מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:02 pm
איך הייק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:58 pm
YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:57 pm
איז דא ערגעץ אין די געגענט פין מאנסי א גרינגע אין שיינע הייק ווי איך קען גיין מיט קליינע קינדער?
ווי קליין?
2 יאר אין 4 יאר. די צווי יעריגע קען מען נעמען אויף א רוקזאק אבער ער האט אסאך ענערגיע אויסצוגעבן...
קעקיעט פארק ווייסע טרעיל צי די ארדעשע טרעיל
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:02 pm
איך הייק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:58 pm
YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:57 pm
איז דא ערגעץ אין די געגענט פין מאנסי א גרינגע אין שיינע הייק ווי איך קען גיין מיט קליינע קינדער?
ווי קליין?
2 יאר אין 4 יאר. די צווי יעריגע קען מען נעמען אויף א רוקזאק אבער ער האט אסאך ענערגיע אויסצוגעבן...
אין די גיל נעם איך נישט אויף א הייק נאר ענדערש צו א Broadwalk מיט א בייק/סקאטער
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 5:44 pm
YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:02 pm
איך הייק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:58 pm
YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:57 pm
איז דא ערגעץ אין די געגענט פין מאנסי א גרינגע אין שיינע הייק ווי איך קען גיין מיט קליינע קינדער?
ווי קליין?
2 יאר אין 4 יאר. די צווי יעריגע קען מען נעמען אויף א רוקזאק אבער ער האט אסאך ענערגיע אויסצוגעבן...
אין די גיל נעם איך נישט אויף א הייק נאר ענדערש צו א Broadwalk מיט א בייק/סקאטער
קענסט גיין די ברידש
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן - Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

די נאכט איז צוגעפאלן אין איך האב באשלאסן צו גיין אויף א שפאציר ארום די שטילע טעננעסי'ער גאסן אזוי שפאצירן'דיג האבן מיר זיך אנגעטראפן מיט א גאנצע משפחה פון בערן וואס האבן געזוכט צו עסן אנפאנג האבן מיר זיך עטוואס דערשראקן אבער גייענדיג ווייטער האבן מיר געטראפן נאך א משפחה און אביסעל ארויפציער נאך איינס ממש ווי אין טיר גארטן... ביז א לאקאלער איינוואוינער האט אונז מסביר געווען אז פונקט ווי ביינוז אין וויליראט דרייען זיך ראטן אונטער די פוס אזוי דרייען זיך בערן אין טעננעסי. דערפאר האט טאקע דער בער זוכה געווען צו ווערן די סימבאל פון טעננעסי אין ווי מ'גייט נאר טרעפט מען בערעשע געשטאלטן.
א גיטע נאכט.

די נעקסטע אינדערפרי זענען מיר אויפגעשטאנען אויפן היינטגן סדר היום איז צוריק צו גיין צו די נאציאנאלע פארק אין ארויף הייקן די סמאוקי מאנטענ'ס וואס איז איבער 6200 פיס עלעוועישן (עטוואס העכער פון מאונט וואשינגטאן )
עס איז ראש חודש אויפן וועלט מיר האבן טאקע מנין אבער א ספר תורה פארמאגן מיר נישט זענען מיר אריבער געפארן צו חב"ד וואס געפונט זיך אין קנאקסוויל א שעה דרייוו פון גאטלענבערג ווי מיר זענען איינגעשטאנען.
ווי נאר מ'זעצט זיך אריין אין קאר (ספרינטער) האבן מיר באמערקט ווי די וואלקענעס פון אייער נעכטן האבן זיך פארבענקט עס האט אזוי אנגעהויבן צו רעגענען אז די רעגן פון אונזער ערשטע טאג אין טעננעסי האט זיך געקענט פארשעמען פון די יעצטיגע רעגן ....
נאכן פארן א שעה אינטער גאר שווערע אומשטענדן זענען מיר אנגעקומען צו חב"ד אין זיך געשטעלט דאווענען.
די דאווענען דארט איז געווען גאר גאר דערהויבן נאך אלעם ווייסעך נישט ווען די חב"ד הויז האט דאס לעצטע מאל געזען א מנין.
עס וואוינען טאקע קרוב צו 20.000 אידישע משפחות דארטן אבער ליידער זענען בלויז 5 פון דעם שומרי שבת.
נאכן דאווענען אין עסן סעודת ראש חודש האבן מיר ווי מיר טוען אין יעדע פלאץ ווי מיר גייען זיך אראפ געזעצט מוטן חב"ד רב אין מיט נאך עטליכע לאקאלע איינוואוינער אין זיך אריינגעלאזט מיט זיי אין גאר א געשמאקע שמועס ווי עס גייט זיי די לעבן דארט אונעם פארוואנעם דערפל קנאקסוויל...
אזוי ווי עס רעגנט איז די פלאן פון ארויף הייקן די סמאוקי'ס גראד אראפ פון טיש האבן מיר געטוישט צו פלען בי אין צוגעפארן צופיסינס פונעם בארג צו א פלאץ וואס רופט זיך טאקאלאטשי קעווערנס (קענסט עס איבערזאגן?...) דאס זענען א נעץ פון נאטורליכע היילן מיט אויג פארכאפנדע פאנעראמעס (אויב מ'קען נישט הייקן אויפן בארג כאטש א הייק אונעם הייל...)
Screenshot_20240627_124422_Gallery.jpg
Screenshot_20240627_124422_Gallery.jpg (303.53 KiB) געזען 416 מאל
פארן אריינגיין ווארנט מען אן די באזיכער אז די גאנצע הייל איז פרעזעווירט ביי די פעדעראלע גאווערמענט אין בלויז צורירן דאס מינדעסטע זאך איז א פעלעני קריים וואס קען נאכפאלגן מיט א תפיסה אורטייל (ווייסן זיי דען נישט אז דאס וועט גורם זיין אז יודן זאלן נישט האבן קיין ברירה נאר מוזן צורירן...) די סיבה פארוואס מ'טאר גארנישט צורירן איז די מענטשליכע פעטנס קען חלילה שעדגן די ארגענעלע שעיד פון די שטיינער וואס זענען מיליאנע יארן אלט (וויפיל?)
אריינגייענדיג באמערק איך אזעלכע מאדנע פייפס שלענגלען זיך אויף די ווענט האב איך א פרעג געטון די טור גייד לזה הפייפס מה עושה ?....
די תירוץ וואס האט נאכגעפאלגט האט מיך איבערגעלאזט שאקירט...

די אמעריקאנער רעגירונג האט אויסגפיגערט אז די פלאץ ווי די היילן געפונען זיך איז די שטיינער אין זאמד זייער סענסעטיוו צו ווייבערעישן אין ווען סיי ווי איבער די וועלט טרייסעלט די ערד קען מען עס דארט אויפכאפן זענען די שפיאנאזש
אגענטורן געקומען אין אינסטאלירט דארט ספעציעלע סענסערס וואס כאפן אויף ווייבערעישן אזוי ווען איראן אדער סיי וועלכע לאנד מאכט א מיסיל טעסט קענען זיי אויפכאפן פינקטלעך ווי אויפן מאפע האט יעצט געטרייסעלט אין וואס פאר א סארט טרייסעל דאס איז געווען צו איז עס געווען א ערד ציטערניש אדער א מיסיל טעסט.
זיי האבן דארט אויפן פלאץ א סקרין וואס מ'קען עס מיטהאלטן לייוו ווי אויך האבן זיי א וועב זייטל ווי מ'קען עס מיטהאלטן.
(די באמטע דארטן האבן מיר געוויזן וויזוי זיי האבן מיטגעהאלטן די ערד ציטערניש וואס איז פארגעקומען אין נו יארק מיט אפאר חדשים צוריק ווי אויך ווען קים יאנג אן האט געמאכט די icbm מיסיל טעסט אין 2016)
פון דארט זענען מיר אריין טיפער אין טיפער אין די היילן נעץ וואס איז אויג פארכאפנד..
אין די זייט לויפן אדורך נאטורליכע קוואל וואסער מיט וואסער-פאלן עס איז ממש אויג פארכאפנד .
איך האב ארויסגענומען א וואסער טעסטער וואס איך האב אין מיין הייקינג בעק-פעק אין געטעסט די hp שטאפלען פון די וואסער וואס לויפט אדורך דארט אין יא די וואסער דארט איז ריינער ווי די וואסער וואס איך האב אין מיין וואסער באטל ..
האב איך זיך אראפגעבויגן געמאכט א הויכע ברכה אין זיך פיין אנגעטרונקען מיט פרישע קוואל וואסער..
ארויסקומענדיג פון די. היילן זעהן מיר ווי די זין האט ענדליך עטוואס אויפגעשיינט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו די נאציאנאלע פארק זעהן וויפיל מ'קען נאך דארט אריין כאפן ארויף הייקן די גאנצע וועט מען שוין טאקע נישט קענען אבער כאטש אביסעל...
לעצט פארראכטן דורך איך הייק אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

בילד
די פייפס ווי די סענסערס ליגן
בילד
אויגפארכאפנד
בילד

בילד

בילד
הערליך!
בילד
די וואסער פאל
Screenshot_20240627_124412_Gallery.jpg
Screenshot_20240627_124412_Gallery.jpg (347.29 KiB) געזען 408 מאל
די סקרין
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Screenshot_20240627_133532_Gallery.jpg
Screenshot_20240627_133532_Gallery.jpg (76.86 KiB) געזען 391 מאל
די וועב זייטלעך ווי מ'קען מיט האלטן לייוו
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4976
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

גאר שיין באשריבן @איך הייק - בערישע בילדער איז אויך דא?
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:55 pm

יא אבער נישט אזוי קלאר
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

איך הייק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:09 pm
Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:55 pm
גאר שיין באשריבן @איך הייק - בערישע בילדער איז אויך דא?
יא אבער נישט אזוי קלאר
ווארף אריין ביטע
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

האבעך יעצט געליינט די לעצטע פאר דפים, הערליך שיין!

שכח @איך הייק פארן מיטטיילן דיינע שיינע פלעצער, אפשר העמיר זיך איין טאג אויך דאס זיך קענען ערלויבן...
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

לפידות האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 8:14 pm
האבעך יעצט געליינט די לעצטע פאר דפים, הערליך שיין!

שכח @איך הייק פארן מיטטיילן דיינע שיינע פלעצער, אפשר העמיר זיך איין טאג אויך דאס זיך קענען ערלויבן...
עס איז לאו דוקא טייער...
לדוגמא ביי מיין לעצטע טריפ קיין טעננעסי האב איך געצאלט אונטער 50 טאלער פאר די טיקעטס
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

היימישע באפער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:05 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע באפער »

YY56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:57 pm
איז דא ערגעץ אין די געגענט פין מאנסי א גרינגע אין שיינע הייק ווי איך קען גיין מיט קליינע קינדער?
Kakit park
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

איך הייק האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:16 pm
לפידות האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 8:14 pm
האבעך יעצט געליינט די לעצטע פאר דפים, הערליך שיין!

שכח @איך הייק פארן מיטטיילן דיינע שיינע פלעצער, אפשר העמיר זיך איין טאג אויך דאס זיך קענען ערלויבן...
עס איז לאו דוקא טייער...
לדוגמא ביי מיין לעצטע טריפ קיין טעננעסי האב איך געצאלט אונטער 50 טאלער פאר די טיקעטס
צייט איז טייער....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”