כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9814
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר תפילות יוסף הנגונים נדפס בחייו ניו יורק
אטעטשמענטס
YR51.jpg
YR51.jpg (79.47 KiB) געזען 3524 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

איך האב מיר היינט אנגעטראפן מיט א גליון משולחן מלכים פונעם סאטמאר'ער רבי שליט"א מהר"א ווי בתוך הדברים פארציילט ער אז יאסעלע ראזענבלאט איז קודם געווען אויף פראבע אין שטאט סיגוט אבער ער האט נישט נושא חן געווען ביי די ראשי הקהילה אין מען האט אים אפגעזאגט, איז ער געגענגען קיין מונקאטש.....

איינער מיט מער פרטים?
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:34 am
איך האב מיר היינט אנגעטראפן מיט א גליון משולחן מלכים פונעם סאטמאר'ער רבי שליט"א מהר"א ווי בתוך הדברים פארציילט ער אז יאסעלע ראזענבלאט איז קודם געווען אויף פראבע אין שטאט סיגוט אבער ער האט נישט נושא חן געווען ביי די ראשי הקהילה אין מען האט אים אפגעזאגט, איז ער געגענגען קיין מונקאטש.....

איינער מיט מער פרטים?
שוין געהערט דערפון אמאל, איך מיין אז סאיז נישט פארהאן קיין ספעציעלע פרטים, פשוט, ער איז געווען דארט חזן פאר א שטיק צייט.

כמובן אז מרעדט דא פונעם שטאטישן ביהמ"ד, נישט פון בית מדרשם של אדמו"רי בית מונקאטש. אין סיגוט מיין איך אז די רבנים האבן אלס געדאווענט אינעם שטאטישן ביהמ"ד
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

קען איינער ארויף לייגן ריקאדינגען פון יאסעלע?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

כ'האב נישט קיין כח אריבערגיין די גאנצע אשכול אבער איך האב געזוכט פון אויבן אויף האב איך נישט געטראפן
איך האב זיך אנגעשטויסן אין א אלטן צייטונג וואס איז ארויס געקומען אין פאלעסטינע [איך שרייב אזוי בכונה אין נישט א"י וויל איך אמאל געהערט פון מו"ר כ"ק הגה"ק מבאבוב שליט"א אז ערליכע אידן וואינען אין א"י און נישט קיין ערליכע וואינען אין פאלעסטינע] מיטן נאמען 'דבר' וואס איז ארויס געקומען דעם 5'טען אין אוג' 1935 ולמניינינו ו' אב תרצ"ה
דארטען איז דא א גאנצע באשרייבונג וועגן באבוב אין בין הדברים שרייבט ער דארט אז יאסעלע וואס איז געוועהן א פייערדיגע באבוב'ע חסיד [כלשונו] פלעגט זינגען אין זיינע קאנצערטן באבוב'ע ניגונים איינער האט אמאל געהערט פון דעם אדער עס איז דא א רעקארדינ"ג פון דעם?


ד"א אין באבוב אינדערהיים פלעגט ביי שמחת בית השואבה שפילן א פאטיפאון מיט שטיקלעך פון יאסעלע
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

דער אשכול קען מען אויך אויפפרישן לכבודן יארצייט?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

אינטערוויו: הרב יונתן ראזענבלאט - אייניקעל פונעם מלך החזנים ר' יאסעלע ראזענבלאט
ה' שלח פ״ד
91 יאר פון יאסעלע / חזנות לויפט אין די משפחה / ביאגראפיע פונעם זיידן / ר' יאסעלע אין ראחמסטריווקא / זיין פלוצלינדיגע פטירה אין ארץ ישראל / א געשיכטע אויפן הר הזתים / יאסעלעס טעקסי עקסידענט אין אמעריקא / די תפילות אין די חורבה שוהל / די שבת טיש פון יאסעלע
https://www.yiddish24.com/interviews/38/108443
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

היינט נאכט פאלט אויס די 91'סטע יארצייט פון די מלך החזנים ר' יוסעלע ראזענבלאט - ר' יוסף ב"ר רפאל שלום ז"ל.
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

יחוס חוקר האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:59 pm
היינט נאכט פאלט אויס די 91'סטע יארצייט פון די מלך החזנים ר' יוסעלע ראזענבלאט - ר' יוסף ב"ר רפאל שלום ז"ל.
יישר כח פארן דערמאנען

וויפיל זינגט ער מיט ימים נוראים און סתם שיינע שבתים ווען בעלי תפילה נוצן זיינע הארציגע תנועות.

אין סיגוט איז ער געווען אויף פראבע און די סיגוטע האבן אים נישט געגליכן... אזוי ליגט מיר אין קאפ אז כ'האב געהערט פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

ער איז געווען א שומר שבת אין די צייטן וואס עס איז געווען אין אמעריקא ביטער שווער, געגאנגען מיט א בארד, א זעלטנהייט אין אמעריקא אין יענע יארן, נישט געזינגען געמישט, אפגעזאגט ריזיגע געלטער צוליב וואס די אויפטריטן האבן נישט געשטימט מיט זיינע פרינציפן!
יהא זכרו ברוך
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”