שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע:מיט העדפאונס אויפען קאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיקאליש »

יעצט געענדיגט ליינען די גאנצע מיט איין אטעם ,הערליך רייך און בע'טעם'ט געשריבען
איין הערה מיין חתימה (נדבת לבו פין גראם-טעם)איז עס פאזיע וויבאלד עס האט דריי ווערטער נאר אדער ס'הייסט שוין גראמען
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האף מיטען אויבעשטער'ס הילף איך וועל האבען צייט צו שרייבען א לאנגע תגובה, צו קאמענטירען סיי אויף וואס אסותא האט געשריבען און סיי אייף לכתחילה'ס הוספות. בנתיים מוז איך זיך באגענוגען מיט א האלבע ווארט אריינווארפען:
גראמען איזפאעזיע. פונקט ווי עס זענען פארהאנען פארשידענע וועגען וויאזוי ארויסצוגעבען art, אזוי זענען פארהאנען מערערע אויסדרוקען פון פאעזיע. איינס פון די וועגען איז פשוט'ע חתונה גראמען.

וואס יא, פונקט ווי ביי אסותא-סטיל פאעזיע זענען דא בעסערע און שוואכערע, אזוי אויך ביי גרמאען זענען דא בעסערע און שוואכערע. פאעזיע איז דאס ארויסברענגען די געדאנקען דורך נוצען פארשידענע ליטעריטורישע געצייג (literary devices) וועלכע טוהן פארשיינען אדער מאכען געשמאקער דעם אויסשפראך. אסותא אין זיין לאנגע ארטיקעל האט שוין דערמאנט פארשידענע (metaphor, simile), דא האב איך געשריבען אנדערע, און עס איז נאך געבליבען פיהל צו שרייבען דערוועגען.

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז די אלע אויבערדערמאנטע געצייג ווערען באנוצט אין סתם באשרייבעכצער אויך (לכאורה מער אין פיקשען ווי נאנ-פיקשען), און זיי רעכענען זיך נישט אלץ פאעזיע. מסתמא אויב מוז מען אנכאפען עפעס וואס טוט די מערסטע מגדיר זיין פאעזיע איז עס rythm - די שורות זאלען האבען א געוויסע לויף פארוואס זיי ענדיגען זיך וואו זיי ענדיגען. אסותא האט אויבען געשריבען וועגען syllables (תנועות), אז ווען יעדע שורה האט בערך די זעלבע מאס, באקומט עס א געשמאקע ריטעם. עיי"ש.

נאך א מהלך - אדער גיכער א סניף - איז דאס גראמען צום סוף. למשל אקדמות מילין, אויסער דעם וואס יעדע שורה האט צעהן תנועות, טוהן אלע זיך אויך ענדיגען מיט תא, און דאס מאכט א געשמאקע ריטעם צום גאנצע פיוט.

עכ"פ די נקודה איז אז גראמען זענען יא א פארעם פון פאעזיע. טאקע דאס אז זיי זענען גראמען נישט בלויז פארציילט א מעשה, מאכט עס פאר פאעזיע.

[לויט אונזערע געווענליכע הגדרה פון פאעזיע, איז ספר תהלים נישט דאס, כאטש עס איז פול מיט פאעטישע אויסדרוקען. עס האט אבער אן אנדער סטיל פון 'גראמען' אז יעדע געדאנק ווערט איבערגע'חזר'ט, אמאל אינעם זעלבען פסוק און אמאל אינעם נעקסטע.]

---
יעצט נאך א ווארט לגבי יו"ט ערליך ווס. יונתן שווארץ, און די פארשידענע ערליי אויסדרוקען פון טויט.

עס קען גאנץ מעגליך זיין אז פיהל מענטשען וועלען מסכים זיין מיט אייך, ר' לכתחילה, אז יו"ט ערליך איז א בעסערע פאעט ווי יונתן שווארץ, אבער איך גלייב פונקט אזויפיהל מענטשען וועלען האלטען פארקערט - אז יונתן'ס גראמען ציהן פיהל מער ביי די סטרונעס פון הארץ. אלענפאלס, בין כך ובין כך בלייבט עס בגדר סאביעקטיווע אפיניען נישט פאקט.

לגבי דו וועגען וויאזוי צו רעדען פונעם טויט, איז נישט דא איינס וואס איז מער לעגיטים אדער געוואונטשען ווי דער אנדערע. אלץ ווענדט זיך וואס מען וויל ארויסברענגען. טאמער איינער וויל באשרייבען דעם טויט ווי אן ענין פון אומקערען די נשמה און א טרענזישען פון איין סטעידזש אין לעבען צום אנדערע, פאסט אפשר בעסער צו רעדען פון 'איינגעשלאפען'. משא"כ ווען איינער וויל ארויסברענגען דעם פיינעליטי פון טויט איז אסאך שטערקער צו רעדען פון 'זיך געזעגענט אויף אייביג'. אלץ ווענדט זיך אינעם כוונת הפייטן.

אז מען רעדט שוין, באטראכט וויאזוי יונתן שווארץ האט ארויסגעברענגט די טויט פון א טאטע ל"ע עטליכע וואכען פאר זיין זוהן'ס חתונה.
...געפארען אויף א ווייטע וועג,
א וועג וואס פון דארט קומט מען נישט צוריק,
א וועג וואס פון דארט קומט מען נישט צוריק,
ער האט נישט דערלעבט זיין איינציגע גליק.

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין (אפילו יעצט האב איך פארברענגט פיהל לענגער ווי איך האב געוואלט), אבער קוק ווי מאכטפול זענען די ווערטער, און ווי שטארק זיי ברענגען ארויס דעם טראגעדיע. דאכט זיך אז דאס פאלט גארנישט פון יו"ט ערליך'ס פאעזיע.


נ.ב. איך האב שוין ארויפגעלייגט עטליכע גראמען אויף אייוועלט, אבער פון אלע קלער איך מיינע צוויי נסיעות איז דער מערסטע פאעטיש און בארירענד. משם תדרשנו.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

"געפארן אויף א ווייטע וועג" איז נישט "טויט", עס איז א משל אויף טויט.

"צוגעמאכט די אויגן אויף אייביג", איז טויט.
"אויף אייביג איינגעשלאפן", איז טויט.
וכו'.

ס'קען זיין אז יונתן איז אין דיין דיקשענערי מער "ציהן פיהל מער ביי די סטרונעס פון הארץ", אבער דאס מאכט אים נישט פאר מער פאועט. "פאעזיע איז א וועג פון ארויס ברענגען א נקודה\געדאנק\פאסירונג וכו', נישט "ציהן פיהל מער ביי די סטרונעס פון הארץ". פונקט ווי א גאר שטאקע הספד ווי יעדער האט געוויינט איז נישט קיין פאעזיע.

אראפצולייגן א מצב מיטן "ציהן פיהל מער ביי די סטרונעס פון הארץ", אבער אויף א "פשוטע" אופן, איז נישט פאעזיע, לדעתי.

ווילס וויסען וואס איז פאעזיע אין מיין בוך? האט האסטו!:

(פון: קום מיין פריינד אין גארטן)

אני מאמין איך טוה גלויבן
אז דער באשעפער דארט פון אויבן
באשאפן האט געקענט נאר איינער
אזא גרויסע וועלט א שיינע
געווען, און איז, און וועט זיין איינער
און איהם דארף נישט העלפן קיינער
ווייל קיינער קען איהם נישט פארשטיין
ווי אזוי ער מאכט עס אלץ אליין

ווען טינט וואלט ווערן אלע ימ'ען
און א פען פון יעדן גראז
און אלע הימלען זיי צוזאמען
א שטיק פארמעט אן א מאס
און שרייבן דארט מיליאנען יארן
וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן
פון די שבחים פון דעם העלד
דעם באשעפער פון דער וועלט


איך רעדט פון די צווייטע פערעגראף (נאר געברענגט די ערשטע פאר קאנטאקסט, כאטש וואס עס איז פאר זיך גין גאלד! קיין איבריג ווארט - ווי עס איז די סדר ווען מען "זיכט א גראם" -, און אריינגעלייגט טאנען טאנען תוכן אין געציילטע ווערטער, אבער כ'וויל רעדן בעיקר פון די צווייטע).

באמת איז עס א אפטייטש פון הקדמות:

גויל אילו רקיעי קני כל חורשתא,
דיו אילו ימי וכל מי כנישותא,
דירי ארעא ספרי ורשמי רשוותא,
הדר מרי שמיא ושליט ביבשתא

ר' יו"ט באציט זיך צו די געדאנק פון הקדמות, און לייגט צו א הוספה "און שרייבן דארט מיליאנען יארן". (קודם דאס אליין איז זייער "פאוערפול", ווייל עס "פארשטערקערט" די פוינט פי כמה, אבער נישט דאס וויל איך ארויסברענגען.)

איך בין נתפעל פון די ווערטער "וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן"!! מען קען עס ארויסברענגען מיט עפעס ווי, "מען וואלט קיינמאל גענדיגט", "נישט מעגליך צו באשרייבן" וכו' וכו', וואס ברענגען אויך ארויס דעם געדאנק אז די גרויסקייט פון השי"ת איז "אומבאשרייבליך". אבער ער ברענגט עס ארויס מיט סאאאאך א שטערקערע "ליין"!

"וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן"!!! דאס איז זייער זייער "פאוערפול". און עס איז געקומען צום מעסעדזש פון א "הינטער טיר", וואס מאכט עס שטארקע פאעזיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: "געפארן אויף א ווייטע וועג" איז נישט "טויט", עס איז א משל אויף טויט.

"צוגעמאכט די אויגן אויף אייביג", איז טויט.
"אויף אייביג איינגעשלאפן", איז טויט.
וכו'.


פארשטיי איך נישט - הא גופא איז פאעזיע, נוצען מעטאפארס.

וויאזוי וואלסטו מגדיר געוועהן פאעזיא, און וויכטיגער, וואס איז דער חילוק פון גוטע ביז שוואכע?

(מיין מיינונג איז דאס עס מעסט זיך לויט ווי שטארק איז דער עפעקט אויפען צוהערער.)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: "געפארן אויף א ווייטע וועג" איז נישט "טויט", עס איז א משל אויף טויט.

"צוגעמאכט די אויגן אויף אייביג", איז טויט.
"אויף אייביג איינגעשלאפן", איז טויט.
וכו'.


פארשטיי איך נישט - הא גופא איז פאעזיע, נוצען מעטאפארס.

וויאזוי וואלסטו מגדיר געוועהן פאעזיא, און וויכטיגער, וואס איז דער חילוק פון גוטע ביז שוואכע?

(מיין מיינונג איז דאס עס מעסט זיך לויט ווי שטארק איז דער עפעקט אויפען צוהערער.)

אמת אז א מעדעפאר איז גוט צו נוצן אין פאעזיע, אבער עס איז נישט במקום א "בפירוש". א "בפירוש" וואס איז פאעזיע, איז מער קונסט.

די עפעקט אויף די ציהערער איז טאקע זייער א וויכטיגע פאקטאר, אבער ווי כ'האב געזאגט, קען א "הספד" אויך האבן א זייער שטארקע עפעקט.

אין מיינע אויגן איז ווי מער "ארויסגעזאגט", אבער אין די זעלבע צייט "באהאלטן" - וואס לאזט אסאך פלאץ פאר אייגענע דמיון - בעסער. און דאס איז א "סתירה" בעצם, אבער א גוטע פאועט גייט צווישען די טראפן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

וואס דא גייט אלס פאר!!...

סארא נחת צו קוקן ווי די צוויי ריזן שלאגן זיך אזש עס גיסט זיך זאפט ווי וואסער!!...

יעצט לאמיר אויך צולייגן מיין מיינוג, ויש לבעל דין מקום לחלוק..

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
לכתחילה אריבער אין זיין ערשטע תגובה האט געשריבן: עס איז ריכטיג און וואר, וואס אסותא האט אראפגעלייגט איבער פאעזיע, אבער די אלע כללים זענען נאר די "גוף" פן פאעזיע. פאעזיע האט אבער אויך א "נשמה" און די נשמה איז די עיקר, נאר די אלע כללים זענען די כלים ארויסצוברענגען די נשמה.


דאס וואס דו זאגסט איז טאקע דאס וואס איך האב געשריבן אין דעם ערשטן יסוד 'בילד'. און יישר כח פארן עס אזוי אויסברייטערן.

יעצט אביסל צו אנעים:
אנעים זמירות האט געשריבן: גראמען איזפאעזיע. פונקט ווי עס זענען פארהאנען פארשידענע וועגען וויאזוי ארויסצוגעבען art, אזוי זענען פארהאנען מערערע אויסדרוקען פון פאעזיע. איינס פון די וועגען איז פשוט'ע חתונה גראמען.

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז די אלע אויבערדערמאנטע געצייג ווערען באנוצט אין סתם באשרייבעכצער אויך (לכאורה מער אין פיקשען ווי נאנ-פיקשען), און זיי רעכענען זיך נישט אלץ פאעזיע. מסתמא אויב מוז מען אנכאפען עפעס וואס טוט די מערסטע מגדיר זיין פאעזיע איז עס rythm - די שורות זאלען האבען א געוויסע לויף פארוואס זיי ענדיגען זיך וואו זיי ענדיגען. אסותא האט אויבען געשריבען וועגען syllables (תנועות), אז ווען יעדע שורה האט בערך די זעלבע מאס, באקומט עס א געשמאקע ריטעם. עיי"ש.

נאך א מהלך - אדער גיכער א סניף - איז דאס גראמען צום סוף. למשל אקדמות מילין, אויסער דעם וואס יעדע שורה האט צעהן תנועות, טוהן אלע זיך אויך ענדיגען מיט תא, און דאס מאכט א געשמאקע ריטעם צום גאנצע פיוט.

עכ"פ די נקודה איז אז גראמען זענען יא א פארעם פון פאעזיע. טאקע דאס אז זיי זענען גראמען נישט בלויז פארציילט א מעשה, מאכט עס פאר פאעזיע.

[לויט אונזערע געווענליכע הגדרה פון פאעזיע, איז ספר תהלים נישט דאס, כאטש עס איז פול מיט פאעטישע אויסדרוקען. עס האט אבער אן אנדער סטיל פון 'גראמען' אז יעדע געדאנק ווערט איבערגע'חזר'ט, אמאל אינעם זעלבען פסוק און אמאל אינעם נעקסטע.]

נאך יארן דורך טון די קונסט פון פאעזיע מיין איך אז מען קען נישט אזוי פשוט זאגן אז גראמען איז פאעזיע, און פאעזיע איז גראמען. לענ''ד איז א הונט א הונט, און א קאלב איז א קאלב. גראמען איז גראמען, און פאעזיע איז פאעזיע.

וואס יא, פונקט ווי ווען א גראמער נוצט פאעטישע אויסדריקן אין זיין גראמען געבט עס מורא'דיג צו, אבער אויב ניצט ער נישט פרעגט עס נישט אפ זיין גראמען, ווייל די עיקר דא איז גראמען, און נישט פאעזיע. און וואגן זאל ער זיך אויפצוגעבן אויף א גראם כדי צו זאגן א גוטע אויסדרוק...

אקוראט די זעלבע איז מיט א פואט. ווען ער קען אויך נוצן גראמען בשעת ער ברענגט אריוס זיין געדאנק און געפיל, בשעת ער מאלט אפ זיין בילד, און בשעת ער קאנצאטרירט אריין צו לייגן אין ווערטער, שטיקער לעבן, שטיקער געפיל, און שטיקער הארץ , דאן געבט עס מורא'דיג צו, ווייל מעט א געלונגענע ריטעם דרייט זיך עס פליסעגער אריין אין מח, און עס בלייבט זיך דארט לענגער דרייען. אבער אויב ניצט ער נישט גראמען. צו וויל ער איז מצליח צו מאכן א ריטעם מיט סילעבולס אליין, צו מיטן קלאנג, און צו ער האט פשוט די אקוראט טרעפליך ווארט, און פערצופאל גראמט עס נישט, פרעגט עס לחלוטין נישט אפ זיין פאום. ווייל די עיקר דא איז פאעזיע, און נישט גראמען. און וואגן זאל ער זיך אויפצוגעבן אויף זיין טרעפליך ווארט כדי צו האבן א גראם.

יעצט צו די חילוקים צווישען א גוטע אויסדריק און א פאעטישע ווארט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן: "געפארן אויף א ווייטע וועג" איז נישט "טויט", עס איז א משל אויף טויט.

"צוגעמאכט די אויגן אויף אייביג", איז טויט.
"אויף אייביג איינגעשלאפן", איז טויט.
וכו'.


אויף דעם האט אנעים גוט געפרעגט:
אנעים זמירות האט געשריבן: פארשטיי איך נישט - הא גופא איז פאעזיע, נוצען מעטאפארס.


האט אויף דעם חיליק מסביר געווען:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: אמת אז א מעדעפאר איז גוט צו נוצן אין פאעזיע, אבער עס איז נישט במקום א "בפירוש". א "בפירוש" וואס איז פאעזיע, איז מער קונסט

ווי ריכטוג געזאגט! און כיהודא ועד לקרא לאמיר עס בעסער ארויסזאגן.

די געדאנק פון ניצן מעטאפארס אין א פאום, איז נישט כדי עס צו מאכן ווי א חודה, און נישט כדי עס צו באגיסן מיט מליצות ווי א קול קורא. עס איז פשוט א מיטל ארויסצוברענגן דיין נישט ממשות'דיגע געדאנק, אין א מציאות כדי מיר זאלן וויסן און שפירן דיין געדאנק, און זעו אלעס וויאזוי דו זעסט זאכן פון דייו אייגנארטיגע קוקווינקל.

יעצט בעצם איז שלאפן נישט טויט, מיר שטארבן נישט יעדע נאכט, עס איז ס''ה א שלאף פון א פאר שעה. אבער וואס דאס איז טויט ווייסן מיר נישט, און די וואס ווייסן יא, ליינען שוין נישט פאום'ס, ממילא ווען מען וויל מען זאל פארשטיין די טויט, איז די נענסטע מעטעפאר 'שלאף', און נישט סתם שלאף, נאר אויף אייבוג!

ס''ה, פאעזיע איז נישט אז מען מוז נוצן מעטעפאר, עס איז א מיטל מיט וואס ארויס צו ברענגן עפעס וואס דו קענסט נישט אן דעם. און גראדע איז 'איינגעשלאפן אויף אייבוג' א מעטעפאר, און אגב זייער א גוטע אן נאנטע מעטעפאר, אויף אזוי ווייט אז מאנכע כאפן ניטעמאל אז 'שלאפן' איז נאר א מעטעפאר צו טויט...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אסותא האט געשריבן: נאך יארן דורך טון די קונסט פון פאעזיע מיין איך אז מען קען נישט אזוי פשוט זאגן אז גראמען איז פאעזיע, און פאעזיע איז גראמען. לענ''ד איז א הונט א הונט, און א קאלב איז א קאלב. גראמען איז גראמען, און פאעזיע איז פאעזיע.

וואס יא, פונקט ווי ווען א גראמער נוצט פאעטישע אויסדריקן אין זיין גראמען געבט עס מורא'דיג צו, אבער אויב ניצט ער נישט פרעגט עס נישט אפ זיין גראמען, ווייל די עיקר דא איז גראמען, און נישט פאעזיע. און וואגן זאל ער זיך אויפצוגעבן אויף א גראם כדי צו זאגן א גוטע אויסדרוק...

אקוראט די זעלבע איז מיט א פואט. ווען ער קען אויך נוצן גראמען בשעת ער ברענגט אריוס זיין געדאנק און געפיל, בשעת ער מאלט אפ זיין בילד, און בשעת ער קאנצאטרירט אריין צו לייגן אין ווערטער, שטיקער לעבן, שטיקער געפיל, און שטיקער הארץ , דאן געבט עס מורא'דיג צו, ווייל מעט א געלונגענע ריטעם דרייט זיך עס פליסעגער אריין אין מח, און עס בלייבט זיך דארט לענגער דרייען. אבער אויב ניצט ער נישט גראמען. צו וויל ער איז מצליח צו מאכן א ריטעם מיט סילעבולס אליין, צו מיטן קלאנג, און צו ער האט פשוט די אקוראט טרעפליך ווארט, און פערצופאל גראמט עס נישט, פרעגט עס לחלוטין נישט אפ זיין פאום. ווייל די עיקר דא איז פאעזיע, און נישט גראמען. און וואגן זאל ער זיך אויפצוגעבן אויף זיין טרעפליך ווארט כדי צו האבן א גראם.



איך בים ב"ה לעצטענס גאר שטארק פארנומען ביי מיין ביזנעס, טא קען איך נישט מגיב זיין כראוי. די איינע נקודה וועל איך אבער יא ענטפערען. איך האב געשריבען אז גראמען איז פאעזיע, און דאס איז אמת (תיכף וועל איך אויפווייזען), דו האסט אבער צוגעלייגט (בשמי) אז פאעזיע איז גראמען און דאס איז טאקע נישט אמת.

פאעזיע קען געזאגט און געשריבען ווערען אויף פארשידענע ערליי אופנים, און איינס פון זיי איז גראמען. אפילו גרינגע און לאכיגע גראמען גיין אריין בגדר פאעזיע (און אויך ביי יענע סארט באווייזט דער מייסטער זיין כח איבער דעם תלמיד).

נעם צ.ב.ש. א גאנץ באקאנטע פאעזיע (גענוצט אין שולעס וכדו') George - עס איז א פרייליכע און לאכיגע גראם, אבער ווערט פארט גערעכענט אלס פאעזיע.

אדער נעם די פאלגענדע וועלכע בנימין האט געברענגט :
בנימין הלוי האט געשריבן:
There's a hole in the bucket
Then mend it
With what shall I mend it
With a straw
The straw is too long
Then cut it
With what shall I cut it
With a knife
The knife is too dull
Then sharpen it
On what shall I sharpen it
On a stone
The stone is too dry
Wet it
With what shall I wet it
try water
In what shall I fetch it
In a bucket
There's a hole in my bucket
Use your head, then


איז דאס פאעזיע? זיכער אז יא. כאטש עס ברענגט נישט ארויס קיין באהאלטענע געפילען אדער אומעט, ווייל נישט דאס איז דער אפטייטש פון פאעזיע.

איהר רעדט בעיקר פון איין סטיל פון פאעזיע, און א גרויסע חלק פון אייער הסבר איז באזירט דערויף, אבער דער שם הכולל 'פאעזיע' נעמט אריין פיהל מער פון דעם.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

נאך א זייער-באקאנטע פאעזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואס איז גאר א דריטע סטיל:

If you can keep your head when all about you
Are losing theirs and blaming it on you;
If you can trust yourself when all men doubt you,
But make allowance for their doubting too:
If you can wait and not be tired by waiting,
Or, being lied about, don't deal in lies,
Or being hated don't give way to hating,
And yet don't look too good, nor talk too wise;

If you can dream---and not make dreams your master;
If you can think---and not make thoughts your aim,
If you can meet with Triumph and Disaster
And treat those two impostors just the same:.
If you can bear to hear the truth you've spoken
Twisted by knaves to make a trap for fools,
Or watch the things you gave your life to, broken,
And stoop and build'em up with worn-out tools;

If you can make one heap of all your winnings
And risk it on one turn of pitch-and-toss,
And lose, and start again at your beginnings,
And never breathe a word about your loss:
If you can force your heart and nerve and sinew
To serve your turn long after they are gone,
And so hold on when there is nothing in you
Except the Will which says to them: "Hold on!"

If you can talk with crowds and keep your virtue,
Or walk with Kings---nor lose the common touch,
If neither foes nor loving friends can hurt you,
If all men count with you, but none too much:
If you can fill the unforgiving minute
With sixty seconds' worth of distance run,
Yours is the Earth and everything that's in it,
And---which is more---you'll be a Man, my son!


Rudyard Kipling
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

איך האב נישט יעצט קיין צייט געהעריג מגיב צו זיין, אבער עס זעט איוס אז אנעים האט דא געברענגט פיינע ווארע...העמיר רעדן...
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אסותא האט געשריבן: איך האב נישט יעצט קיין צייט געהעריג מגיב צו זיין, אבער עס זעט איוס אז אנעים האט דא געברענגט פיינע ווארע...העמיר רעדן...

וועלן מיר ווארטן ביז אסותא וועט האבן צייט מגיב צו זיין
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נישט האט געשריבן:
אסותא האט געשריבן: איך האב נישט יעצט קיין צייט געהעריג מגיב צו זיין, אבער עס זעט איוס אז אנעים האט דא געברענגט פיינע ווארע...העמיר רעדן...

וועלן מיר ווארטן ביז אסותא וועט האבן צייט מגיב צו זיין

ער האט שוין צייט?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שאבאב'ניק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:40 pm

Re: שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבאב'ניק »

בין איך נייגעריג וואס די היינטיגע קאנאנען אינעם פאעזיע וועלט, ווי @ענדע צדיק! , וואלטן געהאט צו צילייגן דא.
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע:קדש ברנע

Re: שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

.
לעצט פארראכטן דורך בן צורישדי אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

Re: שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

ווער קען ממשיך זיין מיט די יסודות פון פּאָעזיע?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”