נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

די 4'טע סטארשיפ טעסט איז די ציל געווען צו לאנדן סוקסעספול. זיי האבן דאס באוויזן - אבער נאך ווי - אויף צוויי באזונדערע אביעקטן, מיט באזונדערע וואג, דיינעמיקס, און מעכאניזם. אבער וויאזוי?

ראקעט לאנדונג
די "ראקעט בוסטער" לאנדונג איז געווען מער ענליך צו די לאנדונג פונעם פעלקאן 9 ראקעט וואס ווערט כסדר גענוצט דורך די קאמפעני, דאס איז מערסטענס קאנטראלירט דורך 4 Grid fins, אזעלכע אייזערנע הענטלעך וואס באוועגן זיך דורך קאמפיוטערס צו מאנעוורירן דעם ראקעט. יעדע פון די 4 האבן א זעלבסשטענדיגע מאטאר וואס קען עס מאנעוורירן ווי עס דארף. אינטערסאנט איז, מאסק האט אמאל געזאגט אז דאס זענען טעסלע קאר מאטארן אריינגעלייגט צו קאנטראלירן די "גריד פינס".

(איין אינצעלנע "גריד פין" וועגט בערך 300 פונט אויפן פעלקאן 9 און איבער 6000 פונט אויפן סטארשיפ ראקעט בוסטער... דאס איז 20x)

צום סוף גלייך בעפארן לאנדן צינדט ער אן א חלק פון די אריגינעלע ראקעט מאטארן מיט וואס ער איז ארויסגעפארן צו פארשטייטערן דעם לאנדונג און עווענטועל לאנדעט ער אויפן ציל מיט א רואיגקייט. דא אבער זייענדיג 3 מאל די גרויסקייט, איז נישט אזוי פשוט מאכן קאפי/פעיסט דעם לאנדונג, און דאס האט טאקע פאסירט ביים פריערדיגן 3'טן טעסט אז די בוסטער האט אריינגעקראכט אינעם וואסער אן קאנטראל.

איינע פון די גרעסטע חילוקים צווישן די אקטיווע פעלקאן 9 ראקעטן און די נייעם ראקעט בוסטער, איז ווי געשריבן נאכן ערשטן טעסט אז זיי האבן געטוישט צו א "האַט סטעידזשינג סעפערעישאן", צו דעם האבן זיי (ביים 3'טן טעסט) צוגעלייגט א "רינג" וואס טיילט אפ צווישן די ראקעט אינעם שיף אז די אפטיילונג זאל צוגיין רואיגער און נישט שעדיגן קיינע פון די צוויי, די שיף אדער דעם ראקעט. דאס האט אבער צוגעברענגט אז דער ראקעט האט צובאקומען אסאך וואג, באשולדיגנדיג די צוגעלייגטע וואג אינעם פריערדיגן אומקאנטראלירטער לאנדונג.

דאסמאל האט ספעיס עקס אין א אומערווארטעטן טויש אפגעטיילט און אוועקגעווארפן דעם גאנצן רינג פונעם ראקעט אויבן אין ספעיס אראפצונעמען די וואג בעפארן לאנדן און ווי באריכטעט איז עס געגאנגען געשמירט ווען ער האט רואיגערהייט געלאנדעט אין וואסער. אינעם צוקונפט איז געפלאנט טוישונגען נישט צו דארפן אוועקווארפן דעם רינג בעפאר יעדע לאנדונג.

אינעם בילד: די "רינג" אויבן אויף וואס די סטארשיפ זיצט איז איבער א שטאק הויעך מיט אסאך לעכער אז די אפטיילונג זאל גיין כשורה. מערקט די "גריד פינס" ביי די זייט פונעם ראקעט.

Grid_fins_ring.jpg
Grid_fins_ring.jpg (95.25 KiB) געזען 1202 מאל

סטארשיפ לאנדונג
דער שיף אליינס האט אינגאנצן אן אנדערע סארט לאנדונג, ווי געשריבן אויבן נוצט ער 4 פליגעלעך זיך צו קאנטראלירן און לאנדן אויפן בויך און ממש אין די לעצטע סעקונדעס גיבט ער זיך א גראד אויס און לאנדעט שטייענדיגערהייט. דאס איז מער ווייניגער געגאנגען ווי געפלאנט, אויסער אז בשעת'ן לאנדן אויפן בויך האט איינע פון די פליגלעך נישט געקענט אויסהאלטן די היץ און האט אנגעהויבן צו צעפאלן. מ'הערט אויפן רעקארדירונג פונעם לייוו זיך רישן אויף אן אויפרייס מיט פארענטפערן דעם אז די עיקר איז שוין אדורך בלא בלא בלא, למעשה אבער אומערווארטעטערהייט האט ער ווייטער קאנטראלירט דעם לאנדונג און דער שיף האט זיך אויסגעגראד אין די לעצטע סעקונדעס און געלאנדעט ווי געפלאנט.

נאך א קלייניגקייט וואס איז געווען אנזעבאר ביי דעם טעסט איז געווען אז ס'האט געפעלט צוויי איינצעלנע "היעט שיעלד טיילס" פונעם סטארשיפ נאך בעפאר ער איז ארויפגעפלויגן, דאס זענען די שווארצע סערעמיק טיילס וואס האלטן אפ די היץ נישט צו שעדיגן דעם שיף בשעת'ן לאנדן. דאס איז געווען צוליב אן עקסטערן טעסט וואו זיי האבן געמאסטן מיט ספעציעלע סענסארס ווי שטארק הייס די שיף ווערט אן קיין טיילס בכלל, עס צו קענען נוצן שפעטער אלס אינפארמאציע.

אינעם בילד: די ראקעט בוסטער ביים סוקסעספול לאנדן אינעם וואסער מיט א פלאטשקע. ספעיס עקס האט באוויזן צו לאנדן צוויי פריש געבויעטע מאנסטער געביידעס צום ערשטן מאל.

Screenshot_20240610_185017_Chrome.jpg
Screenshot_20240610_185017_Chrome.jpg (294.75 KiB) געזען 1202 מאל
ס'ווערט באריכטעט אז דאסמאל וועט נישט זיין קיין FAA אינוועסטיגעשאן צוליב וואס זאכן זענען מער ווייניגער געגאנגען ווי געפלאנט אן קיין סכנה צו קיין שום ארומיגע. דאס מיינט לכאורה אז קומענדיגע טעסטס וועלן פארקומען שנעלער אן קיין ציטערנישן.
לעצט פארראכטן דורך ממה נפשך אום זונטאג יוני 16, 2024 8:54 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

ממה נפשך האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 2:44 am
די 4'טע סטארשיפ טעסט איז די ציל געווען צו לאנדן סוקסעספול. זיי האבן דאס באוויזן - אבער נאך ווי - אויף צוויי באזונדערע אביעקטן, מיט באזונדערע וואג, דיינעמיקס, און מעכאניזם. אבער וויאזוי?

ראקעט לאנדונג
די "ראקעט בוסטער" לאנדונג איז געווען מער ענליך צו די לאנדונג פונעם פעלקאן 9 ראקעט וואס ווערט כסדר גענוצט דורך די קאמפעני, דאס איז מערסטענס קאנטראלירט דורך 4 Grid fins, אזעלכע אייזערנע הענטלעך וואס באוועגן זיך דורך קאמפיוטערס צו מאנעוורירן דעם ראקעט. יעדע פון די 4 האבן א זעלבסשטענדיגע מאטאר וואס קען עס מאנעוורירן ווי עס דארף. אינטערסאנט איז, מאסק האט אמאל געזאגט אז דאס זענען טעסלע קאר מאטארן אריינגעלייגט צו קאנטראלירן די "גריד פינס".

(איין אינצעלנע "גריד פין" וועגט בערך 300 פונט אויפן פעלקאן 9 און איבער 6000 פונט אויפן סטארשיפ ראקעט בוסטער... דאס איז 20x)

צום סוף גלייך בעפארן לאנדן צינדט ער אן א חלק פון די אריגינעלע ראקעט מאטארן מיט וואס ער איז ארויסגעפארן צו פארשטייטערן דעם לאנדונג און עווענטועל לאנדעט ער אויפן ציל מיט א רואיגקייט. דא אבער זייענדיג 3 מאל די גרויסקייט, איז נישט אזוי פשוט מאכן קאפי/פעיסט דעם לאנדונג, און דאס האט טאקע פאסירט ביים פריערדיגן 3'טן טעסט אז די בוסטער האט אריינגעקראכט אינעם וואסער אן קאנטראל.

איינע פון די גרעסטע חילוקים צווישן די אקטיווע פעלקאן 9 ראקעטן און די נייעם ראקעט בוסטער, איז ווי געשריבן נאכן ערשטן טעסט אז זיי האבן געטוישט צו א "האַט סטעידזשינג סעפערעישאן", צו דעם האבן זיי (ביים 3'טן טעסט) צוגעלייגט א "רינג" וואס טיילט אפ צווישן די ראקעט אינעם שיף אז די אפטיילונג זאל צוגיין רואיגער און נישט שעדיגן קיינע פון די צוויי, די שיף אדער דעם ראקעט. דאס האט אבער צוגעברענגט אז דער ראקעט האט צובאקומען אסאך וואג, באשולדיגנדיג די צוגעלייגטע וואג אינעם פריערדיגן אומקאנטראלירטער לאנדונג.

דאסמאל האט ספעיס עקס אין א אומערווארטעטן טויש אפגעטיילט און אוועקגעווארפן דעם גאנצן רינג פונעם ראקעט אויבן אין ספעיס אראפצונעמען די וואג בעפארן לאנדן און ווי באריכטעט איז עס געגאנגען געשמירט ווען ער האט רואיגערהייט געלאנדעט אין וואסער. אינעם צוקונפט איז געפלאנט טוישונגען נישט צו דארפן אוועקווארפן דעם רינג בעפאר יעדע לאנדונג.

אינעם בילד: די "רינג" אויבן אויף וואס די סטארשיפ זיצט איז איבער א שטאק הויעך מיט אסאך לעכער אז די אפטיילונג זאל גיין כשורה. מערקט די "גריד פינס" ביי די זייט פונעם ראקעט.

Grid_fins_ring.jpg

סטארשיפ לאנדונג
דער שיף אליינס האט אינגאנצן אן אנדערע סארט לאנדונג, ווי געשריבן אויבן נוצט ער 4 פליגעלעך זיך צו קאנטראלירן און לאנדן אויפן בויך און ממש אין די לעצטע סעקונדעס גיבט ער זיך א גראד אויס און לאנדעט שטייענדיגערהייט. דאס איז מער ווייניגער געגאנגען ווי געפלאנט, אויסער אז בשעת'ן לאנדן אויפן בויך האט איינע פון די פליגלעך נישט געקענט אויסהאלטן די היץ און האט אנגעהויבן צו צעפאלן. מ'הערט אויפן רעקארדירונג פונעם לייוו זיך רישן אויף אן אויפרייס מיט פארענטפערן דעם אז די עיקר איז שוין אדורך בלא בלא בלא, למעשה אבער אומערווארטעטערהייט האט ער ווייטער קאנטראלירט דעם לאנדונג און דער שיף האט זיך אויסגעגראד אין די לעצטע סעקונדעס און געלאנדעט ווי געפלאנט.

נאך א קלייניגקייט וואס איז געווען אנזעבאר ביי דעם טעסט איז געווען אז ס'האט געפעלט צוויי איינצעלנע "היעט שיעלד טיילס" פונעם סטארשיפ נאך בעפאר ער איז ארויפגעפלויגן, דאס זענען די שווארצע סערעמיק טיילס וואס האלטן אפ די היץ נישט צו שעדיגן דעם שיף בשעת'ן לאנדן. דאס איז געווען צוליב אן עקסטערן טעסט וואו זיי האבן געמאסטן מיט ספעציעלע סענסארס ווי שטארק הייס די שיף ווערט אן קיין טיילס בכלל, עס צו קענען נוצן שפעטער אלס אינפארמאציע.

אינעם בילד: די ראקעט בוסטער ביים סוקסעספול לאנדן אינעם וואסער מיט א פלאטשקע. ספעיס עקס האט באוויזן צו לאנדן צוויי פריש געבויעטע מאנסטער געביידעס צום ערשטן מאל.

Screenshot_20240610_185017_Chrome.jpg
שכח פארן באריכט.

שייך צו ברענגען די ריפלעי פונעם פלייט?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

.
לעצט פארראכטן דורך ממה נפשך אום זונטאג יוני 16, 2024 4:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פיקליש האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 2:49 am
שכח פארן באריכט.

שייך צו ברענגען די ריפלעי פונעם פלייט?
ס'איז אויף טוויטער און מ'דארף עס כשר'ן. איך ווייס נישט וויאזוי מ'טוט דאס.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח @ממה נפשך
איז דא א בילד פונעם סטארשיפ ביים לאנדען?
האט מען עס בכלל שוין רעקאווערד?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פאטאקי08 האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 11:29 pm

ס'איז דא עפעס אבער מ'זעט כמעט גארנישט צוליב וואס צוזאמען מיט די צובראכענע פליגל איז די קעמערע אויך פארדעקט געווארן.

ס'איז נישט געווען אין פלאן צו רעקאווערן דעם שיף דאסמאל.
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:43 am
פאטאקי08 האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 11:29 pm
שכח @ממה נפשך
איז דא א בילד פונעם סטארשיפ ביים לאנדען?
האט מען עס בכלל שוין רעקאווערד?
ס'איז דא עפעס אבער מ'זעט כמעט גארנישט צוליב וואס צוזאמען מיט די צובראכענע פליגל איז די קעמערע אויך פארדעקט געווארן.

ס'איז נישט געווען אין פלאן צו רעקאווערן דעם שיף דאסמאל.

ס'הייסט?

זיי האבן עס נישט געפלאנט צו טעסטן ביזן סוף?

ביז ווי איז געווען געפלאנט??
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פיקליש האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:46 am
ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:43 am
פאטאקי08 האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 11:29 pm
שכח @ממה נפשך
איז דא א בילד פונעם סטארשיפ ביים לאנדען?
האט מען עס בכלל שוין רעקאווערד?
ס'איז דא עפעס אבער מ'זעט כמעט גארנישט צוליב וואס צוזאמען מיט די צובראכענע פליגל איז די קעמערע אויך פארדעקט געווארן.

ס'איז נישט געווען אין פלאן צו רעקאווערן דעם שיף דאסמאל.

ס'הייסט?

זיי האבן עס נישט געפלאנט צו טעסטן ביזן סוף?

ביז ווי איז געווען געפלאנט??
ס'איז געווען אין פלאן אז די שיף זאל לאנדן אין וואסער און דארטן בלייבן.

רעקאווערן מיינט עס גיין ארויסשלעפן פון וואסער און אנגרייטן פאר א קומענדיגע רייזע.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

נאכאמאל און נאכאמאל - מען קעןפשוט צידרייט ווערן פון די מראה

https://drive.google.com/file/d/13u6X3J ... sp=sharing
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מי הוא זה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:08 am
נאכאמאל און נאכאמאל - מען קעןפשוט צידרייט ווערן פון די מראה

https://drive.google.com/file/d/13u6X3J ... sp=sharing
ריכטיג! מיט א פונקטליכקייט אויף די אינטש.

און איז גרייט נאכאמאל צו פארן אין געציילטע טעג. ווער וואלט זיך דאס געגלייבט 10 יאר צוריק.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4976
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אבימלך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:57 pm
איינער פארט אפשר צוריק היינט נאכט פון ספעיס און האט פלאץ פאר צוויי מענטשן?
צוויי נאַסאַ אַסטראַנאטן האָבן דערווייל נישט קיין באַשטימטע דאַטום ווען זיי גייען צוריקקומען צו די ערד קוגל און זענען דערווייל סטאק אויף די אינטערנאַטיאָנאַלע ספעיס סטאנציע (ISS) צוליב עטלעכע מעכאנישע פראבלעמען מיט באָעינג׳ס סטאַרלינער ספּעיסקראַפט וואס האט זיי געדארפט צוריקברענגן.
IMG_7097.jpeg
@ממה נפשך וואס גייט פאר ?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Borrower האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:49 am

@אבימלך כ'האב פארשטאנען ביסט געווען אין ספעיס די לעצטע פאר טאג, ניין?..

די נייע באואינג סטארליינער ספעיס שיף וואס האט געמאכט פראבלעמען בעפארן זיך הייבן און געווארן אפגעשטיפט, וואס האט געמאכט פראבלעמען בעפארן זיך פארקירן צום אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע און געווארן אפגעשטיפט, האט יעצט היידראלישע פראבלעמען זיך אפצוטיילן דערפון און האט נישט קיין באשטימטע דאטום ווען ס'וועט זיין פארראכטן.

טאלק אבאוט מזל...
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10609
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

ממה נפשך האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:03 pm
Borrower האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:49 am
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:57 pm
איינער פארט אפשר צוריק היינט נאכט פון ספעיס און האט פלאץ פאר צוויי מענטשן?
צוויי נאַסאַ אַסטראַנאטן האָבן דערווייל נישט קיין באַשטימטע דאַטום ווען זיי גייען צוריקקומען צו די ערד קוגל און זענען דערווייל סטאק אויף די אינטערנאַטיאָנאַלע ספעיס סטאנציע (ISS) צוליב עטלעכע מעכאנישע פראבלעמען מיט באָעינג׳ס סטאַרלינער ספּעיסקראַפט וואס האט זיי געדארפט צוריקברענגן.
IMG_7097.jpeg
@ממה נפשך וואס גייט פאר ?
@אבימלך כ'האב פארשטאנען ביסט געווען אין ספעיס די לעצטע פאר טאג, ניין?..

די נייע באואינג סטארליינער ספעיס שיף וואס האט געמאכט פראבלעמען בעפארן זיך הייבן און געווארן אפגעשטיפט, וואס האט געמאכט פראבלעמען בעפארן זיך פארקירן צום אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע און געווארן אפגעשטיפט, האט יעצט היידראלישע פראבלעמען זיך אפצוטיילן דערפון און האט נישט קיין באשטימטע דאטום ווען ס'וועט זיין פארראכטן.

טאלק אבאוט מזל...
יא, איך האב אבער נישט געהאט פלאץ אין מיין ספעיסקרעפט זיי צוריקצונעמען, עס איז געווען פול מיט די קעמפ באקסעס פאר די קינדער.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מאסק האט געזאגט אין אן אינטערוויו בנוגע די סטארשיפ:

- די לעצטע טעסט IFT4 וואס האט בכוונה געפעלט 2 היעט שיעלד טיילס האט געוויזן אז ס'איז נישט קאטאסטראפיש אויב פאלט אראפ איינס אדער צוויי טיילס און די סטארשיפ וועט עס קענען אויסהאלטן.

- ספעיס עקס האט אנגעהויבן בויען א צווייטע לאונטש פעד אין די סטארבעיס קאמפלעקס.

- די קומענדיגע טעסט IFT5 וואס איז געפלאנט פאר ענדע יולי למס', וועט האפענטליך ווערן געכאפט דורך די לאונטש טאוער (זע ווייטער), אבער ער דארף נאך באקומען די אקעי פון די ספעיס עקס טיעם דערפאר. ווערנדיג געפרעגט אויב ער וואלט נישט געווארט אז די צווייטע לאונטש פעד זאל זיין פארטיג בעפארן פאטענציאל חרוב לייגן די יעצטיגע, האט ער אנגעוויזן אויף געוויסע פארזיכערונג מאסנאמען אריינגערעכנט א צעמענטענע וואנט ארום די פלאטפארמע, ווי אויך גרייטע רעפלעיסמענט פארטס וואס לאזן אים רואיג.

- ספעיס עקס בויעט א פעקטארי אין די סטארבעיס קאמפלעקס וואס וועט קענען בויען ווייניגסטענס 100 סטארשיפ'ס א יאר.

- לויטן פלאן פון פליען קיין מארס און קענען דארט בלייבן פאר לענגערע צייט אפשניטן, וועט מען דארפן האבן בערך 5 סטארשיפ'ס פאר יעדע ראקעט בוסטער.

- נאכן לאנדן וועלן די סטארשיפ און ראקעט בוסטער זיין גרייט צו פליען נאכאמאל אין אפאר שעה, אדער אפילו ווייניגער.

די עיקר צייט וואס פארמעגליכט סטארשיפ צו קענען פארן נאכאמאל אסאך שנעלער ווי די יעצטיגע פעלקאן 9 ראקעט איז צוליב וואס עס גייט לאנדן גלייך אויפן לאונטש טורעם וואס שטייט נעבן דעם לאונטש פעד און נישט דארפן טראנספארטירט ווערן. ביידע, סיי די ראקעט בוסטער און סיי די סטארשיפ, וועלן לאנדן דירעקט אויפן טורעם און וועלן "געכאפט ווערן" דורך די טורעם'ס "ארעמעס". די סטארשיפ וועט געכאפט ווערן דורך אירע אויבערשטע פליגלען גערופן "פלעפס", די ראקעט בוסטער וועט געכאפט ווערן דורך אירע "גריד פינס" און וועלן גלייך ווערן ארויפגעזעצט צוריק אויפן לאונטש פעד גרייט פאר נאך א רייזע.

דאס איז וויאזוי סטארשיפ ווערט היינט ארויפגעלייגט אויפן ראקעט בוסטער:
https://drive.google.com/file/d/1HX9cqW ... sp=sharing

דאס איז וויאזוי סטארשיפ וועט עווענטועל לאנדן און גלייך צוריק ארויפגיין אויף ראקעט בוסטער:
https://drive.usercontent.google.com/do ... Q8f07CCUX_
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אן אלטע אומבאנוצטע רוסישע סעטעלייט האט פארגאנגענע נאכט אומערווארטעט אויפגעקראכט אין ספעיס און זיך צוטיילט און מערערע קלענערע ברוכווארג שטיקער.

דער אינצידענט האט פאסירט זייענדיג רעלאטיוו נאנט צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע וואו ס'האלטן זיך אויף א גרופע אסטראנאטן און צוליב די אומקלארקייט פונעם אינצידענט האבן די אמעריקאנער אסטראנאטן זיך געדארפט באהאלטן אין זייער פליגל און נישט ארויסגיין פאר בערך א שעה, ביז ס'איז געווארן קלאר אז ס'איז נישטא קיין שום סכנה.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:39 pm
...

אין קורצן, די ISS איז אנגעהויבן געבויעט צו ווערן אין 1998 דורך אן אינטערנאציאנאלע געמיינזאמע צוזאמען ארבעט, אין וואס אסאך לענדער האבן און נעמען אנטייל - די גרעסטע חלק אמעריקע און רוסלאנד - און דערפאר באלאנגט עס צו אלע לענדער אינאיינעם. א יעדע שטיק צייט שיקט א לאנד ארויף נאך א חלק אין עס ווערט צוגעטשעפעט צו די מעין סטאנציע. פארוואס עס פליעט נישט אוועק וועסטו דארפן ליינען @לכתחילה אריבער באשרייבונג אויף ספעיס.

...
נאסא פלאנירט צו אויפהערן נוצן די ISS אום יאר 2030. דאס צו ריפלעיסן איז א חלק פונעם "ארטעמיס" פלאן וואס צווישן אנדערע וועט אנהויבן נוצן פריוואטע שיפן ווי סטארשיפ און אנדערע פאר לאבאראטאריע מיסיעס און וועט אויך האבן א ענליכע ספעיס סטאנציע גערופן Gateway וואס וועט ארומפארן אין די לבנה'ס ארביט און וועט זיין א סטאנציע צווישן די ערד און די לבנה.

דאס אוועקווארפן די ISS איז נישט קיין גרינגע ארבעט וואס דארף ווערן אויסגעארבעט צו יעדן דעטאל ווען און וואו עס וועט ענדיגן איר לעבן. צוליב איר שטאנדהאפטיגקייט וועט עס לכאורה נישט פארברענט ווערן ביים אריינקומען אין די וועלט'ס אטמאספערע. נאסא האט אוועקגעלייגט $800 מיליאן פאר דעם צוועק אליינס און ארויסגעלייגט א ביד פאר ווער ס'קען עס אויספירן.

דעם חודש האט נאסא אויסגעקליבן ספעיס עקס פאר דעם צוועק. לויטן פלאן וועט ספעיס עקס בויען א ספעציעלע מאשין וואס וועט זיך צוטשעפענען צום סטאנציע און עס אראפשטופן פאראויס לויט א פלאן צו לאנדן אינעם פאסיפיק אקעאן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”