נעכטן מוצש"ק איז נאכאמאל ארויף אויפן מערכת אויף נאמבער 1, די שיעור פון די באקאנטע משפיע הגה"צ ר' בנימין אייזנבערגער שליט"א רב דקהל היכל התפילה פון ב"פ, בעניןפארוואס איז אזוי וויכטיג צו קומען אין אומאן צום הייליגן רבי'ן, ער האט גערעדט די שיעור אין אומאן, ווען ער איז דארט געווען אלס חלק פון זיין נסיעה קיין אוקריינע
נומערן פון מערכת אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387 האט הנאה
מערכת ברסלבהאט געשריבן:↑מיטוואך יוני 19, 2024 8:58 am
ער איז אויפגעוואקסן אין א חסידי'שע שטוב אין לאנדאן, און ליידער שוין ביי די13 יאר איז ער נעבעך אראפ פון אידישע וועג, ביי די15 יאר האט ער זיך אפגעשניטן זיין הייליגע פאותה"י, און ער איז ארום געפארן די גאנצע וועלט זוכן עפעס חיות, ביי די 18 יאר איז ער נעבעך אריין אין די טמא'נע ציונ'יסטישע מיליטער ר"ל, און ביי די22 יאר האט ער שוין אנגעפירט א גרויסע מוצלח'דיגע ביזנעס אין די פרייע תל אביב, און ס'האט אויסגעקוקט ווי זיין לעבן וועט זיך ווייטער פירן ווייט פון תורה און מצוות, אבערנאכן טרעפן די גרויסע אור פון הייליגן רבי'ן, האט ער אלעס אוועק געווארפןאון געקומען צו פארן צום הייליגן רבי'נס ציון, ווי ער זיצט היינט על התורה ועל עבודה,
גאר א שיינע און רייכע אינטערוויא פון א סיפור התקרבות, וואס שפילט זיך אפ אין די טעג, איז ארויף אויפן מערכת אויף נאמבער 1, נעכטן דינסטאג ביינאכט,
ס'האט מיך געברענגט טרערן.
מיר האט דאס אויך ממש גערירט צום הארץ איך האב דאס יעצט גע'ענדיגט הערן, ס'איז ממש נישט נארמאל וואס דא טוט זיך, די אלע זאכן וואס זענען אריבער אויף אים, ובפרט די נקודה ווי ס'איז אים בדרך פלא נימוס געווארן די עדיקשן צו די אינטערנעט, ממש פלאי פלאים
א תשובה אויף די שאלה, קען מען הערן ביי די חיפוש וביקוש ווינקל, וואס איז ארויף היינט דאנערשטאג אינדערפרי, אויפן מערכת אויף נאמבער 1,
מ'קען הערן די פריער'דיגע שמועסן, און אזוי אויך פרעגן א שאלה פאר די ווינקל "חיפוש וביקוש מיט ר' איתמר לייפער", אויף נאמבער 9 און דערנאך 6 פון די מעין מעניא,
נומערן פון מערכת אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387 האט הנאה
מ'קען שוין הערן די וועכנטליכע איבער בליק אויף די נייעס פון א גאנצע וואך, ביי די נייע אפטיילונג א בליק נענטער, וואס איז ארויף געגאנגען די פארגאנגענע פרייטאג אויפן מערכת, אויף נאמבער 1,
ווי צווישן אנדערע ווערט ארום געשמועסט:
א גאר אינטערסאנטע שמועס מיט א איד פון סוריא, וואס לערנט פאר שיעורים אין ספה''קלקוטי מוהר"ן אין אראביש, וואס ווערט אויסגעהערט וועכנטליך דורך טויזנטער אידן און להבדיל אויך.... אין פארשידנע אראבישע לענדער.
וויכטיגע פרטים פאר אידן וואס פארן ארויס אין די קעמפס און די קאנטריס. א שמועס מיט איינער פון אנ''ש פון בלומינגבערג, איבער אלע סערווסיס פאר אנ''ש אין בלומינגבערג שטעלן צו פאר די אידן וואס קומען ארויס אין די קעטסקלס בערג.
א אינטעראנטע סגולה ווי א איד האט געזעהן א גרויסעישועה ביים ציון פון הייליגן ריבניצ'ער, אין זכות וואס ער האט זיך אונטער גענומען צו אויסצאלןטיקיטס פאר אידן צו פארן קיין אומאן אויף ר''ה.
א שמועס מיט א פייערדיגע ברסלב'ע חסיד – פון פארקאוועי.
און א ווייטערדיגע באריכט איבער דימהפיכה ביי די ליטפישע ציבור מקורבים צום הייליגן רבי'ןאון דאס מאל איבער די מהפיכה אין ארץ הקודש.
מ'זעהט אז ס'איז דא ברסלב'ע חסידים וואס קאכן זיך אסאך אין די נושא פוןהתקשרות לצדיק, און רעדן אסאך פון די ענין פון צדיק, די גרויסקייט פון צדיק און אלעס ארום דעם.
און פון די אנדערע זייט איז דא אידןוואס קענען עס נישט פארליידן, זיי שפירן נישט קיין חיות צו רעדן פון דעם, אפילו מקורבים צום רבי'ן, אבער די נושא איז נישט זייער נושא, און זיי טוהן נישט אין דעם ענין, און אסאך מאל אפילו איז דא אידן וואס ס'רעגט זיי ממש אויף ווען מ'רעדט צופיל פון דעם.
איז די שאלה - וואס איז די אמת -צו דארף מען זיך קאכן א גאנצן טאג אין די נושא פון התקשרות לצדיק?, אדער לאו דוקא?.
און אויב מ'דארף זיך יא קאכן אין דעם, און מ'דארף האבן א חיות אין דעם, וואס טוט איינער וואס ער האט נישט קיין חיות פון דעם?.
בס''ד האט זיך אנגעהויבן אין מערכת א נייע סעריא פון וועכנטליכע פאנעלן מיט'ן נאמען 'מבין ומאזין', ווי מ'וועט יעדע וואך אויסוועלן א שאלה, און ארויף ברענגן 3 משפיעי אנשי שלומינו - יעדע וואך אנדערע מגידי שיעורים - כפי הענין - ווי זיי וועלן ענטערפן און מבאר זיין די נושא בטוב דעם ודעת.
די פאנעל פון פ' שלח, האט מען אפגעהאלטן מיט הגאון הגדול רבי יעקב שלמה מאזוסאן שליט"א – מלפנים מגדולי רבני חסידי גור, מראשי ישיבת טשבין ירושלים, הרה"ג רבי צבי קרעמער שליט"א - מגי''ש אין ישי''ג מתיבתא ברסלב בי"ש, און הרה"ג רבי וועלוול חשין שליט''א - מגי'ש אין ישי''ק ברסלב בי''ש.
מ'קען דאס שוין איבער הערן אוין די ספעציעלע קנעפל מבין מאזין אויפן מערכת 9 און דערנאך 5 און 1 פון די מעין מעניא.
אזוי אויך קען מען איבער לאזן שאלות וואס וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די חשובי אנ''ש במשך די קומענדיגע וואכן, אויף נאמבער 9 און דערנאך 5 פון די מעין מעניא.
נומערן פון מערכת אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387 האט הנאה