Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל - ד’ אדר ב’ תרכ”ז
ווער איז דאס?
אין דעעש
אין דעעש
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
אצלנו במשפחה גם כן מקובל כזה סיפור, אך להפך שהרבנית הלכה לבקש ישועה, ובירך אותה, כשחזרה לביתה שאל אותו בעלה אם בקשה גם עליו, והיא אמרה שברור הדבר שזה לשנינו יחדיו, אך למעשה הוא נפטר היא נישא בזוו"ש להרב משה וואקס, ומזיווג זה היה לה בנים.פליגל האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 03, 2021 2:18 pmזיכער? מיר ליגט אין קאפ דאס ער'ז געווען דער צווייטער קינד. די צווילינג זענען געווען אינגער.אוהב ספרים האט געשריבן:די מעשה מיט ראפשיצער רב... אינו תואם כי אחיו מנשה ואפרים שהיו מבוגרים ממנו נולדו בשנת תקפ"ג [על פי הרשימות], ור' ישראל מנחם אחריהם לפחות בתקפ"ד, ואיך נשא אשה בתקפ"ז? אתממה?חאצקל פרייליך האט געשריבן:זושאלע האט געשריבן:מובא בספר אסקפלריה המאירה, אז רבי מאיר'ל פרעמישלאנער האט באפוילן רבי ישראל מנחם בנו של רבי חיים יוסף, ער זאל זיך טיילן פון זיווג ראשון בשביל שהי' חשוך בנים.דעם אספקלריא המאירה האב איך נישט געזען, אבער די מעשה האב איך געהערט אמאל פון הרה"ג ר' אלימלך שווארץ שליט"א פון קרית יואל (א סטראפקאווער אייניקל) בשם זיין טאטן הרה"ג ר' מרדכי ז"ל. עס איז אויך געווען בשמו אין גליון זקניך ויאמרו לך (שע"י תלמוד תורה ק"י) פ' במדבר העעל"ט, וז"ל:מאקאווער האט געשריבן:נא להעלות כאן ציטוט מזה או מראה מקום
תודה
עס דערציילט הרה"ג ר' אלימלך שלמה שווארץ שליט"א (שו"ב).
מיין טאטע הגה״ח רבי מרדכי ז״ל פלעגט אונז אלס מעורר זיין צו צינדן לעכט ביי די יארצייט פון הרה״ק רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער זי״ע ביומא דהילולא קדישא ערב ר״ח סיון. זאגנדיג אז מיר זענען נאר דא בזכותו דארפן מיר אים מחזיק טובה זיין.
האט ער דערציילט די מעשה אזוי: אונזער עלטער זיידע הגה״ק רבי חיים יוסף גאטליעב זצ״ל אב״ר סטראפקוב, בעמח״ס טיב גיטין וקידושין מגדולי תלמידי הגה״ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע״א, האט געהאט א זון הגה״צ רבי ישראל מנחם זצ״ל, וועלכער איז געווען זייער א הייליגער איד. ער איז א חתן געווארן ווינטער תקפ״ז, און די חתונה איז געווען בחודש אלול תקפ״ז.
יענעם יאר נאך פסח איז דער סטראפקובער רב געפארן קיין ראפשיץ, דער הייליגער זרע קודש איז געווען זייער שוואך, געציילטע טעג פאר זיין פטירה, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל אנוואונטשן דעם חתן.
דער ראפשיצער רב האט מיט זיינע שוואכע כוחות געזאגט עטליכע ווערטער וואס מ׳האט נישט פארשטאנען, בלויז דער סטראפקובער רב האט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט בזה״ל: ״ביים באווארפן הייבט מען אן צו צוברעכן די קליפות פון חטאת נעורים ר״ל, ווען די כלה גייט ארום דעם חתן אונטער די חופה צוברעכט מען די חומת יריחו וואס די קליפות האבן אויפגעבויעט, ביים מצוה טאנץ גיט מען זיי דעם טויט קלאפ״...
נאך די חתונה האט רבי ישראל מנחם נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ל״ע, איז ער געפארן צו רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער נאך א ישועה. אבער דער פאטער האט אים אנגעזאגט איידער ער איז געפארן אז ער וועט מוזן פאלגן יעדע זאך וואס רבי מאיר׳ל וועט אים באפעלן. ער איז געפארן אינאיינעם מיט עטליכע חברים וואס זענען געווען זקוקים לישועה.
רבי מאיר׳ל פלעגט אין יענע יארן שוין נישט אויפנעמען קיין מענטשן, נאר ער איז געזעסן אין זיין חדר מיוחד, און ער האט ארויסגעשטעקט צוויי שפיץ פינגער פון אונטערן פירהאנג און אזוי האט ער געזעגענט דעם עולם. דער זיידע פלעגט זאגן אז די פינגער זענען געווען אזוי דין, מ׳האט בלויז געזעהן צוויי דינע ביינער.
ווען דער זיידע האט זיך מזכיר געווען אז ער האט נישט קיין קינדער, האט רבי מאיר׳ל געזאגט ״די פרוי האט א נשמת דוכרא, זי איז נישט דיין זיווג, דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין קינדער מיט די פרוי, דארפסט אהיימגיין איר אפ׳גט׳ן און וועסטו באלד טרעפן דיין שידוך, דיין זיווג ווארט אויף דיר״ און ער האט אויסגעפירט ״דו וועסט נאך האבן א פיוטשעניק מיט קינדער״...
ווי שווער עס איז אים געווען זייענדיג אן איידעם ביי א רייכן שווער וואס האט אים אויסגעהאלטן בהרחבה, האט ער געוואוסט אז ער דארף בלית ברירה פאלגן וואס רבי מאיר׳ל זאגט. ער האט געוויינט אויפן גאנצן וועג אהיים, ער איז אנגעקומען אהיים און ער איז געגאנגען צום בי״ד וואו עס איז געווען דער גט מיט גרויסע בכיות.
איין טאג דערויף זענען געקומען שדכנים מיט גוטע הצעות, און ער איז באלד א חתן געווארן און חתונה געהאט בשטומ״צ, און אויפגעשטעלט א דור ישרים ווי עס איז געווען די הייליגע ברכה פון רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער זי״ע ״דו וועסט נאך האבן א פיוטשעניק מיט קינדער״, פון וועמען עס איז געבליבן אסאך שיינע דורות.
זכותם יגן עלינו.
אשתו של אחד מבניו של הגאון ר' חיים יוסף גאטליעב זצ"ל [איני יודע איזה מהם], כמה שנים אחד שנישאו ולא נפקדו רח"ל בזש"ק, הלכה היא, אל צדיק אחד מן אותו הדור, ובקשה היא את ברכת הצדיק, להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ויזכו לזש"ק, והצדיק בירך רק אותה ולא אותם יחדיו, אחרי שחזרה היא אל ביתה, שאל אותה בעלה [ה"ה אחד מבינו של הגאון הנ"ל], אם הזכירה את שמו ג"כ, או רק את שמה. ואמרה היא, כשהיא מבקשת על עצמה הכוונה ג"כ לבעלה, ואמר הוא, שזה לא כן, וחבל על אבדין.
דאס איז זייער אסאך בלעטטער