היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

קושטא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:43 am
די אלע חסידי סאטמאר דא וואס רעדן מיט ביטול וועגן דעם נסיעה און דעם מגבית לשם שמים מאכן א שרעקליך גרויסן טעות.

ס'איז קיין שום ספק שבעולם אז רבינו הק' מסאטמאר זי''ע וואלט געקוואלן פאר שמחה דערלעבענדיג אזא טאג. ער פלעגט דאך אלץ ווייטאגן אויף דעם, אז מיט דעם וואס ערליכע אידן לומדי תורה נעמען פון זיי געלד, מיט דעם גיט מען זיי חיות און יניקה אנצוגיין מיט זייער מדינה וואס איז דאך די גרעסטע מעכב הגאולה. ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ווען נישט דאס וואס שלומי אמוני ישראל זענען נהנה פון זייערע געלטער וואלט די מדינה שוין לאנג נישט געהאט קיין קיום. און אז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ס'איז געווען דער רצון העליון אז ס'איז אראפגעקומען א רוח טהרה ממרום, אז די ערליכע אידן בני תורה ולומדי הישיבות הייבן זיך אן מתנזר צו זיין פון זייערע געלטער, און ווערן אליינס איבערצייגט אז אויב וויל מען קען מען אנהאלטן מוסדות און ישיבות על טהרת הקודש, - זאל עס זיי מלובש און סיי וועלכע סיבה ס'זאל נאר נישט זיין- איז דאס א שמחה רבה מאוד פאר אלע ערליכע אידן וואס קלאמערן זיך און פירן זיך לאור תורתו פונעם מאור הגולה רבינו מסאטמאר זצ''ל וכל קדושיו עמו

און ס'איז זיכער, אז דאס איז א גרויסע נפילה פאר די צד הטומאה פון די סט''א, וואס זיי זענען דאך די אמת'דיגע פירערס פון די מדינה. און זיי ווילן דאס נישט בשום אופן, ווייל דאס שוואכט זיי זייער שטארק אפ, דאס האקט אונטער זייערע מקורות היניקה און זייער זכות קיום. נאר מן השמים האט מען רחמנות געהאט, ווער וויסט צוליב וועמענ'ס זכות, אדער גאר למעני למעני אעשה. עכ''פ ווער ס'גייט באמת לאור תורתם פון די צדיקים דער דארף זיין באמת מלא שמחה פון אזא ערשיינונג. רעדן מיט די מינדעסטע ביטול קעגן אזא נסיעה און מגבית גרעניצט זיך מיט חילול שם שמים, און שמעקט פון קנאות מזיופות. ווען אידן ווילן זיך אנהייבן פירן אויפן ריכטיגען וועג איז יעצט די צייט צו גיין בודק זיין די ציצית,? די מיינסט נאר אזויפיל לשם שמים, און נאר אהער, און נאר אהין, רח''ל מהאי דעתא.

סאטמארע חסידים אייכם ? ווי זענט עטץ ?
תלמידי וחסידי סאטמאר וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע זיי אקעגן קומען מיט ריזיגע סכומים פון צענדליגער מיליאנען דאלארן, די גרעסטער קבלת פנים וואלט געדארפט זיין אין קרית יואל בתוככי העיר, און טאקע אינעם יום ההתייסדות פונעם קרן הצלה כ' סיון. לקדש שם שמים קבל עולם ומלואו אז יא, מ'קען ברייט אויסהאלטן אלע מוסדות אין ארץ ישראל על טהרות הקודש און מ'ברויך נישט צוקומען צו די ציוניסטישע געלטער. און דער אויבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל ברענגען אן התקרבות הגאולה און א ביטול המדינה ע''י משיח צדקנו, ובהתרוממות קרן התורה וישראל ובהתגלות כבוד שמים עלינו בב''א.
דאס אלעס איז אפילו אויב די וואס זענען שולט אויף די קאסע זענען יעצט גרייט צו מאכן פשרות אויפן גיוס געזעץ צו קענען ווייטער זיין בארעכטיגט פאר ציוניסטישע געלטער ?
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:53 pm


אלעס וואלט גוט געווען ווען די מעשה איז טאקע אזוי, למעשה רעדט מען נישט פון קיין שום התנזרות. זיי פרובירן מיט אלע מיטלען צו באקומען ווייטער נאך, און ווי די אגודיסטן רייצן זיך דארפן זיי ניטאמאל אונזער געלט סאו.. פאר די וואס האבן זיך מיט אן אמת מתנזר געווען טוט מען טאקע וואס דו זאגסט.
נישט אלעס איז התנזרות, ס'דא נאך נסיונות. יעדע פרוטה פאר ישיבות העלפט אז בחורים זאלן ארויסשטייין פון גזירת גיוס. מ'זאגט פאר די מדינה, ווילסט נישט געבן געלט? מיר האבן אויך געלט, אבער אין מיליטער גייען מיר נישט.

ס'איז טאקע נישט 100 פראצענט שיטת סאטמאר, אבער יעדע טריט אוועק פון ציונות וואלט געדארפט אויפפלאמען יעדן סאטמארער חסיד
טראכט הויעך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:19 pm

Re: היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט הויעך »

געהערט א טיף ווארט פון א סאטמארער תלמיד וחסיד רעדענדיג איבער די מסע הצלה: געדענקן דארף מען אז ווען דער רבי זי״ע האט מיט די סאמע לעצטע כוחות זיינע געגרינדעט דעם קרן הצלה, איז דאס געווען פאר די סיבה ווייל די מדינה האט אנגעהויבן טיילן געלט, די יעצטיגע קאמפיין איז פאר מוסדות וואס מוטשענען זיך ווייל די מדינה האט אויפגעהערט געבן…

לענינו, עס איז זיכער אז סאטמאר וואלט געווען די ערשטע אויפן וואגאן ווען דא רעדט מען פון א פולשטענדיגע התנזרות, עיין פרשת תלמידי רבי שמואל אויערבאך, א גאנצע מחנה מיט מוסדות וואס האבן באקומען א אוזן קשבת און יד נדיבה אין ביידע סאטמארער שטרעמונגן ווייל זיי זענען געגאנגן פארן פולשטענדיגן טיילונג. ווייטער יעצט שפירט זיך עפעס די דאזיגע קאמפיין ווי אזא חבי כמעט רגע, א שטיקל סובסיטוט ביז די מדינה ערהוילט זיך אביסל און עפענט צוריק די קראנען פאר די חרדים, אויף אזא שפיל האבן די סאטמארער נישט קיין געפיל
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

איך וויל פארשטיין, די אלע וואס פרעגן וואו איז סאטמאר, מאי נפקא מינה וואו סאטמאר איז? מאיז דאך אנגעקומען צום גאול, וואס פונקטליך ווילט עטץ פון סאטמאר?.....
nobody
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

קארן האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 7:44 am
איך וויל פארשטיין, די אלע וואס פרעגן וואו איז סאטמאר, מאי נפקא מינה וואו סאטמאר איז? מאיז דאך אנגעקומען צום גאול, וואס פונקטליך ווילט עטץ פון סאטמאר?.....

איך האף 'עסט נישט ברגז זיין, אבער קיינער פרעגט נישט, הכל טוב!

סאטמארע ניקים אויף אייוועלט זענען דן צווישן זיך.
nobody האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:54 am
ברעיקינג!
איינער אויף די אייראפעישע קאנטינענט רעדט צו די זאך.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: היסטארישע מסע הצלה דורך גדולי הדור קיין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

קוקט ענדערש אויס ווי די נישט סאטמערע ניקים.....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”