שלח - די חורבן פון א נגיעה... (הכנה צום זוממער)
בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
אין אונזער פרשה געפונען מיר די טרויערדיגע געשיכטע פון די מרגלים וואס משה רבינו האט געשיקט קיין ארץ ישראל אויסצושפיאנירן דאס לאנד און זעהן וואס עס טוט זיך דארט איידער די אידן גייען עס אייננעמען. למעשה ווייסן מיר אלע דעם סוף, עס האט זיך געענדיגט זייער נישט גוט פאר כלל ישראל צוליב דעם וואס די מרגלים האבן גערעדט שלעכטס אויף ארץ ישראל, און די אידן האבן אנגענומען זייערע ווערטער, וואס דאס האט געברענגט די גזירה אויף כלל ישראל צו פארבלייבן אין מדבר במשך פערציג יאר וואו יענע גאנצע דור איז אויסגעשטארבן און נישט זוכה געווען אריינצוגיין קיין ארץ ישראל.
דער גאנצער ענין איז איין שטיק וואונדער, מיר געפונען טאקע אז דער אייבישטער איז נישט געווען צופרידן פונעם גאנצן געדאנק פון שיקן מרגלים, ווי רש"י ברענגט תיכף אין אנהייב אויף די ווערטער שְׁלַח 'לְךָ' אֲנָשִׁים, אז השי"ת האט געזאגט צו משה, "לדעתך, אני אֵיני מצוה לך, אם תרצה שלח" דו קענסט דאס טוהן אויף דיין אייגענעם דעת, איך באפעל דיך נישט. אבער פון די צווייטע זייט זעהן מיר אז משה רבינו האט מסכים געווען זיי צו שיקן ווי די תורה זאגט וַיִּשְׁלַח אֹתָם מֹשֶׁה וגו' עַל פִּי ה' (ברשותו, שלא עכב על ידו - רש"י) כֻּלָּם אֲנָשִׁים רָאשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה, זיי זענען געווען חשוב'ע און הייליגע נשיאים, און ווי רש"י זאגט אז די ווארט 'אנשים' איז א לשון חשיבות, "ואותה שעה כשרים היו" דעמאלטס זענען זיי געווען ערליך. אויב אזוי וואס האט טאקע פאסירט און וויאזוי האט זיך די גאנצע זאך דערקייקלט צו אזא שרעקליכן סוף?.
אויך דארף מען פארשטיין, כלל ישראל האט דאָך געשיקט די מרגלים כדי זיי זאלן ברענגן א אָרנטליכע 'באריכט' און איבערגעבן פארן פאלק וואס זיי האבן דארט געזעהן. און דאס האבן זיי באמת געטוהן, וויבאלד זיי האבן געהאלטן לויט זייער פארשטאנד אז מ'וועט ח"ו נישט קענען אייננעמען דאס לאנד פון די גרויסע און שטארקע גויים וואס געפונען זיך דארט, דעריבער זענען זיי צוריקגעקומען און דאס אלעס דערציילט פאר די אידן.
נאך מער, מיר געפונען נישט אז די צוויי ערליכע מרגלים יהושע בן נון און כָּלֵב בן יְפֻנֶה זאלן זיך אויפשטעלן און 'אפלייקענען' דאס וואס די מרגלים האבן איבערגעגעבן פאר כלל ישראל. זיי האבן נישט געזאגט אז די מרגלים זאגן ליגנט אדער אז זיי האבן נישט גוט געזעהן, וכדומה. מיר געפונען בלויז אין פסוק "וַיַּהַס כָּלֵב אֶת הָעָם... וַיֹּאמֶר עָלֹה נַעֲלֶה וְיָרַשְׁנוּ אֹתָהּ כִּי יָכוֹל נוּכַל לָהּ" כלב האט שטיל געמאכט דעם עולם און ער האט אויסגעשריגן עלה נעלה, מיר וועלן יא ארויפגיין און מיר וועלן יא מצליח זיין! און יהושע און כלב זאגן ווייטער (י"ד ח') "אִם חָפֵץ בָּנוּ ה' וְהֵבִיא אֹתָנוּ אֶל הָאָרֶץ הַזֹּאת וּנְתָנָהּ לָנוּ", אז אויב דער אייבישטער וויל דאן קען ער אונז געבן דאס לאנד... זיי זאגן נישט קיין איין ווארט אז די מרגלים האבן גערעדט שקר, זיי זענען סך-הכל מחזק דעם פאלק אז דער אייבישטער וועט זיי העלפן.
אבער דער עולם וויל שוין נישט הערן, וַיֹּאמְרוּ כָּל הָעֵדָה לִרְגּוֹם אֹתָם בָּאֲבָנִים, די אידן האבן פשוט געוואלט באשטיינערן יהושע און כלב, ווען נישט די שכינה הקדושה האט זיך באוויזן אויפן משכן.
וואס גייט דא פאָר? וואס איז טאקע געווען די גרויסע זינד פון די מרגלים מיט דעם וואס זיי זענען צוריק געקומען און דערציילט דאס וואס זייערע אויגן האבן באמת געזעהן דארט אין ארץ כנען. און פארוואס זענען די אידן געווארן אזוי אויפגערעגט אויף יהושע און כלב פארן זאגן זייער מיינונג, זיי האבן דאָך בלויז אויסגעפירט זייער תפקיד ערליך, מען האט געשיקט צוועלף מרגלים זיך אומצוקוקן אויפן מצב און זאגן וואס זיי האלטן, אויב אזוי פארוואס טארן יהושע און כלב נישט זאגן וואס זיי האלטן.
דורך וואס ווערסטו געפירט און געטריבן?
איידער מיר קומען אָן צו די חלק התירוצים אויף די אלע שוועריגקייטן, לאמיר קודם אנהייבן פון אונטן ארויף, און דערהערן א טיפע נקודה וואס איז נוגע פאר אלע פון אונז, תמידים כסדרם, אין אלע הינזיכטן פון טאג טעגליכן לעבן, און דערנאך בעזהשי"ת צוריקקומען צו די עניני הפרשה.
צום ערשט הערט א קליינע עפיזאד וואס עס דערציילט אונז דער בעל המעשה ר' משה חיים:
איך בין געווען אן ארבייטער אין א שיינע קאמפעני וואו עס האבן געארבעט פילע היימישע אידן, איך האב געהאט א געוויסע אויפגאבע אינעם אפיס, וואו איך האב געארבעט געטריי און אריינגעלייגט כוחות אויסצופירן מיין תפקיד בשלימות ווי ווייט מעגליך.
ויהי היום, דער בעל הבית איז אריינגעקומען און צוזאמגערופן אלע ארבייטער, ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אז מיר זאלן אלע וויסן און ערווארטן אז ס'גייען קומען גרויסע שינויים אין די ביזנעס, זאכן גייען זיך טוישן דא כדי צו פארבעסערן און פארגרעסערן די איינקונפטן פון זיין געשעפט, און מיר זאלן זיין גרייט דעראויף. ער האט נישט קיין סאך מסביר געווען פונקטליך פון וועלכע טוישונגען ער רעדט, אלעס איז געווען ברמיזה, אבער פון יענע מינוט האב איך גאנץ גוט געוואוסט אז איך בין איינס פון די מענטשן אויף זיין ציל-ברעט, און בדרך הטבע גיי איך פליען פון מיין פאזיציע.
איך האב שוין געהאט געשמעקט דא און דארט אז דער בעל הבית רעדט נישט צו מיר צופיל, און פארשטאנען אז מאיזה סיבה שהיא האב איך נישט נושא-חן געווען ביי איהם, און טראצדעם וואס כ'האב געמאכט א גוטע דזשאב און געטוהן מיין ארבעט געטריי, האב איך געוואוסט אז מיינע שאנסן זענען שמאָל.
פון יענעם טאג בין איך ארומגעגאנגען צוקלאפט און נידערשלאגן וויסענדיג וואס עס ערווארט מיר אין די נאנטע צוקונפט. עס האט מיר ממש צוגעטרויטן צו מיין געזונט קלערנדיג אז כ'וועל זיך דארפן ארומדרייען און זוכן א נייע פרנסה נאך א שיינע פּאָר יאר פון זיין מסודר. איך האב זיך געשלאגן מיט די דיעה וויאזוי צו רעאגירן ווען דער בעל הבית וועט מיך אפזאגן, צו זאל איך שטעלן א ווידערשטאנד? זאל איך זיך איינבעטן? זאל איך איהם רופן צו דין תורה?, ווי אויך בין איך געזעצן מיט א לעגאלע מומחה וואס זאל מיר געבן צו פארשטיין וואס זענען מיינע רעכטן און וואס נישט.
די טעג זענען פארביי שטייט און געלאסן, ווען יעדע שטיק צייט זעען זיך טאקע אָן די ערשטע קליינע ענדערונגען אינעם ביזנעס, און עס זאמלען זיך אָן די סימנים וואס טייטלען מיט די פינגער אין מיין דירעקציע אז מיינע טעג זענען געציילט.
ביז עס איז געקומען די באשטימטע טאג ווען דער בעל הבית רופט מיך אריין אין אפיס, און איך שטיי דארט כאבל וחפוי ראש, און מיט גרויס עקסטאז דערלאנגט ער מיר די שליסלעך צו מיין נייע אפיס וואו איך בין ערוועלט געווארן צו ווערן געהעכערט אין ראנג און אנפירן מיט א גאנצע פליגל פון די קאמפעני!
ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט דער בעל הבית גוט מיטגעהאלטן מיין געטריישאפט און געניטע ארבעט, ער האט הנאה געהאט פון מיר און מיך אויסגעוועלט פאר א פיל העכערע און בעסערע פאזיציע ווי ביז יעצט. איך בין טאקע געווען א דראסטישע טייל פון די שינויי אין די ביזנעס, נאר אנשטאט אינעם ריכטונג וואו איך האב זיך נעבעך איינגערעדט מיינענדיג אז עס קומט א שטורעם, איז עס גאר געווען די בעסטע זאך וואס האט נאר געקענט פאסירן.
די בנינים וואס ווערן געבויט אויף איין פאלשע הנחה
טייערע חברים, דאס איז א אמת'ע מעשה שהיה, און מן הסתם איז עס מעשים בכל יום וואס פאסירט נאך יעצט ביי גאר אסאך מענטשן, יעדער איינער אויף זיין שטייגער און אין זיין ענין.
וואס האט דא פאסירט? משה חיים האט געהאט געוויסע איינרעדענישן און 'הנחות' ביי זיך און קאפ אז דער בעל הבית גלייכט איהם נישט איבריג, און מן הסתם האט ער זיך אויך אונטערגעשאצט אין די זייט און נישט מחשיב געווען די ארבעט און די סערוויס וואס ער שטעלט צו פאר די ביזנעס. דאס האט גורם געווען אז עס זאל זיך אויפבויען א גאנצע טורעם אין זיין מוח, וואו ער האט פשוט אויסגעטייטשט יעדע קליינע ריר אז אלעס מיינט מען איהם צו באזייטיגן און ארויסצוזעהן פון זיין פלאץ. במשך לאנגע וואכן האט ער זיך ארומגעדרייט מיט אן אומזיסטע דאגה אז ער גייט פארלירן זיין פאזיציע, און ער האט געזעהן קלארע 'סימנים' און שווארץ אויף ווייסע 'פאַקטן' וואס האבן אלע מחזק געווען זיין טעאריע. די איינציגסטע פראבלעם איז נאר געווען, אז די יסוד איז געווען אומריכטיג, עס איז געווען באזירט אויף זיין אייגענע השערה און נגיעה, און פון דארט און ווייטער פאָרט שוין אלעס געשמירט אין די נישט-גוטע ריכטונג.
וויפיל אזעלכע 'הויכע בנינים' און חשבונות על גבי חשבונות וואס בויען זיך בלויז אין אונזער קאפ, וואלטן מיר געקענט פארמיידן אויב מיר וואלטן געמאכט א ריכטיגע חשבון הנפש און זיך פראבירט מברר צו זיין און אויסקלארן אינגאנצן, אז מיר האבן זיך אנגעמאכט אייגענע פראבלעמען און פחדים בלויז צוליב אייגענע איינרעדענישן וואס האבן נישט קיין שום אמת'ע גרונד.
וויאזוי האט נאר הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זצ"ל אמאל געטייטשט די משנה (אבות פ"ב מ"ד) וְאַל תָּדִין אֶת חֲבֵרָךְ עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ?, זיין נישט דן יענעם און מאַך נישט אפ קיין החלטות אויף איהם איידער דו גייסט אריבער צו זיין פלאץ און דו רעדסט זיך צונויף מיט איהם. זייער אסאך מאל זיצן מיר און אונז מאכן חשבונות און האבן פארשידענע מחשבות אויף יענעמ'ס חשבון, בשעת מיר האבן ניטאמאל גענומען די מינדנסטע מיה פון זיך אויפשטעלן און אריבערגיין צו יענעם און איהם פרעגן וואס מיר האבן צו פרעגן.
די רוחניות'דיגע נגיעה פון די מרגלים
מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל ערקלערט א דבר נפלא אין די פרשה פון די מרגלים. עס איז באקאנט וואס דער זוהר הקדוש זאגט אז די מרגלים האבן מורא געהאט אז ווען די אידן וועלן אריינגיין קיין ארץ ישראל און וועלן ווערן מער דערהויבן בקדושה, דאן וועט מען זיי מעביר זיין פון די נשיאות, און מ'וועט אויפנעמען אנדערע נשיאים אנשטאט זיי, און דעריבער האבן זיי אפגערעדט כלל ישראל פון וועלן אריינגיין קיין ארץ ישראל, כדי זיי זאלן ווייטער בלייבן די נשיאים.
זאגט דער ראש ישיבה זצ"ל: דאס איז דאָך ברור כשמש אז די כוונה פונעם זוהר הקדוש איז נישט אויף גשמיות'דיגע כבוד חשבונות און תאוה צו הערשן... נישט דאס האט אינטערסירט פאר די הייליגע נשיאי העדה וואס זענען ערוועלט געווארן צו זיין די מנהיגי ישראל אין וועמען מיר האבן בכלל נישט קיין השגה, און אויף וועלכע די תורה הקדושה איז מֵעִיד אז זיי זענען געווען חשוב'ע און ערליכע מענטשן, זיי וואלטן קיינמאל נישט אפגערעדט כלל ישראל פון אריינגיין קיין ארץ ישראל בלויז פאר זייער אייגענע כבוד אדער טובה.
נאר עס איז אודאי געלעגן דא טיפע און הייליגע כוונות, וויבאלד זיי האבן זוכה געווען צו הויכע מדריגות און השגות אין רוחניות בשעת זיי זענען געווען נשיאים, און זיי האבן מורא געהאט אז ווען מ'וועט אריינגיין קיין ארץ ישראל און זיי אפזאגן פון די נשיאות דעמאלטס וועלן זיי פארלירן זיייערע גרויסע מדריגות און קדושה. און אפילו דאס אליינס איז אויך נישט געווען קיין בפירוש'ע מחשבה, ווייל זיי וואלטן זיך זיכער מוסר נפש געווען פאר די טובה פון כלל ישראל, און וואלטן מוותר געווען אויף זייער אייגענע תועלת און שטייגן, און קיינמאל נישט געקוקט אויף זייערע אייגענע חשבונות אפילו ברוחניות!
נאר מען מוז זאגן אז דא האט זיך אריינגעכאפט א געוויסע גאר קליינע 'נגיעה' טיף אינעווייניג אין זייערע הערצער, וואס אפילו זיי אליינס האבן נישט דערהערט. זיי האבן נישט געוואוסט אז אין טיפענישן פון הארץ האבן זיי מורא אז זיי וועלן פארלירן זייערע גרויסע מדריגות און השגות, און ממילא זענען זיי געווארן ווי א נוגע בדבר צו איין זייט, און פון דארט און ווייטער וועלן זיי שוין אלעס זעהן שווארץ, אז מען קען 'טאקע' נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל. ווייל איינמאל די נגיעה ווערימל זעצט זיך אריין אינעם הארץ קען שוין דער מענטש נישט זעהן קלאר, נאר אדרבה, אלעס וואס זיינע אויגן וועלן זעהן וועט תיכף ווערן אויסגעטייטשט אויף שלעכטס. אלעס וועט דינען אלס סימנים און באווייזן צו פארשטארקערן זיין ערשטע הנחה וואס ער האט אנגענומען אין הארץ.
יהושע און כלב האבן געהאט דעם ריכטיגן בליק
און דאס איז געווען די זינד פון די מרגלים, אז זיי האבן זיך נישט מברר געווען און אויסגערייניגט אפילו פון אזא קליינע נגיעה דקה מן הדקה וואס האט זיך אריינגעכאפט אין זייערע הערצער. און דעריבער האבן זיי זיך טאקע צוריקגעקערט מיט די מסקנא אז ארץ ישראל איז נישט קיין גוטע פלאץ פאר כלל ישראל ח"ו, ווייל נאר דאס האבן זיי געקענט זעהן.
דאגעגן יהושע און כלב וואס זענען געגאנגען מיט אנדערע מחשבות, און זיי האבן יא זוכה געווען זיך גענצליך אפצושאקלען פון יעדע מינדנסטע נגיעה און אינטרעסע, זיי האבן טאקע אלעס צוגעזעהן מיט א העכערע סארט בליק. דאס הייסט, אז כאטש זיי האבן באמת געזעהן גענוי די זעלבע מחזה וואס די אנדערע מרגלים האבן געזעהן, אבער זיי האבן אלעס 'אויפגענומען' אנדערש און עס פארשטאנען מיט אן אנדערע מסקנה. אין יעדע ווינקל וואו זיי האבן נאר געקוקט האבן זיי תיכף געזעהן און פארשטאנען אז עָלֹה נַעֲלֶה וְיָרַשְׁנוּ אֹתָהּ, מיר וועלן ארויפגיין און עס אייננעמען, כִּי יָכוֹל נוּכַל לָהּ, יא מיר קענען און מיר וועלן, אִם חָפֵץ בָּנוּ ה' וְהֵבִיא אֹתָנוּ אֶל הָאָרֶץ הַזֹּאת וּנְתָנָהּ לָנוּ, מיט'ן אייבישטער'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין!
אודאי האבן זיי באמערקט אז ס'איז פארהאן שוועריגקייטן אויפן וועג, אבער ווער זאגט אז אלעס קומט אָן גרינג? אדרבה, אין רוחניות איז שטענדיג פארהאן נסיונות, און ארץ ישראל איז נקנית ביסורים, מען דארף ארבעטן שווער אנצוקומען אהין, די וועג איז נישט לייכט, אבער דאס איז נישט קיין סיבה זיך ארויסצודרייען דערפון, דאס איז אונזער תפקיד און שליחות און מיר וועלן דאס ערפילן מיט'ן אייבישטער'ס הילף.
די נגיעה פון די מרגלים האט זיך אריבערגעכאפט צו כלל ישראל
און דאס איז געווען די חורבן פון די מרגלים אז זיי האבן געהאט אין הארצן די קליינע נגיעה וואס דאס האט שוין געפירט אלע זייערע מחשבות און מסקנות אין איין ריכטונג. ווען זיי וואלטן נישט געהאט אט די איין קליינע 'הקדמה' אין זייערע הערצער, דאן וואלט אלעס אנדערש אויסגעקוקט און זיי וואלטן בכלל נישט געווארן דערשראקן פון וואס זייערע אויגן האבן געזעהן.
דערמיט איז דער ראש ישיבה זצ"ל מיישב א שטארקע סתירה וואס מיר געפונען לכאורה אין די פסוקים. אין אנהייב שטייט כֻּלָּם אֲנָשִׁים רָאשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה, און ווי מיר האבן שוין דערמאנט פון רש"י "ואותה שעה כשרים היו" דעמאלטס זענען זיי געווען ערליך. אבער אביסל ווייטער ווען די מרגלים קערן זיך צוריק פון ארץ ישראל שטייט אין פסוק (י"ג כ"ו) וַיֵּלְכוּ וַיָּבֹאוּ אֶל מֹשֶׁה וְאֶל אַהֲרֹן וְאֶל כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, ברענגט רש"י אויף די ווערטער וילכו ויבואו, "לְהַקִּישׁ הֲלִיכָתָן לְבִיאָתָן, מַה בִּיאָתָן בְּעֵצָה רָעָה אַף הֲלִיכָתָן בְּעֵצָה רָעָה" אז די תורה הקדושה מאכט דא א הֶיקֵשׁ און א צושטעל צווישן זייער גיין און קומען, פונקט ווי ביים אהיימקומען האבן די מרגלים נישט געטויגט און זיי האבן געהאט א שלעכטע עצה, די זעלבע זענען זיי שוין געווען לכתחילה ביים ארויסגיין אויפן וועג... וואס לכאורה איז דאס ממש א אפענע סתירה, זענען זיי געווען כשרים און צדיקים בשעת'ן גיין, אדער האבן זיי שוין דעמאלטס געהאט א עצה רעה? וויאזוי גייען די צוויי זאכן צוזאמען?
נאר דער תירוץ איז, אודאי זענען זיי געווען צדיקים און זענען נישט געגאנגען מיט קיין שלעכטע פלענער ח"ו, אבער טיף טיף אין הארצן, אזוי שטילערהייט און אומבאמערקט איז אויך געווען דארט א קערנדל פון "הליכתן בעצה רעה" און זיי האבן שוין געהאט א שטיקל נגיעה וואס האט דאס אלעס גורם געווען.
און מיר קענען צולייגן דערצו בדרך אפשר, אז אט די זעלבע נקודה האט דעמאלטס געהערשט ביי די אידן. די אידן האבן געהאט א פחד און א מורא אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, און ווי נאר זיי האבן געהערט די רייד פון די מרגלים, זענען זיי אויך געווארן משוחד פון א אייגענע נגיעה ביז זיי זענען שוין נישט געווען מסוגל צו הערן די ווערטער פון יהושע און כלב. וואס לויט ווי מיר האבן פריער געפרעגט פארוואס זענען די אידן געווארן אזוי ברוגז אויף יהושע און כלב פארן זאגן זייער מיינונג און פארוואס קומט זיך זיי סקילה פארן אויספירן זייער שליחות צו זאגן וואס זיי האלטן? נאר דער תירוץ איז אז איינמאל די 'נגיעה' כאפט זיך אריין, דאן קען מען שוין בכלל נישט הערן די צווייטע צַד, עס עקזיסטירט שוין גארנישט אויסער מיין אייגענע בליק און מיין אייגענע איינרעדעניש. די חורבן פון א נגיעה!
ווי ווייט די נגיעות באהערשן אונזער גאנצע התנהגות
לעניננו, ווי מיר האבן שוין דערמאנט אז מיר האבן נישט קיין השגה אינעם דור דֵיעה און מיר זענען בכלל נישט ראוי זיך צו פארגלייכן צו זיי, אבער מיר דארפן ארויסנעמען א מוסר השכל פון א פרשה אין די תורה, ווי ווייט מיר מוזן אכטונג געבן אויף אונזערע אייגענע נגיעות און חשבונות וואס פירן אונזערע מחשבות און דֵיעוֹת אויף איין געוויסע ריכטונג, און אויף אזוי ווייט, אז נאכדעם דערהערן מיר בכלל נישט די צווייטע (אמת'ע) צַד, אלעס צוליב דעם ווייל מיר האבן שוין אפגעמאכט פון פריער א געוויסע הנחה.
און מענין לענין, צו באמערקן ווי שטארק מיר ווערן געטריבן פון אונזערע אייגענע מחשבות און ווי שטארק עס האט א השפעה אויף אונזערע מעשים, איז פאסיג צו דערמאנען א מעשה וואס
דער בן איש חי זי"ע ברענגט אין זיין ספר נפלאים מעשיך:
געווען איז אמאל א שופט א מקורב למלכות מיט'ן נאמען טוביה, וואס זיין נאמען איז געווען ברייט באקאנט ביים גאנצן באפעלקערונג. מענטשן האבן איהם געשעצט און מכבד געווען וויסענדיג אז ער איז גרויס און חשוב ביים קעניג, און זיין וואָרט האט א ווייטגרייכנדע השפעה אומעטום.
ויהי היום און טוביה האט זיך דערוואוסט אז זיינע שונאים האבן איהם פאר'מַסֶר'ט ביים קעניג און זיי מאכן אויף איהם א פאלשע בלבול, און זייערע ווערטער זענען אריינגעגאנגען אינעם
קעניג'ס הארץ. טוביה האט פארשטאנען אז זיינע גוטע טעג אין די מלוכה זענען געציילט, און נאך אביסל וועט דער קעניג שיקן נאך איהם און איהם ארעסטירן. נישט האבענדיג קיין אנדערע ברירה האט ער מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, ער האט געהויבן פיס און אנטלאפן פון לאנד. ביים גרעניץ איז געווען א טייך וואס מען האט געדארפט אריבער שווימען כדי אנצוקומען צום אנדערן לאנד, אבער טוביה האט נישט געקענט שווימען, און איז געבליבן שטיין אין גרויס פארלעגנהייט ביים ברעג.
געווען איז דארט א דארפסמאן א שטארקער בעל כוח וואס האט גוט געקענט שווימען, און ווי נאר ער האט דערקענט דעם הויכגעשעצטן גאסט וואס איז אנגעקומען אין זיין געגנט און דארף א טובה, האט ער זיך נישט געפוילט און תיכף אנגעבאטן זיין הילף, אז ער וועט נעמען דעם שופט אויף זיינע פלייצעס און איהם אריבערפירן דעם טייך.
כך הוה, דער דארפסמאן הייבט אויף טוביה און ער לאָדנט איהם אָן אויף זיינע אקסלען, און הייבט אָן אדורכצושווימען דעם וואסער. טוביה איז געווען אויסער זיך פאר התרגשות, און נישט קענענדיג זיך גענוג באדאנקן פאר זיין רעטער וואס האט ממש געראטעוועט זיין לעבן, האט ער זיך געגעבן א רוף אָן "ווען דער אייבישטער וועט מיר העלפן און כ'וועל צוריק ווערן שופט, וועל איך נישט פארגעסן די חסד וואס דו האסט געטוהן מיט מיר, און איך וועל דיר צוריק טוהן א טובה!". הערנדיג די ווערטער האבן זיך פלוצלינג געגעבן א לאז אראפ די הענט פונעם דארפסמאן און אין איין מינוט האט זיך טוביה געפונען אריינגעווארפן אינעם טייך זיך ראנגלנדיג מיט די וואסער... דער דארפסמאן האט איהם אראפגעלייגט אויפן פלאץ אינמיטן טייך.
ביים ברעג זענען געווען עטליכע צוקוקער וואס האבן מיטגעהאלטן די פאסירונג און זיי האבן געזעהן ווי ער פירט אריבער דעם מענטשן צוויי דריטל פון די טייך, און פלוצלינג לאזט ער איהם אפ. ווען דער דארפסמאן איז ארויסגעקומען פונעם טייך האבן די מענטשן איהם געפרעגט וואס עס האט פאסירט, די ערשטע חלק פונעם וועג איז אלעס געגאנגען אזוי גלאט און געשמירט, פארוואס האסטו געלאזט דעם מענטש פאלן?
האט דער דארפסמאן זיי ערקלערט, וויסן זאלט איר אז ס'איז בכלל נישט געווען קיין לייכטע ארבעט, דער מענטש איז א הויכער און ברייטער און וועגט אסאך. נאר ווילאנג איך האב געמיינט אז ער איז א גרויסער שופט און א מקורב למלכות, האט דאס מיר געגעבן באזונדערע כוחות איהם צו קענען שלעפן, וויסענדיג אז איך טוה דא א פערזענליכע טובה פאר א מענטש וואס האט די מעגליכקייט מיך צו באצאלן דעראויף און מיך העלפן ווען איך וועל דארפן. אבער אין די מינוט וואס ער האט אנגעהויבן צו רעדן בלשון עתיד, אז ער האפט ווען ער וועט ווערן צוריק א שופט וועט ער מיר קענען מטיב זיין, האב איך פארשטאנען אז יעצט איז ער שוין נישט קיין מקורב למלכות און ער האט נישט די מעגליכקייט מיר צו העלפן, בין איך באמת געווארן אפגעשוואכט און איך האב פשוט נישט געקענט פאָרזעצן ווייטער איהם צו שלעפן...
די עבודה און יגיעה צו קענען קוקן אויף אלעס מיט א גוטע בליק
וואס מיר קענען לערנען פון די מעשה, אז אלעס איז ביים מענטש אין קאפ. ווען ער האלט אז עפעס איז א טובה פאר איהם, דאן וועט ער האבן חשק און כוח אזוי צו טוהן, און ער וועט גיין אין די לענג אין די ברייט עס אויסצופירן און גארנישט וועט איהם נישט שטיין אין וועג. און די זעלבע פארקערט, אין די מינוט וואס ער האלט אז עפעס איז נישט גוט פאר איהם, דאן וועט ער פשוט נישט זיין ביכולת צו טוהן דערין, ער ווערט ממש פיזיש באגרעניצט און קען זיך נישט ברענגן צו טוהן עפעס וואס ער האלט אז ס'איז נישט קיין טובה פאר איהם. און פונקט ווי ביי די מעשה מיט'ן שופט האט דאס גארנישט צו טוהן מיט די אמת'ע מציאות און פאקט, נאר ס'האט געהאט צו טוהן מיט די מחשבות און נגיעות פונעם דארפסמאן וואס דאס האבן איהם געפירט.
דאס זעלבע איז מיט אונז אלע, און בפרט יעצט אין די זוממער טעג ווען אסאך פון אונז קומען נאנט צווישן מענטשן אין א קלענערע סביבה, מ'לעבט מיט אנדערע שכנים און אנדערע קבוצות ווי א גאנץ יאר, און ס'איז שייך אסאך ענינים פון 'בין אדם לחבירו' וואס זענען נישט אלעמאל נוגע אין שטאט. דארף מען חַזר'ן און געדענקן אז אזויפיל פון אונזערע מחשבות אויף יענעם זענען געבויט נאר אויף אונזערע אייגענע נגיעות און הנחות וואס מיר האבן 'אליינס' אפגעמאכט אָן קיין שום אמת'ע יסוד. מיר האבן פשוט נישט מקיים געווען דעם "עַד שֶׁתַּגִּיעַ לִמְקוֹמוֹ" ווי מיר האבן פריער דערמאנט; מיר האבן נישט גענומען די מיה מברר צו זיין די מציאות, מיר האבן קיינמאל נישט עכט אריינגעטראכט אויב יענער איז טאקע אזוי נישט-גערעכט ווי מיר מיינען.
און מידה טובה מרובה, ווען איינער ארבעט אויף זיך און געוואוינט זיך איין צו קוקן מיט א עין-טובה אויף יעדע זאך, ער זוכט אלעמאל צו זיין 'פאזיטיוו' אין יעדן מצב און באמערקן שטענדיג די מעלות פון אנדערע, דאן וועלן אלע זיינע מחשבות און מסקנות אויך זיין געבויט אויף דעם אופן, און ער וועט זוכה זיין צו לעבן גוט מיט יעדן און אלעמאל האבן א גוטע אטמאספערע
ארום זיך, ווייל ער ווערט נישט געטריבן פון זיין אייגענע ביטערניש און נגיעות.
לאמיר געדענקן אז יהושע און כלב האבן אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אז זיי זאלן נישט ווערן מיטגעשלעפט מיט די נגיעה פון די מרגלים, זיי האבן מתפלל געווען און געגאנגען אויף קברי אבות, און געבליבן דבוק צו משה רבינו, כדי זיי זאלן זוכה זיין צו האבן א ריינע און אמת'ע בליק. עס איז נישט קיין גרינגע זאך, און מען דארף גאר שווער ארבעטן אויף דעם צו קענען זוכה צו לעבן העכער פון נגיעות און אייגענע חשבונות, אבער אז א איד איז מתפלל און פראבירט שטארק און מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער און ער איז זוכה נישט צו ווערן
פארפירט פון נארישע און גרונדלאזע חשבונות, נאר צו זעהן העכער, שענער, און קלארער, און מאכן זיינע החלטות און באשלוסן אויף דעם אופן בסייעתא דשמיא.
לסיכום געדענק:
• א מענטש וואס האט א געוויסע נגיעה וועט דאס איהם טרייבן צו טראכטן אויף דעם אופן, און צומאל ווייסט ער גארנישט אז ער האט א נגיעה.
• די השפעה פון א נגיעה איז אזוי שטארק אז עס פירט דעם מענטש און גיבט איהם כוח צו קענען טוהן אדער נישט צו טוהן געוויסע זאכן.
• מען דארף הארעווען אויף זיך און אריינלייגן אן עבודה צו קענען בלייבן אויפריכטיג און אויסגעהאלטן און לעבן מיט א עין טובה און גוטע בליק אויף אלעם.
א לעכטיגע שבת קודש און א געזונטן זוממער!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]