יעדער זאך האט זיך זיין פרייז. דהיינו, איך בין גרייט צו צאלן פאר געוויסע זאכן מער, און געוויסע זאכן נישט. למשל: טישא'ס דארף איך ס"ה אז ווען איך בלאז מיר די נאז, זאל עס נישט ווערן קאנפעטי. אבער א ספר וויל איך די נייעסטע, שענסטע אויפן מארקעט.
(ווענדט זיך מן הסתם אויך אויפן זיפקאוד פונעם איינקויפער...)
איך קלער ס'הויעך צייט זאלסט ארבעטן אויף דיין נייגער, ס'באמת נישט קיין שיינע מדה... קוק ווי ער האט דיר יעצט אהינגעפיהרט...
ווענדט זיך ווי סאך 'גוט'ער' דער גוטער איז ווס. די ביליגע, און צי איך קען זיך באגיין מיטן ביליגן אן די צוגעלייגטע מעלות וואס דער 'גוטער' ברענגט צום טיש
נאטורליך, אומאפהענגיק פון וויפיל געלט ליגט אין בערזל, בין איך גענייגט צו איינקויפן פאר ביליג. עס קומט מיר אויס אז די הבדל צווישן די גוטע און די נישט גוטע איז סאך מער אין פרייז ווי אין די אייגנטליכע קוואַליטעט וואס קומט צו לכבוד דעם, ד.ה. אז געווענליך אויף א א.ג. 'גוטע' קוואליטעט אייטעם קען מען צאלן פיל מער ווי אויף די ביליגע, בעת דער דיפערענץ אין קוואליטעט איז פיל ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איך קויף די טייערע, צאל איך סאך מער ווי עס איז באמת ווערט לעומת דעם ביליגן.
לדוגמא, טאועל פאפיר. די אראנזשע (איך געדענק נישט דעם נאמען) פעקל קאסט א נישטיגע 1.25 אין מיין גראסערי, בעת אלע אנדערע ברענדס קאסטן פון 1.75 אדער גאר 2 טאלער און ארויף. היות איך נוץ די אראנזשע ווייס איך אז עס איז בכלל נישט שלעכט, יתכן עס איז בעסער פון אנדערע אבער עס איז אויך מעגליך אז די אנדערע זענען טאקע בעסער און דערפאר בעטן זיי מער. פארט, קען מען זאגן מיט א הויכע מאס קאנפידענץ, אז וואטעווער מעלות די אנדערע ברענדס ברענגען צום טיש, צאלט זיך נישט אויס צו איבערצאלן לכבוד דעם מיט 35 צי 50 פראצענט מער פאר א פעקל.
פון די אנדערע זייט, ווען די ביליגע'ס חסרון איז עפעס וואס מאכט דאס - אפילו נאר צומאל - אומנוצבאר, איז א שאד יעדע פעני וואס מען גיבט אויס אויף דעם ביליגן. אפאר אדער אפילו אסאך צענט ביליגער פאר א פעקל פלעסטיק קאפס, אבער לכבוד דעם צוקראכט זיך עס אינמיטן טרינקען און עס רינט ארויס די משקה, אדער א זופ טעלער וואס לייגט זיך צוזאם ווען מען נעמט עס ארויס פון מייקראעיוו אויסגיסנדיג בריענדיג הייסע זופ, אזוינס איז נישט ווערט צו נעמען אפילו ער זאל קאסטן א פערטל די פרייז פון אנדערע קאמפאניס. (איראניש, איך מיין אז די ספעציפישע קאמפאני קאסט גאר טייערער ווי אנדערע. גיי פארשטיי).