א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש
די פאלגענדע ווערטער וויל איך דיר שוין זאגן גאר א לאנגע צייט אבער היות איך קען דיר עס נישט זאגן פה אל פה וועל איך דיר עס שרייבן דא כאטש וואס איך ווייס אז די וועסט עס קיינמאל נישט ליינען.
ב''ה אונזער חברותא'שאפט גייט שוין אן פאר פינף יאר כולן שוין לטובה שוין געלערענט צוזאמען הונדערטער שעות , כמה מקצועות התורה , אסאך געשטיגן אינאיינעם כ''י ,שוין צען זמנים וואס אונז ביידע קומען אין כולל יעדן איינציגסטן טאג די מיט א שמייכל און איך מיט א שמייכל,
די מיט דיין כאלאט און אין מיט מיינס,
שוין פארברענגט אסאך צייט בין הסדרים צו פארברענגען מיט דיר ,ווייל אונז קומען זיך גאנץ פיין אדורך ,
אבער חברותא טייערע איך ווייס אז די מצב ביי דיר איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס ,
די האסט טאקע א שמייכל אויף דיין פנים אבער אינעווייניג איז נישט אזוי שמייכלדיג ,
אין די צייט וואס איך האב אין די פינף יאר ב''ה געפראוועט צוויי וואכנאט'ס צוויי בריתן' און איין אפשערן קע''ה,
אבער די מיין טייערע חברותא ווארסט נאך אויף דיין ישועה....
אוי....... מיין הארץ וויינט.......
אין די צייט וואס איך פארפאס אמאל כולל צוליב בעיביסיטן, גיין מיט א קינד צום דאקטער, אדער גאר פראווען א שמחה,
קומסטו אבער יעדן איינציגסטן טאג,
אין די צייט וואס איך דארף קאווערן רענט, עסן, פארמילע, קריבס, שמחות, סטרעטשיס, בעיבסיטינג, ועוד ועוד,
האסטו נאר די ערשטע צוויי פון די אויבנדערמאנטע,
אין די צייט וואס מיינע צדיקימלעך וועקן מיר זעקס דרייסיג צופרי,
ווערסטו געוועקט די זעלבע צייט דורך א קאלטע וועקער זייגער,
אין די צייט וואס איך בין אינדערהיים פארנומען צו העלפן באדן, און לייגן שלאפן , ווישן נעזער,
ביזטו אינדערהיים און די עסט נאכטמאל מיט דיין בני בית,
איז וואס וויל איך יעצט פון דיר?
הער מיר אויס צוויי מינוט,
פון ווען איך האב חתונה געהאט ביז מיין ישועה האט אויך גענומען צוויי א האלב יאר ,
די צוויי א האלב יאר האבן מיר געלערנט אז ווארטן צוויי יאר איז ווייט נישט קיין דמיון צו ווארטן צוויי יאר מיט א חודש ,
און צוויי יאר מיט א חודש איז נישט קיין פארגלייך צו צוויי יאר מיט צוויי חדשים,
ממילא אזויפיל ווייס איך אז איך קען דיר אפילו נישט אינגאנצן פארשטיין,
זאלסט אבער וויסן אז מיין הארץ איז מיט דיר,
איך וויין און איך האב דיר אינזין צו יעדע צייט,
איך פיל אז דיין שמייכל איז רוב מאל נאר פון אויבנאויף,
די ביזט בטבע גאנץ פארמאכט ממילא אפיציעל מיין איך אז אלעס איז אקעי ,
איך ערווארט נישט אז די גייסט קומען זיך אויסרעדן צו מיר,
אבער אויב די ווילסט דוקא יא בין איך גרייט דיר צו אויסהערן און מיטוויינען מיט דיר,
איך בין נתפעל ווי שטארק די האלסט דיר ,
איך ווייס נישט צו איך וואלט געווען אזוי שטארק ,
חזק ואמץ מיטן הילף פונעם אייבערשטען וועט דיין ישועה קומען בקרוב ,
ביז דעלמאטס לאמיר מתפלל זיין איך פאר מיר און די פאר דיר , צום זעלבן גרויסן באשעפער,
ווי עס שרייבט מיט טרעטן און געפיל
דיין חברותא