רבי אהרן יוסף לוריא זצ"ל - כ"ז שבט תשכ"ט
געבארן אין תרנ"ח בעמח"ס "עבודת פנים"
ער איז נסתלק געווארן אויף א זייער מורא'דיגן אויפן אין יאהר תשכ"ט
דער צדיק האט געוינט אין שטאט טבריא אין קרית שמואל.
עס איז דעמאלסט געווען אז דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז געווען אויף א א אפרוה אין שטאט טבריא און דער רבי זצ"ל האט געדאוונט שב"ק אין ביהמ"ד "אור תורה" אויף רחוב ורנר צוזאמען מיט צדיק הרב לוריא זצ"ל,די שוהל (מ'האט צו געלייגט שטיבלאך אויף מנינים ארום דעם ביהמ"ד).
עס איז געווען שב"ק פרשת משפטים תשכ"ט ווען דער עולם פון תולדות אהרן האט געהאלט אין מיטן דעם רבי'ס טיש בליל שב"ק, ארום חצות הלילה איז אריין געקומען ר' אהרן יוסף זצ"ל אין שוהל און ער האט געבעטן פון דעם עולם אז ער דארף א מנין צו יציאת נשמה, דער עולם איז געווארן פארוואנדערט און פארציטערט ואס גייט דא פאר, דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז געווארן זייער פאר דביקות און איז ארויס געגיינגען צו זאמען מיט עולם ביז זיין שוטב, וואס ר' אהרן'ס שטוב איז געווען ממש איינס לעבן צווייטן,
דער רבי איז געבליבן שטיין פון דרויסן פון שטוב ווייל ער איז געווען א כהן
דער עולם איז אריין מיט ר' אהרן יוסף זצ"ל אין שטוב און ער גלייך אראפ געפאלן אויפן ערד און ער העט נאך אנגעיאגט צו ליינען קריאת שמע צו זאמען מיט'ן עולם מיט מורא' דיגע התעורות און ער נסתלק געווארן געווארן ויצאה נשמתו בטהרה זי"ע.
מוצאי שב"ק איז געווען זייער א גרויסע לוויה דער עולם האט באגלייט דע מיטה ביז אויפן אלטן ביה"ח טבריא
דער צדיק האט מחבר געווען א שיר "רבונו של עולם" א סגולה נפלאה דאס צו זאגן (דער משורר ר' משה גאלדמאן האט ארויף גלייגט זייער א הארציגער ניגון צו דעם)
ת.נ.צ.ב.ה.
- אטעטשמענטס
-
- מצבת הרה''צ רבי אהרן יוסף לוריא זי''ע.jpg (196.49 KiB) געזען 2687 מאל
-
- סגולה נפלאה מהרב ר' אהרן לוריא לומר רבוש''ע.jpg (196.76 KiB) געזען 2687 מאל
-
- הרה''צ ר' אהרן לוריא זצ''ל כ''ז שבט תשכ''ט מטבריא.jpg (12.69 KiB) געזען 2687 מאל