די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

א טראגעדיע האט פאסירט ביי בנציון אינדערהיים יענעם צופרי,
זיין יענקעלע האט גענומען זיין טעלעפאן, און אן קיין שום מעלדונג פון פאראויס אפגערייניגט לכבוד שבת, מיט די פריש געגאסענע נעגל וואסער,
בנציון מיט זיין אידענע האבן דעבאטירט וואס צו טוהן, בנציון האט געטענה'ט אז היות זיין טעלעפאן איז שוין אזוי אלט און אויסגענוצט, איז שוין נישט ווערד צו אינוועסטירן אין א פעקל רייז וואס וועט אפשר עס צוריקברענגען צום לעבן,
משא''כ זיין אידענע האט גע'טענה'ט אז למעשה איז איבערגעבליבן א היפשע ביסל געקאכטע רייז פון די נעכטיגע נאכטמאל, איז אפשר ארבעט די רייז סגולה אויך מיט געקאכטע רייז, בנציון וועלכע האט שוין פאר יארן צוריק איינגעזען אז זיין אשת חיל האט די בעסטע המצאות וויאזוי צו שפארן אפאר דאלער, האט געמוזט אפיר זוכן א תי' פון אונטער די ערד,
אז למעשה נאכ'ן אריינלייגן די טעלעפאן און געקאכטע רייז וועט מען דאך דארפן אפוואשן די טעלעפאן מיט וואסער נאכאמאל ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתם ?
איז געבליבן אז מ'האט נישט קיין ברירה בנציון גייט קויפן א נייע פאון,
שפאנט זיך בנציון צום לאקאלן (כשר'ע ) טעלעפאן סטאר, אריינקומענדיג דארטן טרעפט ער זיך מיט זיין חבר זרח,
ביי זרח איז געשען פארקערט נישט די פאון איז אריין אין די וואסער, נאר זרח האט אויסגעלאשן זיין אלארעם קלאק יענעם צופרי און תיכף דערויף האט ער געוואשן נעגל וואסער, פארגעסנדיג אז ער האלט נאך זיין פאון אין די הענט און .....געענדיגט........
זרח האט שנעל פארמאכט דעם פליפ צום לעצטן מאל, אינזין האבנדיג לשם סתימת הגולל אויף זיין אלטע גוטע פריינט, און תיכף געטון א חסד של אמת, און געמאכט א נדבה צו די געטרייע סעניטאציע דעפארטמענט,
און תיכף נאך שחרית געקומען צום סטאר,
שטייען זיי דארטן און ווערן סערווירט דורך בעריש א בא'טעמ'טער אינגערמאן מיט יארן עקספיריענס אין פארקויפן טעלעפאן,
בעריש זאגט זיי דאס פאלגענדע: עס איז דא אסאך פאונס אויף די מארקעט, צװישן אלע פאונס לויט ווי איך זעה זענען דא דריי אויסגעצייכנטע פאונס,
1 דער אעיב פאון
2 דער בעיב פאון
3 דער געיב פאון
מיט דעם אלעם זאלט עטס אבער וויסן, אז אפי' זיי זענען אלע גאר גוטע פאונס, אבער דער אעיב פאון איז לאקעד צו ווערייזען סערוויס, דאס מיינט אז מ'קען עס נישט נוצן מיט א צווייטע פראוויידער,
דער בעיב פאון איז יא אנלאקעד אבער עס איז זייער א שווערע פאון, דהיינו וויפיל ער וועגט,
דער געיב פאון איז אנלאקעד גרינג צו האלטן אבער צוברעכט זיך גאנץ גרינג,
בנציון טראכט צו זיך די בעיב דאס איז פונקט וואס איך דארף אנלאקעד און שטארק, איי ס'איז אביסל העווי נו אדרבא איך בין דאך אויך היפש העווי וועל מיר שוין מאכן א מעלה פונעם חסרון, אזוי וועל איך האבן א וועיטס ביים מאכן עקסערסייז,
זרח אבער האט גענומען די געיב פאון, ווייל זרח האט פיינט ווערייזאן תכלית השנאה (ווער דען נישט ?) ממילא מיז ער נעמען אנלאקעד,
איי די געיג צוברעכט זיך גרינג? שוין אבער זרח האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, און א זיידע וואס זיינע הענט שאקלען זיך איז ער אויך נאכנישט, דארף ער נאר מורא האבן פון זיין רביצין? שוין טראכט ער צו זיך און די לעצטע פינף און דרייסיג יאר האט זי נאך קיינמאל גארנישט געווארפן אויף אים, איז מן הסתם וועט זי זיך אזוי אויך פירן די נעקסטע דרייסיג צו פופציג פארבליבענע יארן,
האט ער בוחר געווען אינעם געיב ביידע האבן באצאלט און ארויס מיט א שמייכל,
איין גאס ארויפצוהר איז געווען נאך א סעלפאון סטאר, ווי עס האט זיך אפגעשפילט בערך די זעלבע סצענע צוויי קונים (אן אריינגיין אין די פרטים וויאזוי זייער פאון איז נאס געווארן), שמעון און תנחום, שטייען און הערן אויס וואס דער פארקויפער האט צו זאגן, נאכן דורכגיין אסאך אפציעס פון פאונס איז געבליבן אז עס זענען דא דריי פאונס וואס קומען אריין די בעסטע
די אעיב
די בעיב
די געיב
זאגט זיי דער מוכר אלע פון זיי זענען אויסגערופענע גוטע פאונס, ממש כליל המעלות, עטס קענטס נעמען וועלכע עטס ווילטס, שוין תנחום האט גענומען די אעיב און שמעון די געיב באצאלט און ארויס מיט א שמייכל,
תנחום קומט אן אהיים נעמט ארויס זיין סים קארד פון זיין אלטע פאון לייגט עס אריין אין די נייע און באמ.......... ס'ארבעט נישט,
איי וויי ס'איז לאקעד צו ווערייזען ........
וואס טוט מען דא? ער רופט אריין די סטאר, נאר צו הערן דעם אזוי באקאנטע: איי עם סארי נאו רעטוירענס...........
שמעון קומט אהיים מיט זיין נייע פאון מיט גרויס שמחה, און די גאנצע משפחה פרייט זיך מיט אים, זיין נחומעל האט אויך געוואלט זעהן טאטי'ס נייע פאון, פאר וואס ווען ווי נחומעל האט פונקט בטעות עס אראפגעלאזט אויף די ערד נעבן די לעגאויס און ........ שבת וינפש, ווי אבדה נפש.........

********************************************************
ווען מ'האט אנגעטראגן פאר פאר משולם'ס טאכטער צוויי בחורים אלחנן מיט ישעי', האבן ביידע אים זייער שטארק געצויגן,
האט משולם אנגערופן זיין נעפיו וואס לערנט אין די זעלבע ישיבה ווי אלחנן ,
זיין נעפיו האט זייער שטארק אויסגעלויבט אלחנן ממש א כליל המעלות, אבער וואס יא ?ער איז אביסלע א צוריקגעצויגענער,
שפעטער האט משולם געטראפן זיין שכן וואס איז איינגעשטעלט אין די ישיבה ווי ישעי' לערנט, די שכן האט גאר שטארק אויסגעלויבט ישעי' ממש א כלי מפואר קיין שום בלאט פלעק א בחור אן קיין שום אבער'ס,
נו אז ער האט א צירוקגעצויגענע בחור און א בחור אן קיין שום אבער'ס נו אוודאי גייט מען צום צווייטן,
אחי וריעי טעות גמור מתחילתו
קיין איין מענטש אויף דעם כדור העולם איז נישט קיין מושלם נאר ביים אייבערשטען איז בכלל שייך שלימות,
די אמת איז פונקט קאפויער. ביים ערשטן בחור האסטו געוואוסט זיין חסרון. האסטו געקענט אויסרעכנען אויב דיין טאכטער וועט בכלל האבן א פראבלעם מיט דעם חסרון. און אפשר גאר איז יענע חסרון א מעלה פאר דיין טאכטער. (פונקט ווי די שווערע טעלעפאון פאר די שווערע איד )
אבער ביי בחור ב' ווי די האסט נישט געהערט קיין זיין חסרון, מיינט נישט אז ער האט נישט קיין חסרון, ער האט פונקט ווי איך און די און אונז אלע,
נאר .....די ווייסט עס פשוט נישט, קומט אויס אז די קענסט אפי' נישט אויסרעכנען צו דער בחור'ס חסרון קען גיין צוזאמען מיט וואס דיין טאכטער זוכט,
ממילא נעקסטע מאל וואס מטראגט דיר אן א שידוך און די הערסט א קרום ווארט, זאג נישט אפ דעם שידוך, אדרבה פריי זיך אז די האסט עס געהערט, און טראכט אריין צו דאס איז די א פאסיגע חסרון וואס דיין קינד (אויך א מענטש מיט חסרונות) וועט קענען וואוינען מיט א מענטש וואס האט דעם חסרון
און איין שורה לאמיר זאגן אזוי:
וויסן א חסרון איז נישט קיין חסרון, פארקערט ס'איז א מעלה,
אויב האסטו הנאה געהאט קענסטו לייקן באדאנקען באישי אדער שרייבן א תגובה אדער אלע דריי ייש''כ
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

א @ווייטאג !
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צודרייט צו ווערן
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דער האלט בשום אופן נישט ביים אויפהערן שרייבן. שטא וואס צו מאכן. זאג, דו שרייבסט דריי ארטיקלען א טאג, אדער דו האסט אפגעשריבן אלעס במשך א תקופה, און יעצט פארט אלעס ארויס?
---
פיין! קומסט אויף מיט געוואלדיגע משלים פאר אויפריכטיגע נקודות! (כ'מעג קריטיקירן אויך? אקעי, די גרעמער קען נוצן א שטיקל [ליין: שטיק] תיקון.)
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

גאר א שטארקן פאוינט!
הערליך!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

זייער א שטארקע נקודה

עס איז א יסוד בכלל אין לעבן,
פונקט ווי די זוכסט א מושלם מיט אלע גוטע מעלות, דארפסטו וויסן אז די וועלט איז א פלאץ ווי מען ארבעט זיך אויס [אדם לעמל יולד] און יעדער דארף זיך אויסארבעטן די פעלער'ס אויב ווילסטו דיין איידעם זאל האבן אריכות ימים ושנים נעם איינער בעיקר וואס האט די מעלה אז ער ארבעט אויף זיינע חסרונות און ווייסט אויף וואס צו ארבעטן, איינער וואס מען רעדט זיך איין אז ער האט 'גארנישט' אויף וואס צו ארבעטן מיינט אז די קענסט בכלל נישט דעם בחור.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

איך דארף טאקע א נייע טעלפון.

ווי אזוי הייסט דער געשעפט וואס פארציילט נישט אלעס?
כ'דארף וויסן ווי נישט צו גיין.

יישר כוח פון פאראויס.
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

WOW.

דאס דארף מען ארויספרינטען און פארשפרייטן.

דו האסט א מאסיווע שפראך, און א פליסיגע כח הדמיון…

קים דעם קאמינג!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.


איך בין יעדעס יאר געפארן, היי יאר האב איך נישט דאס געלט און מ'בלייבט אין שטאט ווי איידער בארגן.
קאנטרי איז אויסדרוקליך א #לוקסוס.

א ניק אויף אייוועלט.
שבת שטוב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:24 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת שטוב »

ווייטאג איך לייק שוין דיינע געשרייבאכטס נאך פארן ליינען
חזקה על ווייטאג שאינו יצא מתוך יד"ו ווייטאג שאינו מתוק"ן...
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

נעעעע!... מ'קען מיינען... מאסיוו?!? טרייבסט איבער...
דער האט דא גענומען א פוינ"ט וואס איז גאנץ פארשטענדליך, באקאנט, און אויב מעג איך צולייגן, אפילו גאנץ אויסגעדראשן...
אבער ניין!!!!
וואס @ווייטאג האט קריעיטע"ד דא איז א פיע"ס א"וו אר"ט!!!
גענומען א טיפע און אמת'ער נקודה... (אפילו ס'שטעכט...) און געגעבן פערספעקטיוו... הערליכע משל! נאך שענערער נמשל!!
און איך קען מודה זיין און רעדן פאר מיר (און מסתם פאר אנדערע אויך...) אז איך האב דער ערשטער מאל "דערהערט" די מעסעדש!
און די זעלבע אדער אפילו מער מיט "בערי זוכט א ישיבה"... וכן הלאה.
איז קי"פ אי"ט א"פ! אל תמנע טוב מבעליו... שכח!
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

איינער מיט א ספעיר ניק פליז!!! כ'וויל לייקען נאכאמאל!!!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

שבת שטוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:06 am
ווייטאג איך לייק שוין דיינע געשרייבאכטס נאך פארן ליינען
חזקה על ווייטאג שאינו יצא מתוך יד"ו ווייטאג שאינו מתוק"ן...
אויך אזוי געטון. אזוי דארף מען נישט צוריקסקראולן.
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

געוועזן 2 פריצים וואס האבן געמאכט א געוועט
זיי האבן אריין געלייגט אלע זייערע האב אין גוטס אין א קארב (I guess זיי זענען געווען מער ארימע פריצים)
דענק איך שוין נישט פינקטליך וואס זייער וועט איז געווען
אבער לענייני מיינעך איז געווען בערך אזוי
ווער ס'באקומט מער לייקים אין קאמפלימענטים (אין אישום?) אין א געוויסע צייט אפשניט געווינט דאס גאנצע קארבל
@ווייטאג ריכטיג אפגעלערנט?
זיך איך שוין ארים די קאמפעטישן פריץ'ס ארטיקלעך פאר א וויילע
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:13 pm
געוועזן 2 פריצים וואס האבן געמאכט א געוועט
זיי האבן אריין געלייגט אלע זייערע האב אין גוטס אין א קארב (I guess זיי זענען געווען מער ארימע פריצים)
דענק איך שוין נישט פינקטליך וואס זייער וועט איז געווען
אבער לענייני מיינעך איז געווען בערך אזוי
ווער ס'באקומט מער לייקים אין קאמפלימענטים (אין אישום?) אין א געוויסע צייט אפשניט געווינט דאס גאנצע קארבל
@ווייטאג ריכטיג אפגעלערנט?
זיך איך שוין ארים די קאמפעטישן פריץ'ס ארטיקלעך פאר א וויילע
איך בין נישט קלאר צו די גיבסט דא א טשעפע אדער קאמפלימענט
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

Of course a compliment!!
Where would you find the opposite in what I wrote?
I actually hope I get to find the other guy writing. If he's your competition he must be great on the least!
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:37 pm
Of course a compliment!!
Where would you find the opposite in what I wrote?
I actually hope I get to find the other guy writing. If he's your competition he must be great on the least!
got it I just wanted to make sure that I understood correctly
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

I am sorry for the misunderstanding.
I also got a private message about t it
So I guess I something I wrote might have triggered for it to be seen in a negative way
But I would never.
I try not to use my time criticizing people (when there's something to be criticized)
But when someone deserves a compliment

You are honestly one of my favorite authors!
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:44 pm
I am sorry for the misunderstanding.
I also got a private message about t it
So I guess I something I wrote might have triggered for it to be seen in a negative way
But I would never.
I try not to use my time criticizing people (when there's something to be criticized)
But when someone deserves a compliment

You are honestly one of my favorite authors!
thanks for you and for the nick who cared about my kuved
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שכח. שטארקע געדאנק. ווי אייביג.
גריק יאגורט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

שיין געשריבן שכח גיי אן
רעד מיר נישט איין אז שמירת עינים און ברוקלין איז גרינג אבער אפי' סנישט גרינג קען איך נאך אלץ מיטן אייבערשטענס הילף
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

מאסיוו as expected. @ווייטאג מיט אזעלכע שיינע ארטיקלען כמעט מדי יום ביומו, וואס וועסטו טוען ווען דו ווילסט ריליסען א זאנס און א גוטס?...
אויב איר ווילט מיך מענטשענען קאפי פון דא: [smention u=25027]ערד עפל[/smention]
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:52 pm
מאסיוו as expected. @ווייטאג מיט אזעלכע שיינע ארטיקלען כמעט מדי יום ביומו, וואס וועסטו טוען ווען דו ווילסט ריליסען א זאנס און א גוטס?...
איך פארלאז זיך אויפן אייבערשטער גארנישט קומט אליינס אלע איידיעס האט ער אריינגעלייגט און מיין (איך מיין אינטערסאנטן) מח'ל
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2851
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

מוראדיג. קיינמאל געטראכט פון די נקודה. Wow.

יישר כח. דו האסט טאלאנט.
מענדלאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: די גע'טובל'טע טעלעפאון א לעזונג פאר שידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

מאסיוו שכח הלואי זאל דאס יעדער זעהן איך שרייב די תגובה עס צוריקצוברענגען צום איבנאן טוה די זעלבע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”