א באזוך ביים מעיאר פון כינע...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

א באזוך ביים מעיאר פון כינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

איך האב אויסגעגראד מיין לאנג שטרעקיגע האלז. די פארטיידידונגס סיסטעמעס האבן זיך אנגעצינדן. מיין פאות האבן פון זיך אליין זיך אנגעהויבן ארויפצודראפענען אויף מיין פינגערס, ביז ס'איז געווארן שיין געקראזעלט. מיין רויטע און בלויע שניפסל האט ארומגענומען מיט ליבשאפט מיין האלז. די ערמל פון מיין רעקל האט געמאכט הכנסות אורחים פאר מיין הענט. און מיין פיס האבן געריכטעט אירע ארויסגעבנדע טריט צו טורעם אכצן וואו די מיטונג צוויישן מיר און די מעיאר איז פארגעקומען.

צו מאכן א קורצע מעשה לאנג. ביים אנקומען אינפארנט פון (טאוער עיטין) טורעם אכצן האב איך שוין באמערקט מיט מיין געניטע סיסטעמאטישע אריינגעבויטע קאמערע (ליין אויגן) אויף מיין קאפ אז די מעיאר זיצט אין זיין שווארץ סעבורבען אקעגן איבער די גאס. איך האב שנעל געגעבן צוויי בלינקעס מיט די אויגן אז אויב איינע פון די פארבייגייער באמערקן די מעיאר און זעט מיך זאלן זיי מיינען אז איך בין גאר גוט מיט דעי סקאנדאל געפלאגטער שווארצער.

מיין ראבאטישע פינגער האט באקומען א סיגנאל פון מיין מוח, און אויפן רגע האט די קנעפל פון די עלעוועיטאר געדריקט געווארן. די צוויי הערמאטישע אייזענע טירן האבן זיך געעפענט צו מיין באפעל. דערנאך האט זיך עס הערמאטיש פארמאכט און אנגעהויבן ארויפצופארן צום צווייטן שטאק וואו די מיטונג זאלט געדארפט פארקומען.

איך האב דורך געמאכט מיין וועג אין די טונקעלע קארידארן ביזן ענדע וואו איך האב געברויכט מאכן א שארפע דריי. א געהילף פונעם מעיאר האט מיר דארטן אפגעווארט און מיר געגריסט העללאו.. פארשטייט זיך איך האב גלייך צוגעגאנגען צו אים און אים געזאגט ''העללאו''..


אפאר מינוט שפעטער האבן זיך די נאכט וויזיע פון מיינע קעמאקעס אויף מיין אויגן זיך אנגעצינדן. א מרה שחורה האט ארומגענומען דאס זאל.. עריק עדאמס האט אריינשפאצירט , איך בין געשטאנען אין די זייט גרייט צו מאכן א סעלפי, אבער א ריק אין מיין שדרה האט מיר ערוועקט.. 'האללאו דו!! יעצט דארף מען קלאטשען'.

איך האב מיך גלייך אוועקגעשארט פון די בילדער כאפער און אנגעהויבן שפוקעלירן וויאזוי איך קען אים פרעגן אפאר געניטע שטעככיגע פראגעס ווי א געניטע ריפארטער. איך האב אפגעמאכט צו פרעגן וואס די וועטער אין כינע איז, וויאזוי פילט זיך א שווארצער צווישן מיליאן ווייסע כינעזע. עניוועי, איך האב געהאט אסאך וואס צו פרעגן..

די מעיאר האט גענומען די מייק און אנגעהויבן ארויסצוברענגן אז אין די רעבע זכיסוי יאגיין'ס צייטן איז מען אנגעקומען און מ'האט אויפגעבויט אזא הערליכע נעיבער הוד.. אונז ברענגען ביזנעס. בלאבלא...בלא...

נאכדעם האט ער ארויסגעברענגט אז אונז טארן זיך נישט שעמען צו וואקן אויפן גאס מיט קאפלעך און טורבאן'ס.

איך האב ניטשט געהאט קיין צייט פאר דעי פלוידעריי.. איך האב מיך גלייך גענומען צו די עבודת אכילה און אנגעהויבן פרעסן. גלייך פארן ארויסגיין האב איך ב''ה געכאפט א בילד מיטן שווארצן..
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: א באזוך ביים מעיאר פון כינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

די צווייטע שטאק איז שוין אויפגעפיקסט? ווי איך געדענק איז עס רוי
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: א באזוך ביים מעיאר פון כינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

שטויביג האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:12 pm
די צווייטע שטאק איז שוין אויפגעפיקסט? ווי איך געדענק איז עס רוי
ס'איז טאקע געווען אויפן פיפטן שטאק.. געמאכט א טעות צוליב גילו.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: א באזוך ביים מעיאר פון כינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

חיריק האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:14 pm
שטויביג האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:12 pm
די צווייטע שטאק איז שוין אויפגעפיקסט? ווי איך געדענק איז עס רוי
ס'איז טאקע געווען אויפן פיפטן שטאק.. געמאכט א טעות צוליב גילו.
חיריק האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:09 pm

איך האב דורך געמאכט מיין וועג אין די טונקעלע קארידארן ביזן ענדע וואו איך האב געברויכט מאכן א שארפע דריי.

נישט דא קיין לאנגע האלוועי, די זאל איז גלייך לינקס פון די עלעוועיטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”