שלום וברכה פון איבער דעם סמבטיון. איך פיל זיך ב״ה אמבעסטן! איך האב נישט פארגעסן. איך וועל אריינקומען שפעטער אין טאג אי״ה מיט א שילדערונג איבער מיינע ערשטע צוויי וואכן.
בן פדהצורהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 03, 2024 8:25 am
שלום וברכה פון איבער דעם סמבטיון. איך פיל זיך ב״ה אמבעסטן! איך האב נישט פארגעסן. איך וועל אריינקומען שפעטער אין טאג אי״ה מיט א שילדערונג איבער מיינע ערשטע צוויי וואכן.
דאן איז געקומען דער מינוט ווען זיי האבן מיר געזאגט זיך צו געזעגענען און זאגן מיין לעצטע וואונטש… און זיי האבן מיך אנגעהויבן אוועק פירן מיטן רעדער שטול.
ווען מען האט מיר אריינגעפירט אין חדר העקידה (OR) האט מיר געכאפט א שטיקל פחד. איך בין נאך בה קיינמאל בעפאר אריין אין אזא פלאץ. פון איין זייט האב איך מיך געפילט גוט; א קלייניגקייט אזא גרויסע צימער נאר פאר מיר?! אבער פון די אנדערע זייט האב איך פארשטאנען אז אן אפעראציע איז אן ערנסטע פראצעדור וואס דארף האבן א גאנצע שטאב פון מענטשן.
ב״ה איך האב נישט געקענט צופיל טראכטן, פילן אדער אבזערווירען ויייל די מלאכי חבלה האבן מיר אנגעהויבן זאגן אז זיי גייען מיר נאר בלויז מאכן פילן רואיג. און איך בין שוין לאנג נישט דא געווען.
—
איך וועק זיך אויף זייער צוביסלעך. כ׳׳הער מענטשן רעדן ארום מיר. עס נעמט מיר א מינוט צוויי צו כאפן אז כ׳בין דא אויף דעם עולם. כ׳פיל שוואך און דיזי אבער אויך גאר אין א גוטע גוסטע… איך לאך אסאך און איך בין דזשאלי. איך שוועב. ערנסט פארדאופּט מיט הויכע סחורה.
ווי א מינוט איז פארביי האב איך זיך מער און מער אויפגעכאפט. מיין זיכרון איז מיר נישט אינגאנצן קלאר איבער ווי לאנג איך בין געווען דארט אין דעם גרויסן רעקאווערי צימער.
שפעטער בין איך ארויף צו א שטוב. איך האב מיך תיכף גענומען ארומוואקן ווייל אזוי האט מען מיר אנגעזאגט בעפאר, פשוט ווייל די בויך איז פול מיט לופט און דאס מאכט שטארקע פּעין. די חברה זענען געווען זייער צופרידן און האבן מיר געזאגט אז איך קוק אויס זייער גוט ב״ה. איך בין נאך געווען עטוואס אונטער די איינפלוס פון די סחורה אבער עס האט אנגעהויבן נאכלאזן און איך האב אנגעהויבן שפירן שטארקע פּעין אויף די העכערע חלק פון בויך. אויך איז מיר געווען גאר שווער צו שלינגען אפילו א פּיצי ליקוואד. ווען זיי האבן מיר געזאגט אז איך מוז זען צו טרינקען א געוויסע סכום (כ׳דענק נישט וויפיל) פון ליקוואד כדי נישט צו ווערן אויסגעטריקענט האב איך זיי אנגעקוקט מיט אזאנע גרויסע אויגן און געפרעגט: אנה יכנס כל הפשתן הזה?
אגב, עס איז זייער אינטערעסנאט געווען אז איידער די אפעראציע האב מיך נאכאנאנד געווינדערט, און מענטשן וואס זענען דאס נישט פאראיבער וואונדערן זיך נאכאלץ, וואס מיינט דאס אזאנס אז מען ווערט פיל נאכן טרונקן אדער עסן א פיצי?? אבער תיכף ווען איך האב מיך אויפגעוועקט פון סורדזשערי און מען האט מיר געגעבן עפעס צו טרינקען אדער טיילענאול (פארגעב מיך, מיינע זיכרונות זענען פארנעפלט פון יענע מינוטן) האב איך דאס אינסטינקטיוו אוועקגעשטופט. מה רבו מעשיך ה׳. מיין מח האט זעט עס תיכף געכאפט אז איך גיי דאס נישט קענען באווייזן מער.
ב״ה אין שפיטאל האט מיר דער אייבערשטער צוגעשיקט נאך א יונגערמאן וואס איז געשניטן געווארן תיכף איידער מיר און מיר האבן זיך באפריינדענט. אזוי שמעסוענדיג דערמאנט ער אייוועלט.. און דיזען אשכול… שטייצעך אז עס איז געקומען א גילוי פון מיין זייט נאכדעם. מיר האבן געהאט א גוטן לאך. ר׳….. א גריס אייך!
אויסער די גאז יסורים האב איך אויך געהאט עצירות. (איך זאג נאר די אלע דעטאלן אז די אידן נאך מיר וואס גייען דאס טון און גייען באזוכן דעם אשכול זאלן וויסן בעפאר אביסל איבער די דורכשניטליכע אחרי הדברים האלה׳דיגע ענינים. עס קען העלפן זיך צו קענען צוגרייטן און וויסן וואס צו ערווארטן).
די נאכט האבן זיי מיר נישט געלאזט געהעריג שלאפן. יעדע פאר שעה זענען זיי געקומען געבן מעדיצין. —
איך בין געווארן באפרייט די נעקסטע טאג, דינסטאג. די שפיטאל האט מיר באצאלט אן אובער (אפשר איז די אינשורענס, נישט זיכער).
פון דא און ווייטער האט זיך אנגעהויבן די עכטע ערהוילונג פראצעדור. די ערשטע טאג בין איך געווען זייער שוואך, אבער איך האב מיך געהאלטן גאר שטארק צום סקעדזשול פון טרינקען יעדע 15 מינוט 2 אונסעס ליקוואד. איך האב אנגעצינדען א טיימער און געהאלטן אין איין דרוקן ריפּיעט. כ׳מיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך האב ב״ה נישט געליטן פון קיין אויסטרוקענונג כאטש עס איז געווען יענע פאר טעג זייער זייער הייס. איך האב אויך זיכער געמאכט צו וואקן דאס מערסטע וואס איך האב געקענט. אינדרויסן און אינעווענדיג. שטייט אבער קאנסיסטענט.
איך האב נאכאלץ געהאט פּעין פון מיינע שניטן און זיך נישט געקענט לייגן אין בעט די ערשטע פאר נעכט, איך בין געשלאפן אויפן רעקליינער. ב״ה איך האב אנגעהויבן שפירן אביסל בעסער יעדן טאג וואס איז פארביי געגאנגן.
די ערשטע טאג אינדערהיים האב איך אנגעהויבן טרינקען פראטין שעיקס צוטיילט אין פיצי 1 אונס גלעזלעך, אויסגעשפרייט יעדע 15 מינוט א אונס. כ׳קען זאגן אז כ׳האב געפילט בעסער תיכף ומיד. עס האט מיר געגעבן אביסל מער כח. אויך האב איך געטרונקען (געגעסן..) טשיקן זופ. איך האב ב״ה געקענט גאנץ גוט טרינקען. אבער כ׳האב מיך אנגעהויבן באקענען מיט א נייע גאסט אין מיין קערפער; דער גבאי.
דער גבאי איז דער קוועטשער אין בויך וואס האלט קאפ אויף וויפיל איך עס אדער טרונק. אויב שפירט ער ווי שוין צו סאך האט ער א ספעציעלע וועג פון מיך לאזן וויסן. ס׳ווענדט זיך אין זיין גוסטע, אמאל קען ער מיר געבן אזא קניפ אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג, אבער איך האב מיך שנעל אויסגעלערנט אז אים ברויך מען פאלגן. ש׳טא קיין מעשיות.
האבענדיג דעם חשובן גבאי׳ן האב איך צוביסלעך אנגעהויבן זיך אויסלערנען וויפיל איך קען אריינעמען און ווען ס׳צייט צו סטאפּן. פאקטיש, לערן איך זיך נאך יעדן טאג.
די ערשטע שבת בין איך געגאנגן ביינאכט אין שול אבער כבין אהיים פרי ווייל איך האב געפילט צו שוואך. אינדערפרי בין איך נישט געגאנגן אבער צו שלש סעודות בין איך געהעריג געגאנגן.
איך האב געהאלטן אין איין הערן פון מענטשן אז עס ווערט גרינגער און גרינגער וואס א טאג עס גייט פארביי און איך האב עס באשיינפערליך געזען. איך האב ממש געשפירט בעסער און בעסער. מאנטאג דערויף בין איך ב״ה צוריקגעגאנגן צו די ארבעט. דאס איז אויך געווען די טאג וואס איך בין אריבער צו פּיורעיד פאזע, נעמליך שטארק צומאלענע עסנווארג. עס איז ביי מיר געווען אזא שמחה. מיט בושה קען מען דאס צוגלייכן צום הייליגן בארדיטשובער וואס האט נישט אויסגעהאלטן זיין התרגשות צו שאקלען לולב. נאכן נישט עסן עפעס וואס איז נישט ליקוואד פאר דריי וואכן איז מיין עקסטאז טועם צו זיין (עטוואס) נארמאלע עסן געווען שטארק.
באגלייבטהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 04, 2024 10:22 pm
אויש דערמאנסט מיך זכרונות..
אינטערעסאנט, די שפיטאל האט מיך בשום אופן נישט געלאזט אהיימגיין מיט אן אובער, איינער האט מיך געדארפט קומען אויפפיקן.
דאקטער געווען דר. בעסלער?
יא דר. בעסלער.
קען זיין אז זיי האבן געפילט אז איך בין גענוג שטארק פאר דעם. אדער האבן זיי געדארפט האבן מיין בעט. לא יודע.
זיי האבן מיר נאר געגעבן דעם אפציע ווען איך האב זיי געזאגט אז איך האב פרובירט צו שאפן א וועג אבער ס׳גייט נישט און איך האב זיי געזאגט אז איך גיי נעמען אן אובער האבן זיי מיר געזאגט די שפיטאל גייט מיך רופן איינס. זיי האבן א ספעציעל טעקסט מעסעדזש סיסטעם וואס איך האב בלויז געדארפט דרוקן דעם לינק און דאס האט באשטעטיגט דעם אויטא.
וויפיל דארף צי קאסטן אויב צאלט מען פין די אייגענע טאש ?
אין קען מען קיינמאל מער נישט אינזשויען צי עסן מיטן גאנצן קנאק ?
וויפיל קאסט צי אראפנעמען אלע איבריגע הויט נאכן פארלירן ?
איך בין נאכנישט אזוי גרויס ברוך השם, אבער איך קען זיך נישט אפגעוויאנען פין עסן שפעט באנאכט אדער אינמיטן די ארבעט אין נאך די ארבעט, ווען איך פיל אז איך מיז בארואיגן מיינע נערוון, דורך עסן אסאך קעיק , 2 בארס טשאקלעט, א זיפ טעלער אייזקרים,
חיים טובהאט געשריבן:↑מיטוואך יוני 26, 2024 4:38 am

די אלע דייעט קוקיס זענען פאר מיר גארנישט ווערט
ס׳קוקט מיר אויס ווי דיין רילעישאנשיפ צו עסן איז דער פראבלעם און נישט דיין איבערוואגיגקייט. אין אזא פאל וועט דיר דער סליוו נישט העלפן כלל וכלל.
עסן איז ביי דיר אן אדיקשאן וואס ערפילט (צייטווייליג) אן אינעווייניגסטער חלל. איך וואלט דיר געראטן אריינצוקוקן אין Overeaters Anonymous. https://oa.org/
נו שויןהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:08 am
פיינע פעדער הרב @בן פדהצור ,די ערשטע רגע האביך געמיינט (אפשר טאקע?) אז מיר האבן דא א גילוי, אבער ניין, סאיז דא חילוקים, צוויי טעג.. צוויי וואכן... וכולי
הא. נאכן הערן דעם אינטערוויו האב איך פארשטאנען אז ס׳גייען זיין די וועלכע וועלן קלערן אז איך בין עקיבא אבער נאופס. גראדע איז דער אינטערוויו גאר גוט און איך האב רילעיטעד צו כמעט יעדע ווארט. זיין סליוו דאטום (ווי ער זאגט אויף קולמע) געווען נאך ל״ג בעומר און מיינס בעפאר.
חיים טובהאט געשריבן:↑מיטוואך יוני 26, 2024 4:38 am
וויפיל דארף צי קאסטן אויב צאלט מען פין די אייגענע טאש ?
אין קען מען קיינמאל מער נישט אינזשויען צי עסן מיטן גאנצן קנאק ?
וויפיל קאסט צי אראפנעמען אלע איבריגע הויט נאכן פארלירן ?
איך בין נאכנישט אזוי גרויס ברוך השם, אבער איך קען זיך נישט אפגעוויאנען פין עסן שפעט באנאכט אדער אינמיטן די ארבעט אין נאך די ארבעט, ווען איך פיל אז איך מיז בארואיגן מיינע נערוון, דורך עסן אסאך קעיק , 2 בארס טשאקלעט, א זיפ טעלער אייזקרים,
די אלע דייעט קוקיס זענען פאר מיר גארנישט ווערט
I can totally relate to this as I use to be the same way. Bh I started a year ago with the help of an app and it totally changed the way I eat and I already lost more than 50 pounds
גרינע מילךהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:21 am

וואס העלפט די עפפ ? איך עס נאש פאר די זעלבע סיבה פארוואס א חלק מענטשן רייכערן, למשל נאך א טאג ארבעט פילט מען ווי מען דארף כאטש עפעס צי פילן alive מיוזיק העלפט אסאך מאל אבער נישט אייביג