פארוואס גראמען?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

כ'זיץ פארטראכט
אויגן פארמאכט
אין מח כ'שמאכט
און, א רעיון לייכט

געטראכט וואס צו שרייבן
אביסל צייט פארטרייבן
קלער איך סתם
פארוואס א גראם?

כ'קען דאך די זעלבע זאך
אויף וואס גראמען איך מאך
מיט די זעלבע טעמ'ען
שרייבן אָן קיין גראמען

ס'וועט נאך נעמען שנעלער
אין אלע פעלער
צו שרייבן גראד
ווי אריינצוקריכן אינעם מאָד

וואס איז טאקע פשט
האב איך א מחשבה געהאט
ס'מוז האבן א סברא
וואס איז פון גראמען די מטרה?

נישט נאר פאר איין סיבה
האבן גראמען א חיבה
געשמאק אויך פאר מיר איז
צו ליינען פאעטישע שורות

איינס, ס'פשוט אין מח
א מענטש פילט די כח
וואס די שרייבער לייגט אריין
די ליינער מהנה צו זיין

צוויי, ס'איז א פאקט
פאעזיע באווייזט אַן אקט
מיט די מענטש'ס געפילן
קען ער גרינגער ארומשפילן

ס'טאקע קערצערע דיבורים
כ'פיל אבער אז כ'שפיר אים
ער ברענגט עס בעסער ארויס
אז יענעמ'ס געפילן גייען אויס

דריי, יעדער גלייכט
ס'אינטערעסאנט וואס יענער מאכט
ס'א נארמאלע זאך
צו באוואונדערן יענעמ'ס פאך

א מעדשישן ווילסטו זען
מיטהאלטן וואס ס'געשען
כאטש ס'נישט וואס איך טו
און דאס ברענגט מיר צו -

פיר, פיל חידושים פארהאן
וואס גייען אין קאפ אריין
ווען איך שרייב עס ווען גראד
איז עס בעצם א שאד

ס'איז סאך מער קאַמעֶן
ווען מ'שרייבט גראמען
אריינצולייגן חידושים
מיט טיפערע פירושים

פארהאן פיל מער סיבות
פארוואס איך ליב עס
כ'האב אבער אין קורצלען
באשריבן די עיקר ווארצלען

---

איצטער פארשטייסטו אביסל בעסער
פארוואס גראמען איז ביי יעדן גרעסער
ווי איידער מיט ווערטער געדיכטע
ארויסברענגען פשוט דעם געשיכטע.
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

דער ווערט נאר שטערקער מיט יעדן טאג, מאכטפול!

מאטי האט דאך א ניגון איבער גראמען, קענסט גיין אין קאמפעטישן…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערלעך און קונצלעך!

וואס גראמען קען ארויס ברענגען, קענען קיין לאנגע ארטיקלען נישט שרייבן.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דורכפעלער, מארגן אי"ה
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך גלייך זייער צו ליינען, שרייבן, און הערן גראמען. אבער וואס מענטשן כאפן נישט, אז גראמען קען אויך מאכן "לאכן" (ווי דאס וואס דו שרייבסט), נישט נאר וויינען.
רוב מאל ווען איינער וועט שרייבן גראמען, וועט עס ארויס ברענגען זיין אנגעזעצטע געפיל ווי זיין הארץ רייסט און ציט, ער איז צומישט פארוואס ער איז אויף די וועלט וכו. מיט אן אויספיר ווער נישט געפאלן וכו... אבער צו ארויס ברענגען א פריילעכע געפיל, דאס איז שוין דא ווייניג, און טאקע וועגן דעם גלייך איך זייער דיינע שטיקלעך!

אלטער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:01 pm

Wow
כאניש געוויסט אז ס'מאכט לאכן. א חידוש. קענסט געבן א משל?

בדוו אויב אזוי איז די מארגנדיגע לכאורה נישט פאר דיר...
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

@שוואכער דו ווערסט בעסער פון טאג צו טאג!!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

באשיינפערליך האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:52 pm
דער ווערט נאר שטערקער מיט יעדן טאג, מאכטפול!
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:05 pm

ב"ה
ס'מיר א הנאה אז ענק האבן הנאה.
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שוואכער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:02 pm
אלטער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:01 pm
איך גלייך זייער צו ליינען, שרייבן, און הערן גראמען. אבער וואס מענטשן כאפן נישט, אז גראמען קען אויך מאכן "לאכן" (ווי דאס וואס דו שרייבסט), נישט נאר וויינען.
רוב מאל ווען איינער וועט שרייבן גראמען, וועט עס ארויס ברענגען זיין אנגעזעצטע געפיל ווי זיין הארץ רייסט און ציט, ער איז צומישט פארוואס ער איז אויף די וועלט וכו. מיט אן אויספיר ווער נישט געפאלן וכו... אבער צו ארויס ברענגען א פריילעכע געפיל, דאס איז שוין דא ווייניג, און טאקע וועגן דעם גלייך איך זייער דיינע שטיקלעך!
Wow
כאניש געוויסט אז ס'מאכט לאכן. א חידוש. קענסט געבן א משל?
מיט לאכן האב איך נישט געמיינט זיך ווארפן פאר געלעכטער, כ’האב געמיינט צו שרייבן, אז ס’שלעפט דיר נישט אריין אין א דעפרעסיע ווי זייער אסאך. בקיצור, דו שרייבסט נישט דיינע טופע הארץ געפילן, דו לייגסט אראפ א מצב אויף א געשמאקע וועג.

אז דו כאפסט נישט, וועל איך עס מיזן שרייבן אין גראמען...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

שוואכער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:06 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:52 pm
דער ווערט נאר שטערקער מיט יעדן טאג, מאכטפול!
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:05 pm
@שוואכער דו ווערסט בעסער פון טאג צו טאג!!
ב"ה
ס'מיר א הנאה אז ענק האבן הנאה.
ס׳מיר א הנאה אז דו האסט הנאה אז אונז האבן הנאה…

דו שרייב נאר ווייטער, האסט א טאלאנט און נוץ עס אויס!
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33924
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פארוואס גראמען?
ווייל ס'האט אלע טעמים!
הערליך און שיין
מסביר דאס מיין

ש'כח שוואכער!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

שוואכער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:56 pm
דורכפעלער, מארגן אי"ה
די מארגן האט שוין פאסירט? כ'זעה עס נישט אין די מפתח
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דוד הכהן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:42 am

ס'האט פאסירט, ווארשיינליך אונטער אן אנדערן נאמען.

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:57 pm

די כתה ב מעשה??
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שוואכער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:33 pm

פארהאן פיל מער סיבות
פארוואס איך ליב עס
👍
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארוואס גראמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דוד הכהן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:19 pm
שוואכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:57 pm
דוד הכהן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:42 am
שוואכער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:56 pm
דורכפעלער, מארגן אי"ה
די מארגן האט שוין פאסירט? כ'זעה עס נישט אין די מפתח
ס'האט פאסירט, ווארשיינליך אונטער אן אנדערן נאמען.
די כתה ב מעשה??
דענקעך שויניש, כ'דארף טשעקן.

שטארק דיך
# שוואכער_איז_אוט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”