אוודאי איז מען געווען מער אמעריקאנעזירט, קוק בילדער פון חתונות יענע תקופה, מקען ציילן גאנצע בערד מיט איין האנט
מרעדט דא אנבאלאנגט ספארטס.
ביידע מיינע זיידעס זענען געגאנגען אן בערד די ערשטע 20 יאר, אבער האבן נישט געוואוסט די מינדעסטע איבער ספארטס.
זיי האבן נאר געליינט די נייעס אפטיילונג פון די ניו יארק טיימס?
פון ווי נעמסטו דיינע קראנטע פאקטן?
הער און רעד אביסל צו די אידן פון יענע תקופה.
מ’האט געליינט די טיימס מדאשקע לדאשקע, געהערט די ראדיא ביי סאפער, און געשמיעסט אין בהמ’’ד צו יענקי האט געוואונען די פוטבאלל געים אדער מעט.
שאול קליין האב איך אמאל געהערט פארציילן ווי אלע אינגלעך אין חדר האבן פינקטליך מיטגעהאלטן די ספארטס.
שקר וכזב אז ספארטס איז געווען א נארמאלע זאך!! ראדיאו יא, אבער פאר נייעס און וועטער, אויסדריקלעך נישט קיין אינטעטעימענט בדרך כלל, ביי סאפער לאו דווקא. גערעדט אין ביהמ״ד פון די יענקיס האבן אפאר באמס וועלכע זענען געבליבן אזוי מיט די דורות שפעטער. און במחילת כבוד ר׳ שאול גוזמא קתני אז די קינדער האבן גערעדט אין חדר פון ספארטס, איך קען גענוג אידן ר׳ שאול׳ס עידזש, ער איז נישט די איינציגסטע וואס געדענקט יענע יארן.
אן בערד איז מען געגאנגען ווייל זיי זענען געווען אמערקאניזרט? א חתונה היינט מיט גרויסע בערד מיט א פול קאנצערט איז אסאך מער פוסט און אמערקאניזרט ווי די אידן פון לאגער אן די בערד. קומענדיג פון לאגער נישט וואוסענדיג אויף וועלכע וועלט מען איז האט גענומען צייט ביז זייער חיצונות האט זיך געסעטעלט. אבער די פנימית איז געווען מלא , נישט קיין זכר פון אמעריקע (די וואס זענען געווען דאן אמערקאניזרט זענען בדרך כלל געבליבן אזוי און נישט געהאט קיין בערד שפעטער אויך נישט).
די חילוק פון ספארטס און פאליטיק איז די פאקט אז ספארטס איז אינטערטעימענט דהיינו געמאכט צו פארברענען צייט, משא״כ׳ פאליטיק איז א טאפיק, א נושא מכלומרשט פאר תכלית. דאס אז מענטשן ניצן עס פאר ביטול הזמן מאכט עס נישט גוי׳איש. א ערליכער איד האט זיך אמאל נישט אפציעל אראפגעזעצט פארברענען צייט לשמה ממש, מען האט געשמועסט אין ביה״מד מהיכי תיתי׳דיג, א מענער סירקל אין קאנטרי איז א נייע זאך, נישט געווען אזאנס ביז נישט לאנג צוריק, אידישע אינטערטעימענט איז נישט געווען קיין זכי׳ און קיין מצווה צוצושטעלן, א זאך אויסגעשטעלט לכתחילה פאר ביטול הזמן איז גוי׳איש און דאס איז ספארטס.
א נקודה למחשבה, ספארט איז קיינמאל נישט געווען ביי אידן די מושג, פאליטיק איז יא געווען סיי וויאזוי מען האט אמאל געוועלט רבנים און די שבעה טובי העיר, און סיי בזמן המקדש לכאורה האט מען געוואוט די לעגיסלאטורן און הויפט פון שטעט אין לאנד
נזר הנבוניםהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 25, 2024 5:29 pm
קודם כל, די יודן וואס האלטן מיט יענע ספארט, זיי אליין שפילן כסדר כמה מיני באל געימס אין חצר פון ישיבה, יעצט האלטן זיי מיט וויאזוי די פראפעשענעלס שפילן. מיר האבן קיינמאל נישט געשפילט באל אפשר אמאל אלס יונגל, אבער סאיז זיכער נישט א פארט אף לייף, און מיר זעען זיי וואטשן זעט עס אויס מאדנע, אבער איך מיין אז מצידם איז עס נישט אזוי פאני.
לגבי גיוס, איך בין נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אבער די חברה האלטן אז מען דארף לערנען אכצן שעה א טאג? פת במלח תאכל וכו׳ אויב נישט איז נישט תורתם אומנתם? איך ווייס באמת נישט.
און לגבי די צו סאיז בעצם אסור צו זיין פארנימען מיט די באל שפילירייען, יעדע קרייז האט זיך זיינע שוואכקייטן. איך מיין אז מיט אונזערע ליל שישי און מלוה מלכה אין קאנטרי דארפן זיי זיך נישט צופיל שעמען מיט זייערע באל געימס
intellectualהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 25, 2024 7:38 pm
מרעדט דא אנבאלאנגט ספארטס.
ביידע מיינע זיידעס זענען געגאנגען אן בערד די ערשטע 20 יאר, אבער האבן נישט געוואוסט די מינדעסטע איבער ספארטס.
זיי האבן נאר געליינט די נייעס אפטיילונג פון די ניו יארק טיימס?
פון ווי נעמסטו דיינע קראנטע פאקטן?
הער און רעד אביסל צו די אידן פון יענע תקופה.
מ’האט געליינט די טיימס מדאשקע לדאשקע, געהערט די ראדיא ביי סאפער, און געשמיעסט אין בהמ’’ד צו יענקי האט געוואונען די פוטבאלל געים אדער מעט.
שאול קליין האב איך אמאל געהערט פארציילן ווי אלע אינגלעך אין חדר האבן פינקטליך מיטגעהאלטן די ספארטס.
שקר וכזב אז ספארטס איז געווען א נארמאלע זאך!! ראדיאו יא, אבער פאר נייעס און וועטער, אויסדריקלעך נישט קיין אינטעטעימענט בדרך כלל, ביי סאפער לאו דווקא. גערעדט אין ביהמ״ד פון די יענקיס האבן אפאר באמס וועלכע זענען געבליבן אזוי מיט די דורות שפעטער. און במחילת כבוד ר׳ שאול גוזמא קתני אז די קינדער האבן גערעדט אין חדר פון ספארטס, איך קען גענוג אידן ר׳ שאול׳ס עידזש, ער איז נישט די איינציגסטע וואס געדענקט יענע יארן.
גא״מ איך האב בשעתו אויסגעפרעגט עטליכע אידן פון ר׳ שאול׳ס יארגאנג. ובתוכם אאמו״ר זז״ג. קיינער האט נישט געדענקט אזא זאך ווי מיט האלטן אדער דיסקוסירן די ספארטס אין חדר.
אפשר דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול פאר די נושא פון פאליטיק וואס מ'לייגט דא אראפ ווי ספארטס
מענטשן האבן ליב צו זאגן אז מ'טאר נישט נעמען אמעריקאנע פאליטיק צו ערנסט, און ס'איז זייער פאפולער חוזק צו מאכן פון מענטשן וואס נעמען עס יא ערנסט
דעיס איז אלעס טאקע וועגן די מיינדסעט אז ס'איז סתם א ספארט, און מ'איז עוסק דערין נאר זיך אויסצולופטערן
און צו אלע וואס קוקן עס אזוי אן זאג איך נישט נאר נעם עס נישט ערנסט אדער זיי ח"ו פארקאכט דערין, נאר שטיי ווייט דערפון כמטחוי קשת האב בכלל נישט קיין מיינונג דארט, און קוק בכלל נישט אין יענע דירעקשאן ווייל פאר דיר איז עס פשוט ספארטס - ביטול תורה!
און פארשטייט זיך אז דעיס אז מ'קוקט עס נישט אן אזוי נאר מ'שרייט "נעם נישט פאליטיק ערנסט" ווייזט ווי ווייט מ'איז פארפארן פונעם ציל נאר מ'איז איינגעטונקען אין די נארישע ספארטס וואס מ'רופט פאליטישע עלעקשאנ'ס אויפ'ן עקספענס פון עכט קוקן אויף וואס מ'וויל עכט האבן
דו זעסט למשל פאליטיק אלס א וויכטיגער חלק פון לעבן, א שטייגער ווי ארבעטן און עסן פרישטאג?
סיידן דו ביסט א פאליטיקאנט אין אפיס, אדער דו מאכסט פרנסה פון פאליטישע אנאליזן, איז צו שאצן אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט נהנה געווען פון דיין פאליטיק. די וועלט וואלט אויסגעקוקט גענוי די זעלבע ווען דו געפינסט היינט אויס אז ס'איז דא אזא זאך ווי פאליטיק.
ס'טייטשט, אוודאי איז רעגירונג פאליסי נוגע פאר די איינוואוינערס. אבער וואס מאכט עס אויס אויב איך און דו האבן א מיינונג? ווען דו רעדסט פון זאכן וואס זענען נוגע אידישקייט, אפילו בעקיפין, איז אפשר אביסל אנדערש, אבער ס'האט אויך א גרעניץ ביז וויפיל ס'איז אקטועל.

איך זאג נישט אז מ'האט עפעס פון זיין פארקאכט אין פאליטיקס, אבער ווען מ'וויל עפעס איז מען במציאות פרא יענע זאך, און אין די היינטיגע פאליטישע קליימעט רופט מען עס זיין פארקאכט אין פאליטיקס
אדרבה וואס זיך איך טון? נישט וועלן יענע זאך? איך בין וואס איך בין און איך האב מיך מיינע תאוות שלאג מיך
איינער וואס האלט אז די יעצטיגע עקאנאמי איז שלעכט ווייל אסאך מענטשן האלטן אזוי, אבער האלט אויך אז טראמפ איז פיינע נייעס כאטש רוב מענטשן האלטן אז ער איז א חורבן, איז אביסל...