נפלאות הבורא! - DNA

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מחר האט געשריבן: PDF
https://copy.com/w9eoN4QzlL0sI6uH

אה! א דאנק אייך!
הק' איש ימיני
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הפלא'דיג קלאהר אראפ געלייגט!

נאר א פאהר הערות:
גערעכטער האט געשריבן: DNA איז ווי א בלו פרינט וואס פארמירט די גאנצע לעבעדיגע זאך ווי א מענטש, בהמה, וחיה, וכדומה.

הוא הדין יעדער צומח און מיקראב (באקטעריע וכו')

יעצט העמיר זעהן ווי אזוי די DNA ווערט געניצט צו פארמירן נייע פראטין (וואס געשעט יעצט בשעת איר ליינט דאס אין כמעט יעדע צעל אין אייער גוף), ווי פאלגענד, א קראמעזאם שיקט ארויס א DNA 'שטריק' פון זיך, קומט גלייך צו לויפן א ענזיים (Enzyme) גערופן 'RNA', און ער כאפט אן די עק פונעם שטריק און 'סקענט' אדורך די אותיות פון אויבן אראפ און מאכט א 'קאפי' דערפין וואס ווערט אנגערופן א 'מעסענדשער RNA'

די יוצרות זענען דא געווארן אויס געמישט א ביסל.

די קראמאזאם אין א געזונטע באשעפעניש 'שיקט' קיינמאל נישט ארויס קיין DNA (ווען שטיקליך DNA פליען איז א סך מאהל א סימן פון יענע מחלה ל"ע). א קראמאזאם אין א א צעל וואס פונקציאנירט (לאפוקי א צעל וואס האלט זיך אינמיטן צוטיילן, ואכמ"ל) איז 'אויף געלאזט', נישט איין געוויקלט אין די באקאנטע צורה פון א 'X', דהיינו אז דער DNA הענגט לויז.

RNA איז נישט קיין ענזיים. RNA איז א לאנגע קעמיקאל ענדליך צו DNA, מיט דקות'דיגע חילוקים. דער DNA פועל'ט גארנישט אליינס אין דעם צעל; עס ווערט ערשט נאך געשריבן אויף RNA.

ווי אזוי ווערט DNA איבער געזעצט אויף RNA? מיט איין ענזיים וואס הייסט RNA polymerase. דער פאלימערעיז 'סקענט' דער לענג פון דעם DNA פאר א חלק נאך צו שרייבן (וועליכע שטיקל איז איהם אינטערעסאנט איז א גאנצע מסכתא פאר זיך...). עס שרייבט איבער דעם חלק אויף RNA, וואס ווערט א קארצע שטיקל וואס הייסט מעסענדשזער RNA.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

הסרפד האט געשריבן: הפלא'דיג קלאהר אראפ געלייגט!

נאר א פאהר הערות:
גערעכטער האט געשריבן: DNA איז ווי א בלו פרינט וואס פארמירט די גאנצע לעבעדיגע זאך ווי א מענטש, בהמה, וחיה, וכדומה.

1. הוא הדין יעדער צומח און מיקראב (באקטעריע וכו')

יעצט העמיר זעהן ווי אזוי די DNA ווערט געניצט צו פארמירן נייע פראטין (וואס געשעט יעצט בשעת איר ליינט דאס אין כמעט יעדע צעל אין אייער גוף), ווי פאלגענד, א קראמעזאם שיקט ארויס א DNA 'שטריק' פון זיך, קומט גלייך צו לויפן א ענזיים (Enzyme) גערופן 'RNA', און ער כאפט אן די עק פונעם שטריק און 'סקענט' אדורך די אותיות פון אויבן אראפ און מאכט א 'קאפי' דערפין וואס ווערט אנגערופן א 'מעסענדשער RNA'

די יוצרות זענען דא געווארן אויס געמישט א ביסל.

2. די קראמאזאם אין א געזונטע באשעפעניש 'שיקט' קיינמאל נישט ארויס קיין DNA (ווען שטיקליך DNA פליען איז א סך מאהל א סימן פון יענע מחלה ל"ע). א קראמאזאם אין א א צעל וואס פונקציאנירט (לאפוקי א צעל וואס האלט זיך אינמיטן צוטיילן, ואכמ"ל) איז 'אויף געלאזט', נישט איין געוויקלט אין די באקאנטע צורה פון א 'X', דהיינו אז דער DNA הענגט לויז.

3. RNA איז נישט קיין ענזיים. RNA איז א לאנגע קעמיקאל ענדליך צו DNA, מיט דקות'דיגע חילוקים. דער DNA פועל'ט גארנישט אליינס אין דעם צעל; עס ווערט ערשט נאך געשריבן אויף RNA.

4. ווי אזוי ווערט DNA איבער געזעצט אויף RNA? מיט איין ענזיים וואס הייסט RNA polymerase. דער פאלימערעיז 'סקענט' דער לענג פון דעם DNA פאר א חלק נאך צו שרייבן (וועליכע שטיקל איז איהם אינטערעסאנט איז א גאנצע מסכתא פאר זיך...). עס שרייבט איבער דעם חלק אויף RNA, וואס ווערט א קארצע שטיקל וואס הייסט מעסענדשזער RNA.

קודם א דאנק פארן שרייבן,
1. ריכטיג.

2. גיב נאכאמאל א בליק אויף דעם בייגלייגטן בילד, איך מיין אז עס איז זייער קלאר וויאזוי דער DNA קומט ארויס פונעם קראמעזאם.

3. RNA ווערט יא אנגערופן א ענזיים דוק ותשכח.

4. יא יא הוא אשר דברנו.
הק' איש ימיני
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מחותן האט געשריבן: געוואלדיג..!

צום שלימות פינעם ארטיקעל ענדיג צו וואס אינעם די ען עי עס טוישט זיך כדי אז עס זאל ווערן א דאון סינדראם קינד (עס זאל נישט מאכען ביי קיין שום איד), ווייל דא זעט מען אויך זייער שטארק השגחת הבורא און ווי ער איז מנהיג הבירה און פון אזא מינדעסטע שינו פאסירט וואס עס פאסירט.

דאס איז אביסל א אנדערע נושא, ביי דאון סינדראם איז דער גורם נישט די DNA ספעציפיש, נאר א איבריגע קראמעזאם (אין וואס דער DNA ליגט).
גאר אין קורצן: ווי דערמאנט האט א מענטש 46 קראמעזאמס וואס איז 23 'סעטס' פון קראמעזאמס (23 פון דער טאטע און 23 פון די מאמע), א דאון סינדראם קינד פארמאגט 47 קראמעזאמס דאס הייסט איין איבריגע, ווייל ער ווערט באשאפן מיט דריי '21' קראמעזמס (דער איין אין צוואנציגסטע סעט קראמעזאם באשטייט פון דריי), און וועגן דעם ווערט עס אין די מעדיצינישע וועלט טאקע אנגערופן "Trisomy 21".

עס איז דא נאך א מין דאון סינדראם גערופן "Translocation" וואס איז נישט אזוי שכיח, ואכמ"ל.
הק' איש ימיני
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

עס זענען דא עטליכע מיני RNA'ס, איינס פון די איז א ענזיים.

אגב, א קראומאסאום איז נישט א בריאה בפני עצמו, עס איז נישט אז די ד.נ.ע. ליגט 'אין' א קראומאסאום, ווען א צעל צוטיילט זיך פארעמט זיך די ד.נ.ע. אין א געוויסע פארעם, און דאס איז יעצט גערופן קראומאסאום, אבער עס איז נישט אז די ד.נ.ע ליגט ווי אין עפעס א שעלל.

עוד אחת אדבר, עס שיינט פון דיינע ווערטער ווי נאר די צוויי סינדראומס זענען פארבינדן מיט די קראומאסאומס/ד.נ.ע., ווען באמת זענען טויזענטער מחלות פארבינדן מיט ד.נ.ע., (אגב טרייסאמי 21 איז פון די איינציגסטע אזא גרויסע גענעטישע מחלה וואס קען איבערלעבן, רוב גרויסע גענעטישע מחלות לעבן אפילו נישט איבער, [ונקרא מיסקעריזש]).
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ריק פערי האט געשריבן: עס זענען דא עטליכע מיני RNA'ס, איינס פון די איז א ענזיים.

דיע הייסן ribozymes, אבער אויזער איינצעלע וויכטיגע דוגמאות (אלץ חלק פון'ם ribosome למשל) שפילט RNA זעהר א קליינע ראלע אלץ ענזיים אין געוועהנליכע בעלי חיים.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

גערעכטער האט געשריבן: (בלי נדר וועלן מיר אי"ה אין א אנדערע געלעגנהייט מסביר זיין ווי אזוי DNA פון א מענטש ווערט געניצט אויף א קריים צענע)

ערשינען אין די מי מנוחות #9

דער באניץ פון DNA אין פאליציישע אויספארשונגען - DNA fingerprinting/DNA profiling
הק' איש ימיני
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אין א פרישער דורכברוך אינעם DNA פעלד, האט א קאמפאני מיטן נאמען Parabon NanoLabs דעוועלאפט א סיסטעם וואס קען נעמען א DNA סעמפעל און דערפון ארויסבאקומען א סקעטש פונעם מענטש פון וועמען עס קומט. אנדערש ווי ביז היינט ווען דער איינציגסטער הילף וואס אויספארשער האבן געקענט האבן פון א DNA סעמפעל איז אויב דער DNA פון דער מענטש איז שוין געווען אינעם נאציאנאלן דעטאבעיס אדער צו קאמפערן ווען מען כאפט איינעם, האבן זיי א וועג צו ארויסנעמען אזויפיל אינפארמאציע פון א DNA סעמפל אז מען באקומט ארויס א בילד פונעם פנים וואס איז היבש אסאך ענדליך צו וויאזוי דער מענטש זעט טאקע אויס.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע:ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

קנאפער ידען האט געשריבן: אין א פרישער דורכברוך אינעם DNA פעלד, האט א קאמפאני מיטן נאמען Parabon NanoLabs דעוועלאפט א סיסטעם וואס קען נעמען א DNA סעמפעל און דערפון ארויסבאקומען א סקעטש פונעם מענטש פון וועמען עס קומט. אנדערש ווי ביז היינט ווען דער איינציגסטער הילף וואס אויספארשער האבן געקענט האבן פון א DNA סעמפעל איז אויב דער DNA פון דער מענטש איז שוין געווען אינעם נאציאנאלן דעטאבעיס אדער צו קאמפערן ווען מען כאפט איינעם, האבן זיי א וועג צו ארויסנעמען אזויפיל אינפארמאציע פון א DNA סעמפל אז מען באקומט ארויס א בילד פונעם פנים וואס איז היבש אסאך ענדליך צו וויאזוי דער מענטש זעט טאקע אויס.


WOW רבותי ס'צרות.. ווי לויפט מען זיך באהאלטן?? פון א האר קען מען וויסן ווי אזוי איך קוק אויס??!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: נפלאות הבורא! - DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

“DNA is like a computer program but far, far more advanced than any software ever created.”

בילל געיטס
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3454
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: נפלאות הבורא! - DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

איינער מיטן פי די עף
שכח
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
סשעפערט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:16 pm

Re: נפלאות הבורא! - DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סשעפערט »

כיהודה ועוד לקרא

די DNA איז גרופירט אין 23 קראמאסאומז, געווענליך איז די DNA אין א אויסגעדרייטע צורה ווי נאר דאן קען טראנסקריפשין געשעהן

ווען א סעל צעטיילט זיך (א מענטש וואקסט אדער צו היילן א מכה) דאבעלט זיך יעדע שטריק פון DNA ווי אויך דרייט עס זיך צאם אין די X שעיפ (ס'ווערט נאכאלץ אנגערופן איין קראמאסאום כל אף ס'איז געטאפלט)

בנוגע וואס מ'האט געפרעגט וואס הייסט פון אויבן אראפ, איז די DNA ווערט געליינט פאר צויי סיבות, איינס צי מאכן פרישע טישא ווי שיין ארויס געברענגט און צוויי צי מאכן קאפיעס פון זיך צי קענען זיך דאבלען

די לייטער איז נישט געבויט די זעלבע וועג (בדרך משל פלאס און מיינוס אויף א באטערי) די לייטער'ס צוויי זייטען זענען געבויט איינס ארויף און די צווייטער אראפ, דאס איז פשט אז די dna ווערט געליינט פון אויבן אראפ
חתונות טרעפער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 9:41 pm

Re: נפלאות הבורא! - DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתונות טרעפער »

שכח @גערעכטער איז דארפן נאך שיינע זאכן פון אייך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”