א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו זאגסט, איז נישט דער ספרים שאנק פול מיט ספרי הפוסקים פון היינט אדער אמאל?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און פונדעסטוועגן איז אייביג דא נקודות וואס ווערן נישט אזוי גוט פארשטאנען לפי שורש נשמתם, ביז ס'קומט עפעס א מגיד שיעור וואס האט יא דעם שפראך צו יענעם בחור, און ער פארשטייט בעז"ה.

עס איז דא ארבעט פאר אלע פון אונז, מיר דארפן עס אבער טון (נישט שאפן).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל רעדן א שמועס וועגן OCD, וואס איז געבויט אויף א שיעור פון סיקסא רב וועגן דעם ענין. יעצט, דאס איז מיין אייגענע דיעה! נישט סיקסאר רב'ס. אויף אזא אופן אז מ'קען נישט קומען זאגן אז איך פארדריי וואס ער זאגט. סאו, דאס איז מיין דיעה. איך בוי עס נאר אויף זיין שיעור.

די טיפקייט פון זיין צוגאנג צו OCD (לויט וויאזוי איך פארדריי עס, אז ס'זאל שטומען לויט מיין דיעה) איז, אז די זיכערקייט פון א מענטש קומט נישט פון טראכטן צו מאכן זיכער. די זיכערקייט וואס א מענטש פילט לגבי א ענין, קומט נישט פון טון פעולות צו מאכן זיכער. די געפיל פון א מענטש אז ער איז 'ריין' און ער שטינקט נישט, קומט נישט פון 'טראכטן' און פון מאכן זיכער אז ער שאוערט זיך טאקע גוט.

זייער א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שטעלט אוועק דער סיקסא רב שליט"א. אז די שורש פון OCD קומט פון ערגעץ ווען אין לעבן וואס מ'איז געווען געצווינגען צו טוישן די וועג וויאזוי מ'פילט זיכער.

ער טענה'ט אז די בעסטע וועג וויאזוי מ'קען פארווייניגערן OCD, וואס ער רופט כ.ו.י. (א גשמיות'דיגע סארט כוחי ועוצם ידי), איז נישט דורך זאגן צו זיך אליין "איך בין צופרידן מיט ניינציג פראצענט אויך", נאר מ'דארף וויסן ביי זיך אליין אז מ'וויל פילן זיכער, און אז מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן זיכער, מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן ריין, מ'האט רעכט צו פילן ביי זיך אז מ'גייט אויף די ריכטיגסטע וועג. ווייל יעדער מענטש פילט גוט. דו האסט אויך רעכט צו פילן גוט. די איינציגסטע זאך איז אז די וועג וואס מ'טוטצו פילן גוט מאכט ערגער.

דאס הייסט אז מ'דארף אפטיילן צווישן די זיכערקייט און צווישן די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. מ'דארף וויסן אז די געפיל פון זיכערקייט קומט נישט פון די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. ס'קומט נישט דורכ'ן מאכן זיכער.

אפילו אויב א מענטש קוקט גוט צי די טיר איז טאקע פארשלאסן, און ער קוקט גוט אז ער האט יא גערייניגט א זאך פון חמץ, קען ער נישט פון דעם נעמען זיין זיכערקייט. עס קומט נישט פון דעם. ווייל דאס איז נישט די געזונטע וועג וויאזוי א מענטש פילט זיכער.

די שאלה וואס פרעגט זיך איז: וויאזוי יא? וויאזוי פילט א מענטש זיכער? און דאס האט נישט קיין תירוץ. פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פילט יא זיכער, פרעגט זיך נישט די קשיא "וויאזוי זאל איך פילן אומזיכער?" ער ווייסט נישט. ער ווייסט נישט וואס פונקטליך ס'מאכט אים פילן זיכער. אויב וואלט א מענטש געקענט אנצייגן וואס עס מאכט פילן א מענטש זיכער, וואלט א OCD געקענט טון יענע זאך, און ער וואלט געפילט זיכער.

קומט אויס פון דעם אז עס איז נישטא קיין ענטפער אויף די פראגע: וויאזוי פילט א מענטש זיכער. וויאזוי זאל איך יא פילן זיכער. ס'האט נישט קיין ענטפער. אבער דאס יא: א מענטש האט רעכט צו פילן זיכער. וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. השי"ת האט אזוי באשאפן. ער געט מיך זיכערקייט. און נישט ווייל איך מאך זיכער, נישט ווייל איך טשעק. אויסדרוקליך נישט

אנשטאטס צו קוקן אויף "וויאזוי זאל איך טון, צו פילן זיכער" קוק אויף "איך האב רעכט צו פילן זיכער" וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. די וועג צו פילן זיכער איז נישט דורכ'ן מאכן זיכער, נאר דורכ'ן אויסהיילן די שורש וואס האט איינגערעדט אז כדי צו פילן זיכער, דארף מען טון פעולות צו מאכן זיכער. דאס איז נישט אמת. זיכערקייט האט נישט מיט מאכן זיכער, עס קומט אלץ א מתנה פון אייבערשטן מאוצר מתנת חינם.

אויב עפעס, איז עס נאר די גורם וואס האט גורם געווען דעם מענטש אז ער האט זיך איינגערעדט אז ער מוז מאכן זיכער כדי צו פילן זיכער.

אפילו אויב א מענטש וואס ליידט אויף OCD אדער וויאזוי ער רופט עס: כו"י, און ער טוט א פעולה וואס געט אים די געפיל אז "אה, יעצט בין איך זיכער, יעצט פיל איך גוט", דארף מען אבער זאגן צו זיך אליין "ס'קען זיין אז יעצט פיל איך גוט, ווייל איך האב געטון געוויסע פעולות, אבער דאס איז נישט די וועג וויאזוי אנצוקומען צו פילן גוט".

פילן גוט, פילן אז מ'טוט גוט, אדער אז מ'איז ריין, אדער אז מ'האט געטון וואס מ'דארף, קומט נישט פון "טון א פעולה", פון וואו קומט עס יא? אזא שאלה, האט נישט קיין תירוץ. און עס דארף נישט האבן א תירוץ. ס'קומט פון זיך אליין. השי"ת געט עס פאר די מענטש.

ווען א מענטש טרעפט זיך טון פעולות וואס מאכן אים פילן זיכער, קען ער זאגן פאר זיך אליין, "איך האב רעכט צו פילן זיכער, איך וויל פילן זיכער, אבער איך דארף נישט טון אזעלכע פעולות כדי דאס צו פילן". מיין זיכערקייט דארף קומען פון א אנדערע פלאץ. אבער פון וואו? פון אויבן. פון באשעפער, פון זיך אליין צו מיר. איך האב רעכט צו פילן זיכער, אבער נישט דורך טון די פעולות וואס איך טו יעצט. "נישט די פעולות מאכן א מענטש פילן זיכער"

אנדערש ווי אסאך וואס זאגן אז א OCD דארף קודם וויסן אז ער דארף פילן אומריין, אדער אז ער איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, אדער אז ער איז א שייגעץ, כדי זיך אויסצוהיילן. דאס איז נישט אמת. א OCD דארף יא וועלן און גליסטן צו פילן גוט. דאס איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז די 'פעולות' וואס מ'טוט כדי דאס צו עררייכן.

די איינרעדעניש איז אז די 'פעולות' זענען די וועג וויאזוי מ'עררייכט ריינקייט.

אבער מ'האט רעכט צו וועלן מיט די גאנצע תשוקה פילן גוט. יעדער פילט גוט. די פראבלעם איז נישט אז מ'וויל פילן זיכער, די פראבלעם איז די איינרעדעניש וויאזוידאס צו עררייכן. דארט געשעט עס. נישט אז דארט געשעט עס, אבער דארט איז די גורם. און דאס קומט אוודאי פון עפעס אנדערש

ס'איז זייער שווער פאר איינעם וואס ליידט פון אזא זאך, צו גלייבן אז זיכערקייט קומט נישט פון טון פעולות.

מ'דארף גיין אזוי.

א) איך וויל פילן גוט. איך האב רעכט. יעדער פילט גוט. יעדער פילט זיכער. יעדער פילט אז מ'טוט גוט. די וועלט לעבט נישט אין ספיקות.

ב) וויאזוי דערגרייך איך עס?

ג) איך ווייס נישט. קיינער ווייסט נישט. קיינער האט נאך קיינמאל נישט געוואוסט. ס'געשעט. השי"ת געט עס. איך ווארט אז השי"ת זאל מיר עס געבן.

ד) אבער דאך, איך וויל פילן זיכער, איך וויל פילן גוט.

ה) גיי צוריק צו אנהייב. איך האב רעכט... דאס צווינגט די מח צו ענדערש טרעפן דארט ווי מ'איז געווארן פארשעמט, אדער מ'האט זיך אויסגלערנט די פאלשע וועג, די איינרעדעניש וויאזוי צו פילן זיכער. אז מ'דארף טון פעולות צו פילן זיכער

און אויב מ'טרעפט זיך טון אדער נאך טון, פעולות כדי צו פילן זיכער. זאגט מען: ס'קען זיין אז איך פיל גוט, אבער נישט דאס איז די וועג. די וועג איז אז צו טרעפן דארט וואס האט מיך אויסגעלערנט אז כדי איך זאל פילן זיכער, דארף איך טון פעולות. זיכערקייט האט נישט מיט פעולות.

כך נראה לי לפום ריהטא. אויסצוגיסן מיינע רעיונות וועגן דעם אינטערעסאנטן שיעור אויף OCD וואס ער רופט כו"י. פארשטייט זיך אז דאס ארבעט צוזאמען מיט ר' שרגא פליישמאנס ני" מהלך פון אויפגעבן יכולת. וכל שם וחניכא דאית ליה

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיין יעצטיגע סעשאן ווערט געבויט אויף מיין - איינס פאר די יעצטיגע - געשרייבאכץ.

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר וויאזוי גייט אלעס?

קליענט: ברוך השם, און השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

ט: פרוביר דיך צו דערמאנען ווען אין דיין לעבן דו האסט באקומען א מעסעדש פון סיי וואס, סיי וועם, אז כדי צו פילן זיכער דארפסטו עפעס טון. און ווען דו דערמאנסטעך ווען דו האסט באקומען אזא מעסעדש, ענדיג די פאלגנדע: אויב איך ערלויב אז נישט דורכ'ן טון וועל איך פילן זיכער, דאן...

ק: קומט ארויף די וואונדער, וויאזוי פילט מען זיכער.

ט: פרוביר עס אויס ביי נאך מצבים וואס האבן דיך געגעבן דעם מעסעדש.

ק: דאן ווייס איך נישט וואס יא צו טון, כדי צו פילן זיכער

ט: פרוביר נאך מצבים

ק: דאן ערווארט איך אז איך גיי אייביג בלייבן מיט דעם אומזיכערקייט געפיל, און עס איז שווער

ט: פרוביר נאך מצבים. און פרוביר אננצונעמען אז דער אמת איז אז זיכערקייט קומט נישט פון טון פעולות, עס קומט פון אויבן, מ'דארף ווארטן דערויף. און ענדיג: אויב איך ערלויב מיך צו לעבן אזוי, דאן...

ק: ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו ראטעווען פונעם מצב, און עס איז אומאויסהאלטבאר

ט: פרוביר נאך מצבים

ק: קומט ארויף א פארלוירנקייט "ווער גייט מיך ארויס נעמען פון דא"

ט: פרוביר נאך מצבים

ק: פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס

ט: נאך מצבים

ק: פיל איך אז איך האב נישט קאנטראל אויף מיין לעבן

ט: נאך מצבים

ק: די מצב איז נישט גוט, און איך מוז עס מאכן גוט, איך מוז צושטעלן

ט: נאך

ק: בין איך אין ווייטאג, און עס איז שווער

ט

ט: אקעי גוט. לאמיר צאמנעמען אין אפאר זאצן אלעס וואס איז ארויסגעקומען ביז אהער. און זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך צו לעבן אז א זיכערקייט געפיל קומט נישט פון האבן עפעס געטון, דאן קומט מיך ארויף די וואונדער: וויאזוי פילט מען יא זיכער? "איך ערווארט אז איך גיי אייביג בלייבן מיט דעם אומזיכערקייט געפיל, און עס איז שווער" "ווייס איך נישט וויאזוי מיך צו ראטעווען פון דעם מצב, עס איז אומאויסהאלטבאר" "ווער גייט מיך ארויסנעמען פון דא" אדער "אויב אזוי פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס". "אויב אזוי פיל איך נישט אז איך האב קאנטראל אויף מיין לעבן" "די מצב איז נישט גוט, איך מוז עס מאכן גוט, איך מוז צושטעלן"

ט: האסט געזאגט "אויב אזוי פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס" קענסט מיר זאגן מער וועגן דעם?

ק: איך פיל נישט אז איך טו. עס פילט זיך נישט.

ט: דער זאך אז "עס פילט זיך נישט" האסטו אייביג געהאט?

ק: איך האב מער אריינגעלעבט. געטון און געמאכט.

ט: וואס האט דאס אפגעשטעלט?

ק: מיין אומזיכערקייט מיט מיר אליין. אזוי מיין איך.

ט: ענדיג: דאס האט זיך אפגעשטעלט ביי... און לאז דיין זכרון דאס ענדיגן

ק: ווען עס איז מיר נישט געגאנגען וויאזוי איך וואלט געוואלט

ט: זעה דיך אין יענע צייט כאילו ס'איז יעצט און זאג: אויב איך ערלויב מיך אז איך זאל צוריק ווערן אזוי ווי פארדעם, דאן

ק: מיט וואס זאל איך באוויינען אז ס'איז מיר נישט געגאנגען וויאזוי איך וואלט געוואלט

ט: נאכאמאל

ק: קען נאכאמאל גיין נישט וויאזוי איך וויל.

ט: וואסערע שייכות האט דאס מיט אפהאלטן דיין ענערגיע?

ק: ווייל איך דארף טראכטן צו מער קאנטראלירן וואס איך טו

ט: זאג: איך בין איבערצייגט איבעראל אין מיר, אז נאר דורך אפהאלטן מיין ענערגיע, קען איך מער טראכטן צו קאנטראלירן וואס איך טו

ק: (זאגט עס)

ט: וואסערע שייכות האט "איך מוז אפהאלטן מיין ענערגיע" מיט "עס פילט זיך נישט אז איך טו"?

ק: פשוט.

ט: זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך אז נישט דורך דעם סעשאן גיי איך אנהייבן צו פילן זיכערער מיט מיר אליין, דאן...

ק: פארוואס זאל איך עס טון?

ט: זאג: איך האב נישט קיין שום סיבה אויף צו מאכן דעם סעשאן, אויב איך גיי נישט פילן זיכערער

ק: ניין, איך וויל מיך אויסלערנען אז טון, ברענגט נישט זיכערקייט.

ט: זאג: אויב איך גיי מיך אויסלערנען אז טון, ברענגט נישט זיכערקייט, דאן, וועל איך פילן זיכער

ק: (שמייכלט) ניין. אויב איך גיי מיך אויסלערנען אז טון, ברענגט נישט זיכערקייט, דאן וועל איך מיך אויסלערנען צו ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיר געבן זיכערקייט.

ט: ענדיג: אויב איך גיי ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיר געבן זיכערקייט, גיי איך שוין ענדליך פילן זיכער

ק: ניין. אויב איך גיי ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיך געבן זיכערקייט, גיי איך האפן און ווארטן אויף זיין חסד

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך ערלויב מיך צו לעבן אז א זיכערקייט געפיל קומט נישט פון האבן עפעס געטון, דאן קומט מיך ארויף די וואונדער: וויאזוי פילט מען יא זיכער? "איך ערווארט אז איך גיי אייביג בלייבן מיט דעם אומזיכערקייט געפיל, און עס איז שווער" "ווייס איך נישט וויאזוי מיך צו ראטעווען פון דעם מצב, עס איז אומאויסהאלטבאר" "ווער גייט מיך ארויסנעמען פון דא" . "אויב אזוי פיל איך נישט אז איך האב קאנטראל אויף מיין לעבן" "די מצב איז נישט גוט, איך מוז עס מאכן גוט, איך מוז צושטעלן"

אדער "אויב אזוי פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס" צי קומט דאס ווייל איך האלט אפ מיין ענערגיע. און צי קומט דאס ווייל נאר אזוי וועל איך מער טראכטן וואס איך טו, און צי איז אלעס אין מיר איבערצייגט אז נאר אזוי וועל איך מער טראכטן.

וואס וויל איך דערגרייכן מיט דעם, אדער ענליכע סעשאנס? איז עס: אויב איך גיי ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיך געבן זיכערקייט, גיי איך האפן און ווארטן אויף זיין חסד, און עס ווענד זיך אין אים.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

לאמיר אביסל אריינגיין אין די ליידענישן פון OCD, פון אומזיכערקייטן, פון ענגזייעטי. וויאזוי איז עס אנדערש פון די וואס ליידן נישט דערפון.

ס'קען זיין ס'דא פון דעם זאכן וואס איך האב שוין געשריבן.

וואס איז די חילוק צווישן א אמת'ע ספק, און ספיקות וואס קומען פון OCD. וואס איז די חילוק צווישן א אמת'ע ריינע תנועה צו ריכטיגע פשפוש המעשים, תשובה, וכו', און זיך נאכאמאל איבערטראכטן וואס קומט פון OCD?

די חילוק איז אז די גראדע תשובה, ופשפוש המעשים, קומט ווען א מענטש וויל באלייכטן מעשים וועלכע ער האט נאכנישט באלויכטן. פעולות זיינע וואו ער האט נאך קיינמאל נישט באטראכט. טעריטאריע וואס ער האט נאכנישט באטראטן מיט זיין קריטיק. עס איז מעורב טוב ברע, און יעצט גייט ער און צום ערשטן מאל אין זיין לעבן באטראכט ער עס, אדער צום ערשטן מאל באטראכט ער עס נאך גרינטליכער. דאס איז תשובה, דאס איז ריין פשפוש המעשים. דאס איז תפילה, אשכילה בדרך תמים מתי תבא אלי.

אבער אזעלכע דרכים זיינע וואס ער האט שוין באטראכט און געפילט רואיג אז ס'איז גוט, אז ס'איז נישט קיין שאלה, האט דאס דאך א סיבה פארוואס ער האט זיך געפילט רואיג דערמיט. אויב א מענטש האט געפילט רואיג בשעת'ן אוועקגיין פונעם טיר אז ס'איז פארשפארט, האט ער דאך צוליב א סיבה געפילט רואיג. אויב האט ער זיך גע'טובל'ט און געפילט רואיג אז ער טובל'ט זיך ריכטיג, האט דאס דאך א סיבה פארוואס עס האט זיך אים געפילט אז ער טוט ריכטיג. דאן איז אריינגיין דערין OCD. און אפילו אויב יעצט פילט ער אז דארט פאדערט זיין קריטיק, ווייל ער איז אומרואיג דערמיט, אז כדי צו פילן זיכער דארף ער דאס נאכאמאל דורכטראכטן, איז דאס אבער OCD.

ווען א מענטש ווייסט אז ער האט אמאל געפילט רואיג מיט געוויסע מעשים, אפילו אויב יעצט פילט ער אז ער ווייסט נישט דעם אמת. אויב מ'האט אמאל געפילט גוט מיט עפעס, און מ'וויל דורכטראכטן דעם זאך אליין, איז דאס OCD.

OCD איז ספיקות וואס שאפן זיך נאכדעם וואס דער מענטש האט שוין געפילט רואיג מיט עפעס. און ס'איז אים נישט בייגעפאלן אז ער טוט עפעס נישט גוט. אבער אמת'ע ספיקות, אדער אמת'ע תשובה, זענען אזעלכע פלעצער וואס דער מענטש האט נאך אפילו נישט באטראכט.

ס'דא צומאל ווען מיר הערן הזהרות ווי "פאלג נישט וואס OCD זאגט דיר, מ'טאר עס נישט נאכגעבן", "זיי דיך מקיל ווען ס'קומט צו OCD, כדי דו זאלסט דערפון געראטעוועט ווערן", "יודישקייט איז נישט OCD", "יודישקייט דורך OCD איז נישט דוקא ארויפגעקוקט", און נאך אזעלכע סטעטמענטס. אבער ס'דא ווען מיר מאכן זיך א חשבון אז ס'איז איבערגעטריבן. אז די אלע וואס ווארענען דאס, זענען פשוט נישט אזעלכע מחמירים. זיי ווילן אז מיר זאלן נעמען יודישקייט לייכטער, ווייל זיי האבן מער ליב אז יודישקייט איז א לייכטע גרינגע זאך, דערפאר זאגן אזוי. אזא געדאנק קען זיך אריינכאפן.

דאס איז אבער א גרויסע טעות, און דאס קען קאסטן גאר גאר א ביטערע געפערליכער אומשאצבארער פרייז.

OCD קען ווערן א מאנסטער. ווי קליין און אומשולדיג ס'קוקט נאר נישט אויס. אדער ווי שטארק די OCD וויל איינרעדן אז למעשה זעט מען דאך אז ערליכע יודן אין אלע דורות האבן יא געהאט געוויסע אומזיכערקייטן מיט זיך, וכו' וכו'. דארף מען אבער וויסן אז דאס איז א טעות אין הבנה. טאקע א דקות'דיגע טעות, אבער צו וואו דער קוים מערקבארער טעות קען פירן דערקענט זיך שפעטער זייער גראב און קלאר אויף זייער א ביטערער אופן.

די אומזיכערקייט פון די אלע הייליגע יודן איז געקומען פון א אנדערע פלאץ אין נפש פון וואו OCD קומט. און עס האט געפירט צו אנדערע מסקנות. אנדערע דערגרייכונגען. און OCD דארף מען דוקא אויסרייסן ווען ס'איז נאך אינעם בלום. כמו חי כמו חרון ישערנו.

ווען OCD איז נאך קליין דארף מען דאס אויסרייסן מיט אלע כוחות וואס מ'פארמאגט נאר אין זיך, בלב ונפש. אזא מעסעדש קען זיך הערן לאכעדיג, ס'איז אבער זייער נישט לאכעדיג. OCD קען פארוואנדלט ווערן חלילה אין א מאנסטער. מ'דארף זיך דערפון היטן, פונקט אזוי ווי מ'היט זיך פון אנדערע זאכן וואס קענען אונז אוועקשלעפן פון טון די רצון השי"ת.

אנהייב, ווען מ'בארואיגט זיך די זארג אז מ'איז נישט אויסגעהאלטן, - ביי א פעולה וואס מ'האט שוין געפילט רואיג - קען זיך עס פילן זייער געשמאק, די תהלים, מיט די תפילות, מיט די ביקוש האמת, מיט די פשפוש המעשים, קען זיך פילן זייער געשמאק. מ'זעט אבער גארנישט אין וואס מ'לאזט זיך אריין, אין וועלכע טיפן שרעקעדיגן תהום מ'גליטש זיך אריין ברצון. ווען מ'האט נאך די ברירה.

דער געפיל אז די וואס זענען מעורר אז מ'זאל זיך נישט לאזן פארנארן פון OCD, אז מ'זאל עס נישט נאכגעבן, דער געפיל אז אט די וואס זאגן אזוי זענען ווייל זיי ווילן מאכן יודישקייט לייכטער, דער געפיל איז א ביטערער טעות. ווי איך האב פריער געשריבן. ווייל ווי שטארק און ערליך א יוד זאל נאר זיין, וועט ער אלעמאל צוקומען צו די חשבון, אז OCD דארף מען אפ'הרג'נען מיט'ן שורש ווען ס'איז נאך אינעם קערל. ווייל OCD פירט ערגעץ אנדערש ווי ערליכקייט און יראת שמים פירט איינעם.

דו ווילסט זייער שטארק זיין א ערליכער יוד? ווי שטארק? זייער שטארק? גאר שטארק? אויב דו ווילסט זייער שטארק זיין א ערליכער יוד, דאן זאלסטו וויסן אז די קלענסטע OCD מאכט דירעקט אז מ'זאל צוקומען צו זיין נישט א ערליכער יוד. מיין נישט אז די ווערטער זענען געזאגט געווארן פון קלות ראש חלילה, ניין. ווייל זאלסט וויסן אז אזוי איז עס. און ווי מער דו ווילסט זיין זייער ערליך, אלץ מער זאלסטו אנטלויפן פון OCD.

דער עיקר פון OCD איז 'אומזיכערקייטן ביים מענטש, און דער מענטש פראבירט צו טון עפעס א תנועה, אינערליך אדער אויסערליך, מיט א ציהל זיך צו בארואיגן דערפון, אבער די אומזיכערקייטן האלטן אין איין צוריקקומען מיט צוואנג' וחוזר חלילה.

א עיקר מאשינערי וואס מיר קענען באמערקן ביי OCD איז די מחשבות. אז מיר קענען באמערקען אז עפעס ארבעט שטארק ארום ביי אים אין די בעגראונד. אין די מחשבות. ער איז פארנומען צו פראצעסירן זאכן וואס סתם א מענטש פראצעסירט נישט.

לאמיר זאגן איינער האט OCD ביים זיך וואשן די הענט צום עסן. ווי אנדערש איז זיין מהלך המחשבה ווי ביי דעם וואס האט נישט OCD? אין דער מחשבה פון דער וואס האט OCD טוט זיך אפ א גאנצע מעכאניזם ווען ס'קומט צו וואשן די הענט. א עקספיריענס פון "איך דארף יעצט דורכמאכן שאלות". אן ערווארטונג פון "איך גיי יעצט דארפן דורכמאכן צענדליגער שאלות און פסק'נען אויף יעדע איינע פון זיי אז ס'איז עכט נישט קיין שאלה".

סתם א מענטש עקספיריענסד נישט די געפיל, די ערווארטונג, פון "זאכן זענען נישט גלאטיג". וואס ער פילט איז "איך דארף מיך וואשן. פארוואס זאל זיך מאכן א שאלה? פארוואס זאל זיך מאכן ספיקות?" אבער אין די געדאנקען פון OCD איז "איך גיי עס דארפן דורכמאכן". און אפילו ווען זאכן זענען גוט און אויסגעהאלטן, האט ער דאך דעם געפיל אז ס'איז עפעס נישט.

איך וויל זאגן אז OCD האט נישט אייביג א נושא וואו ס'שטעלט זיך אפ און נאר דארט עקזיסטירט עס. ס'דא ווען די געדאנקען פון א מענטש לויפט אזוי איבעראל און נישט דוקא ערגעץ. אינדערצייט וואס סתם א מענטש עקספיריענסד נישט אזא סארט אומזיכערקייט, עקספיריענסד א OCD ליידנדער איבעריגע אומזיכערקייטן וואס ער האלט אין איין בארואיגן דורכ'ן אנהאלטן א געוויסע אינערליכע מצב.

ס'דא צומאל ווען א מענטש ווערט אזוי אומזיכער אז ער ווערט א שטיק אבסעסיע, און ער ווייסט ניטאמאל דערפון. א גאנצן טאג מאכט ער זיכער געוויסע זאכן, זאכן וואס סתם מענטשן פילן נישט א געברויך צו מאכן זיכער, ווייל זיי פילן גוט דערמיט. און ער כאפט אפילו נישט אז ער האלט אין איין בארואיגן געוויסע אומזיכערקייטן. אבער די פאקט איז אז גאר א היפשער חלק פון די מחשבה איז פארנומען צו מאכן זיכער, און ער געדענקט שוין אפילו פונקטליך וואס ער מאכט זיכער.

א אבסעסיע קען ווערן אויפגעהאלטן דורך געוויסע קאמפאלסיעס וואס מ'טוט מיט די מחשבה. דאס מיינט אז דער מענטש פילט ביי זיך אז ווען איך וועל מיט מיין נפש אנהאלטן אזא סארט געפיל, אדער אזא סארט אופן מהלך המחשבה, אזא סארט אינערליכער מצב, וועל איך פילן רואיג. און דאס קען זיין סיי וועלכע אינערליכע מצב וואס ווערט געטון אלץ א פראבע זיך צו בארואיגן פון די געוויסע אומזיכערקייט און אנגעצויגנקייט.

א מענטש זאל נישט זאגן: איך האב א היפשע חשש אז דאס וואס איך טו יעצט איז OCD, אבער סוף סוף איז דאך עס פישפוש המעשים, תשובה, יראת שמים, איך וויל דאך זיין אויסגעהאלטן, איך וויל דאך נישט פילן אז איך טו נישט גוט, מי יודע צי איך טו גוט, דערפאר מוז איך עס טון.

א מענטש זאל נישט אזוי זאגן

ווייל עס קען חלילה ברענגען געפערליכע פראבלעמען פאר דעם גאנצן נפש פונעם מענטש. עס קען אפשוואכן השם ישמור דעם גאנצן נערווען סיסטעם. דערפאר דארף מען געדענקען און עס חזר'ן: OCD טאר נישט זיין דאס קלענסטע טרייב קראפט צו סיי וועלכע מעשים, גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע.

די טרייב קראפט צו יראת שמים, צו פשפוש המעשים, צו תשובה, צו זיין אויסגעהאלטן, צו טון ריכטיג, זאל נישט קומען צו באטראכטן פעולות וואס איז שוין געווען רואיג. ווייל עס קען זיין אז מ'וועט עס נישט קענען בארואיגן.

די טרייב קראפט צו יראת שמים און צו פשפוש המעשים, דארף קומען פון א רצון צו באטראכטן פעולות וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט באטראכט. א מענטש קען האבן OCD און מיינען אז ער איז א אויסגעהאלטענער מענטש, אבער נאר ביי איין געוויסע נושא איז ער אויסגעהאלטן, און ער האט צענדליגער אנדערע פלעצער וואו צו באלייכטן מיט זיין חשבון הנפש.

OCD קען האבן טיפערע סיבות פארוואס עס איז וויכטיג פאר די אונטערנבאוואוסטזיין פון דעם מענטש צו שאפן ספיקות. אבער די סימפטאמען וואס מיר דארפן קלאר אנערקענען זענען דאס. די סימפטאמען זענען מחשבות וואס ארבעטן ביים מענטש פאר אומזיסט. מחשבות און אינערליכע מצבים וואס דער מענטש שאפט כדי צו דערגרייכן רואיגקייט פון אומזיכערקייטן, און די רואיגקייט קומט נישט אן.

חז"ל זאגן מוטב שיהא אדם שוטה כל ימיו ואל יהא רשע שעה אחת לפני המקום ב"ה. אויף OCD קען מען עס אויך זאגן. ס'איז בעסער אז מ'זאל כל ימיו נישט וויסן קלאר צי מ'איז אויסגעהאלטן אין א געוויסע ענין, אבער מיט דעם האלט מען זיך צוריק ב"ה צו זיין א רשע מער ווי שעה אחת לפני המקום ב"ה. ווייל OCD, אז מ'לאזט זיך דערפון פארנארן, קען עס צוברענגען צו געפערליכע מצבים וואס קען זיך גרעניצן מיט 'רשעות לפני המקום ב"ה'.

דערפאר איז ענדערש אוועקצושטופן א שטופ וואס מ'האט א חשש אז ס'קומט פון OCD, ווי איידער צו מיינען ביי זיך אז מ'גייט דאך טון א זאך וואס השי"ת וויל.

די רואיגקייט פון א מענטש וואס פילט אז ער איז יוצא און אז ער טוט כהלכה דארף נישט קומען ווייל ער איז איבערצייגט מיט הארטע ריאליטעט. ס'קומט ווייל אויב האב איך געפילט רואיג בשעת מעשה אז איך טו גוט, האב איך געטון גוט.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז מיר זאלן זיין ערליכע גוטע יודן. ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וועל פרובירן צו גיין מיט די הפלא'דיגער מהלך פון ר' חיים מאיר פערל נירו יאיר ויזרח וואס השי"ת האט אונז געגעבן במתנת חינם. און איך האף אז ס'וועט מיר געלונגען ב"ה.

קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט. איך עקספיריענס לעצטענס ווי מיינע נערווען שאקלן זיך פון זיך אליין איבעראל אין מיין קערפער, דא און דארט. קען זיין אז דאס איז א פיזישע זאך השם יציל וישמור, אדער קען זיין אז די שורש דערפון ליגט אין עפעס וואס איז אין מיין נפש, און דארט דארף איך עס אויסהיילן בעזרת השי"ת רופא נאמן ורחמן

טערעפיסט: לאמיר פרובירן און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן.

ברענג ארויף אין דיינע געפילן א מצב ווען ס'איז געשען שטארק

ק: גוט. איך ברענג עס ארויף...

ט: גוט. פרוביר צו ענדיגן דעם פאלגנדן זאץ פון די פלאץ אין דיר וואס דו קלערסט אז דאס קען וויסן פארוואס ס'שאקלט זיך. ס'מוז זיך נישט פילן דאס מערסטע אמת, ס'דארף זיך פילן בערך דארט ערגעץ, בערך עפעס אזוי. און פון יענע פלאץ ענדיג מיר: ס'געשעט צו מיר ווייל...

ק: איך בין פארלוירן.

ט: פיל מער וואס דו האסט יעצט געזאגט. דשאסט פיל עס, און פארברייטער דיך אין דעם. פיל עס די וועג וויאזוי ס'וויל זיך דיר פילן. און נישט פרובירן אז ס'זאל שטומען מיט די ווערטער וואס דו האסט געזאגט. נאר דשאסט פיל די רויע געפיל וואס דאס האסטו שפעטער מלבש געווען אין ווערטער. דשאסט פיל עס מער. און דשאסט לאז ארויפקומען אלע מינע זכרונות מיט מחשבות בשייכות צו דער סארט געפיל, אפילו אויב דו וואונדערסט דיך צי ס'האט בכלל שייכות צו די ווערטער וואס דו האסט געזאגט.

ק: גוט. איך בין נישט ארויפגעקוקט אינדערהיים. איך בין אראפגעקוקט. ׁ(הערה: ביטע נעמען אין באטראכט אז ס'איז נאר א געפיל, אין מציאות בין איך גאר ארויפגעקוקט)

ט: גוט, גוט. אטעם אריין, און דשאסט לאז דיך פילן.

ק: ס'שווער צו פילן.

ט: פרוביר צו פילן די געפילן, די רויע געפילן, וואס דאס איז געווען וואס האט געמאכט אז דו זאלסט זאגן די ווערטער "איך בין נישט ארויפגעקוקט, איך בין אראפגעקוקט"

ק: גוט.

ק: איך פיל ווי איך דארף מיך אראפקוועטשן.

ט: פרוביר צו פילן די עכטע רויע געפילן וואס איז געווען וואס האט דיך געמאכט זאגן די ווערטער: איך פיל ווי איך דארף מיך אראפקוועטשן. דשאסט פיל די געפילן דערפון, און אלע זכרונות, איידיעס, מחשבות, וואס קומען ארויף, אפילו אויב דו וואונדערסט דיך צי ס'האט שייכות.

ק: איך פיל מיך זייער דערנידערט. איך טו נישט מיינע פליכטן אלץ מאן. איך פיל מיך ממש א גארנישט. א שאטן. איך וויל אזוי שטארק צושטעלן, אבער ס'גייט מיר נישט. איך וויל ארויסקומען, אבער איך קען נישט ארויסקומען. איך בין זייער צעבראכן. איך בין נישט דאס וואס מיין ווייב מיינט אז איך בין, איך בין עכט סך מער. סך סך מער. מיין גאנצע שטאלץ איז אין דער ערד. איך וואלט געוואלט מער טון, מער צושטעלן, ס'גייט נישט. איך בין נישט צופרידן מיט מיר אליין. איך בין סך מער ווי וואס זיי מיינען אז איך בין. איך בין אויסדרוקליך נישט אזא לא לנו כאטש איך פיל אז איך בין יא א בטלן, און ס'פילט זיך שרעקליך צו פילן א בטלן. ווער האט געגלייבט אז אזוי וועל איך אויסקוקן. איך בין א פארשעמטע זאך.

ט: (נאכ'ן ארויסווייזן סימפאטיע) פרוביר נאכאמאל צו ענדיגן דעם פאלגנדן זאץ, פון א פלאץ אין דיר וואס דו קלערסט אז דאס ווייסט דאס מערסטע פארוואס דיינע נערווען שאקלן זיך דא און דארט, פון יענע פלאץ, עס מוז זיך נישט פילן צו אמת'דיג, נאר בערך, און זאג און זאג, ווילאנג ס'פילט זיך מער און מער נענטער צום אמת, און זאג: ס'שאקלט זיך ווייל...

ק: איך בין פארלוירן. איך ווייס עכט נישט וואס איך האב צו טון אין מיין לעבן. איך קען מיך נישט א עצה געבן, איך בין סטאק. וואס גייט זיין. איך וויל נישט אזוי אויסקוקן. איך וויל זיך נישט אזוי אויפפירן צו מיין ווייב שתחי' עמו"ש. איך בין אויפגערעגט אויף מיר אליין. "פארוואס קען איך מיך נישט פארבעסערן, פארוואס מוז איך אזוי זיין". איך בין נישט דאס. איך דערלייד נישט צו זיין אין אזא מצב.

ט: זאג: מיין נפש דערליידט נישט צו זיין אין אזא מצב.

ק: מיין נפש דערליידט נישט צו זיין אין אזא מצב.

ט: זאג פאר דיין אשת חיל: ס'טוט מיר זייער וויי אז איך פיר מיך אזוי אויף צו דיר, איך וויל מיך טוישן, אבער ס'גייט מיר נישט.

ק: ס'טוט מיר זייער וויי אז איך פיר מיך אויף אזוי צו דיר, איך בין עכט סך מער, איך וויל דיר ווייזן אז איך בין עכט מער, איך וויל מיך טוישן, אבער ס'קוקט נישט אויס אז ס'גייט מיר.

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וואס איך קען טון יעצט אין אזא מצב איז דאס נישט צו דערליידן און פרובירן צו אנטלויפן דערפון. איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן דערמיט, זיך אריינלאזן דערין, זעהן וואס דאס איז, און זען וואס איך קען יא טון.

ק: איך האב נישט א אנדערע וועג, איך האב נישט, איך האב נישט. זייער שווער, זייער שווער.

ט: און וואס פאר א שייכות האט דאס מיט דעם אז דיינע נערווען שאקלן זיך דא און דארט און איבעראל

ק: אפשר א וועג פון אנטלויפן פון די מצב.

צעטיל: מיין נפש פילט זיך מיט די יעצטיגער מצב זייער ענג, און אראפגעקוועטשט. די איינציגע וועג וואס איך קען טון יעצט אין אזא מצב איז דאס נישט צו דערליידן און פרובירן צו אנטלויפן דערפון. איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן דערמיט, זיך אריינלאזן דערין, זעהן וואס דאס איז, און זען וואס איך קען יא טון אז ס'זאל ווערן בעסער. אין די סעשאן איז ארויפגעקומען אז איך פיל דערנידערט, ווייל מ'קוקט מיך אן אנדערש ווי ווער איך בין עכט. און דאס טוט מיר זייער וויי. איך בין עכט סאך מער. ס'טוט מיר זייער וויי אז איך פיר מיך אויף אזוי צו דיר, איך בין עכט סך מער, איך וויל דיר ווייזן אז איך בין עכט מער, איך וויל מיך טוישן, אבער ס'קוקט נישט אויס אז ס'גייט מיר. איך קען דאס נישט דערליידן, און מיין נפש זוכט צו אנטלויפן דערפון אויף אזא אופן פון שאקלן די נערווען.

והשם הטוב עוזר יעזור ויציל אותנו מכל מין רע, ומכל מין דיבור לא טוב, אלא לדבר רק טוב.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך גיי דא מיט ר' חיים מאיר פערל'ס שיחי' מהלך , וואס לויט ווי איך וויל זאגן האט אין זיך אסאך חכמה און פארשטאנד בעזרת השי"ת והשם הטוב עוזר ויעזור

ק: איך וואלט געוואלט אריינקוקן אין מיין נפש און קוקן צי עס איז דא א נפשיות'דיגער סיבה פארוואס איך זאל נישט ערלויבן אז מיין אויער זאל אויפהערן קלינגען. ס'איז אזא טעפארערי קלינג וואס דארף ב"ה אוועקגיין פון זיך אליין דורך דעם רופא נאמן ורחמן, אבער דאך וויל איך פארשטיין צי איז דא עפעס נפשיות'דיג וואס זאל עס נישט ערלויבן אוועקצוגיין.

ט: לאמיר אנהייבן שטאטעלעך, און בעזרת השי"ת, לאמיר פרובירן.

ק: השי"ת זאל העלפן און אונז פירן אויפן ריכטיגן וועג.

ט: אמן.

ט: ברענג ארויף אין דיין נפש א מצב ווען עס געשעט שטארק, און פרוביר דיך פארצושטעלן אז דיין נפש געפינט זיך יעצט אין דעם מצב, דיין נפש ארבעט און שיקט אריין אין דיר אלע סארטן מחשבות, געפילן, אלעס, אלעס, אבער אלעס, אבער אין אפוועזנהייט פון דעם קלינג.

ק: איך פיל עפעס אזא נפשיות'דיגע שוועריגקייט, צו פילן אזוי. ממש איך קען מיך עס שווער פארשטעלן.

ט: פרוביר דאך. פרוביר.

ק: אפשר "איך האב מיך אויפגעוועקט צו א ליידיגע ריאליטעט. לער."

ט: אקעי. גוט. פרוביר דיך מער צו פארטיפן אין די געפילן וואס האט דיך געמאכט זאגן די פריעריגע ווערטער. פאר דו האסט עס געזאגט. און עס מוז דאך נישט האבן קיין שום שייכות צו די ווערטער וואס דו האסט געזאגט.

ק: גוט.

ק: אפשר קומט ארויף "קיינער דארף מיך נישט"

ט: וואס נאך

ק: "קיינער הערט מיך נישט"

ט: (טערעפיסט האט רחמנות) וואס נאך

ק: אפשר "נאך א טאג פון סטראגלן"

ט: וואס נאך, און פרוביר צו פילן מער און מער דער עיקר פינטל פון די אלע רויע געפילן

ק: איך האב נישט קיין סיבה פארוואס פארצוזעצן מיין לעבן. אזא סארט געפיל. פאר וועם זאל איך לעבן. עפעס אזוי. (ביטע נעמען אין באטראכט, אז דאס איז נאר אין יענע געפיל, און ח"ו אין מציאות)

ט: דו ווייסט מער וואס אט די אלע געפילן מיינען

ק: יא איך ווייס. (שמייכלט)

ט: וואס

ק:

ט: (האט רחמנות) איך ווייס אז ס'איז דיר שווער צו זיין אין יענע מצב און נישט הערן דעם קלינג, אבער פרוביר דאך צו זיין אין יענע מצב אן דעם קלינג, און דאס מאל, צוזאמען מיט וואס עס איז שוין ארויפגעקומען, פרוביר צו זאגן פון דארט, פון יענע פלאץ, פארוואס עס איז דיך שווער צו פילן אזוי. און זאג: ס'איז מיך שווער צו פילן אזוי, ווייל... און זאג און זאג ווילאנג דו פילסט אז דאס איז דער עיקר שוועריגקייט דערפון.

ק: איך פיל אליין. קיינער דארף מיך נישט. נאך א טאג סטראגלן. איך האב נישט ווער עס זאל מיך הערן. אליין.

ט: אקעי. לאמיר קודם פרובירן צו לעבן מיט וואס עס איז ארויפגעקומען ביז אהער. אבער זאג מיר טייערקייט, וואס האט די שוועריגקייט צו פילן אליין מיט דעם קלינג?

ק: אפשר ווייל אזוי פילט זיך עפעס אן אין מיין ליידיגקייט. עס פילט זיך ווייניגער.

ק: אבער אויך ווען איך בין געזיצן אין ביהמ"ד און געלערנט צווישן אסאך מענטשן, האט זיך אויך געפילט דעם קלינג

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן אז ס'איז יעצט, אבער דו הערסט נישט דעם קלינג און דיר, און דו טראכסט נישט דערפון, אלעס וואס דו טראכסט איז מחשבות און געפילן וואס ווילן ארויפקומען אין דיר. און זאג: עס איז מיר זייער באקוועם זיך צו פילן אזוי...

ק: ניין, ס'איז מיר נישט באקוועם. איך פיל מיך פארשעמט. ס'איז מיר שווער. איך פיל מיך אראפגעקלאפט. איך בין נישט באקוועם מיט מיר אליין. איך וויל אזוי ווי ארויספליען פון מיר.

ט: די עיקר נקודה

ק: איך וויל ארויספליען פון מיר

ט: וואס פאר א שייכות האט דאס הערן קלינגען, מיט נישט קענען זיין אן דעם?

ק: אפשר ווייל אזוי ווער איך Spaced out. און איך דארף נישט ליידן די ווייטאג פון "איך קען נישט זיין מיט מיר אליין"

ט: צזואמען מיט דעם וואס איז ארויפגעקומען ביז יעצט, זע דיך אין יענע מצב כאילו ס'איז יעצט, די קלינג איז נישטא, אבער מחשבות און געפילן קומען אריין אין דיין נפש, און זאג: איך קען נישט זיין אזוי ווייל

ק: איך קען נישט זיין אזוי ווייל ס'עגבערט מיר די וועג וויאזוי איך בין. ס'קומט מיר ארויף מחשבות "וואס טוסטו, וויאזוי פירסטו דיך אויף" און ס'איז מיר שווער צו זיין מיט מיר אליין.

ט: זאג אזוי: איך מוז יעצט הערן דעם קלינג אין מיין אויער וואס דיסטרעקט מיך פון זיין מיט מיר אליין, ווייל אויב איך בין מיט מיר אליין אומדיסטרעקטעד, קומט ארויף אין מיר מחשבות און געפילן "וואס ט איך, וויאזוי פיר איך מיך אויף" אינגאנצן נישט באקוועם. איך האב געטראפן א וועג וויאזוי זיך צו פטר'ן דערפון. און נישט דארפן ליידן פון די סארט מחשבות און געפילן. איך האב נישט קיין שום וועג צו קענען בלייבן מיט מיר אליין, און זען וואס מ'קען טון דערצו, סאו, ס'איז בעסער צו ווערן דיסטרעקטעד.

ק: זאגט עס.

ק: וואס גייט טאקע זיין.

ק: איך האב נאך א פלאץ וואו איך האב ממש געפילט אז ס'קומט צוריק, און דאס איז ווען אים קום אהיים אינמיטן טאג און קיינער איז נישט דארט

ט: דו ווייסט וואס דו האסט צו טון יעצט. שטעל דיך פאר אז דו ביסט אן דעם קלינג, עס געשעט נישט, אבער עס קומט אריין אין דיר אלע סארטן מחשבות און געפילן,

ק: איך מיין אז עס קומט אריין אזא "אוי נאכאמאל בין איך דא אין א פלאץ וואס דערמאנט מיך אזוי שטארק ווי ווייניג איך קום אן אין מיין לעבן, א פלאץ וואו איך שאף צער פאר מיינע ארומיגע וועגן איך קום נישט אן, א פלאץ וואס ברענגט ארויף וויפיל איך דארף מיך פארבעסערן" (אטעמט אפ)

ט: מיט די אינפארמאציע וואס איז אקורשט ארויפגעקומען, זאג די שוועריגקייט צו בלייבן אן דעם קלינג, און זאג: אויב איך בין יעצט אן דעם קלינג, דאן...

ק: דארף איך דילן מיט מחשבות און געפילן וואס ווילן אריינקומען אין מיר, ווי ווייניג איך קום אן, און וויפיל צער מיינע ארומיגע האבן פון מיר דערוועגן.

ט: זאג אזוי. ס'איז מיר צו שווער צו בלייבן יעצט מיט מיר אליין, ס'קומען ארויף מחשבות און געפילן וואס שאפן מיר צופיל צער, ווי ווייניג איך קום אן, און וויפיל צער מיינע ארומיגע האבן פון מיר דערוועגן, איך האב אויסגעטראפן א וועג וויאזוי איך קען אוועקפליען פון דעם מצב, א לייכטע וועג.

ק: זאגט עס.

ט: יעצט זאג אזוי: אויב מיין אויער גייט זיין פריי צו הערן אלעס וואס ווערט געזאגט ארום מיר, און זיי דאהי, דאן...

ק:

ט: שטעל דיך פאר אז דיין אויער ארבעט געהעריג, עס איז דא צו הערן אלעס, און זאג: הערן געהעריג מיינט זיין אינגאנצן דאהי. די מצב ארום מיר איז צי אומבאקוועם זיך צו האלטן דערין, איך מוז טרעפן א וועג וויאזוי צו אוועקלויפן, און דאס איז א גוטע דיסטרעקשאן (השם יציל וישמור).

ק: זאגט עס.

צעטיל: מיין אויער קלינגט מיר, איז עס א מצב ווען עס קענען ארויפקומען מחשבות און געפילן וואס שאפן מיר צופיל צער, ווי ווייניג איך קום אן, און וויפיל צער מיינע ארומיגע האבן פון מיר דערוועגן. "אוי נאכאמאל בין איך דא אין א פלאץ וואס דערמאנט מיך אזוי שטארק ווי ווייניג איך קום אן אין מיין לעבן, א פלאץ וואו איך שאף צער פאר מיינע ארומיגע וועגן איך קום נישט אן, א פלאץ וואס ברענגט ארויף וויפיל איך דארף מיך פארבעסערן" עס איז מיר צו אומבאקוועם זיך צו האלטן אין אזא סארט נפשיות'דיגער מצב, איך מיין אז איך האב א וועג ארויס.

אדער געפילן א קעגן די וועג וויאזוי איך בין "וואס טו איך, וויאזוי פיר איך מיך אויף, איך פיל מיך פארשעמט, איך פיל מיך אראפגעקלאפט". איך וויל ארויספליען פון מיר. Spaced out.

אדער א געפיל פון "איך פיל אליין, איך בין אין א ליידיגע ריאליטעט, איך האב נישט קיין סיבה פארצוזעצן מיין לעבן, פאר וועם זאל איך לעבן, קיינער דארף מיך נישט, קיינער הערט מיך נישט (ח"ו, השם יאריך ימי ושנותי בטוב ובנעימים) אדער "נאך א טאג פון סטראגלן" איך מוז מיט עפעס אנפילן מיין ליידיגקייט. עס זאל זיך ווייניגער פילן.

כאטש די קלינגען שאפט מיר צער, אבער אן דעם בין איך מער אומבאקוועם. א וועג וויאזוי צו בלייבן דערמיט, און זען וואס מ'קען טון דערצו עס צו בארואיגן, האב איך נישט.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען חלילה דאס מינדעסטע מכשול מתחת ידינו. און אלעס וואס איך זאג זאל זיין רק לטובה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

מיין קומענדיגע סעשאן פרוביר איך צו בויען היפש אויף די געשרייבאכץ פון ר' חיים מאיר פערל נ"י .

ט: וויאזוי איז דיין באוואוסטזיניגקייט ווען עס געשעט דער סימפטאם פון 'שאקלן' וואס מיר האבן גערעדט.

ק: איך טראכט פון די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט, און עס ווערט טאקע בעסער. אבער נאך אלץ וואונדער איך מיך צי מיין נפש איז פארוואונדעט?

ט: לאמיר פרובירן, און השי"ת זאל העלפן. ברענג ארויף אין דיין מיינד די לעצטע מאל ווען עס איז געשען שטארק, און ענדיג: ס'געשעט צו מיר יעצט ווייל... און פרוביר צו באקומען דעם ענטפער פון די וועג וויאזוי דו פילסט דיך, און השי"ת זאל דיר העלפן.

ק: ס'געשעט צו מיר ווייל איך בין פארלוירן.

ט: לאז אפ די ווארט 'פארלוירן'. און גיי אריין אין די רויע געפילן דערפון, און זאג מיר וואס דו פילסט עכט.

ק: עס קומט ארויף די זעלבע צעטיל וואס מיר האבן שוין געמאכט. אז איך פיל מיך נישט שטארק ווייל איך בין פארלוירן אז איך בין אזוי נישט מצליח. און איך זארג מיך וואס עס גייט זיין. דערפאר אנטלויף איך פון מיר אליין. אבער יעצט פיל איך מער די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט.

ק: ס'קוקט אויס ווי דו האלטסט ביי דיר אז עס וואלט געווען א גוטע עצה אז איך זאל טרעפן וויאזוי איך קען יא בלייבן מיט מיר אליין, און טון עפעס זאכליך צו מיינע פראבלעמען. אבער דא מיין איך בין איך גאנץ סטאק

ט: בעזרת השי"ת. זאג מיט זייער א שטארקייט אז אלעס אין דיר זאל עס הערן: איך ווייס נישט פון קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן מיט מיר, און דאך טרעפן א לעזונג צו מיין פראבלעם.

ק: אפשר ווייס איך יא. אבער ס'איז שווער.

ט: זאג אזוי: אויב איך לאז מיך טרעפן א לעזונג צו מיין פראבלעם, דאן.

ק: ס'איז שוין אזויפיל מאל ארויפגעקומען אין אונזערע סעשאנס. ס'קומט ארויף: אויב איך בין מצליח גייט מיך קיינער מער נישט זען. ס'איז נישט אינטערעסאנט. און נאך אסאך מינע זאכן. אבער איך קלער אז ס'איז סתם א מידה פון מורא פון ארויסקומען מיט מיין הצלחה. און איך דארף מיך דערויף שטארקן, פשוט שטארקן.

ט: גוט. שטעל דיך פאר אז דו האסט גוטע פלענער וויאזוי צו מצליח זיין, און איין זאך וואס עס געשעט אין דיר איז אז דו פילסט א צוריקהאלט. און דו ווייסט ביי דיר אז דער געפיל איז דער שורש פארוואס דו האלטסט דיך צוריק. נישטא עפעס א אנדערע שורש.

ק: קעי

ט: דשאסט דו פילסט א צוריקהאלט. א פחד. ס'איז א מידה. דאס איז עס. ס'האט נישט מער שורש ווי דאס אליין.

ק: און

ט: און וואס געשעט ווען דו פילסט עס?

ק: איך לאז אפ. דאס איז וואס געשעט.

ט: זאג אזוי: אויב איך פיל פחד מיינט דאס אז...

ק: אז ס'איז עכט דא פון וואס מורא צו האבן.

ט: גוט. לאמיר דיר פרעגן, ס'איז געווען אמאל אין דיין לעבן וואס דו האסט געפילט פחד, די מידה פון פחד, און צום סוף האסטו איינגעזען אז דו האסטעך נישט געמוזט צוריקהאלטן?

ק: יו פרעגסטו יעצט גוט. דו מאכסט מיך טראכטן.

צעטיל: ווען איך פיל פחד מיינט דאס אז איך דארף מיך מער צוריקהאלטן פון פרובירן צו מצליח זיין. האב איך עקספיריענסד אין מיין לעבן אזעלכע געפילן פון פחד, אז איך דארף מיך צוריקהאלטן פון עפעס, און עס האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט אז איך האב מיך נישט געדארפט צוריקהאלטן, אז ס'איז נאר געווען א מידה? אדער ס'האט אייביג א אמת אין זיך. יעצט האלט איך אז ס'האט א אמת אין זיך, און דערפאר ווייס איך נישט קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן מיט מיר אליין, און זען וואס איך קען טון צו מצליח זיין ב"ה. מוז איך אנטלויפן פון מיר אליין. און זיין שוואך.

והשם הטוב עוזר ויעזור ומורה חטאים דרכו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דעם סעשאן פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י. מ'דארף האלטן קאפ אויף איין פראגע, נעמליך: וויאזוי און פארוואס איז די ענערגיע סטאק ביי דעם מענטש. מ'האלט קאפ אויף די געלויף פון ענערגיע, סיי וויאזוי עס איז סטאק, און סיי וויאזוי ברענג איך צוריק די פלוס דערפון.

ק: איך עקספיריענס נאך אלץ דעם 'שאקל'.

ט: גוט. לאמיר פרובירן, און השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן קענען. ברענג ארויף אין דיין זכרון ווען עס געשעט שטארק, צו עקספיריענסן כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר דיך צוצוהערן ווי כאילו דיין טיפע נפש וויל דיך אויף אזא וועג פארציילן עפעס וועגן זיך, וואס איז עס?

ק: אפשר, זיי דיך צוריק מיישב. ברענג צוריק דיין גלייכגעוויכט. אבער איך בין נישט זיכער צי דאס איז עס.

ט: פרוביר דיך צו זען אינדרויסן פון דיר אליין, און קוקנדיג אויף דיר, צי קענסטו מיר זאגן וואס דו קלערסט, פארוואס ס'געשעט

ק: אפשר, ער איז אנגעצויגן וועגן זיך אליין.

ט: לאז אפ די ווארט 'אנגעצויגן', וואס פילט ער?

ק: אפשר, אומרואיג צי ער ווערט אקצעפטירט.

ט: זאג: איך פיל נישט אקצעפטירט, און ס'מאכט מיר נערוועז. איך קען שווער אויסהאלטן זיך אזוי צו פילן.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס אין דיר מאכט דיך פילן א ספק צי דו ביסט אקצעפטירט?

ק: איך טו אדער האב געטון זאכן וואס האבן א פאטענציאל מיך צו שטעלן אין א ספק.

ט: זאג: צוליב געוויסע זאכן וואס איך האב געטון, אדער טו, קען עס מיך שטעלן אין א ספק צי איך בין אקצעפטירט.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס מיינט ביי דיר 'אקצעפטירט'?

ק: א נארמאלער מענטש וואס הייבט נישט קיין ברעמען אז מ'זאל זיך וואונדערן אויף זיינע מעשים.

ט: שטעל דיך פאר אז מיט דעם אלעם וואס דו האסט געטון וואס דו האסט געטון, מיט דעם אלעם פילסטו אקצעפטירט, וואס קומט ארויף?

ק: איך אליין אקצעפטיר עס נישט. אויב איך וואלט עס אקצעפטירט, וואלט איך מיך דערפון נישט אפגעשיידט.

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי מיך צו אפטיילן פון נישט אנגענומענע מעשים איז ווען איך פיל מיך שטארק נישט אקצעפטירט דערוועגן. נאר דאס קען מיך באשיצן אז איך זאל נישט פארבלייבן נישט נארמאל. עפעס א אנדערע מהלך האב איך נישט. כאטש דאס מאכט מיך גענוג נערוועז ביז ס'געשעט אזא סימפטאם, אבער צו פארבלייבן נישט נארמאל איז פיל ערגער.

ק: (זאגט עס)

צעטל: איך פיל נישט אקצעפטירט, און ס'מאכט מיר נערוועז און אומרואיג. ווייל איך קען שווער אויסהאלטן זיך אזוי צו פילן. די איינציגע וועג וויאזוי מיך צו אפטיילן פון נישט אנגענומענע מעשים איז ווען איך פיל מיך שטארק נישט אקצעפטירט דערוועגן. נאר דאס קען מיך באשיצן אז איך זאל נישט פארבלייבן נישט נארמאל. עפעס א אנדערע מהלך וויאזוי זיך אפצוטיילן פון נישט גוטע מעשים האב איך נישט. כאטש דאס מאכט מיך גענוג אנגעצויגן ביז ס'געשעט אזא סימפטאם, אבער צו פארבלייבן נישט נארמאל איז פיל ערגער.

דאס איז איין מין וועג וויאזוי איך קען מאכן אזא סעשאן. אדער

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו ביסט יעצט אין יענע מצב, און דו פילסט אין דיין גאנצע קערפער א רואיגע שטארקע שטראם פון ענערגיע ווען גארנישט געשעט נישט. קומט ארויף עפעס אומבאקוועם דערמיט וואוסנדיג אז דו ביסט אזוי?

ק: אפשר, מ'זעט מיך נישט. מ'הערט מיך נישט.

ט: וואס האט שייכות אזא 'שאקל' מיט 'מ'זעט מיך נישט'.

ק:

ט: יעצט שטעל דיך פאר אז דו פילסט אז מ'זעט דיך יא, קומט עפעס ארויף אומבאקוועם, פילנדיג אז דאס איז די פאקט

ק: איך פיל אז איך דארף אסאך צושטעלן, און ס'איז מיר שווער.

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען אויפהערן פילן אז איך דארף צושטעלן, איז ווען איך פיל אז מ'זעט מיך נישט אן. עפעס א אנדערע וועג האב איך נישט וויאזוי זיך מסדר זיין דערמיט.

צעטיל: איך דארף צוריקהאלטן מיין געהעריגע ענערגיע, ווייל אויב איך לאז עס פליסן מיט א שטארקייט, הייב איך אן ווערן באווואוסטזיניג אז מ'זעט מיך נישט, און מ'הערט מיך נישט. ווייל אויב איך פיל אז מ'זעט מיך יא, און מ'הערט מיך יא, דאן קומט ארויף אז איך דארף צושטעלן סך מער וויפיל איך שטעל צו, און דאס איז גענוג אומבאקוועם פאר מיר. ענדערש האלט איך צוריק מיין ענערגיע פון פליסן מיט א שטארקייט. אזוי שפאר איך מיך איין פון פילן אז איך דארף צושטעלן. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי זיך אויסצוקומען מיט וויפיל איך דארף צושטעלן האב איך נישט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 7:27 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל רעדן א שמועס וועגן OCD, וואס איז געבויט אויף א שיעור פון סיקסא רב וועגן דעם ענין. יעצט, דאס איז מיין אייגענע דיעה! נישט סיקסאר רב'ס. אויף אזא אופן אז מ'קען נישט קומען זאגן אז איך פארדריי וואס ער זאגט. סאו, דאס איז מיין דיעה. איך בוי עס נאר אויף זיין שיעור.

די טיפקייט פון זיין צוגאנג צו OCD (לויט וויאזוי איך פארדריי עס, אז ס'זאל שטומען לויט מיין דיעה) איז, אז די זיכערקייט פון א מענטש קומט נישט פון טראכטן צו מאכן זיכער. די זיכערקייט וואס א מענטש פילט לגבי א ענין, קומט נישט פון טון פעולות צו מאכן זיכער. די געפיל פון א מענטש אז ער איז 'ריין' און ער שטינקט נישט, קומט נישט פון 'טראכטן' און פון מאכן זיכער אז ער שאוערט זיך טאקע גוט.

זייער א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שטעלט אוועק דער סיקסא רב שליט"א. אז די שורש פון OCD קומט פון ערגעץ ווען אין לעבן וואס מ'איז געווען געצווינגען צו טוישן די וועג וויאזוי מ'פילט זיכער.

ער טענה'ט אז די בעסטע וועג וויאזוי מ'קען פארווייניגערן OCD, וואס ער רופט כ.ו.י. (א גשמיות'דיגע סארט כוחי ועוצם ידי), איז נישט דורך זאגן צו זיך אליין "איך בין צופרידן מיט ניינציג פראצענט אויך", נאר מ'דארף וויסן ביי זיך אליין אז מ'וויל פילן זיכער, און אז מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן זיכער, מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן ריין, מ'האט רעכט צו פילן ביי זיך אז מ'גייט אויף די ריכטיגסטע וועג. ווייל יעדער מענטש פילט גוט. דו האסט אויך רעכט צו פילן גוט. די איינציגסטע זאך איז אז די וועג וואס מ'טוטצו פילן גוט מאכט ערגער.

דאס הייסט אז מ'דארף אפטיילן צווישן די זיכערקייט און צווישן די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. מ'דארף וויסן אז די געפיל פון זיכערקייט קומט נישט פון די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. ס'קומט נישט דורכ'ן מאכן זיכער.

אפילו אויב א מענטש קוקט גוט צי די טיר איז טאקע פארשלאסן, און ער קוקט גוט אז ער האט יא גערייניגט א זאך פון חמץ, קען ער נישט פון דעם נעמען זיין זיכערקייט. עס קומט נישט פון דעם. ווייל דאס איז נישט די געזונטע וועג וויאזוי א מענטש פילט זיכער.

די שאלה וואס פרעגט זיך איז: וויאזוי יא? וויאזוי פילט א מענטש זיכער? און דאס האט נישט קיין תירוץ. פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פילט יא זיכער, פרעגט זיך נישט די קשיא "וויאזוי זאל איך פילן אומזיכער?" ער ווייסט נישט. ער ווייסט נישט וואס פונקטליך ס'מאכט אים פילן זיכער. אויב וואלט א מענטש געקענט אנצייגן וואס עס מאכט פילן א מענטש זיכער, וואלט א OCD געקענט טון יענע זאך, און ער וואלט געפילט זיכער.

קומט אויס פון דעם אז עס איז נישטא קיין ענטפער אויף די פראגע: וויאזוי פילט א מענטש זיכער. וויאזוי זאל איך יא פילן זיכער. ס'האט נישט קיין ענטפער. אבער דאס יא: א מענטש האט רעכט צו פילן זיכער. וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. השי"ת האט אזוי באשאפן. ער געט מיך זיכערקייט. און נישט ווייל איך מאך זיכער, נישט ווייל איך טשעק. אויסדרוקליך נישט

אנשטאטס צו קוקן אויף "וויאזוי זאל איך טון, צו פילן זיכער" קוק אויף "איך האב רעכט צו פילן זיכער" וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. די וועג צו פילן זיכער איז נישט דורכ'ן מאכן זיכער, נאר דורכ'ן אויסהיילן די שורש וואס האט איינגערעדט אז כדי צו פילן זיכער, דארף מען טון פעולות צו מאכן זיכער. דאס איז נישט אמת. זיכערקייט האט נישט מיט מאכן זיכער, עס קומט אלץ א מתנה פון אייבערשטן מאוצר מתנת חינם.

אויב עפעס, איז עס נאר די גורם וואס האט גורם געווען דעם מענטש אז ער האט זיך איינגערעדט אז ער מוז מאכן זיכער כדי צו פילן זיכער.

אפילו אויב א מענטש וואס ליידט אויף OCD אדער וויאזוי ער רופט עס: כו"י, און ער טוט א פעולה וואס געט אים די געפיל אז "אה, יעצט בין איך זיכער, יעצט פיל איך גוט", דארף מען אבער זאגן צו זיך אליין "ס'קען זיין אז יעצט פיל איך גוט, ווייל איך האב געטון געוויסע פעולות, אבער דאס איז נישט די וועג וויאזוי אנצוקומען צו פילן גוט".

פילן גוט, פילן אז מ'טוט גוט, אדער אז מ'איז ריין, אדער אז מ'האט געטון וואס מ'דארף, קומט נישט פון "טון א פעולה", פון וואו קומט עס יא? אזא שאלה, האט נישט קיין תירוץ. און עס דארף נישט האבן א תירוץ. ס'קומט פון זיך אליין. השי"ת געט עס פאר די מענטש.

ווען א מענטש טרעפט זיך טון פעולות וואס מאכן אים פילן זיכער, קען ער זאגן פאר זיך אליין, "איך האב רעכט צו פילן זיכער, איך וויל פילן זיכער, אבער איך דארף נישט טון אזעלכע פעולות כדי דאס צו פילן". מיין זיכערקייט דארף קומען פון א אנדערע פלאץ. אבער פון וואו? פון אויבן. פון באשעפער, פון זיך אליין צו מיר. איך האב רעכט צו פילן זיכער, אבער נישט דורך טון די פעולות וואס איך טו יעצט. "נישט די פעולות מאכן א מענטש פילן זיכער"

אנדערש ווי אסאך וואס זאגן אז א OCD דארף קודם וויסן אז ער דארף פילן אומריין, אדער אז ער איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, אדער אז ער איז א שייגעץ, כדי זיך אויסצוהיילן. דאס איז נישט אמת. א OCD דארף יא וועלן און גליסטן צו פילן גוט. דאס איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז די 'פעולות' וואס מ'טוט כדי דאס צו עררייכן.

די איינרעדעניש איז אז די 'פעולות' זענען די וועג וויאזוי מ'עררייכט ריינקייט.

אבער מ'האט רעכט צו וועלן מיט די גאנצע תשוקה פילן גוט. יעדער פילט גוט. די פראבלעם איז נישט אז מ'וויל פילן זיכער, די פראבלעם איז די איינרעדעניש וויאזוידאס צו עררייכן. דארט געשעט עס. נישט אז דארט געשעט עס, אבער דארט איז די גורם. און דאס קומט אוודאי פון עפעס אנדערש

ס'איז זייער שווער פאר איינעם וואס ליידט פון אזא זאך, צו גלייבן אז זיכערקייט קומט נישט פון טון פעולות.

מ'דארף גיין אזוי.

א) איך וויל פילן גוט. איך האב רעכט. יעדער פילט גוט. יעדער פילט זיכער. יעדער פילט אז מ'טוט גוט. די וועלט לעבט נישט אין ספיקות.

ב) וויאזוי דערגרייך איך עס?

ג) איך ווייס נישט. קיינער ווייסט נישט. קיינער האט נאך קיינמאל נישט געוואוסט. ס'געשעט. השי"ת געט עס. איך ווארט אז השי"ת זאל מיר עס געבן.

ד) אבער דאך, איך וויל פילן זיכער, איך וויל פילן גוט.

ה) גיי צוריק צו אנהייב. איך האב רעכט... דאס צווינגט די מח צו ענדערש טרעפן דארט ווי מ'איז געווארן פארשעמט, אדער מ'האט זיך אויסגלערנט די פאלשע וועג, די איינרעדעניש וויאזוי צו פילן זיכער. אז מ'דארף טון פעולות צו פילן זיכער

און אויב מ'טרעפט זיך טון אדער נאך טון, פעולות כדי צו פילן זיכער. זאגט מען: ס'קען זיין אז איך פיל גוט, אבער נישט דאס איז די וועג. די וועג איז אז צו טרעפן דארט וואס האט מיך אויסגעלערנט אז כדי איך זאל פילן זיכער, דארף איך טון פעולות. זיכערקייט האט נישט מיט פעולות.

כך נראה לי לפום ריהטא. אויסצוגיסן מיינע רעיונות וועגן דעם אינטערעסאנטן שיעור אויף OCD וואס ער רופט כו"י. פארשטייט זיך אז דאס ארבעט צוזאמען מיט ר' שרגא פליישמאנס ני" מהלך פון אויפגעבן יכולת. וכל שם וחניכא דאית ליה

והשם הטוב עוזר ויעזור
.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ק: ווען איך הער א שיעור, אדער וויל איך מיך נישט קאנצענטרירן, אדער קען איך מיך נישט קאנצענטרירן

ט: ענדיג: אויב איך קאנצענטריר מיך יעצט, דאן...

ק: פיל איך ווי איך דארף מיך מבטל זיין

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון פילן מבטל געווען. אויב איך הער דיך, גיי איך פילן אזא געפיל פון 'מבטל געווען', און איך וויל מיך באשיצן דערפון, איך קען מיך נישט ערלויבן דאס צו פילן.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן מבטל געווען. אויב איך גיי מיך קאנצענטרירן אין וואס דו זאגסט, גיי איך פילן אזא געפיל פון 'מבטל געווען', און איך וויל מיך באשיצן דערפון, איך קען מיך נישט ערלויבן דאס צו פילן. האב איך דען א אנדערע יודישע וועג וויאזוי צו הערן און מיט דעם אלעם נישט פילן 'מבטל געווען'.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

די פאלגנדע פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י.

ק: איך האב נאך אלץ עקספיריענסד דעם 'שאקל סימפטאם'

ט: ברענג ארויף אין דיין עקספיריענס ווי כאילו ס'איז יעצט, און זאג: אלעס אין מיר פילט זיך יעצט באקוועם. און געב א קוק צי אלעס אין דיר איז מסכים דערצו?

ק: וועגן עפעס בין איך נערוועז.

ט: פרוביר צוצולייגן דיין אטענשאן צו דיין נפש וואס נפש'ט אט דעם אומרואיגקייט, און פרוביר עס צו פילן, און ענדיג: איך בין אומרואיג וועגן...

ק: איך פיל ווי איך בין עפעס נישט מיט מיר אליין

ט: פרוביר יא צו זיין מיט דיר אליין. צי קומט דיר ארויף אין דיינע געפילן עפעס אמבאקוועמער, ווייניגער באשיצט, און אויב יא, זאג מיר וואס דאס איז

ק: איך טו נישט צום זאך. און ס'שטערט מיר.

ט: ענדיג: איך בין אומרואיג מיט מיר אליין, ווייל ס'קומט מיך ארויף די געפיל אז איך טו נישט צום זאך.

ק: (זאגט עס)

ט: צי וואלסטו געקענט באשטיין מיר צו זאגן מער דערוועגן? וואס ווייסטו מיינט דאס "איך טו נישט צום זאך"

ק: סוף טאג זע איך אלעמאל אז איך בין נישט אנגעקומען מיט עפעס זאכליך.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז יעצט איז ביינאכט, דו גייסט אריין אין בעט, און דו פילסט ביי דיר אז ב"ה, ס'איז טאקע געווען שווער, אבער השי"ת האט דיך געהאלפן און דו האסט געטראפן א וועג אז דוקא וואס דו טוסט, טוסטו נאר זאכן וואס זענען וואס דאס איז וואס דו דארפסט טון. פילט זיך דיר אינגאנצן באקוועם דערמיט?

ק: ניין. איך וויל עפעס ווייזן. אז מ'טוט נישט אזוי מיט מיר. (ביטע נעמען אין אכט אז דאס זענען געפילן אין מיין נפש, אייגן געבויטע דמיונות, און קיינער איז אויסדרוקליך נישט שולדיג.)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן אז נישט קיין חילוק וואס דו טוסט, טוסטו צום זאך. און די רגע ס'קומט ארויף ווייטאג, דשאסט זאג מיר די ווייטאג. אבער דו ביסט מצליח!

ק: איך האב נישט געוואלט אז מ'זאל זיך צו מיר אזוי אויפפירן.

ט: עקספיריענס אז דו ביסט זייער שטארק מצליח, און זאג מיר נאך...

ק: מ'קען נישט טון אזוי צו איינעם. איך וויל יענץ טוישן.

ט: זאג: איך וויל באשיצן פון עקספיריענסן אז איך לאז לויפן די וועג וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס קומט ארויף אומבאקוועם, ווען מיט דעם אלעם לאזטו עס לויפן

ק: איך פיל מיך אזוי ווי לופט.

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון פילן ווי לופט. אויב איך גיי לאזן לויפן וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר, בין איך זיכער ווי לופט. איך האב נישט א וועג וויאזוי דאס צו לאזן לויפן, און מיט דעם אלעם נישט האבן די געפיל אז איך בין לופט.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן ווי לופט. אויב איך גיי לאזן לויפן וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר, בין איך זיכער ווי לופט. איך האב נישט א וועג וויאזוי דאס צו לאזן לויפן, און מיט דעם אלעם נישט האבן די געפיל אז איך בין ווי לופט. אויב איך בין מצליח, מיינט אז איך לאז עס לויפן, און איך וויל מיך באשיצן דערפון. אפילו אויב ווען איך ווייס אז איך טו נישט צום זאך, בין איך אומרואיג צו זיין מיט מיר אליין, און דאס איז גורם א סימפטאם. אבער איך וויל מיך באשיצן פון פילן אז איך בין ווי לופט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי חס ושלום.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

נשמה האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 7:52 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דעם סעשאן פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י. מ'דארף האלטן קאפ אויף איין פראגע, נעמליך: וויאזוי און פארוואס איז די ענערגיע סטאק ביי דעם מענטש. מ'האלט קאפ אויף די געלויף פון ענערגיע, סיי וויאזוי עס איז סטאק, און סיי וויאזוי ברענג איך צוריק די פלוס דערפון.

געוואלדיג, דער און אלע אנדערע סעשענס.

איך האב שטארק הנאה פון דעם וואס דו האסט געלייגט די צוויי שורות מסביר צו זיין אין קורצן ר חיים מאירס מהלך.
בקשה: ביטע אויב דו קענסט אין די קומענדיגע סעשענס שרייבן נאך אפאר קורצע [אדער לאנגע ] שורות נאך אביסל מסביר צו זיין וואס דא טוט זיך.
איי וועט מען פרעגן, גיי צו ר חיים מאירס אשכול ? תירוץ: יעדע פארשטייט א צווייטע שפראך, דו מיט דיין קורצע שורות ברענגט עז ארויס אין איין מינוט.
יישר כח
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

די פאלגנדע סעשאן פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' מאיר חיים פערל נירו יאיר ויזרח

זיין מהלך לויפט אז ענערגיע ווערט געבלאקט ווען מ'פרובירט זיך צו באשיצן פון עפעס. צו כאפן פון וואס און וויאזוי זיין נפש פרובירט זיך צו באשיצן. און מ'פרובירט צו מאכן אז דעם קליענטס נפש זאל כאפן אז ער איז סיי וויאזוי באשיצט. אז ס'פעלט נישט אויס דער בלאק.

ק: איך קום נאך אלץ נישט אן צו עפעס זאכליך.

ט: שטעל דיך פאר אז וואס דו האסט געטון במשכ'ן טאג ביז ביינאכט, איז געווען דאס וואס ווערט אנגעקוקט ביי אלע דיינע ארומיגע און ביי דיר אליין אויף אזא אופן אז דער געפיל "איך האב נישט געטון צום זאך" איז נישט שייך צו טראכטן און פילן בשום אופן. ווייל יעדער, און אויך דו אליין, האלט אז דאס איז וואס דו האסט געדארפט טון.

(איך האף מיט דעם ארויסצוברענגען פון וואס דעם "קליענטס" נפש וויל זיך באשיצן. איך פרוביר צו שטעלן אזא פראגע וואס - לויט ווי איך שטעל מיך יעצט פאר - זאל אויפוועקן די עקספיריענס פון מער נישט זיין באשיצט)

ק: ס'קומט ארויף אזא כראנישע "קיינער קוקט מיך נישט אן".

ט: (זעט אויס אז דעם "קליענטס" נפש וויל זיך באשיצן פון א געפיל פון "קיינער קוקט מיך נישט אן". איך גיי שטעלן א פראגע וואס זאל ארויפברענגען וויאזוי דער "קליענט" באשיצט זיך פון אזא "קיינער קוקט מיך נישט אן" מיט דעם וואס ער טוט נישט צום זאך.)

ט: זע דיך סוף טאג, גארנישט געטון, און ענדיג דעם זאץ: יעצט בין איך אויף עפעס א אופן באשיצט פון אזא געפיל אז "קיינער קוקט מיך נישט אן" ווייל...

ק: נאר ווען איך בין געווען פראבלעמאטיש האט מען מיך אנגעקוקט. (ביטע נעמען אין אכט אז דאס איז נאר אייגנגעבויטע דמיונות...)

ט: ענדיג נאכאמאל דעם פריערדיגן זאץ.

ק: אזוי אנקער איך די אטענשאן פון מיינע ארומיגע צו טראכטן פון מיר.

ט: (איך וויל מער פארשטייין) ווען דו זאגסט "קיינער קוקט מיך נישט אן" וואלסט מיר געקענט מער פארשטיין געבן דיין עקספיריענס?

ק: איך פיל נישט אז איך מאך אויס פאר איינעם. קען זיין איך מאך אויס, אבער איך פיל עס נישט. קיינער באמערקט מיך נישט. אפילו אויב איך ווייס אז מ'באמערקט מיך יא, אבער...

ט: (ווי מ'קען זען האט דער "קליענט" א געברויך צו פילן אז מ'זעט אים נישט. אז מ'באמערקט אים נישט. און איך אלץ "טערעפיסט" וויל אז דער "קליענט" זאל עקספיריענסן פארוואס ער האלט אן דעם 'בעליף'.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר אז ס'איז סוף טאג, און וואס דו האסט געטון איז געווען גוט געטון, און יעדער איז צופרידן, און נישטא קיין מחשבות אז "איך האב נישט געטון צום זאך", ווייל ממש יעדע תנועה איז געווען גוט, לויט דיר, און לויט יעדעם. און אויך שטעל דיך פאר אז דו פילסט אז מ'באמערקט דיך. דו פילסט אז דו מאכסט אויס. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: איך פיל נישט אייגנארטיג.

ט: ענדיג אזוי: ווען איך טו נישט צום זאך, ווער איך אויף עפעס א אופן באשיצט פון די געפיל אז איך בין נישט אייגנארטיג. ווייל...

ק: ווייל נאר דאס איז אנדערש ווי יעדעם.

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון די געפיל אז איך בין אומאייגנארטיג. און די איינציגע וועג וואס איך האב איז ווען איך מאך זיכער אז איך טו נישט צום זאך, ווייל נאר דאס איז עכט אייגנארטיג. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו זיין אייגנארטיג האב איך נישט. אפילו אויב ווען איך טו נישט צום זאך, מאכט עס מיר סימפטאמען, אז איך קען נישט זיין מיט מיך אליין. אבער זיך פילן אומאייגנארטיג איז זייער אומבאקוועם.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון די געפיל אז איך בין אומאייגנארטיג. און די איינציגע וועג וואס איך האב איז ווען איך מאך זיכער אז איך האב נישט געטון צום זאך, ווייל נאר דאס קען מיר געבן די געפיל אז איך בין אייגנארטיג. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו טון צום זאך, און דאך פילן אייגנארטיג האב איך נישט. אפילו אויב ווען איך טו נישט צום זאך, מאכט עס מיר סימפטאמען, אז איך קען נישט זיין מיט מיך אליין. אבער זיך פילן אומאייגנארטיג איז זייער אומבאקוועם.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ק: איך האב נאך אלץ עקספיריענסד דעם סימפטאם. ווען איך טראכט פון די צעטליך, גייט עס אוועק, אבער איך בין דאך נייגעריג צי מ'קען היילן נאך מער.

ט: (אלץ 'טערעפיסט' גיי איך דא מיט דעם אז ס'איז גייסטיג. איך הייב אן קלערן אז אפשר איז דעם "קליענטס" נפש אנגעצויגן, וואס דערפאר געשעט עס. איז איך גיי שטעלן אזא פראגע וואס זאל צווינגען דעם 'קליענט' צו מגלה זיין צי ער איז אנגעצויגן צי נישט.)

ט: עקספיריענס ווי כאילו ס'געשעט יעצט, און זאג: איך פיל אינעווייניג די זעלבע מצב הנפש ווי איך געדענק אז איך בין אלעמאל געווען.

ק: (די רגע דער 'קליענט' וויל דאס אנהייבן זאגן, קומט באלד ארויף אין אים אז ער איז נישט די זעלבע מצב הנפש.)

ק: איך פיל מיך אנדערש.

ט: (איך גיי יעצט שטעלן א פראגע וואס זאל ארויסברענגען מיט וואס ער פילט אנדערש)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן ביידע [די מצב אין וואס ער איז אלעמאל געווען, און די מצב פון יעצט] און ענדיג דעם פאלגנדען זאץ: איך פיל יעצט אנדערש ווי אמאל מיט...

ק: עס קומט ארויף א צעטל וואס מ'האט שוין געמאכט. איך פיל זייער אנגעצויגן אז איך בין נישט אקצעפטירט.

ט: (איך בין נייגעריג צי דאס איז אלעס וואס איז אנדערש, צי ס'איז דא נאך עפעס. סאו, איך גיי דאס פראווען) לייג צו דיין אטענשאן צו דיין עקספיריענס, און פון דארט ענדיג: איך בין אויך אנגעצויגן צוליב...

ק: ס'עקספיריענסד זיך נישט עכט עפעס אנדערש. נאר אז איך פיל מיך מער אין א מצב ווי איך וואונדער מיך צי איך בין אקצעפטירט. איך בין זייער צעבראכן צוליב דעם אז איך בין נישט אקצעפטירט. אז אפשר בין איך נישט אקצעפטירט. מ'האט שוין געמאכט א סעשאן אויף דעם.

ט: (איך בין נייגעריג טאמער די "קליענט" האט א געברויך צו זיין פארנומען צי ער איז אקצעפטירט, צי נישט. וואס דערפאר שטעלט ער א ספק.) שטעל דיך פאר פאר א רגע צוויי, אז דו פילסט די זעלבע ווי אלעמאל לגבי דאס נישט זיין פארנומען צי דו ביסט אקצעפטירט, צי נישט. אויף אזא אופן אז דו ביסט גארנישט פארנומען דערמיט. קומט עפעס ארויף

ק: איך פיל אז איך בין נישט באדארפט.

ט: (יעצט, וואונדער איך מיך צי דער 'קליענט' האט א געברויך צו זיין פארנומען אז ער איז נישט באדארפט) פאר איין רגע, פרוביר דאס אויך אוועקצונעמען, דורכ'ן פילן אז מ'דארף דיך יא. נישט אז דו דארפסט דיך אנשטרענגען צו טראכטן אז מ'דארף דיך, נאר פשוט, דו ווייסט עס. פאר א רגע. קומט עפעס ארויף?

ק: איך טו נישט צום זאך. מ'האט שוין געמאכט א סעשאן דערויף.

ט: (יעצט וויל איך וויסן צי דער קליענט האט א געברויך צו נישט טון צום זאך, כדי צו זיין פארנומען דערמיט) שטעל דיך פאר פאר א רגע אז וואס דו טוסט איז צום זאך. אויף אזא אופן אז דו פילסט עס נישט, נאר דו פילסט דיך גוט. קומט עפעס ארויף?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף א מין ווייטאג

ט: (איך גיי פרובירן דאס ארויסצוברענגען אין ווערטער. ) שטעל דיך פאר אז פאר א רגע פילסטו אז דו ביסט אקצעפטירט, סאו דו דארפסט נישט טראכטן דערפון, דשאסט דו ווייסט אז ס'איז אזוי. דו פילסט אז מ'דארף דיך, און ווייטער, דו דארפסט נישט טראכטן דערפון. דו פילסט אז דו טוסט צום זאך, סאו דו דארפסט פון דעם אויך נישט טראכטן. און זאג: יעצט איז אלעס גוט, סאו איך בין צופרידן. און פרייליך.

ק: ס'פילט זיך נישט גוט. ווי כאילו איך וויל האבן ווייטאג פון עפעס.

ט: (די זאך איז אז יעדע מענטש קען האבן ווייטאג פון עפעס, איינער ווייניגער, און איינער גאר אסאך, אבער איך ווואונדער מיך צי עס פעלט אויס פאר'ן "קליענט", צו שטארק, צו עקספיריענסן ווייטאג, ווייל אזוי באשיצט ער זיך פון עפעס. אדער צי ער ווייסט נישט וויאזוי צו לעבן מיט ווייטאג, וואס איז צומאל אומפארמיידליך)

ט: זאג: איך האב אין מיר א ווייטאג וואס איך פיל אז ס'איז נאכנישט געווארן געהעריג קער גענומען.

ק: איך האב אין מיר א ווייטאג וואס עס קוקט נישט אויס אז מ'קען דערפון קער נעמען. ס'איז ענדלאז. ס'לאזט זיך נישט ענדיגן.

ט: (איך וואונדער מיך וואס איז די סיבה פארוואס די ענערגיע פונעם "קליענט" ווערט אזוי שטארק אפגעהאלטן צוליב די ווייטאג)

ט: דערמאן דיך פון ווייטאג וואס דו האסט אין דיר, וואס געשעט מיט דיין ענערגיע?

ק: איך ווער down. מיין מוד פאלט אראפ. איך פיל אז מיין ענערגיע ווערט אפגעהאלטן דורך דעם. ס'לעשט זיך אויס.

ט: און וואס געשעט מיט דיין מחשבה?

ק: ס'נעמט זיך טראכטן דערפון.

ט: עקספיריענס ווי עס געשעט צו דיר. און שטעל דיך פאר אז דיין ענערגיע ווערט נישט אזוי שטארק אפגעהאלטן, און עס ווערט נישט אזוי שטארק אויסגעלאשן, און דיין מחשבה ווערט נישט אזוי פארנומען דערמיט. צי קומט ארויף אין דיר עפעס אומבאקוועם

ק: עפעס קומט ארויף אזא גאר שטארקע בושה.

ט: ענדיג: איך שעם מיך אז...

ק: מיט מיר אליין. אזא בושה פלעג איך פילן אלץ קינד. אויף עפעס א וועג האב איך מיך דערפון ארויסגעדרייט.

ט: וואס פאר א שייכות, אויב בכלל, האט גאר שטארק צוריקהאלטן דיין ענערגיע ווען דו האסט ווייטאג פון עפעס, מיט דעם אז דו קענסטעך שעמען. פארוואס ווען דו ערלויבסט אז דיין ענערגיע זאל נישט ווערן אזוי שטארק צוריקהאלטן צוליב ווייטאג, קומט ארויף בושה?

ק: איך וואונדער מיך. אפשר ווייל איך אנטלויף פון בושה.

ט: (יעצט וויל איך נישט פרעגן: שטעל דיך פאר אז דו שעמסטעך נישט. ווייל פון א זאך פון וואס מ'אנטלויפט, איז נישט די עצה צו פרעגן "שטעל דיך פאר אז דו פילסט עס נישט".

ט: זאג אזוי: ס'איז מיר שווער מודה צו זיין, אבער אין מיר איז דא א באהאלטענע בושה וואס איך וויל נישט פילן.

ק: יא. ס'שטומט.

ט: א בושה פון וואס?

ק: פון זייער זייער זייער זייער אסאך זאכן.

ט: צי קענסטו עקספיריענסן דעם בושה, און ענדיג: איך שעם מיך פון...

ק: ס'לויפט אוועק. ס'וויל זיך נישט עקספיריענסן.

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון פילן א געוויסע שטארקע בושה וואס איך פלעג פילן אלץ קינד און אלץ בחור'ל. אז איך שעם מיך מיט מיר אליין. דערפאר וועל איך צופיל ווערן סטאק מיט ווייטאג וואס איך גיי דורך. אזוי אז איך זאל נישט פילן די בושה. ווייל די בושה איז זייער אומבאקוועם און אפשר אפילו גאר שרעקעדיג צו פילן. איך האב נישט קיין שום סעיף וועג וויאזוי איך זאל פילן די בושה פון וואס איך אנטלויף כדי איך זאל עס קענען אי"ה באהאנדלן. ענדערש ווער איך פארנומען מיט ווייטאג. אפילו אויב ס'מאכט מיר אזויפיל שוועריגקייטן, און דעם סימפטאם.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן א געוויסע שטארקע בושה וואס איך פלעג פילן אלץ קינד און אלץ בחור'ל. אז איך שעם מיך מיט מיר אליין. דערפאר וועל איך צופיל ווערן סטאק מיט ווייטאג וואס איך גיי דורך. אזוי אז איך זאל נישט פילן די בושה. ווייל די בושה איז זייער אומבאקוועם און אפשר אפילו גאר שרעקעדיג צו פילן. איך האב נישט קיין שום סעיף וועג וויאזוי איך זאל פילן די בושה פון וואס איך אנטלויף כדי איך זאל עס קענען אי"ה באהאנדלן. ענדערש ווער איך פארנומען מיט ווייטאג. אפילו אויב ס'מאכט מיר אזויפיל שוועריגקייטן, און דעם סימפטאם.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי בזכות מזמורי תהלים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

(איך פרוביר צו גיין לויט ר' חיים מאיר'ס געשרייבאכץ)

ק: איך האב נאכאמאל עקספיריענסד דעם סימפטאם. אפילו אויב איך ליין די צעטליך וואס דו האסט מיר געמאכט, האט עס נישט אויפגעהערט צו פארפירן. (דא וויל איך גיין מיט דעם אז ס'איז 'גייסטיג' און נישט פיזיש.)

ט: שטעל דיך פאר אז דו זעסט א מענטש וואס איז גענוי ווי דו ביסט יעצט אין דעם מצב, און ער האט אזא סימפטאם, און דו געסט אזא קוק אויף זיין נפש מיט אזא אינטואיטיווער מבינות, און דשאסט געפיל, און ענדיג: לבי אומר לי אז דאס קומט ווייל...

ק: פארלוירנקייט.

ט: פארוואס איז יענער פארלוירן. זאג דיין מבינות

ק: ער הערט קריטיק. און זיין הארץ פאלט אים איין.

ט: דו פילסט צומאל קריטיק אויף דיר.

ק: קען זיין.

ט: וואס געשעט מיט דיין ענערגיע בשעת דיין נפש פילט קריטיק?

ק: איך גיי איין.

ט: וואס נאך

ק: איך ווער שוואך. אראפגעלאזט. פארלוירן. צעבראכן. מער מיואש.

ט: וואס איז די עיקר נקודה - ווואס עס געשעט מיט דיין ענערגיע - אין איין ווארט:

ק: שטארק צעבראכן און פארלוירן.

ט: שטעל דיך פאר - פאר א רגע - אז דיין נפש פילט קריטיק, אבער דיין ענערגיע טוישט זיך נישט. אוודאי, זעסטו וואס דו דארפסט דיך פארבעסערן, אבער דיין ענערגיע טוישט זיך נישט. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: איך פיל "איך האב מורא אז ס'וועט טאקע נישט גיין"

ט: שטעל דיך פאר פאר א רגע, אז אפילו דו האסט מורא אז ס'וועט טאקע נישט גיין, אזוי ווי די עבר האט שוין געוויזן אומצאליגע מאל, דאך בלייבט דיין ענערגיע אומבארירט. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: וואס איז די תכלית אז מיין ענערגיע זאל בלייבן פליסן?

ט: שטעל דיך פאר פאר א רגע אז מיט דעם אלעם וואס דו וואונדערסט דיך "וואס איז די תכלית אז מיין ענעריגע זאל בלייבן פליסן געהעריג", דאך בלייבט עס אומבארירט. צי קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: א געפיל אז מיין ענערגיע לויפט צוועקלאז.

ט: (איך ווואונדער מיך וואס פאר א שייכות האט דאס ווערן שטארק צעבראכן און פארלוירן מיט זיך באשיצן פון א געפיל אז "זיין" ענעריגע לויפט צוועקלאז. סאו איך גיי פרובירן עפעס)

ט: שטעל דיך פאר אז דו פילסט קריטיק אויף דיר, און דו ווערסט שטארק צעבראכן און פארלוירן. און ענדיג: יעצט האף איך אז איך לעב נישט צוועקלאז, ווייל...

ק: איינער וועט רחמנות האבן אויף מיר און מיר העלפן.

ט: איך וויל מיך באשיצן פון פילן אז מיין ענערגיע גייט אן צוועקלאז אן הצלחה. דערפאר ווען איך פיל קריטיק, איז מיין איינציגע עצה כדי זיך צו באשיצן פון פילן אז איך לעב צוועקלאז, ווערן שטארק צעבראכן און פארלוירן, ווייל אזוי האף איך אז איינער וועט רחמנות האבן אויף מיר און מיר העלפן. כאטש ס'שאפט א סימפטאם. אבער דאס פילן אז מיין ענערגיע גייט אן צוועקלאז, איז מער אומבאקוועם. און איך האב נישט עפעס א אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון פילן אז איך לעב צוועקלאז. בשעת איך פיל קריטיק.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן אז מיין ענערגיע גייט אן צוועקלאז אן הצלחה. דערפאר ווען איך פיל קריטיק, איז מיין איינציגע עצה כדי זיך צו באשיצן פון פילן אז איך לעב צוועקלאז, ווערן שטארק צעבראכן און פארלוירן, ווייל אזוי האף איך אז איינער וועט רחמנות האבן אויף מיר און מיר העלפן. כאטש ס'שאפט א סימפטאם. אבער דאס פילן אז מיין ענערגיע גייט אן צוועקלאז, איז מער אומבאקוועם. און איך האב נישט עפעס א אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון פילן אז איך לעב צוועקלאז. בשעת איך פיל קריטיק.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי חס ושלום.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

בזכות הצדיקים ובזכות רבי ישכר בער בן ר' יצחק מראדאשיץ זצ"ל, היינט די יארצייט.

איך גיי פרובירן צו גיין מיט די מהלך פון ר' חיים מאיר פערל נ"י, אז די סימפטאם איז אלץ א אויסדרוק פון ענערגיע וואס איז געבלאקט אלץ א באשוץ. און די עצה איז צו מגלה זיין פאר'ן נפש אז ס'פעלט שוין נישט אויס דער באשוץ, אזוי ארום מאכט זיך בעזרת הוי' אויף דער בלאקעדש.

ק: ווען איך ליג אין בעט אינמיטן נאכט, פיל איך דעם סימפטאם, בלילות יסרוני. און אפשר ווען איך טראכט פון די צעטליך וואס דו האסט מיר געמאכט, גייט עס אוועק, אבער פארוואס דאן יא? (איך נעם דא אן אז דער סימפטאם איז גייסטיש)

ט: עקספיריענס ווי ס'איז יעצט, און וואס וואלסטו געזאגט וויל זיך דער סימפטאם אויסדרוקן?

ק: פחד. און פארלוירנקייט. "וואס וועט זיין, וואס וועט זיין."

ט: זאג: די איינציגע וועג וואס איך קען יעצט טון איז זיין אין פחד און פארלוירן, איך ווייס נישט פון עפעס אנדערש

ק: (זאגט עס)

ט: (דא וויל איך דערגיין פון וואס דער "קליענט" באשיצט זיך ווען ער קלויבט ענדערש דעם וועג פון זיין אין פחד און פארלוירנקייט.)

ט: שטעל דיך פאר פאר א רגע אז דיין ענערגיע לויפט ווייטער געהעריג, דו פילסט דיר מלא האפענונג, דו פילסט דעם שטארקייט, בשלום יחדו אשכבה ואישן וגו'. טראץ דעם וואס דו ביסט אין אזא מצב. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: ס'קומט ארויף "דו קערסט נישט. יענער האט ווייטאג, און דו קערסט נישט. בטחון אויף יענעמ'ס חשבון? פיל מיט" ("קליענט" לאזט אראפ א טרער)

ט: (איך וויל מער ארויסברענגען וואס דער "קליענט" ווייסט, און פון וואס פונקטליך ס'וויל זיך באשיצן)

ט: (מיט א ווייעכע שטומע און מיטגעפיל) לויט ווי איך זע, זעסטו ווי ... גייט דורך אסאך ווייטאג

ק: זייער אסאך. זייער זייער אסאך. און וואס קען איך טון צו העלפן? איך בין אזוי צעבראכן דערפון.

ט: וואס טוט דיך וויי דאס מערסטע פון דעם

ק: אלעס.

ט: צי וואלסט עס מיר געקענט זאגן אין איין נקודה וואס דאס איז וואס ס'איז

ק: יענעמס צער.

ט: לאמיר דיר פרעגן עפעס. ווייל יענער האט ווייטאג, ביסטו אין פחד און פארלוירן? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?

ק: ס'איז א וועג פון מיטפילן.

ט: זאג: איך וויל באשיצן און אנהאלטן מיין געפיל אז איך קער יא, און אז איך פיל יא מיט. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען באשיצן דעם געפיל אז איך קער, אז איך פיל מיט, מיט דיין צער, איז דורך פחד און פארלוירנקייט. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו פילן אז איך קער, און אז איך פיל מיט האב איך נישט.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל באשיצן און אנהאלטן מיין געפיל אז איך קער יא, און אז איך פיל יא מיט מיט דיין צער. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען באשיצן דעם געפיל אז איך קער, אז איך פיל מיט, מיט דיין צער, איז דורך פחד און פארלוירנקייט. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו פילן אז איך קער, און אז איך פיל מיט האב איך נישט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דעם סעשאן פרוביר איך צו גיין לויט ר' חיים מאיר פערל'ס געשרייבאכצער , אז די ענערגיע פון א מענטש ווערט געבלאקט דורך א אופן וויאזוי דער מענטש וויל זיך באשיצן פון עפעס, און די עצה ב"ה איז צו מגלה זיין פאר'ן נפש אז די שוץ געשעט פון זיך אליין. און אזוי עפנט זיך אויף ב"ה די בלאקעדש

ק: אין איינע פון די פריערדיגע סעשאנ'ס איז ארויפגעקומען אז איך אנטלויף פון פילן בושה. איך וואלט געוואלט גיין נאך טיפער

ט: (וואס איך וויל דערגרייכן איז, אז דער "קליענט" זאל נישט אפשטעלן די פלוס פון זיין ענערגיע ווען ער פילט בושה)

ט: שטעל דיך פאר א מצב וואו בושה געשעט שטארק אין דיר, און צי וואלסטו מיר געקענט זאגן וואס עס געשעט מיט דיין ענערגיע

ק: איך לאז אלעס אפ, און איך נעם מיך טראכטן פון דעם.

ט: יעצט שטעל דיך פאר אז טראץ דעם גייסטו ווייטער מיט געהעריגע ענערגיע. דו פילסט די בושה, אבער דו שטעלסט דיך נישט אפ, צי קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: איך פיל ווי איך קען עפעס פארשטיין פון מיך אליין, און איך וויל עס נישט לאזן גיין.

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך אליין פארשטיין איז דורכ'ן יעצט טראכטן פון די בושה וואס איך פיל. אויב איך לאז עס גיין, וועל איך מיך נישט פארשטיין.

ק: (זאגט עס)

ט: (ס'דא מענטשן וואס ווילן זיך פארשטיין. און איך וויל פארשטיין פארוואס דער 'קליענט' טראסט נישט אז פארשטאנד אין זיך געשעט פון זיך אליין, אדער מיט ווייניגער טראכטן)

ט: שטעל דיך פאר אזא מציאת. אז דאס ביסל וואס דו ווילסטעך פארשטיין, גייסטו דיך פארשטיין. דו גייסט דיך אליין ארויסהאבן. אבער עס גייט געשען אנדעם וואס דו זאלסט יעצט פאר'דוקא טראכטן פון דיר אליין. קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: עס קומט ארויף אזא שטארקע געפיל אז איך וויל מיך באשיצן פון עפעס. באשיצן פון ווייטאג.

ט: עקספיריענס שטערקער וואס איך האב דיר פריער געבעטן, און ענדיג: איך וויל מיך באשיצן פון...

ק: ס'קומט ארויף "איך ווער שטארק געטשעפעט, און ס'טוט מיר וויי, איך וויל עס באשיצן"

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון שטארקע טשעפערייען איז צו האלטן אז איך וועל מיר נאר פארשטיין ווען איך וועל יעצט פאר'דוקא טראכטן פון די בושה וואס איך פיל, אדער סתם אזוי פון מיר. און אז פון זיך אליין וועל איך מיך נישט פארשטיין. איך האב נישט א אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען. כאטש ס'האלט צוריק מיין ענערגיע.

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען איז צו האלטן אז איך וועל מיר נאר פארשטיין ווען איך וועל יעצט פאר'דוקא טראכטן פון די בושה וואס איך פיל, אדער סתם אזוי פון מיר. און אז פון זיך אליין וועל איך מיך נישט פארשטיין. איך האב נישט א אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען. כאטש ס'האלט צוריק מיין ענערגיע.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

(יעדע מאל מיר זעען א קליענט, דארפן מיר טראכטן, און האלטן אין קאפ: וויאזוי און פארוואס האלט ער צוריק זיין ענערגיע פלוס. און ב"ה קענען מיר טרעפן א וועג וויאזוי זיין נפש זאל איינזען אז עס פעלט נישט אויס דער באשוץ, ווייל דער נפש איז שוין באשיצט דערפון דורך עפעס א אופן)

ק: האסט מיר געמאכט א צעטיל אז איך וויל באשיצן מיין געפיל פון פילן שטארקע טשעפערייען. (באשיצן מיינט: טראכטן אגאנצן צייט אז מ'זאל נישט פלוצלינג כאפן א טשעפע) איך קען באשטיין צו גיין נאך טיפער

ט: (דער קליענט דארף אלעמאל ארויפברענגען אין זיין עקספיריענס די מצב ווען א געוויסע סימפטאם געשעט שטארק, ווייל דאן לויפט די ענערגיע פונעם מענטש לויט די בלאקעדש, און מיר קענען האבן צוטריט צום בלאקעדש)

ט: (וואס איך וויל יעצט איז, איך וויל פארשטיין פארוואס אפילו ווען קיינער טשעפעט נישט אין מציאות דעם "קליענט", דאך איז ער פארנומען זיך צו באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען, און ער קען עס נישט לאזן גיין)

ט: (איך גיי מאכן אז דער "קליענט" זאל עקספיריענסן א אינערליכע מצב ווי זיין ענערגיע לויפט, נישט אויף א אופן פון זיך באשיצן, און דאן האף איך וועט ארויפקומען פון וואס ער באשיצט זיך)

ט: עקספיריענס כאילו דו ביסט יעצט אויף א פלאץ וואו דו פילסט שטארק אז דו ווילסט דיך באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען

ק: גוט

ט: און שטעל דיך פאר - פאר א רגע - אז דו ביסט אינערליך נאר פארנומען מיט וואס דו דארפסט טון, און נישט אויף א אופן פון זיך באשיצן פון פילן טשעפערייען. סאו, מאך גאר שטאט דאס גיין פון איין תנועה צום צווייטן, ביי דיר, און ביי ארומיגע. זאכן רוקן זיך שטאט. ווען ביי יעדע תנועה איז אין דיר נישט דא די ענערגיע זיך צו באשיצן פון שטארקע טשעפערייען. נאר דו טוסט פשוט וואס דו האסט צו טון. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף אזא געפיל אז "קיינער איז נישט עכט אינטערסירט אין מיר". אדער ערגעץ אנדערש קומט ארויף "איך בין אפגעפרעגט, גארנישט ווערד". אדער - ביי א אנדערע פלאץ - קומט ארויף: איך בין דיסקאנעקטעד. אדער "יעצט גייט מען קריטיקירן וואס איך טו". אדער "איך קען נישט כאפן מיין חשיבות". אדער "איך קען מיך נישט טרעפן".

ט: לאמיר דיר פרעגן. ווען איינער זאל דיר קומען פארציילן אז ער פילט די אלע אויבנדערמאנטע זאכן. און נוצנדיג דיין אינטואישן, וואס וואלסטו אים געזאגט, וויאזוי זענען די אלע אויבנדערמאנטע זאכן קאנעקטעד איינס צום צווייטן?

ק: איך ווייס נישט וואס, אבער עס קומט מיר ארויף אזא בילד ווי איך בין א בחור אין א ישיבה, און דער געפיל האב איך געהאט.

ט: (ווען עס קומט ארויף א אלטע געשעעניש, קען מען עס נוצן אויף מער צו פארשטיין א געוויסע "הלכה" וואס גייט יעצט פאר אינעם נפש. ווייל דארט, ביי יענע געשעעניש, שטייט עס מער מפורש ארויס. ווען א מענטש ווערט עלטער, "לערנט ער שוין אנדערע בלעטער". הגם יענע "דפים" זענען נאך אלץ וואס טרייבן דעם נפש)

ט: לאמיר צוריקגיין אין יענע ישיבה. וואלסט מיר געקענט זאגן וויאזוי דו פילסט דיר בשייכות מיט די אויבנדערמאנטע זאכן?

ק: איך פיל ווי זיי זענען די זאך, איך קען מיך נישט פארמעסטן מיט זיי. איך פיל נישט אז איינער איז עכט אינטערעסירט אין מיר. און איך האב מורא אז מ'זאל נישט קריטיקירן וואס איך טו.

ט: ס'איז געווען שטארקע טשעפערייען?

ק: איך האב מיך געפילט אראפגעקלאפט. מ'האט מיר געקענט טשעפענען אויך.

ט: (איך וויל פרובירן שטערקער ארויסצוברענגען וואס דער קליענט פילט, אז פון וואס ער איז בעיקר נישט באשיצט)

ט: שטעל דיך פאר ווי דו ביסט יעצט אין ישיבה, און אז טראץ דעם וואס דו ווייסט די אלע זאכן, גייסטו אן מיט דיין פולע ענערגיע, און דו פרובירסט דיך נישט צו באשיצן פון שטארקע טשעפערייען, צי קומט עפעס ארויף?

ק: איך פיל מיך געפערליך גארנישט ווערד. און שלעכט מיט מיך אליין.

ט: עקספיריענס ווי דו ביסט יעצט אין יענע ישיבה, גייסט אין א זייט, נעמסט א ספר, און דו לערנסט פאר דיר, אן דעם וואס דו זאלסט פרובירן זיך צו באשיצן פון שטארקע טשעפערייען. קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: יא. עס קומט ארויף אין בין גארנישט חשוב.

ט: (מ'דארף אלעמאל אויספרעגן א קליענט וואס געוויסע ווערטער מיינען ביי אים. ווייל אזוי קען מען צוקומען טיפער. צום ביישפיהל, ביי יעדעם מיינט די ווארט 'חשוב' אביסל אנדערש)

ט: וואס מיינט ביי דיר "גארנישט חשוב" ? ענדיג: גארנישט חשוב, מיינט...

ק: מ'קוקט נישט אויף מיין זייט. איך בין נישט ווערד צו נעמען אין באטראכט. איך בין נישט ווערד מיך צו נעמען אלץ חבר. איך האב נישט קיין מעלות.

ט: (וואס מיך וואונדערט איז, פארוואס דער "קליענט" איז פארנומען צו טראכטן אז ער איז נישט ווערד אים צו נעמען אין באטראכט, וכו'.)

ט: ווען אין דיין לעבן איז דיר בייגעפאלן צו טראכטן אז דו ביסט נישט ווערד צו נעמען אין באטראכט. צו נעמען אלץ חבר. אז דו האסט נישט קיין מעלות.

ק: ווען איך האב אויפגעהערט מצליח צו זיין אין לערנען. און אין די סדרי הישיבה.

ט: שטעל דיך פאר אז טראץ דעם, פילסטו ביי דיר אז דו ביסט ווערד צו נעמען אין באטראכט. קומט עפעס ארויף אומבאקוועם?

ק: ס'מאכט נישט קיין סענס, און ס'איז נישט וואויל, אז אזא איינער זאל נאך אלץ זיין חשוב.

ט: וואס האט דאס אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז אזא איינער זאל נאך אלץ זיין חשוב, מיט דיך דארפן באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען?

ק: אה. יא. ס'מאכט נישט קיין סענס אז איך זאל נאך אלץ זיין חשוב. יא, איך דארף מיך באשיצן פון שטארקע טשעפערייען. איך בין אפגעפרעגט.

ט: (ווי מיר זעען יעצט האט דער "קליענט" א געברויך צו טראכטן תמיד אז ער איז נישט ווערד צו נעמען אין באטראכט זיינע מעלות. און דאס שאפט אז ער פילט צווישן מענטשן נישט ווערד, און אפגעפרעגט. און דיסקאנעקטעד. ווייל אויב ער גייט ווייטער פילן אז ער איז גענוג חשוב צו נעמען אין באטראכט, פילט ער אז ס'איז נישט קיין קלוגע און גוטע זאך אזוי צו טון מצד די מענטשן ארום. און דאס שאפט אז ער פילט זיך געטשעפעט. וואס דערפאר וויל ער זיך היטן דערפון, און דערפאר איז ער שטענדיג פארנומען זיך צו היטן פון א טשעפע.)

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון אומלאגיק און פון נישט וואוילקייט. ס'מאכט נישט קיין סענס, און ס'קומט נישט אזוי, אז אויב איך בין נישט מצליח אין לערנען, און אין די סדרי הישיבה, זאל איך נאך אלץ זיין ווערד צו נעמען אין באטראכט. איך זאל נאך אלץ האבן עפעס מעלות. מיר צו נעמען אלץ א חבר. צו קוקן אויף מיין זייט. כאטש דאס מאכט אז איך זאל זיין פארנומען מיט'ן זיך באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען, און טראכטן פון בושה וואס איך פיל. און נאך זאכן. אבער צו לעבן מיט אומלאגיק און מיט נישט וואוילקייט איז מער אומבאקוועם. איך האב נישט א וועג צו טראכטן אז מ'קען מיר נאך יא נעמען אין באטראכט. אז איך האב נאך אלץ עפעס מעלות.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון אומלאגיק און פון נישט וואוילקייט. ס'מאכט נישט קיין סענס, און ס'קומט נישט אזוי, אז אויב איך בין נישט מצליח אין לערנען, און אין די סדרי הישיבה, זאל איך נאך אלץ זיין ווערד צו נעמען אין באטראכט. איך זאל נאך אלץ האבן עפעס מעלות. מיר צו נעמען אלץ א חבר. צו קוקן אויף מיין זייט. כאטש דאס מאכט אז איך זאל זיין פארנומען מיט'ן זיך באשיצן פון פילן שטארקע טשעפערייען, און טראכטן פון בושה וואס איך פיל. און נאך זאכן. אבער צו לעבן מיט אומלאגיק און מיט נישט וואוילקייט איז מער אומבאקוועם. איך האב נישט א וועג צו טראכטן אז מ'קען מיר נאך יא נעמען אין באטראכט. אז איך האב נאך אלץ עפעס מעלות.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול ח"ו מתחת ידינו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

אלעמאל ווען מיר מאכן א סעשאן דארף מען טראכטן אז די ענערגיע פונעם קליענט איז אויף א געוויסע אופן סטאק, עס קען נישט לויפן געהעריג. ווייל דער קליענט וויל זיך פון עפעס באשיצן. און מיר דארפן פרובירן אויפכאפן דעם 'עפעס', וואס ווייסט דער קליענט אז עס האט אים אויסגעפעלט צו מאכן סטאק זיין ענערגיע אויף דעם מין אופן, און עס אנהאלטן סטאק. און פרובירן צו מגלה זיין אז דער באשיץ פעלט שוין נישט אויס, ווייל ער איז באשיצט דערפון ב"ה.

(ס'איז נישט אלעמאל לייכט צו כאפן די פרא-סימפטאם פאזישאן, די 'פאזישאן' וואס ר' חיים מאיר נ"י רופט "די מהלך הנפש וואס מ'איז בוחר אלץ א וועג זיך צו באשיצן פון א געוויסע שוועריגקייט, א געוויסע פראבלעם". דערפאר דארף מען צומאל נאכאמאל אנהייבן פון אנהייב. אזוי ווען מ'גרובט פאר א קוואל און עס קען זיין אז מ'האט געגראבן ממש נעבן, אבער דאך נישט ביים קוואל.

איז ווען מ'הייבט אן נאכאמאל פונעם סימפטאם, ווערט צומאל נתגלה זאכן, אפילו צומאל א קליינעם, אבער עיקר חידוש, וואס מ'האט נישט אויפגעכאפט ביי די ערשטע פאר מאל. סאו, ס'קען זיין אז די צעטיל קוקט אויס די זעלבע ווי א פאריגע צעטיל וואס מ'האט שוין געמאכט, אבער ס'איז נישט די זעלבע, נאר ס'האט אין זיך א קליין חידוש וואס טוישט די גאנצע זאך.)

ק: איך האב פריער עקספיריענסד דעם סימפטאם, און ווען איך קלער פון וואס עס שטייט אויף די צעטליך גייט עס אוועק, אבער דאך, פיל איך אז ס'איז נאך דא ארבעט.

ט: השי"ת זאל "אונז" העלפן. לאמיר נאכאמאל גיין פונעם סימפטאם, און זען צי עס קומט ארויף איינע פון די צעטליך וואס מיר האבן שוין געמאכט. אדער וואס עס קומט ארויף. שטעל דיך פאר, און עקספיריענס, ווי עס איז יעצט ווען דער סימפטאם געשעט שטארק. און פרוביר צו זען א מענטש וואס איז פונקט ווי דיר, און האט אויך דעם סימפטאם, און אנקוקנדיג דעם מענטש אלץ ענערגיע וואס לויפט, נוצנדיג דיין אינטואישן און געפיל, וואס וואלסטו געזאגט איז די סיבה פארוואס ס'געשעט אים?

ק: ער איז פארלוירן און דערשראקן. אומזיכער. עס פעלט אים פעסטקייט.

ט: ענדיג פון יענע פלאץ וואס פילט זיך פארלוירן, דערשראקן, אומזיכער: וויאזוי קען יעצט מיין ענערגיע לויפן פעסט, און זיכער, ווען איך ווייס אז...

ק: איך האב נישט

ט: נאכאמאל

ק: אז איך בין נישט קיין מענטש

ט: (מ'דארף אלעמאל עפענען יעדע אויסדרוק פונעם קליענט, און עס פארברייטערן)

ט: וואס מיינסטו צו זאגן "איך בין נישט קיין מענטש" ?

ק: איך טו נישט וואס איך האב צו טון. איך דריי מיך ארויס פון מיינע פליכטן. איך גיי מיט'ן קאפ אין וואנט אריין אן רעכענען קאנצעקווענצן. איך טו נישט גוט.

ט: (צומאל דארף מען קוקן ווען דער סימפטאם האט זיך אנגעהויבן. איך נעם דא אן אז ס'איז גייסטיג, כאטש עס קען אויך זיין פיזיש, אבער איך גיי דא מיט דעם אז סאיז גייסטיש)

ק: איך מיין אז איך געדענק ווען דער סימפטאם האט זיך אנגעהויבן, ווען מיין ב"ב שתחי' עמו"ש האט מיר געזאגט "וואס וועט זיין מיט געלט..."

ט: גוט. שטעל דיך פאר ווי עס איז יעצט, יענע מינוטן, און וואס פילסטו אין דיר, וואס געשעט מיט דיין ענערגיע?

ק: איך פיל ווי איך ווער צעבראכן אינעווייניג

ט: וויאזוי איז עס אנדערש ווי ווען דיין ענערגיע לויפט "נארמאל" ?

ק: איך האלט עפעס צוריק

ט: ענדיג: איך האלט צוריק..

ק: איך האלט צוריק מיין שטאלץ.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן "מיין שטאלץ" ?

ק: אז איך בין עכט נישט ווערד.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן: איך בין עכט נישט ווערד, וואס געשעט מיט דיין ענערגיע?

ק: איך דרוק עס אראפ.

ט: וויאזוי איז עס אנדערש ווי ווען דיין ענערגיע לויפט געהעריג?

ק: איך האלט צוריק, און איך דרוק אראפ מיין ווערד.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן "מיין ווערד" ?

ק: מיין ווערד איז וואס געט מיך מוט און כוח אנצוגיין, מיין ווערד איז וואס געט מיך כוח זיך אקעגן צושטעלן און זיך אננעמען פאר מיינע רעכטן, מיין ווערד איז וואס געט מיר כוח אז איך בין אויך א מענטש פונקט ווי יעדעם.

ט: שטעל דיך פאר יענע רגע וואס דו האלטסט צוריק דיין ווערד, און ענדיג: אויב איך ערלויב מיך, נישט צוריקהאלטן מיין ווערד, נאר איך לאז עס אזוי ווי פארדעם, דאן...

ק: איז עס א סימן אז איך קער נישט.

ט: (עס איז כדאי צו פרעגן א פאר מאל כדי ס'זאל ארויסקומען די מערסטע אמת)

ט: נאכאמאל

ק: איז א סימן אז איך קער נישט.

ט: וואס מיינט "איך קער נישט"

ק: עס גייט מיך נישט אן אז דו ליידסט. מ'האט שוין געמאכט א צעטיל אויף דעם.

ט: פיין. מ'האט שוין טאקע געמאכט. אבער זאג מיר: וואס האט צוריקהאלטן און אראפדרוקן דיין ווערד, מיט'ן זיך באשיצן פון פילן אז דו קערסט נישט? וויאזוי באשיצט עס דיר פון דעם געפיל?

ק: איך פיל דיין צער. איך בין נישט סעלפיש.

ט: יא, אבער וואס עפעס דוקא דיין ווערד, ס'מוז זיין אז עפעס דוקא דיין ווערד.

ק: אפשר אז אזוי וועל איך מיך טוישן.

ט: פארוואס וועסטו דיך טוישן?

ק: ווייל איך וויל יא פילן ווערד.

ט: לאמיר א רגע צוריק גיין צום אנהייב סעשאן, און סאיז ארויסגעקומען אז פריער ווען דו האסט געפילט דעם סימפטאם, האסטו געפילט: פארלוירן און דערשראקן. אומזיכער. אז ס'פעלט דיר פעסטקייט. ווייל "איך בין נישט קיין מענטש", איך טו נישט וואס איך האב צו טון. איך דריי מיך ארויס פון מיינע פליכטן. איך גיי מיט'ן קאפ אין וואנט אריין אן רעכענען קאנצעקווענצן. איך טו נישט גוט.

צי ווייסטו צו ס'האט א שייכות מיט'ן צוריקהאלטן און אראפדרוקן דיין ווערד?

ק: איך קען פילן אז ס'האט שייכות.

ט: ענדיג: אויב פיל נישט ווערד, דאן פיל איך פארלוירן און דערשראקן, ווייל...

ק: (קומט גארנישט ארויס)

ט: (סאו איך פרוביר אויף א אנדערע וועג)

ט: שטעל דיך פאר, און עקספיריענס, אז דו פילסט ווייניג ווערד, צוליב די סיבות וואס דו האסט אויסגערעכנט פריער, און מיט דעם אלעם פילסטו פעסט, נישט פארלוירן און דערשראקן, נאר זיכער און פעסט. קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט ארויף פחד. ווער ביסטו זיך צו שלאגן פאר דיר אליין.

ט: (איך וואלט געקענט ארבעטן אויף צו פארשטיין פארוואס ווען דער "קליענט" פילט זיך ווייניג ווערד, פארוואס ער פילט אזא פחד. און פרובירן צו מאכן אז דער "קליענט" זאל זיך קענען פילן ווייניג ווערד, אבער נישט פילן דערשראקן און אומזיכער. אבער פארוואס פעלט עס אויס? א מענטש דארף פילן ווערד אלץ א חלק אלוק ממעל)

ט: ענדיג פון די פלאץ אין דיר וואס פילט "איך בין נישט קיין מענטש", אזוי ווי דו האסט עס פריער אויסגעשמועסט וואס עס מיינט אלץ ביי דיר "איך בין נישט קיין מענטש". און פון יענע פלאץ ענדיג: אויב איך גיי מיך ערלויבן יא צו פילן ווי א מענטש. דאן...

ק: מאכט עס נישט קיין סענס.

ט: נאכאמאל

ק: מאכט עס נישט קיין סענס.

ט: ענדיג אזוי: אויב איך בלייב פילן אזוי ווי יעצט איז דא א חלק אין מיר וואס האפט אז....

ק: אז איך וועל מיך טוישן. מ'האט שוין געמאכט א צעטיל.

ט: יא ריכטיג.

ט: (לויט ווי מיר קענען זען ביז אהער וויל זיך דער "קליענט" באשיצן פון צוויי זאכן, אדער מער. איינס איז אז ער קען נישט פארטראגן צו פילן א געוויסע וועג וואס שטומט נישט לאגיש אז אזוי קומט צו פילן. צוויי ער וויל זיך טוישן, און דערפאר קען ער באשטיין אזוי צו פילן. און מיר קענען זען אז מעגליך אז די עכטע סימפטאם איז ער האלט צוריק און דרוקט אראפ זיין ווערד. און אלץ קאנצעקווענץ פילט ער דעם סימפטאם.)

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון א געפיל אז איך קער נישט פאר דיר, און אז איך האלט מיך נישט ביים פארבעסערן. און מיין איינציגע וועג איז דורך צוריקהאלטן און אראפדרוקן מיין ווערד. פון פילן אז איך בין א מענטש צווישן מענטשן. נאר דאס קען מיך באשיצן פון אזא געפיל. ווייל דאס וועט מיך צווינגען אז איך זאל מיך יא טוישן. און אפילו אויב ס'מאכט פארלוירן און דערשראקן. אומזיכער. פעלט פעסטקייט, און ס'מאכט אזא סימפטאם, אבער פילן אז איך קער נישט פאר דיר, און אז איך האלט מיך נישט ביים טוישן איז סך מער אומבאקוועם.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

איך וויל מיך באשיצן פון א געפיל אז איך קער נישט פאר דיר, און אז איך האלט מיך נישט ביים פארבעסערן. און מיין איינציגע וועג איז דורך צוריקהאלטן און אראפדרוקן מיין ווערד. (מיין ווערד איז וואס געט מיך מוט און כוח אנצוגיין, מיין ווערד איז וואס געט מיך כוח זיך אקעגן צושטעלן און זיך אננעמען פאר מיינע רעכטן, מיין ווערד איז וואס געט מיר כוח אז איך בין אויך א מענטש פונקט ווי יעדעם.) נאר דאס קען מיך באשיצן פון אזא געפיל. ווייל דאס וועט מיך צווינגען אז איך זאל מיך יא טוישן, ווייל איך וויל יא פילן ווערד, און טוישן מיינט קערן. און אפילו אויב אזא באשיצונג מאכט מיך פילן פארלוירן און דערשראקן. אומזיכער. און אז ס'פעלט מיר פעסטקייט, און ס'מאכט אזא סימפטאם, אבער פילן אז איך קער נישט פאר דיר, און אז איך האלט מיך נישט ביים טוישן איז סך מער אומבאקוועם.

צעטיל

איך וויל מיך באשיצן פון די געפיל אז איך פיל אנדערש ווי מיין לאגיק פסק'נט. עס איז נישט לאגיש ווען איך ווייס אז איך טו נישט וואס איך האב צו טון. (אז איך דריי מיך ארויס פון מיינע פליכטן. אז איך גיי מיט'ן קאפ אין וואנט אריין אן רעכענען קאנצעקווענצן. אז איך טו נישט גוט), איז נישט לאגיש צו פילן א מענטש צווישן מענטשן. און די איינציגע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון דעם געפיל איז, צו פילן "איך בין נישט קיין מענטש", דאס איז די איינציגע וועג, ווייל אזוי האף איך אז איך וועל מיך טוישן, כאטש פילן "איך בין נישט קיין מענטש" מאכט מיך פארלוירן, דערשראקן, און אומזיכער. אבער צו פילן אז איך גיי אזוי בלייבן איז מער אומבאקוועם.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא חס ושלום שום מכשול מתחת ידי, ויהי' אך טוב לישראל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”