מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

די פאלגענדע איז אן ארטיקל (טאגבוך) איבער מיין בליץ באזוך קיין על סאלוואדאר. אויב זענט איר געקומען אהער זוכן סחורה, קענט איר שוין פארלאזן די זאל,

חלק א

געווען איז עס א קאלטע (קאלטע!?.. פריזינג…) ווינטערדיגע פרימארגען דא אין הייליגע וויליאמסבורג. די הימל אנגעלייגט מיט פילע שיכטען גרויע וואלקענעס וואס פאר א שווארץ יאר האבען זיי קיין זון שטראלען נישט אריבערגעלאזט שוין א גוטע פאר טעג. די גאסען באדעקט מיט אייז, שניי, און זאלץ, די פאטהולס אנגעפילט מיט אזא חרוסת געמאכט פון זאלציגע סלאש וואס שטייט גרייט צו באשפריצען די פיסגייער אחת למטה ושבע למעלה גענוג פארציעס פאר אלע שמונה בגדים... מ'ווארט נאר אז די סיענע וואס זאל א טינק טון דעראינען.

איך לאזעך אזוי ארויס לעבודת הבורא נאך א לאנג פארצויגענע יתגבר כארי וואס פארשטייט זיך אז צום סוף איז געווען א מעמד דידן נצח… די צד הקדושה האט גובר געווען (כמיין… מקען דאך נישט שלאפען אויף אייביג). אזוי קלעטערנדיג זיך אויפן פארשנייטע וועגען מיט פארפרוירענע טויזיס און פארהויכטע גלעזער, האט א מחשבה׳לע זיך אריינגעכאפט ביי מיר אין קעפעלע (שא.. זאג נישט פאר קיינעם.. איך האב אים אריינגעלאזט), און ווי נאר ער האט א לישב געמאכט נעמט ער זיך נאגען… (נאגען = עז עי לייף אינשורענס אגנט) ג׳טענה׳נט האט ער אז ס'איז שוין העכסט צייט פאר א ברעיק. מ'דארף זיך ארויסטשעקען פון דא, מ'דארף אפ יאפעצען פון די פארד׳שאבעטען אטמעספערע עי.עס.עי.פי.

און וואס?? און יא!! און וואס יא?! קים אריין קלאר?? און יא!! אז מ'דארף גיין אויף א וואקאציע (שא… רוף עס נישט א טריפ… ס'הויכע בושות).

איי העסטע פרעגען… ס'מאכסטע אזא מצב וואס איז די ביג דעיל? מ'האט שוין געהערט אזאנס ס״ה איינער טראכט ער דארף א וועקעשן…נו. נאר וואשע׳דען… די רעדע דא איז נישט פון אזא אויפגעסעטע זאך… אזאנס וואס יעדע בעסערע אינגערמאן טוט אפרעכטען יערליך (וואס דאס איז שוין געווען געבאקט אויף אפאר וואכען ארים) נאר מ'רעדט דא פון צאמקלאפען א כאטקע פון דריי פיר אינגעלייט און גיין טרעפען עפעס א פארקראכען פלאץ צו בחור׳ן פאר א טאג צוויי.

איי העסטע פרעגען… (יעצט האלט מען ביים צווייטען וא״ת און בעצם איז עס א נייע תוס׳… מ׳קען זיך פון פריש מיטכאפען...) פארוואס צו דיר כאפט זיך נישט אריין זעלעכע מחשבה׳לעך און ס׳פאלט דיך נישט איין צו גיין טון אזא זאך?! איז דו תירץ איז… (ניין.. איך דריי נישט מיטן פינגער.. אויב עפעס אביסל פאררויט׳לט פאר בושה) אז יודע צדיק נפש בהמתו׳לע און דער ווייסט אז ס'דא וואס צו מאכען מיט דעם בחור… און יא איך בין דער אינגערמאן וואס (נערווירט דיר און) שטייט נישט קיין מינוט אויף איין פלאץ אגאנץ דאווענען (אוי.. גילי?!) און איז אייביג אפען פאר פרישע אדווענטשערס וואס מיין נפש׳ל האט א שטארקע משכיה און נייגער דערצו, און אזוי ניש׳מיר ניש׳דיר קומט מיר אויס אז פון צייט צו צייט טרעפט מען זיך זיצן איינגעקנייטשטערהייט אויפן פליגער זיץ צו גיין באטרעטען דאס ערד און באטראכטען פון דער נאנט דאס שיינקייט יעדעס מאל פון אן אנדערען ווינקעל אין די באשעפערס הערליכע וועלטעלע. און אויב קען מען דארט באזוכען עפעס א פארשטיפטע אידישע קהילה איז קיין בעסערס פון דעם נישט פארהאן. און אזוי מיט א נסיעה'לע פון א טאג צוויי פארשטילט מען דאס גענאגעניש פונעם נפש הבהמי וואס פארלאנגט זיך זיין חלק (אויספרעבירען ביי אייך אינדערהיים אויפן אייגענעם אחרית).

שוין, מחשבה מיביא לידי מעשה. די מחשבה׳לה האט מיך שוין גענומען אויף א רייד צי אן אנדערן פלאנעט ווי די פאנטאזיעס האבען אנגעהויבען פארלייגען אן אנדערע וועלט, א וועלט ווי די זון שיינט, די ביימער גרין, און די וועטער א מחי׳… און אזוי מיט א ווירבלדיגען קאפ האט מען זיך גענומען צום דעלי סקעטשוואל ג׳מקוה׳ט ג׳קאפי׳ט געדאווענט און בשעת מעשה לויפט דו גדאנקען אהער און אהין אווי ס'וואלט געווען ס'בעסטע דעסטינאציע. אזוי אז ביי הודו איז מען געווען אין טעקסעס, ישתבח אין אריזונע, יוצר אור אין מעקסיקו גאר, סלח לנו.. קענסט קלאפען, דער בחור איז ניש׳דא, אלה ברכב…. נא!!!! האלטס דאך אינמיטען בשם ה׳… נזכיר… אקיצור ביים צאמלייגען די תפילין האב איך זעך שוין ממש גיאגט ווייל באלד רופט מען שוין מיין נאמען צי בארדען די פלייט, געכאפט נאך א קאפי און געלאפען אין אפיס ווי מען האט זיך גענומען צום חלק המעשה אנגעהויבען סירטשען פאר א דעסטינאציע.

אויפן וועג צום ארבעט האב איך שוין מחליט געווען אז דאס מאל דארף עס זיין עפעס גאר יוניק, א טיפעקל אריזונע, מעקסיקו וכדו׳ וואס הייסט שוין נארמאל ביי אנ״ש וועט נישט מאכען די דשאב, אבער היות אז צו ווייט ארויס פין אמעריקע קען מען זיך אויך נישט ארלויבען צוליב וואס עס נעמט אוועק צו פיל צייט פון ארבעט און משפחה, איז די געדאנק געלאפען אויף די טראפישע אומבאקאנטע סענטרעל אמעריקע לענדער וואס געפינט זיך נישט ווייט פון אונז צו דער דרום זייט, יא.. כ'רעד פון די לענדער וואס שפייען אויס אלע די נידריגע אמיגיו׳ס וואס קומען לויפען אין גאנצעטע מחנות מיט פלענער צו איבער קריכען דו הויכע שיינע ביטעפול טראמפ וואנט וואס איז נאכקיינמאל געבויט געווארען און כאפען א באס קיין נ״י.. לאכול מפריה ולשבוע מטובה…

איי… זעהסט דאך… דערוילעם קומט אין די מאסען אהער…און איך זאל גיין זיך ליפטערען דארט פון ווי דערוילעם אנטלויפט?! נא! וואס קען מען טון, דו גראז איז דאך גרינער דו אנדערע זייט וואנט! נאכדערצו אז ביי מיר העלעך פאר א שווארץ יאר קיין ברעקעל גראז נישט טרעפען…

אריין קלאפענדיג איין לאנד נאכן אנדערן אין גוגל פלייטס באקום איך די בילד אז ס'עפעס נישט אזוי פשוט, יעדען מקום האט זיך זיין פראבלעם… פאנאמא איז צו טייער איצטער, קאסטעריקא דארף מען כאטש א משבת לשבת, האנדארעס און ניקאראגווא איז נישט דא געהעריג קיין פליגער, און גוואטימאלע… נו.. אפשר… נע.. שוין אויך טיפיקעל… די איינציגען מקום וואס האט זיך אנגערופען ווארעם אלץ היפש א פאסיגע אפציעס איז געווען דאס קליין לענדעל על סאלוואדאר…

איז אזוי. איך האב פון דעם מקום קיין סאך נישט געהערט און געוויסט. דאס ביסל וואס יא איז אז דאס לאנד האט דער עהרע צו זיין באקרוינט און טראגט דאס הויכגעשעצטע טיטעל ״די וועלט'ס מערדערישע קאפיטאל״ צוליב וואס דאס לאנד האט געכאפט דאס ערשטע זיץ אין צאל מערדערייען פער יאר. די רעבישע מספר הרוגים איז א תוצאה פון די פילצאליגע מערדערישע פארברעכערישע באנדעס\גענגס, אין שפיץ פון די באקאנטע שרעקעדיגע MS-13, וואס זענען קוואטירט דארט און דרייען זיך פראנק און פריי אומגעשטערט און נוצען דאס לאנד אלץ א הויפטקווארטיר פאר זייערע אלוועלטליכע "מעשים טובים". און וויפיל די רעגירונג פראבירט צו מסדר זיין דער ענין, האבן זיי נישט די מעגליכקייט צוליב וואס די חברת יראים האבן די ריכטיגע קשרים אין די הויעך שטאקיגע פענסטער און זענען אזוי איינגעגעסן אין די הלוך ילך אין לאנד ועל פיהם ישק כל דבר, און ווער ס'שטעלט זיך אנקעגן זיי איז אחת דתו ער לערענט זיך תיכף א לעקציע אין די סוגיא פון חצי שיעור נעבען די קאפ.

דאס איז געווען פונקט גענוג אינפארמאציע פאר מיר צו אנווארפן אזא פחד אז כ'זאל ניטאמאל אנהייבן טראכטן אין דעם ריכטונג, אבער נאכן איבערקוקן אלע אפציעס נאכאמאל און נאכאמאל און איינזעהן אז קיין בעסערע אפציע פון דעם איז נישט פארהאן, האב איך מחליט געווען צו אנפרעגן דעת בעה"ב ביי מיין חבר מעכי וואס זיין אפיס געפונט זיך טיר צו טיר מיט מיר.

מיין חבר מעכי איז דער אזויגערופענע ידען וואס שטייט אין קאווע שטיבל מיטן גרודען ריקן און רעדט מיט אזא ברייטע ידענות אויף יעדן טאפיק וואס דער פשוטע עמך איד איז נישט עפעס צופיל אויסגעקאכט. ער פארשטייט צו ביטקון, ער פארמאגט איין צוויי טא-יונעט׳ס אין נוי ד׳ערזי, ער ווייסט צו מסברין די מחלוקת ציווישן קאסאווא און סערביע. און ער קען געבען אינסטראקציעס ווי צו פלייש׳ן אויפען גריל (באמת ווייסט ער קיין חילוק פון דשערקי און טערקי).און שבת זיצענדיג ביים קידוש דערמאנט ער מיט אזא ארויפגעצויגענע נאסטאלגישע געזיכט נעמען פון געוויסע טייערע וויסקיס.. וכו וכו (יא געט די פיקטשער),
האב איך געטראַכט אפשר מיט זיינע ברייטע פלייצעס קען ער מיר זאגן אויב ס'טאקע אזוי מסוכן.

כ'שטורעם אריין צו מעכ'לן אין אפיס און אזוי נישמיר נישדיר גיב איך א פרעג: האלוי?! וואס האלטסטו וועגן א מסע הקודש קיין על סאלוואדאר?!??.... וואס?? גיט ער זיפץ ארויס מיט א בלאסען ווינדער, ביסט אינגאנצן משוגע? על סאלוואדאר!!? אויב האסטו מזל וועט מען נאך שיקן דיין של ראש! נישט די בתים, די מקום הנחתן אין רענצעל.. קומט ער אריין מיט א פארציע ידענות. איך הייב אים אן מסביר'ן אז כ'דארף א ברעיק פון דעם לאנגן ווינטער… און די פארכמארטע וועטער איז נישט פאר מיינע נערוון, און אז….! אההה… האקט ער מיר איבער מיט א צינישע שמייכל. אויב וועט שנייען נאך אפאר אינטשעס גייסטו אויף נארט קארעא, אהה??

צוריק ביי מיר אין אפיס האב איך מחליט געווען אז פאר כ'זאג א קדיש'ל אויף דעם פלאן, דארף איך כאטש איינמאל א בליק טון אויף די געוועב אויב ס'איז טאקע אזוי… אומר ועושה, מקלאפט אריין. און נאך א קורצע סערטש בין איך ערשטוינט געוואָרן צו אויספונען פון גאר אן אינטרעסאנטע דעוועלאפינג סטארי וואס אונז נאיווא אמעריקאנא יענקיס זענען אומוויסנד.

די נאמען פון די מעשה איז יושב בסתר (פארוואס נישט) און רעדט זיך פון א כריזמאטישע בחור, א בחור כהלכה חיכו ממתקים וכולו מחמדים מיטן נאמען נאיב באקילי. דער באקילי, בארן און רייזד אין על סאלוואדאר האט מיט זיינע שטארקע פי.אר. סקילס שוין אין די יונגע יארן אויפגעבויט א מארקעטינג קאמפאני וואס האט גאר שטארק מצליח געווען, און צווישן די ליסטע פרעסטידזשפול קליענטען האט זיך געציילט איינע פון די צוויי הויפט פליטישע פארטייען אין לאנד. און אזוי, זייענדיג פארמישט אין פליטישע אקטיוויטעטן, האט ער זיך באליבט אין דעם ליין, און עווענטואַל געלאָפן און געוואונען דאס מעיארשאפט פון דעם שטעטל ….. (ווייס איך נישט ווי אזוי מ'זאגט עס), און דערנאך דער מעיארשאפט פונעם הויפטשטאט סאן סאלוואדאר.
בילד
באקילי


אין 2019, זייענדיג בלויז 36 יאר אלט, האט ער געלאזט אין גאנג א פרעזעדענטליכע קאמפיין מיט א שטארקע פארשפרעכונג צו אויסראטן די ברוטאלע גענגס. די קאמפיין האט געשלאגן ווארצלען און ווי בחורים צו א פייער געצויגן דעם פארמאטערטן עולם וואס האט געלאכעטצט פאר פרישע בלוט וואס זאל טוישן די מצב אין לאנד. די קאמפיין האט דערליווערט א הילכיגן זיג און דער יונגער אנטי-עסטעבלישמענט איז איינגעשוואירן געוואָרן אלס פרעזידענט. תיכף ומיד האט ער זיך גענומען צו דער פארשפראכענער ארבעט און פארגעשלאגן א זעקס שטאפעלדיגע פלאן וואס וועט פירן צו די עלימינאציע פון די קרימינאלע באנדעס. אנגעהויבן האט ער מיט שטארקע זיכערהייט קרעפטן ביי די צענטראלע מקומות ווי די חברה פירן זייער מעשים טובים כדי צו פארטריקענען זייערע מעינות השפע. דערנאך א מאסיווע אינוועסטמענט אין דאס אויפבוי פון א שטאנדהאפטיגע אינפראסטרוקטור פאר די יונגווארג ווי אדוקאציע און ספארטס.

ביים דריטן שלב פונעם פלאן, וואס האט געזאלט זיין אן אינוועסטמענט אין די פאליציי און מיליטער, האט ער געברויכט צוקומען צו פאנדינג פונעם פארלעמענט, און דא האט ער זיך באגעגנט מיט א שטאנדהאפטיגע קעגנערשאפט פונעם עסטעבלישמענט וואס האט בשום אופן נישט געוואָלט דאס אפרעווען. מתחילה האט ער פראבירט פארשידענע בליציגע געדאנקען אריינגערעכנט דאס צאַמערופן טוזנטער שטיצער ארום דאס פארלעמענט און זיך אנריקן צום פארהאנדלונג ארום גענומען מיט צענליגער מיליטערלייט. אבער איינמאל ער האט איינגעזעהן אז טראץ אלע באמיהונגען באקומט ער נאכאלץ נישט וואס ער דארף, האט ער מחליט געווען צו שלאגן כפרות מיטן עסטעבלישמענט.

ער האט געעפנט א פארטיי וואס האט ביים קומענדיגן עלעקשענס געלאפן און באקומען א רוב אין פארלעמענט, וואס האט אים געשאנקן א ברייטע מאכט זיך באמת צו נעמען ארבעטן. און נאכ'ן איבערפרישן די מיליטער האט מען זיך גענומען ארעסטירן קרימינאלן אויף א ברייטע פארנעם. די גענגעס האבן ווילד געוואָרן און זיך ארויסגעלאזט אויף א כוחי ועוצם ידי קאמפיין, און אין א היסטארישע בלוטיגע טאג האבן זיי דערמארדעט 67 מענטשן בעיצומו של יום.

באקילי האט מחליט געווען אז איצטער איז זיין רייע צו ווייזן מיט די פינגער, און צייגען וואס ער יכול׳ט. ער האט שנעלעהייט געלאזט אין גאנג א ותבנהו במהרה קאמפיין און אויפגעבויט גאנגאנטישע בתי עיר חומה אזעלכע תפיסות וואס סאיז נישט פארהאן זיינס גלייכען אין גאנצען ערד קוגעל סיי אין גרויסקייט און סיי סעקירעטי.

בילד
באקילי ביים חנוכת הבית

נאכן מעמד חנוכת הבית, האט ער דערקלערט די העכסטע שטאפל סטעיט אוו עמרדזשענסי וואס די ביכער פארמאגן. מיט די מאכט אין האנט האט ער געטון דאס וואס טראמפס קעלבענע יוצר משרתים ואשר משרתיו האבען אים נישט געלאזט טון, ער האט אהין געשיקט לעזאזל די עטערני דזשענעראל און אלע סופרים קאורט ריכטער, אוועק גענומען אלע רעכטען פון ארעסטירטע (כדוגמת דאס וואס די געזעץ לויטערט אז מדארף קענען האבען צוטריט צו א מליץ יושר בתוך שיעור ר״ת) און צוזאם גענומען אלע הויז בחורים בבית רבינו אזא חמישים אלף במנין, כלם אחזי חרב מלמדי מלחמה איש חרבו על ירכו, און זיי געשיקט אויף א בדיקת חמץ מסיע, די חברה האבען געכאפט מכל הבא לידם יעדער וואס האט א שמעק פון די באנדעס איז ארעסטירט געווארען, אין ביז א קארגע צוויי וואכען זענען צענדליגע טוזינטער!!!! יא צענדליגע טויזינטער קרימינאלען געווארען אריינגעשליידערט אין די פריש געבויטע צעלען ווי מהאט זיך גענומען לערנען מיט זיי טאנצען אויף א פיינע פארנעם
מאסן ארעסטירטע
מאסן ארעסטירטע
IMG_8277.jpeg (129.73 KiB) געזען 1946 מאל
בילד
מאסן ארעסטירטע

פאר נאכשפייז האט ער ארויס געשטעלט בילדער פון די פייוו סטאר בהאנדלונג וואס די חברה בקומען דארט לקיים מה שנאמר והנשארים ישמעו ויראו ולא יספו לעשות! און יא דאס איבריגע האבען אנטרינען צו די מייזען לעכער. ותשקוט הארץ!
ע״כ המעשה!!!

וואף!!!
טראכט איך צו מיר נאכן ענדיגען דעם סיפור, כהאב אנדעקט אמעריקע!
פאר מיינע נייגעריגע קישקעס (וואס האט נייגער מיט קישקעס?) אידאס געווען די והותר צו פאסען א פעסטע החלטה אז אונז גיימער אויסטשעקען דאס מקום פירסט הענד, איך מיז הערען פון די נאמט וואס דער עולם זאגט דערצו, די נעקסטע דעסטענאציא איז אל סאלוועדאר,

מעכי (וואס איצטער ווייסעך שוין דער איז א קנאפער ידען און קומט נישט לקרסלי רגליו פונעם אמתע @קנאפער ידען ) קען בלייבען דא אין פארנעפעלטע נוי יארק אבער איך גיי…



המשך יבוא? אפשר, (מנהג המקום)
לעצט פארראכטן דורך נסעה ונלכה אום מיטוואך יוני 26, 2024 1:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פשיהא, איבערמעכטיג דער שריפט דיינער, גיי אן!
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

שפראך!!!! עי וואן!!!
king
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »


וואף. דער דעליווערט "שווערע סחורה" ...
Keep up !
אוועטאר
א גוטע מזל
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2024 10:25 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע מזל »

נישט נערמאל גיט קיפ איט אפ
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

WOW אלערט!!!
נעקסט לעוועל טאלאנט...
א מין מליצה'דיגן רייכע שפראך.

(זאג מיר נישט אז דו ביסטו עכט געפארן אהין...)
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

🤣🤣🤣
וואט א שפראך !!
...
שחיטה
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

גוט איז גוט!!
Jab
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »


I can't say you're great as usual, since I've no idea who the usual you (before an El Salvador trip required a new nic) is...
But you're amazing!! (As usual. Prove? Oh, I just read 'one of your articles')
Can't wait for the rest!
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

ווואאף
קענט וועיט פאר די קומעדיגע! קיפ איט קאמינג
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6356
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

שטארק שטארק!!! ביטע שרייב נאך! ישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

'wow הערליך!

פון וויקיפידיע זעט אויס אז קודם האט ער געטרייט א non-aggression deal מיט גענג גרופס ערשט נאך וואס זיי האבן געהארגעט די 67 מענטשען האט ער אנגעהויבן די קרעקדאון וואס האט זיך גענדיגט מיט די ארעסטן פון איבער 50.000 מענטשען!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10867
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מאסיוו.
ווען מעשה איז געענדיגט ביטע עס PDFען אז מ'זאל עס קענען געהעריג ארויספרינטן.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעיזי!

שפראך - 101
מליצות - 101
פליסיקייט - 101
אינהאלטסרייכקייט - 101
אינטערטעימענט - 101
געשפאנטקייט - 101
דראמאטישקייט - 101

סופער דופער!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

מאסיווען ארטיקעל!!
א דאנק פארן שרייבן נאכדערצו מיט אזאנע לשונות א מחי' צו ליינען!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

ביסט א מבין? שוין זייער זייער לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון אן ארטיקל. שפראך, מליצות, אינהאלט - טאפ קוואליטי!
פארוואס דערמאנט ער מיר פון מאניש אין די זאטע יארן?
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

א גרויסן ישר פאר די ווארעמע ווארע וואס דערוילעם האט אהער געשיקט,

יעצט העט מען זיך שוין מוזן אונטערגארטלען מיט נאך א חלק.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:18 am
WOW אלערט!!!
נעקסט לעוועל טאלאנט...
א מין מליצה'דיגן רייכע שפראך.

(זאג מיר נישט אז דו ביסטו עכט געפארן אהין...)

גא"מ
why drink and drive when you can smoke and fly
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

השקפה ברורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:44 am
'wow הערליך!

פון וויקיפידיע זעט אויס אז קודם האט ער געטרייט א non-aggression deal מיט גענג גרופס ערשט נאך וואס זיי האבן געהארגעט די 67 מענטשען האט ער אנגעהויבן די קרעקדאון וואס האט זיך גענדיגט מיט די ארעסטן פון איבער 50.000 מענטשען!
ווי איך האב פארשטאנען האט ער מתחילה געארבעט בדורון ובמלחמה, פארשיקט און ארעסטירט פון געוויסע שטעט מיט אן אפמאך אז אין אנדערע קענען זיי יא עפעס בלייבן
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

הרב @נסעה ונלכה אפשר פאר איר גייט צו חלק ב קענט איר מסבר׳ן וואס האט אייך געכאפט פון דעם מקום, וואס איז יאניק דארט וואס פארדעם האט איר זיך אריינגעלאזט אין לייבען גריב?
לעצט פארראכטן דורך תלוי במזל אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

רייך - אפעטיטלעך - רייצט אן אויף ווייטער!!!

נעקסט טיים זאג פארדעם, כ'וויל מיטקומען..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

WOW!! מאסיווע שפראך!
פליז שרייב ווייטער
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

Wow Wow Wow
הערליך איז נישט דאס ווארט
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:37 am

I can't say you're great as usual, since I've no idea who the usual you (before an El Salvador trip required a new nic) is...
But you're amazing!! (As usual. Prove? Oh, I just read 'one of your articles')
Can't wait for the rest!
סעם טא יא
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

פיין אראפגעלייגט.
רייכע שפראך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”