היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ממש
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:39 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש »

הארזים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:40 pm
שה אחד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:48 am
ווען איז נפטר געווארן רבי שאול גאלדשטיין הנ"ל דער רב אין מילדוי?
וואו דארף ער צו ליגן?
פון עלי זכרון
גאלדשטיין.jpg
גאלדשטיין.jpg (34.24 KiB) געזען 218 מאל
גאלדשטיין 2.jpg
גאלדשטיין 2.jpg (192.84 KiB) געזען 218 מאל
גאלדשטיין 3.jpg
גאלדשטיין 3.jpg (191.12 KiB) געזען 218 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מילדוי איז געווען גאנץ פארגעשריטן יענע צייט, עס איז געווען דארט געהעריג עלעקטעריק, גרויסע אידישע געשעפטן, און ביזנעסער.

עס איז געווען דארט א באזע פון די מיליטער, אסאך בחורים האבן זיך דורכגעדרייט דארט צוליב דעם.
דער מסעות משה פלעגט האבן צענדליגע געסט בחורים וואס זענען געווען אין די מיליטער און זיי האבן געזיכט עטוואס אידישע מאכלים און א נארמאלע געלעגער, און דארט האבן זיי געפונען א אפענע שטוב.

(באוויסט איז עטליכע מעשיות וואס איז פארגעקומען דארט ביים מסעות משה אין יענע תקופה.)

די ארומיגע שטעטלעך זענען געווען מער צוריקגעבליבן.

איך וועל שפעטער שטעלן עטוואס בילדער פון די אידישע געשעפטן וכו'.
אטעטשמענטס
מארק פלאץ אין מילדוי-01.jpeg
מארק פלאץ אין מילדוי-01.jpeg (397.72 KiB) געזען 205 מאל
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום זונטאג מאי 05, 2024 8:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

וואו קען איך זעהן מער איבער משפחת פאשקוס פון מילדוי?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

◄ ווייז ספוילער
הארזים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 1:06 am
הארזים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 12:50 pm


א באריכט אין די Prágai Magyar Hirlap למספ' 1931-05-27:

די אידישע בית הכנסת אין מילדוי סעפשי האָט אפגעברענט.

אונזער קארעספאנדענט פון מילדוי סעפשי מעלדעט: נעכטן צוויי אזייגער נאָכמיטאָג, האָט די מילדויער אידישע בית הכנסת פארכאפט געווארן אין פייער פון אן אומבאקאנטער סיבה און איז אין עטליכע סעקונדעס פארכאפט געווארן אין פלאמען. און נאר א דאנק די איבערגעגעבנקייט פון עטליכע מענטשן און פייערלעשער איז געראטעװעט געווארן די ספרי תורה און א טײל פון די ספרים, די בית הכנסת האט אינגאנצען אפגעברענט. די שאדנס איז העכער 30,000 קראנען.

דאס איז געווען י' סיון תרצ"א לפ"ק.

און פונקט צוויי חדשים שפעטער עשרה באב תרצ"א לפ"ק איז געווען די אבן הפינה פאר די נייע בנין כנ"ל.
אין די קאשוי'ער צייטונג KassaiUjsag 1931_ 05_27 :
די אידישע בית הכנסת אין מילדוי סעפשי איז פארברענט געווארן אין פייער:
מאנטאג צוויי אזייגער נאכמיטאג האט א פייער אויסגעבראכן אין די אידישע בית הכנסת אין מילדוי און אין געציילטע סקונדעס איז די גאנצע געביידע געווען פארכאפט אין פייער.
א דאנק צו די געציילטע איבערגעגעבענע מענטשען צוזאמען מיט די פייערלעשער איז געראטעוועט געווארן עטליכע פון די ספרי תורה און ספרים.
פון די גאנצע געביידע איז פארבליבן בלויז א הויפן ברוכווארג.
די פייערלעשער האבן געהאט א שווערע ארבעט פון פארלעשן די פייער און זיכער מאכן עס פארשפרייט זיך נישט.
די שאדענס ווערט געשאצט אויף 30,000 טשעכישע קרוינען.
אזוי ווי די קהילה איז אינגאנצען אן קיין געלט, איז די אויפבוי פונעם נייעם בית הכנסת א גרויסע לאסט אויף זיי, און מען וועט עס נאר קענען שאפן דורך פרעמדע נדבות.
אטעטשמענטס
KassaiUjsag_1931_05-1691478029__pages218-218-01.jpeg
KassaiUjsag_1931_05-1691478029__pages218-218-01.jpeg (92.51 KiB) געזען 167 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אשל חיים - טארנא תרצ"ה

הה"ג מו"ה משה טענענבוים אב"ד ני'
(אליעזר) [אלטר] ישראל ווייס ראה"ק
חברה ש"ס
ר' יצחק אייזיק אייזען
מו"ה אליעזר זאב ווייס, הנ''ל
מו"ה דוב שטערן
מו"ה אליעזר זאב עלעפאנט
מו"ה יוסף גליק
מו"ה ישראל אלי' ליכטמאן
מו"ה משה [דרעזדנער] שו"ב, הנ''ל
מו"ה יעקב אלימלך הערשקאוויטש שו"ב [טשויטוי].
אטעטשמענטס
38374_140_964_0-01.jpeg
38374_140_964_0-01.jpeg (64.18 KiB) געזען 154 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מציבת רבי שמואל בן רבי אלטר ישראל ווייס ראה"ק דק"ק מילדוי אויפן הר הזיתים.
(איך האב געבעטען פונעם הר הזיתים וועבזייטל שטאב א בילד פון די זייט ווי עס ווערט דערמאנט די גאנצע משפחה, ווען איך וועל עס באקומען וועל איך עס אהערשטעלן.)

פ"נ עטרת ראשנו אבינו היקר אשר הדריך אותנו באהבה בדרך הישר רודף צדקה וחסד, רחים ומוקיר רבנן מוהר"ר שמואל ווייס ז"ל בן הרה"ח מוהר"ר אלטר ישראל ז"ל הי"ד שיחתו בכל עת בדברי תורה, וקבע עתים ללמוד בחבורה משאו ומתנו ויגיע כפיו באמונה, צידותיו ישרות בהשכל ותבונה ויט שכמו להחזיק בעץ החיים, וחינך צאצאיו לתורה ויר"ש אהבת חסד ושלום בנפשו קשורה, פנה זמנו לנצרכים תושיה ועזרה לבו דבוק בחכמים והלך בעקבותיהם, בתמימות והכנעה קיבל דבריהם זכויות הרבה ברוח עצה וגבורה, בשנות המלחמה בעת זעם ועברה לדורותיו ימליץ טוב בשמי מעלה, כאשר התמסר לחנכם בדרך הסלולה נלב"ע בשם טוב אדר"ח אלול ה'תשנ"ט שם אמו חיה שרה ע"ה תנצב"ה
אטעטשמענטס
רבי שמואל ווייס ממילדוי.jpg
רבי שמואל ווייס ממילדוי.jpg (384.13 KiB) געזען 47 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הארזים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 7:57 pm
רבי ישראל ראטענבערג פון די ראשי החברה ש"ס אין מילדוי הנ"ל.
רבי ישראל ראטענבערג ממילדוי
בן רבי יצחק מאיר
בן רבי יוסף
בן רבי יצחק מאיר
בן רבי יוסף אחיו של אוהב ישראל מאפטא
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מציבת ר' אליקים געצל ראטענבערג ממילדוי בן רבי ישראל הי"ד בוועלוואוד לאנג איילענד - תלמיד מישיבת נייטרא ואונסדארף.

אן אמאליגער בעל הבית, נאכן ריטייערן האט מען זיך צוריק גענומען צום גמרא מיט א פעסטקייט, מסיים געווען עטליכע מאל ש"ס און נאך פארגעלערנט שיעורים.
אטעטשמענטס
אליקים געצל ראטענבערג ממילדוי.jpg
אליקים געצל ראטענבערג ממילדוי.jpg (388.67 KiB) געזען 16 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5601
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:42 pm
אידישע פרעסע כ"ו חשון תרפ"ט.

א מעמד אינעם אלטן בית הכנסת אין מילדוי בראשות המסעות משה.

מילדוי:
דעם 28טן אקטאבער האבן מיר אפגעהאלטן א יארטאג מסיבה אינעם בית הכנסת.
די באטייליגטע, 60 אידן, װי אויך פארשטײער פון די רעגירונג זענען געװען אזוי סאך, אז די בית הכנסת איז געווען פיל און עס איז נישט געווען קיין פלאץ.
אויפן פארשלאג פון דער הויפט רב טענענבוים [הגה"ק המסעות משה זי"ע] איז געגרינדעט געװארן א פאנד צו בײשטײערן א הויז אין דער סלאװאקישע כולל אין ירושלים, װאס זאל געבויט װערן אויפן נאמען פון פרעזידענט מאסאריק.
דער געדאנק איז געווארן ברייט אפלאדירט, און עס איז צום האפן אז אלע קהילות וועלן ביישטייערן צו דעם צוועק.
יארטאג פון די אונגארישע מלוכה, וועגן דעם איז אויך געווען פארשטייער פון די רעגירונג.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”