בנוגע די רייכקייט פון לשון הקודש קען מען נישט בלויז קוקן אויף די צאל פון ווערטער וויבאלד אין לשה"ק ווערט פון איין שורש אויסגעבויעט אסאך ווערטער אבער די ציילערס ציילן דאס מן הסתם פאר איין ווארט, משא"כ אין ענגליש צ.ב.ש. וועט מען נוצן גענצליך אנדערע ווערטער פאר די זעלבע זאך געוואנדן צי עס איז בלשון עבר אדער בלשון עתיד וכדומה.
דאן פארוואס האט דער בורא יתברך שמו נישט אויסגעוועלט ענגליש אלס זיין שפראך? האם תמצא לומר אז ער האט נישט גענומען דער בעסטער שפראך פאר זיך?
מיינסט פרעגן פארוואס מען האט נישט געגעבן די תורה אויפן בארג סיני און ענגליש ........? ( נאר א ווערטעל בארואיגט אייך .....) לשון הקודש איז נאכאלץ די בעסטע שפראך די מערסטע געאייגענד פאר תורה און עבודה און זיין דבוק צום בורה כל עולמים דאס איז בלי שום ספק שבעולם ווייל די גרעסטע מציאות און חכמה איז אינעם כביכול אליין און אין די תורה און אין כלל ישראל פארגעס נישט אז ישראל ואורייתא וקודשא בריך הוא חד הוא
נאר וויבאלד דא ביי אונז איז לשון הקודש נישט אונזער ערשטע שפראך(נישט קיין סתירה אז עס איז די וויכטיגסטע )וואס מען רעד 7 / 24 אריין גערעכענט יעצט אויף דעם אשכול איז מען געקומען זאגען וואס די בעסטע שפראך איז צו ארויס ברענגען א זאך פון מחשבה צום דיבור און אלגעמיין
אלס היימישע איז אונזער עיקר שפראך אידיש, נאכדעם קומט לשון קודש וואס א גרויס חלק קען גוט פון אונזערע גרויסע ספרים שענק , און די אנדערע ליידער נישט ,(איך רעד נישט פון יאיר וויינשטאק'ס לשון קודש...)דערנאך איז ענגליש וואס איז די צווייטע אדער ערשטע שפראך ביי אונז. וואלט איך געווען נייגעריג צו וויסן וואס מען האלט איז די רייכסטע ?
איין זייטיגע הערה מרעדט נישט פון היינטיגע מושגים וואס האט נאכנישט עקזיסטירט ווען מהאט אנגעהויבן ניצן לשון הקודש מרעדט פון די רייכקייט פון עצם שפראך, די לשונות אויסצודריקן א מעשה וכו'
פאר דור הפלגה האט די גאנצע ערד קוגל געזיעלשאפט נאר גירעד לשה''ק נאכדעם האט פאסירט א התבוללות און עס צישפליטערט און נאך 70 שפראכען סא יא @בניהו האט ריכטיג געזאגט אז יעדע שפראך קומט בשורשה פון לשה״ק
נאר גיי זיי מסביר ווי אזוי א שפראך האט שייכות מיט לשון הקודש מיט די גאנצע השתלשלות אחר השתלשלות יעצט פון דור הפלגה ביז יעצט סוף אלף השישי
ווייל ביזן מבול האט מען נאר גערעדט לשון הקודש, און נאכדעם צושפליטערט מיינט נאכנישט אז יעדע שפראך קומט פון לשון הקודש (האסט א מקור פון צדיקים אז יעדע שפראך קומט פון לש"ק, מילא. אבער "דאס" איז נאכנישט קיין סיבה אז יעדע שפראך קומט משורשה, איך גלייב אז סאיז דא גענוג שפראכן וואס האבן אנגעפאנגען פון סקרעטש )

על־כן קרא שמה בבל כי־שם בלל ה' שפת כל־הארץ ומשם הפיצם ה' על־פני כל־הארץ: פ (בראשית פרק יא פסוק ט) אונקלוס (תאג'): עַל כֵּן קְרָא שְׁמַהּ בָּבֶל אֲרֵי תַּמָּן בַּלְבֵּיל ה' לִישָׁן כָּל אַרְעָא ירושלמי (יונתן): בְּגִין כֵּן קְרָא שְׁמָהּ בָּבֶל אֲרוּם תַּמָן עַרְבִּיב ה' לִישָׁן כָּל דַיְירֵי אַרְעָא
מה בכךהאט געשריבן:↑זונטאג דעצעמבער 04, 2022 6:05 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן:
פאר דור הפלגה האט די גאנצע ערד קוגל געזיעלשאפט נאר גירעד לשה''ק נאכדעם האט פאסירט א התבוללות און עס צישפליטערט און נאך 70 שפראכען סא יא @בניהו האט ריכטיג געזאגט אז יעדע שפראך קומט בשורשה פון לשה״ק
נאר גיי זיי מסביר ווי אזוי א שפראך האט שייכות מיט לשון הקודש מיט די גאנצע השתלשלות אחר השתלשלות יעצט פון דור הפלגה ביז יעצט סוף אלף השישי
ווייל ביזן מבול האט מען נאר גערעדט לשון הקודש, און נאכדעם צושפליטערט מיינט נאכנישט אז יעדע שפראך קומט פון לשון הקודש (האסט א מקור פון צדיקים אז יעדע שפראך קומט פון לש"ק, מילא. אבער "דאס" איז נאכנישט קיין סיבה אז יעדע שפראך קומט משורשה, איך גלייב אז סאיז דא גענוג שפראכן וואס האבן אנגעפאנגען פון סקרעטש )
איך זעה אז כ׳האב קיינמאל נישט געענטפערט דערויף. שורש מיינט נישט אז עס האט נאכקאפירט ווערטער. שורש מיינט אז די גאנצע מושג פון שפראך האט זיך אנגעהויבן דורך לשון קודש.
חוץ אויב רייכקייט דא מיינט קוואנטום און נישט קוואליטעט.
אפגערעדט פון דעם וואס לשון קודש איז דאך די נשמה פון די חפץ וואס הייסט אזוי.