייל אינן חוזורת ריקם בזכות הרה"ק זי"ע, דערנאך האט מען געזאגט יהי רצון אן די י"ג מדות של רחמים, און קדיש.


דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין לאנצהוט.
2:35פרייטאג נאכמיטאג, מ'גיימיר ארויף צום ביה"ח אין לאנצהוט, צום ערשט צום הק' פון רביה"ק בעל יודעי בינה זי"ע, ווי מ'האט געזאגט תהלים קאפיטל ס"ו – ס"ט, יהי רצון, און קדיש, ווי אויך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער זקיה"ק זי"ע, (ליידער האב איך מיר נישט פארצייכנט וואס), און אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א געוואונטשן א גוט שבת.


דערנאךאיז מען אריבער צום ציון פון הרה"ק בעל זרע קודש פון ראפשיץ זי"ע, וואס מנוחת קודשו איז אין לאנצהוט, וואו מ'האט געצינדן ליכט, און געזאגט תהלים קאפיטל ע' – ע"ג, אלס בע"ת האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכד הרה"ק זי"ע ר' דוד הורוויץ שליט"א, וואס האט אויך געזאגט קדיש נאכן יהי רצון, דערנאך האט רבינו שליט"א דערציילט די מעשה פונעם בעל מקהלות'ל, און מ'האט געזינגען די ניגון המיוחס להרה"ק זי"ע, (געזינגען אין די וועלט אויף אשת חיל), און אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א געוואונטשן א גוט שבת, און דערנאך האט זיך די ציבור געוואונטשן "גע'פועל'ט אלעס גוטס", זיך געוואשן די הענט, און ויסעו.


מ'פארט קיין דינוב, וואו מיר וועלן אי"ה וויילן איבער שב"ק.
(משפחת המלוכה, בני ונכדי רבינו שליט"א כאפן א טענדער קיין שענדישוב, וואו עס ליגט זקינם הק' מצד הרבנית, הרה"ק מ'שענדישוב זי"ע).

קומעניגע באריכט אי"ה פון עיר המעטירה דינוב יצ"ו, פון פרייטאג עש"ק - ביז נאך עליה לציון.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מסע הקודש - לעורר מקד"ם
חלק ה' - עיר המעטירה דינוב יצ"ו



ברוכים הבאים צו דינוב!


3:35מ'קומט אן אין עיר הקודש דינוב, וואו מ'הייבט זיך אן גרייטן אויפן גרויסן שבת קודש, בצל מרנן זי"ע, ובצל יבלחט"א כ"ק אבינו רועינו שליט"א, ממשיך דרכם בקודש, מ'איז מסדר די צימערן, איש על מחנהו ואיש על דגלו, א רייכע טועמיה איז געווען צוגעגרייט פאר כל הקהל הקודש, מכל טוב וטוב, אויפגענומען זעמיר געווארן דורך ר' פנחס פאמפ (פינטשע בלשון חיבה), (כ'לאז אויס די הכנות, מער ווייניגער), מקוה איז ב"ה פיין צוגעשטעלט, א קורצע דרימל, (די טענדער פון שענדישוב קומט אן), רבינו שליט"א צינדט ליכט בחדר האכול לכבוד שב"ק, און אט איז שוין די זמן.


אום 9:00איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד ברוב עם, זיך גרייטנדיג צו מנחה, האט ער זיך מתעטף געווען בטליתו כנהוג, און צוגעגאנגען צום עמוד.


לא נענה אליהו אלא בתפלת המנחה
צווישן מנחה און קבלת שבת האט אויפגעטרעטן הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א, מיט א הכנה דרבה אויפגעפלאקערט אונזערע (האלב פארשלאפענע) נשמות, ארויסברענגענדיג די זכיה עצומה וואס מאכט זיך זעלטן צו קענען וויילן אויף שב"ק בצל אזעלכע קדושים אשר בארץ המה, און מיט וואספארא געהויבענע געמיטער, און פילע מוחות מיר קענען אהיימגיין פון דעם שבת, אויב מען ווייסט ווי אזוי עס אויסצונוצן ריכטיג.


לכה דודי נצא השדה
צו קבלת שבת און מעריב איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד, לרגל יומא דהילולא רבה פון די הייליגע רב זי"ע, און געציילט ספירה בקול מרוגש מאד.


ש'בת ב'ו ת'שיר
נאך מעריב האט רבינו שליט"א געהייסן זינגען די ניגון המיוחס צו רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע, וואס איז באקאנט אין די וועלט מיט די ווערטער שבת שלום ומבורך, און דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שמעון פראטאווין הי"ו פארצוזינגען דעם ניגון כפי המקובל אצלינו, אויף די ווערטער ברוך אלוקינו (מיטן דריטן פאל), וואס די ציבור האט דערנאך איבער געזינגען א לענגער צייט, און רבינו שליט"א האט דערציילט איבער וואס הרה"ק מ'נאדבורנא זי"ע האט צוגעזעהן ביי רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע, (קוק נאך מוצש"ק ביים עליה לציון פאר מער פרטים).


אתקינו סעודתא דחקל תפיחין
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריין אינעם צענטראלן אולם הסעודות, וואו די רייך געדעקטע טישן, האבן שוין אפגעווארט די חשוב'ע ציבור, מ'האט געזינגען זמירות צוזאמען, און רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש מעוטף בטליתו כנהוג, דערנאך האט דער עולם געמאכט קידוש און זיך געגאנגען וואשן, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' זלמן יוסף שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א, און ארויסגעברענגט זיינע געגועים צום מקום קדוש אשר אנו עומדים עליו, ווי צענדליגע אידן זענען געקומען צו פארן זיך אויסבעטן אלעס גוטס, און דערהויבן ווערן ברוחניות ובגשמיות, און אז דאס זעלביגע שפילט זיך איבער היינט ווען מיר זענען געקומען נהנה זיין מאור זיו קדושתם פון רביה"ק זי"ע וסייעתו, איבערהויפט אז מיר האבן די זכיה צו זיין דא מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס מיר זענען נהנה פון אים א גאנץ יאר, ביי די עריכת השלחנות און נאך, און מיר זענען קונה תורה, עבודה, ירא"ש, און התקשרות לצדיקים הקודמים דורך די פילע עובדות וסיפורים וואס רבינו שליט"א באקט אריין אין אונז כסדר, אויך האט ער זיך עקסטער באדאנקט און ארויסגעברענגט לשבח די נדיבים בעם כל אחד בשמו הטוב יבורך ובראשם הרה"ח ר' חיים חיים אלעזר פערלשטיין הי"ו פארן ארויסהעלפן מיט די חידוש אוהל רבותיה"ק בעיר האבות מונקאטש, מ'האט געזינגען די זמירות כנהוג, דערנאך האט רבינו שליט"א דערציילט סיפורי קודש פון רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע און רביה"ק הבעל הילולא זי"ע, אזוי האט זיך זיך די סעודה געצויגן פאר לענגערע שעות, טראץ וואס די ציבור איז געווען אויסגעמוטשעט פון די טלטול הדרך, אום 2:30 האט מען פארענדיגט די סעודה, מיט א פייערליכע רננו צדיקים טאנץ, כנהוג.


ווי שיין איז געווען צו זעהן ווי כאטש מיר זענען אלע געווען אויסגעמוטשעט, און מיר האבן וויכטיג געקענט נוצן א דרימל אויף זיך אנגרייטן צום דאווענען, איז די ביהמ"ד געווען פול מיט אידן, וואב האבן געווארט צו קענען ליינען קרי"ש של שחרית, ביים זמן משיכיר, מורא האבנדיג אז זיי וועלן נישט אויפשטיין צום זמן קרי"ש, (וואס איס אויסגעקומען און 7:40 ווי שוין דערמאנט צוליב די קורצע נעכט דארטן).


בית אלקים נהלך ברגש
צומארגנס שב"ק אינדערפרי, אריינקומענדיג אין ביהמ"ד אום 9:45 איז די ביהמ"ד שוין געווען פיל מיט אידן לערנענדיג פארן דאווענען, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' זלמן יוסף שליט"א, נכד הבעל הילולא קדישא, צו שחרית איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד באבוב מאנסי שליט"א, נכד הבעל הילולא קדישא, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה כנהוג, מיט די עליות זענען מכובד געווארן, מו"ה יהושע העשיל הכהן דרעזדנער הי"ו, הרב ראובן חיים הלוי שטיינבערג שליט"א, מו"ה חיים ראטשטיין הי"ו, מו"ה אברהם צבי קליין הי"ו, מו"ה אברהם ריטערמאן הי"ו, הרה"ג מרדכי שמעי' פאללאק שליט"א מנה"ר דישיבתנו הק', מו"ה אברהם הי"ו, מו"ה אליעזר מרדכי שווארטץ הי"ו, מפטיר רבינו שליט"א לרגל היומא דהילולא, הגבה מוה"ר נחמי' פערלשטיין הי"ו, גלילה מו"ה יוסף אהרן ראזענבערג הי"ו, צו מוסף איז צוגעגאנגען רבינו שליט"א.


כבוד יום עדיף
די סעודת צפרא דשבתא, איז געפראוועט געווארן בציבור אינעם אולם הסעודות, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, פונקט ווי די נעכטיגע סעודה איז אויך די היינטיגע געווען שעות של קורת רוח, ווען אנ"ש האבן געשמאק פארברענגט מיט זמירות און שירי קודש לכבוד היום, מ'האט געטיילט שיריים פונקט ווי נעכטן, און ס'האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דיבורים הרה"ג מרדכי שמעי' פאללאק שליט"א מנה"ר דישיבתנו הק', וואו ער האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים וויילנדיג אויף מקומות הקדושים, און בפרט אין עיר האבות מונקאטש, וואס זייענדיג אן אייניקל פון גאב"ד שאפראן זצ"ל איז ער אויפגעוואקסן כל כולו מונקאטש, דאווענעדיג די נוסח, און טוענדיג אלע מונקאטשע מנהגים, אזוי ווי זיין זיידע זצ"ל האט מקבל געווען און מיטגעברענגט פונדערהיים, זכרנו ימים מקד"ם, נאך פאר ער איז מקושר געווארן צו מרן רבינו שליט"א האט ער נישט אינגאנצן ריכטיג ארויסגעהאט די דמות פון אן אמת'ע מונקאטשע איד, וואס פירט זיך אויפן דרך המסורה לנו מאבותינו ורבותינו הק' נבג"מ, און דערנאך ווי אנדערש די גאנצע בליק אויף אונזערע רבי'ס זי"ע, און אויף אונזער מהלך החיים האט זיך געטוישט, זייענדיג נהנה פון אורו הגדול פון כ"ק רבינו שליט"א, ווי ער האט צוגעזען א העכער סארט לעבן, און אן אהבת ישראל וואס ווערט זעלטן געזעהן אין היינטיגע דורות, געבויעט אויף די הייליגע ווערטער פון רביה"ק בעל מנח"א זי"ע וואס האט זיך אמאל אויסגעדריקט פאר א איד בתוך דבריו "איך האב נאך קיינמאל נישט געשאלטן קיין איד", און איז געווען כל כולו העלפן א צווייטע איד, די זעלבע זאך ווערט היינט נמשך אין אונזער הייליגע הויף, ווי רבינו שליט"א איז ממשיך די מסורה ווייטער, הן די אהבת ישראל, הן די חלק התורה, און איבערהויפט די חלק פון איבערגעבן פאר די תלמידים, למען ידעו דור אחרון, זיך וויסן וויאזוי צו פירן עלי אדמת גלותינו אשר בעזר ה' נזכה לגאולה השלימה, במהרה בימינו, ווי אויך האט הרה"ג די מנהל שליט"א ארויסגעברענגט אין איין ווארט, פארשידענע זאכן וואס מיר האבן נישט אויפגעכאפט, נאר איינער מיט א גוטע שמעק קען דאס באמערקן, ובתוכם די טענה'ריי וואס איז פארגעקומען אין עיר האבות מונקאטש צו מ'זאל דאווענען אין דאוון צימער צו אין קוויטל צימער, און האט עס ארויסגעברענגט מיט אירע שענסטע קאלירן, וויאזוי איינער האט אינזין אז ס'זאל זיין גוט פאר אידן, און דער צווייטער וויל ס'זאל גיין גרינג פאר אידן נתעלה צו ווערן ברחניות, און צום לעצט האט ער זיך באדאנקט פאר די עסקני הנסיעה וואס האבן אונז אלע ערמעגליכט צו זיין דא אין די הייליגע מינוטן, און פוקד זיין ביי די ציונים פון רבותינו הקדושים, און פאר די וועד הנהלת הישיבה וואס האלט אונטער די סיבה א גאנץ יאר און ערמעגליכט ארויסצוגעבן פיינע פירות, וואס זאלן זיין א שטאלץ פאר בית דינוב, גייענדיג על דרך ישראל סבא, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון מרגליות הי"ו מיקירי קרתא דשופריא עומד לימין רבינו שליט"א מיט קופת צדיק ילבש.


רצה הקב"ה לזכות
אום 7:30 האט הרב ראובן חיים שטיינבערג שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות, געפלאכטן מיט מעשיות און אינטערסאנטע מאמרי חז"ל.


ואני תפלתי לך ה' עת רצון
בשעה 7:50 איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו תפלת המנחה, ברוב עם, רבינו שליט"א איז געגאנגען פתיחה כנהוג.


בני היכלא דכסיפין
נאך תפלת המנחה האט מען זיך געוואשן צו סעודת שלישית, אין ביהמ"ד, נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו של"ס, מ'האט געטיילט שיריים כנהוג, דערנאך האט הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א פארגעלערנט משניות מסכת מקוואות לרגל היודהל"ק, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט קדיש, דערנאך איז פארגעקומען א סיום אויף מסכת שבת דורך א תלמיד הישיבה און רבינו שליט"א האט מכבד מו"ה חיים ראטשטיין הי"ו צו זאגן קדיש, דערנאך האט מעו אנגעהויבן די זמירות, און דערנאך געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות, דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן דרש'ענען בתורת הבעל הילולא קדישא, און איבער זיין גרויסקייט, ווי ער האט געבויעט א דרש, פארוואס די יומא דהילולא געפאלט אויס אין די טאג פון נצח שבמלכות, ווייל רביה"ק בעל מנח"א האט אריינגעבאקן אין אונז אן אויסטערלישע יראת שמים, וואס רבינו שליט"א זאגט אלס נאך פון פריערדיגע, אז יראת שמים מיינט א יראה אזוי ווי די הימלען, וואס שטייען שוין טויזענטער יארן פונעם געשריי פון קודשא ב"ה בעת בריאת העולם, אזוי אויך דארפן מיר זיך האלטן מיט אונזער יראה, בכל זמן ועת, אפי' אין די שווערע צייטן, און דאס האט רביה"ק אונז אריינגעבאקן, אז ס'זאל זיין א נצחיו"ת די קבלת עול מלכות שמי"ם, ווי אויך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער די ענין פון מאכן גדרים וסייגים, און אז דער ענין פון דער פסוק מה יפו פעמיך בנעלים, וואס ווערט גע'דרש'נט אין חז"ל אז ס'גייט ארויף אויפן עולה רגל זיין, דארף א פי', ווייל עולה רגל זיין איז מען דאך געגאנגען אן די שיך אין ביהמ"ק, טא אויב אזוי וואס הייסט בנעלים? נאר ער האט ארויסגעברענגט, אז נעלים מיינט א שלאס, אזוי ווי דאס ווארט מנעול מיינט א שלאס, דענאך האט מען צוגעענדיגט די זמירות, און רבינו שליט"א האט דערציילט די מעשה פונעם שם שלמה מיט די ניסן בוים, און מ'האט געזינגען די ניגון אל גינת אגוז – די מאמע האט געהייסן, און רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס.


ותבדל ה' אלקינו בין קודש לחול
נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט הבדלה און מוצא געווען כל הקהל הקודש, אין ביהמ"ד, און דערנאך האט מען געזינגען המבדיל בניגון הידוע, און דערנאך אמירת ויתן לך, רבון העולמים, און וישלח, כנהוג.


חמין במוצ"ש מלוגמא
דערנאך איז מען אריבער אין אולם הסעודות און זיך געוואשן צום סעודתא דדוד מלכא משיחא, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה, ווי עס פאסט לכבוד דוד המלך, ווי מען האט געזינגען זמירות למוצ"ש, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט קורצע סיפורי צדיקים הגה"צ אב"ד באבוב מאנסי שליט"א, כפי המנהג בחצרות החסידים צו דערציילן סיפורי צדיקים מוצ"ש, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ בנציון שליט"א רב דביהמ"ד שמן למאור, און דערציילט א מעשה פלא וואס האט זיך אפגעשפילט מיט עטליכע וואכן צוריק, ווי צוויי אידן האבן מתפלל געווען ביים ציון פון רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע און זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים, (וואס ביידע חתנים הייסן צבי אלימלך), און דערנאך האט אחד מבני החבורה אנגעמערקט אז א טאג דערויף געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי' נפתלי הירץ זי"ע בן הרה"ק ר' דויד'ל דינוב'ער י"ע בן רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע, וואס ליגט אויך אין אוהל הק' מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלמה יואל שטיינבערג הי"ו מראה"ק דק'.


קראתיך י-ה הושיענו
בשעה 1:10 איז מען ארויף צום ציון הק' בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט געצינדן פיר ליכט כנהוג, און דאן האט מען געזאגט דעם יהי רצון פאר אמירת תהלים, דערנאך האט מען אנגעהויבן זאגן תהלים, מיט א קול בוכים, בהתלהבות עצומה, קאפיטל ע"ג – פ"ב, און רבינו שליט"א האט אנגעהויבן דרש'ענען דברים כיבושין, ער האט ארויסגעברענגט די שטארקע הבדלה וואס רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע האט געמאכט צווישן די עליכע אידן יראים ושלמים, החרדים לדבר ה', עדת צאן מרעותו, און די נעעלאגן וואס האבן זיך ליידער אנגעהויבן פארשפרייטן אין יענע צייט, און ווי רביה"ק זי"ע האט מיט אלע כוחות געקעמפט קעגן די כוחות הטומאה בימים ההם, וואס אין דעם זכות קענען מיר ווייטער אנגיין בזמן הזה, און האט מעורר געווען די שוכני עפר זאלן ארויפגיין און ווייטער איינרייסן וועלטן פאר אונז אין אונזערע צייטן, אז די רעגירונג זאל זיך נישט קענען ארינמישן אין אונזער חינוך הטהור, און ח"ו שטערן פון מחנך זיין ערליכע דורות, ווי אויך אז די הייליגע נעכט וואס רביה"ק בעל בני יששכר האט צוגעשטעלט בימיו, וועלן משפיע זיין הייליגע טעג פאר אונז אלע, דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות המיוחסים לרביה"ק, די ניגון הידוע אויף די פיוט אור הגנוז, די ניגון הידוע אויפן פיוט יעלה תחנונינו, און נאך, דערנאך האט מען געזינגען די ניגון ברוך אלקינו, און רבינו שליט"א האט געהייסן זינגען די זמר אמר ה' ליעקב, אויף וואס מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ, און דערנאך האט מען געזינגען האטס גע'פועל'ט, אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום ציון פון הרה"ק ר' ישעי' נפתלי הירץ זי"ע, און דאן ארויס פון ציון מיט פולע זעק השפעות.


קומענדיגע און לעצטע חלק אי"ה נאך שבת – רימונוב סאנז און קראקא
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מסע הקודש - לעורר מקד"ם
חלק ו' - רימונוב סאנז (קראקא)





נאכןגעהויבענע עליה לציון אין דינוב, האמיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו רימונוב, ווי מיר וועלן פוקד זיין ביי די אהלי אדמור"י רימונוב זי"ע, הרה"ק הרמ"מ מ'רמונוב ואתו עמו הרה"ק רצ"ה הכהן מ'רימונוב זי"ע, שוין זייענדיג נאנט צום עלות השחר, האבן געוויסע אידן צוגעענדיגט זאגן ויתן לך און זמירות למוצ"ש, בעת ווען אנדערע זענען זיך מסדר אויפן באס, דערנאך האט אויף אונזער באס הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א, און אויף די אנדערע באס הגה"צ אב"ד באבוב מאנסי שליט"א, אנגעהויבן דערציילן סיפורי צדיקים פון די הייליגע צדיקים פון רימונוב, הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א האט דערציילט וויאזוי הרמ"מ איז נתקרב געווארן לחסידות, אנקומענדיג צו רר"א מ'ליזענסק זי"ע, מיט בגדי צמר, און דערנאך האט ער דערציילט, איבער די תקנה פון הרמ"מ איבער נישט וואוינען אין די דערפער און וויאזוי מ'האט עס מבטל געווען, און איבער דעם אז הרמ"מ פלעגט זאגן תורה אויף פרשת המן כדי צו משפיע זיין פרנסה פאר אידן.


בערך3:30 זענען מיר אנגעקומען צום ציון הק' פון הרה"ק הרמ"מ זי"ע, וואו מ'האט אנגעהויבן יהי רצון און אמירת תהלים קאפיטל פ"ג – פ"ו, און רבינו שליט"א האט דערציילט עובדות וסיפורים און ארומגערעדט בגדלות הרה"ק זי"ע, און מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות מיט גרויס השתפכות הנפש.


אויפןוועג ארויס האט רבינו שליט"א זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הרה"ק ר' נתן ליב בן הרמ"מ זי"ע, וואס רבינו שליט"א האט מיט יארן צוריק אנדעקט זיין מציבה, ביי איינע פון די נסיעות בראשות הרה"ח ר' מענדל רייכבערג, און רבינו שליט"א האט געצינדן פיר ליכט כמנהגו און געזאגט א קאפיטל תהלים, ווי אויך האבן אנ"ש זיך דארט אפגעשטעלט און געזאגט א קאפיטל תהלים לזכות כ"ק אבינו רועינו שליט"א.


דערנאךאיז מען אריבער צום אוהל הרה"ק הרצ"ה הכהן זי"ע, ווי רבינו שליט"א האט ווידער געצינדן ליכט כמנהגו, און אנגעהויבן בקול בוכים דעם יה"ר קודם אמירת תהלים, און מ'האט געזאגט קאפיטל פ"ז – פ"ט מיט א העכערקייט וואס האט זיך געשפירט אין די לופטן, טראץ דעם וואס אינדרויסן האט שוין אנגעהויבן טאגן, און מיר זענען נאך אויפגעווען פון נעכטן, זענען דאך די געפילן געווען גאר געהויבן, דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן רעדן איבער די גרויסקייט פון הרה"ק הרצ"ה זי"ע און איבער זיין געטריישאפט צו רבו הגדול הרה"ק הרמ"מ זי"ע, און איבער דעם אז ער האט א טאג נאך די חתונה אנגעגרייט נעגן וואסער פאר הרה"ק הרמ"מ זי"ע, דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט און מעורר געווען איבער דעם גזירת החינוך וואס די ממשלה וויל ארויפצווינגען אויף אונז, און אז נצח ישראל לא ישקר, און בעז"ה ובזכות דעם הייליגן צדיק זי"ע וועלן מיר בעז"ה, אויך די גזירה איבערקומען, און דערנאך האט מען געזאגט דעם יה"ר נאך תהלים און רבינו שליט"א האט געהייסן איינרייסן לרפואת האדמו"ר מ'קאסוב שליט"א לרפו"ש מרן שרגא פייבוש בן מלכה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דעם יה"ר, י"ג מדות של רחמים, און קדיש, דערנאך האט מען געזינגען דעם באקאנטן ניגון פון הרה"ק זי"ע וואס איז באקאנט אין די וועלט אלס די אהבה רבה ניגון, א לענגערע צייט, ווען בשעת מעשה גליטשן זיך ביי אסאך באטייליגטע אראפ א טרער נאך א טרער, און דערנאך האט מען דאס געזינגען אויף די ווערטע והאר עינינו, און דערנאך האט רבינו שליט"א אונז געבענטשט מיט אן אהבה'דיגער ברכה פון כל מילי דמיטב, שידוכים, פרנסה, רפואות, און נאך, און נאכגעזאגט בשם הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע אז רפואה שלימה מיינט נאך מער ווי ביז יעצט, אזוי ווי תשובה שלימה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויף דער ניגון ובכן צדיקים מיוחס צו הרה"ק זי"ע.
(אן אינטערסאנטע הקפדה האב איך צוגעזעהן ביי רבינו שליט"א, אז ער האט מקפיד געווען אז מ'זאל זאגן ר' צבי הירש "הכהן")


זונטאג 4:40 פארטאגס זענען מיר ארויף אויף די באסעס, פארנדיג קיין סאנז.
בשעה6:45 זעמיר ב"ה אנגעקומען קיין סאנז, ווי מ'האט געכאפט א פיינער ווארימער מקוה, קאווע און זיך געשטעלט צו א לעכטיגע שחרית, ס'לעצט אינעם יעצטיגן נסיעה עלי אדמת איירופע, די רב'ס מנין האט זיך געשטעלט אום 7:15, אינעם גרויסן הכנסות אורחים שטוב אויפן צווייטן שטאק, ווייל אונטן אינעם קליינעם צימער וואו מ'דאוונט געווענטליך האבן מיר נישט געהאט קיין פלאץ.


דערנאךבערך אום 8:15 איז מען ארויף צום ציון הק', ווי די ציבור האט געצינדן ליכט, ווי אויך האט רבינו שליט"א געצינדן פיר ליכט כמנהגו, און אנגעהויבן זאגן תהלים, פון קאטיל ק"ז – קי"ח, נאך אמירת יה"ר און קדיש האט רבינו שליט"א ארומגערעדט במשנתו פון הרה"ק הד"ח זי"ע, און דערציילט א סיפור פון הגאון ר' שמעון סופר זי"ע אב"ד קראקא, מיט הרה"ק זי"ע, און ווידעראמאל דערמאנט כ"ק אדמו"ר מ'קאסוב לרפו"ש, און דערנאך צוגעגנגען צו די ציונים און מתפלל געווען בעדו ובעד העם.


ארויסגייענדיגפון ציון הק' האט זיך די ציבור געזעגנט פון רבינו שליט"א, ווייל רבינו שליט"א מיט בלויז א מנין מצומצם זענען געפארן אויף א פריערן פליגער, און זיי זענען תיכף געפארן קיין קראקא צום עירפארט.


ביזדא איז די נסיעה געווען אפציעל, אבער זייענדיג אין קראקא מיט א גרויסע ציבור אידן וואס זענען געפארן שפעטער אביסל, זעמיר אריבער אין ביידע בתי חיים, ווי מיר האבן ב"ה געהאט די זכיה מתפלל צו זיין ביי די ציונים פון די גדולי עולם וואס האבן געשאקלט די וועלט אין דייערע צייטןף אין די אלטע ביה"ח, די הייליגע רמ"א, מגיני שלמה, די רבי ר' העשיל פון קראקא בעל חנוכת התורה, דער ב"ח, בעל התוס' יו"ט, מגחה עמוקות, און דער צדיק נסתר בעל יגיד עליו רעו, וואס הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א האט טאקע דערציילט די מעשה דארט אויפן ציון הק', דערנאך זעמיר אריבער צום נייעם ביה"ח צו די ציונים פון הרה"ק בעל מאור ושמש, הרה"ק ר' שלמה זלמן פון וויעליפאלי, הרה"ק מ'זשילין, הגאון ר' שמעון סופר, הגאון ר' עקיבא קארניטצער, און נאך זכרון צדיקים לברכה, ווי מיר האבן איבעראל געצינדן ליכט און געזאגט א קאפיטל תהלים.


דערנאךזעמיר אריבער צום עירפארט און דארטן געדאוונט מנחה, ומשם נסעו, פון דארט זעמיר אהיימגעקומען ב"ה, פול מיט השפעות ברחניות ובגשמיות, פאר אונז און פאר אלע ארומיגע און משפחה, חברים און גוטע פריינט, מיט דערהויבענע נשמות, און גאנצע הערצער, זיך גרייטנדיג אויפן הייליגן לעכטיגן יו"ט שבועות מיט גאר אן אנדערן בליק, האבנ'דיג געווען ביי אזויפיל גדולי עולם.


(בעצם קען איך נאך באשרייבן די טולטול הדרך אויך, אבער ס'קוקט מיר נישט אויס ווי דער עולם איז צו אינטערסירט, ממילא וועל איך אננעמען די כלל פון מילה בסלע שתיקה בתרין, הצלחה רבה).
האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס!!
לעצט פארראכטן דורך פייטן אום מיטוואך יוני 26, 2024 9:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

ב"ה שוין ארויף די לעצטע חלק, בעז"ה וועט זיין א pdf צו באקומען דא בקרוב!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

פייטן האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:27 pm
ב"ה שוין ארויף די לעצטע חלק, בעז"ה וועט זיין א pdf צו באקומען דא בקרוב!!
קעמער קוים ווארטן
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך בין אינטערסירט אין די טלטולי הדרך, ס'איז מסתם מער אינטערסאנט ווי די נסיעה אליינס..

וואס איז די מעשה מיט די בענקלעך אין די אוהל?
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

@תרמב האסטו מיין אינפארמאציע:
די הייליגע מנחת אלעזר זי"ע לאחר פטירתו פון אביו הרה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע האט ער אנגעהויבן נעמען קוויטלעך אינעם קוויטל שטוב, און ער האט אנגעגרייט צוויי בענקלעך, איינס פאר אביו הגדול, און איינס פאר זקינו הק' בעל שם שלמה, וואס ביידער זענען דארט געווען רב פאר אים, און האבן דארט אויפגענומען קוויטלאך, און ער האט געזאגט אז ער איז גארנישט נאר אז די ביידע רבנים זענען דארט קען ער נעמען קוויטלעך.
שפעטער האט איבער גענומען חתנו בעל בינת נבונים זי"ע, און ער האט צוגעלייגט א דריטע בענקל פאר חותנו הרה"ק בעל מנח"א זי"ע, וואס איז געווען רב פאר אים.
איצט ווען רבינו שליט"א האט אויפגענומען דארטן קוויטלעך, האט מען צוגעלייגט א בענקל פאר אביו הג' זי"ע, וואס איז אויך געווען דארט רב פאר אים.
קלאר?
נאך עפעס וואס מ'קען ענטפערן?
(בנוגע אלע אנדערע חלקים, וועל איך שרייבן אויב כ'וועל האבן צייט און נערוון, אבער די קאמפלימענט נעם איך זיכער).
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”