"א רוף וועגן דעם טראדיציאנאלן אידישן אויסלייג"

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביטע ברענג א מקור אז אידיש קומט פון ירושלים.

בכל אופן, דו ווילסט שרייבן "יודיש" ווייל אמאל האט מען עס אזוי געזאגט, כאטש שוין לאנג וואס קיין איין איד/ייד/יוד זאגט עס נישט אזוי. איז דאס נישט קיין פאראדאקס צו דיין גרונד שיטה פון שרייבן ווי מ'זאגט?

(דער גאנצער שמועס איז פאר די וואס האבן איבריג צייט. ביי אונז שרייבט מען "אידיש", אפגעזען וועלכער גרייז אדער שיטה שטייט דערונטער.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:49 pm
@ביבליאגראף, צוביסלעך זעט מען אז עפעס זאגסטו.

#קום אריין קלאר - ווייל איך גיי ארויס צעמישט...
כ'ווער קלארער און קלארער ווי מער איך שרייב...
כ'מיין... דוק מינה ואוקי באתרן...
ס'גוט, כ'מאך א ווערטל.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:30 pm
ביטע ברענג א מקור אז אידיש קומט פון ירושלים.
דאכט זיך אזוי איז לעצטנס געשטאנען און מעלות. (אגב, כ'מיין נישט ירושלים, כ'מיין דעם ליטוויש-ירושלימ'ען אקצענט.)
גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:30 pm
בכל אופן, דו ווילסט שרייבן "יודיש" ווייל אמאל האט מען עס אזוי געזאגט, כאטש שוין לאנג וואס קיין איין איד/ייד/יוד זאגט עס נישט אזוי. איז דאס נישט קיין פאראדאקס צו דיין גרונד שיטה פון שרייבן ווי מ'זאגט?
ניין, לויט ווי איך ערקלער דא האב איך נישט דאס געמיינט. כ'וואלט געדארפט שרייבן דעם קעפל אביסל קלארער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין דער ליטע פלעגט מען זאגן איד מיט אן א'? איך בין כמעט זיכער דו האסט א טעות.

בכל אופן, דאס מציאות איז אז מ'פלעגט נישט זאגן יוד מיט א מלאפום. דאס אז מ'האט עס אמאל אזוי געשריבן איז זייער א שוואכער קעיס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:51 pm

עיי"ש במעלות.

לשיטתך אז אלט-יודיש איז פאנעטיש, איז דער קעיס גאנץ שטארק.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ביבליאגראף האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:41 pm
ניין, לויט ווי איך ערקלער דא האב איך נישט דאס געמיינט. כ'וואלט געדארפט שרייבן דעם קעפל אביסל קלארער.
קענסט נאך דאכט זיך טוישן קעפל.
כאפ אריין ווילאנג מ'קען נאך (3 וואכן?).
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:21 pm

קענסט נאך דאכט זיך טוישן קעפל.
כאפ אריין ווילאנג מ'קען נאך (3 וואכן?).
איינער האט א געדאנק וויאזוי ס'זאל הייסן?
אין וועלט אריין
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:11 am

תגובה דורך אין וועלט אריין »

איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די פראבלעם מיט אידיש/יידיש שרייבן און אויסלייגן, זאל יעדער טון וואס און וויאזוי ער פארשטייט. מ'טוט דאך עניוועי אזוי

אין וועלט אריין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:39 am
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די פראבלעם מיט אידיש/יידיש שרייבן און אויסלייגן, זאל יעדער טון וואס און וויאזוי ער פארשטייט. מ'טוט דאך עניוועי אזוי
ווי אזוי זאגט נאר גרשון:
גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:30 pm
דער גאנצער שמועס איז פאר די וואס האבן איבריג צייט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35907
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גרשון האט געשריבן: מוצ"ש יוני 22, 2024 11:48 pm
אליינס איז א גרייז; דאס ווארט אין אליין.
אין דויטש זענען ביידע ריכטיג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

farshlufen האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:49 am
גרשון האט געשריבן: מוצ"ש יוני 22, 2024 11:48 pm
אליינס איז א גרייז; דאס ווארט אין אליין.
אין דויטש זענען ביידע ריכטיג.
קיינמאל נישט געזען אין דייטש. א גוגל זוך צייגט מיר אויך נישט אזא ווארט. וואו האסטו געזען?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביבליאגראף האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:57 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:51 pm
אין דער ליטע פלעגט מען זאגן איד מיט אן א'? איך בין כמעט זיכער דו האסט א טעות.
עיי"ש במעלות.
אדרבה, ברענג עס. איך האב נישט קיין "מעלות".

וואס איז מיין שיטה וועגן פאנעטישע אלט-אידיש? מיין איינציגע שיטה איז אז מ'דארף שרייבן 1) פראקטיש, מ'זאל פארשטיין, 2) אויסגעהאלטן לינגוויסטיש. ווען די צוויי כללים זענען זיך סותר, דארף מען טרעפן א הכרעה.

דו האסט אבער עפעס א שיטה וואס איך פארשטיי נישט גענוי. בערך פארשטיי איך אז דו ווילסט שרייבן מער "אריגינעל", נישט ווי געוויסע האבן מאדערניזירט דעם אידישן אויסלייג. אט דאס אריגינעלע אידיש איז נישט כשר פון די ליטווישע אדער אוקראינער אידן, נאר ברויך זיין פון פוילן-אונגארן, און דווקא נישט משכילים.

דיין איינציגער אויסוועג וואלט געווען צו טרעפן א בוך געשריבן אין סאמע פּישפּיקלאָדאַני מיט גענוי 243 יאר צוריק; שפעטער פון דעם איז שוין מאדערן, און עלטער איז מסתמא ארכאַאיש. דער בוך זאל פארשטייט זיך נישט זיין משכיל'יש געשטימט, נאר זיין פארפאסט דורך אן עמך איד מיט א נויגונג צו שפראך. די פראבלעם וועט נאר זיין אז דו וועסט נישט טרעפן קיין איינהייטליכער אויסלייג אין יענעם בוך, און פון רוב ווערטער וועלן פעלן וואקאלן. פארשטייט זיך אז אלע אינטערנאציאנאלע ווערטער וועלן נישט האבן קיין פלאץ אינעם נייעם וואקאבולאר, זינט זיי ציען זייער מקור גראד צו דייטשע משכילים. ביז צו דער מאדערנער תקופה איז אידיש געווען א זשארגאן וואס מ'האט געשריבן בלויז פאר פרויען און עם הארצים, אן קיין שום ליטערארישע יסודות.

אויב ביסטו עווענטועל מצליח מיט זיין ווערטערבוך, וועלן עס אנטיק ליבהאבער ווארשיינליך צעכאפן. אבער ס'זענען דא קליינע שאנסן אז אידישע שרייבערס זאלן זיך פירן לויט דעם. רוב מענטשן וואס באזוכן דעם פארום זענען אזעלכע וואס נוצן אידיש פאר פרנסה וכדומה, און וועלן נאטירליך זוכן צוצושטעלן וואס זייער אוידיענץ גלייכט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:46 pm
די "איד" אויסלייג זאגסטו קומט פון ווילנע, וואונדער איך מיר צו דו האסט מער מקורות דערצו, ווען און וואו
גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפראך 2, יודל מארק, ערך איד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:00 pm

גיבט ער אן די סיבה דערצו?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
ארגאן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

תגובה דורך ארגאן »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:16 pm
איך געדענק אז @ארגאן האט אמאל צוגעצייכנט דעם מקור פונעם אי- אויסטרעף.

ס'וואלט נאר געווען מערקווירדיג ווער ס'האט עס אריינגעברענגט ביי אונז. אפשר "דאס אידישע ליכט"?
דער פראפעסאר פון אידיש הערשע-דוד כ"ץ האט געשריבן א ווערטערבוך אויפן אינטערנעט. דער איינס פון אידיש/יידיש איז דערציילט אזוי:
(דער\דאָס) אידיש; יידיש [yídish]; דרומדיק: [yí:dish]; צפונדיק: [ídish], אין טייל (מזרחדיקע) צפונדיקע מקומות: [ídəsh] אויך {זעלטן}: [í-desh];

בײַ הײַנטיקע חרדים (אַזוי ווי בײַ אַ גרויסן חלק סעקולערע יידישע שרײַבער פון נײַנצעטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט), געשריבן נאָר און בלויז: אידיש;

{אין אַ סך עלעמענטאַרע קלאַסן, קורסן, קלובן און די סביבות פון נאָרמאַטיוויסטיש געשטימטע ליבהאָבער פון דער שפּראַך, געשריבן נאָר און בלויז:} ייִדיש;

{אַרכעאיש, וואו⸗ניט⸗וואו אויפגעלעבט אין חרדישע סביבות: יודיש [yí:dish] {אַוואו יעדער אַלטער ו′ אין דער שפּראַך איז במילא [ i ] צי [:i]};

{הערה: דאָ גייט אין דער קולטור⸗סימבאָליק פון דער שרײַבונג, ניט אינעם אַרויסרייד; וואָס שייך אַרויסרייד איז שיער ניט גלאַט איפּכא מסתברא, דהיינו: די מערסטע יידיש ריידנדיקע חרדים זײַנען דאָך דרומדיקע און זאָגן במילא [yídish], בשעת ווען [ídish] איז דער קלאַסישער צפון⸗דיאַלעקטישער (ליטוואַקישער) נוסח. אלא וואָדען, די הײַנטיקע חרדים האָבן געירשנט די שרײַבונג מיט אלף פון אַמאָליקן סעקולערן באַנוץ פון סוף נײַנצעטן און אָנהייב צוואַנצקסטן יאָרהונדערט, בעת די סעקולערע יידיש קולטור פון די וועלטלעכע איז אין 1920 און נאָכדעם אַריבער אויף דער שרײַבונג מיט יוד, לויטן פּסק פון בער באָראָכאָוו אין 1913 — גיי ווייס…). באַקומט זיך, אַז ביים ריידן איז דער בעל⸗פּהעדיקע רעאַליזירונג בײַ חסידים דרומדיק (ד.ה. [yí:t] מיט וואָרטאײַניקן [y]) בשעת ווען אין דער אָרטאָגראַפיע איז דורכאויס מיט וואָרטאײַניקן אלף (ד.ה. „אידיש“). בײַ וועלטלעכע ליטוואַקעס, דערקעגן, איז דער אַרויסירייד [ídish] בשעת ווען די שרײַבונג איז מיטן וואָרטאײַניקן יוד [יידיש].
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום מיטוואך יוני 26, 2024 2:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אין וועלט אריין
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:11 am

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין וועלט אריין »

ארגאן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:39 pm
[

דער פראפעסאר פון אידיש הערשע-דוד ק"ץהאט געשריבן א ווערטערבוך אויפן אינטערנעט. דער איינס פון אידיש/יידיש איז דערציילט אזוי:
(דער\דאָס) אידיש; יידיש [yídish]; דרומדיק: [yí:dish]; צפונדיק: [ídish], אין טייל (מזרחדיקע) צפונדיקע מקומות: [ídəsh] אויך {זעלטן}: [í-desh];

{הערה: דאָ גייט אין דער קולטור⸗סימבאָליק פון דער שרײַבונג, ניט אינעם אַרויסרייד; ... לויטן פּסק פון בער באָראָכאָוואין 1913 — גיי ווייס…). ....
אן אריינגיין אין די אמת'קייט פון די נושא. ווייל יא, איך פארשטיי אז עפעס א וועג דארף מען זיך האלטן און ווי האט @גרשון געשריבן? "מ'דארף שרייבן 1) פראקטיש, מ'זאל פארשטיין, 2) אויסגעהאלטן לינגוויסטיש.
אלץ פיין און וואויל, אבער נאך די "פסק" פון אזעלכע צדיקים ווי בער באראכאוו און זיינע רבי'ס, תלמידים און חברים אויף איין באנק, האלט איך נישט אז טאמער איינער פאלגט נישט פונקטליך זייער "פסק" קומט אים אז מען זאל לאכן פון אים און אים באשמירן
#סתם בכלליות. ווייל ס'איז מיילע נישט נוגע, ס'איז מיילע איש כל הישר בעיניו כותב
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:16 pm
איך געדענק אז @ארגאן האט אמאל צוגעצייכנט דעם מקור פונעם אי- אויסטרעף.
viewtopic.php?p=3927204#p3927204
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:05 pm
גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:00 pm
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:46 pm
די "איד" אויסלייג זאגסטו קומט פון ווילנע, וואונדער איך מיר צו דו האסט מער מקורות דערצו, ווען און וואו
גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפראך 2, יודל מארק, ערך איד.
גיבט ער אן די סיבה דערצו?
ניין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

Screenshot 2024-06-26 145629.jpg
Screenshot 2024-06-26 145629.jpg (226.07 KiB) געזען 97 מאל
זע די הערה פון י.מ. (יודל מארק), דא ער טענה גאר עס איז אן אמעריקאנער אויפטו, מיט א נאמען נאך אויך.
לעצט פארראכטן דורך שווערמער אום מיטוואך יוני 26, 2024 3:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ארגאן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:39 pm
דער פראפעסאר פון אידיש הערשע-דוד כ"ץ האט געשריבן א ווערטערבוך אויפן אינטערנעט. דער איינס פון אידיש/יידיש איז דערציילט אזוי:
לינק צו זיין ווערטערבוך ביטע.

ביבליאגראף האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:03 am
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:21 pm

קענסט נאך דאכט זיך טוישן קעפל.
כאפ אריין ווילאנג מ'קען נאך (3 וואכן?).
איינער האט א געדאנק וויאזוי ס'זאל הייסן?
'דער אריגינעלער פויליש-אונגערישער אויסלייג'.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

די אויסלייג פון א U אנהויב ווארט אלס 'או', אוניווערס , האט שייכות מיט אונזער שמועס?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:04 pm
ארגאן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:39 pm
דער פראפעסאר פון אידיש הערשע-דוד כ"ץ האט געשריבן א ווערטערבוך אויפן אינטערנעט. דער איינס פון אידיש/יידיש איז דערציילט אזוי:
לינק צו זיין ווערטערבוך ביטע.
[איך האב אראפגענומען דעם לינק]

אבער היט זיך, דאס וועבזייטל איז נאר איין מאסיווע זייט וואס איז שווער צו לאדן.
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום מיטוואך יוני 26, 2024 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

.
לעצט פארראכטן דורך יחליצך אום מיטוואך יוני 26, 2024 11:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: זאל מען אויסלייגן ווערטער לויט וויאזוי מ'זאגט זיי ארויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:08 pm
אדרבה, ברענג עס. איך האב נישט קיין "מעלות".
אלס "צריך להודיעו": כ'האב עס געזוכט און נישט געטראפן.
ס'איז געווען אין די לעצטע פאר חדשים, ווער ס'קען עס ברענגען יבורך משמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”