איך וויל גיין אויף דיין וועג!!
*
א צווייטער גייט אהיים פון סמעדרעש, און ער האלט פונקט ביי מסכת שבת, און ער יאגט זיך אהיים, ער דארף נאך ענדיגן זיין טעגליכע שיעור, ער כאפט שנעל ארויס פון שענקל א ארטסקראל שבת גמרא, און בארגט עס אן רשות...
*
א חסיד ביים רבי’נס טיש, ער מוז יעצט מיטהאלטן די הייליגע עבודה פון רבי’ן, און ער לויפט טיפער אריין אין היכל הביהמ”ד... אויפן וועג שטופט ער און צוקלאפט און צוטרעט אפאר אידן...
*
זיצט א איד אינדערפרי מיטן ספר און קאווע און לערנט געשמאק, אינמיטן געבט ער א קוק אויפן זייגער און זעהט אז עס ווערט שוין כמעט סוף זמן תפלה, און ער טראכט.. נע.. כ’וועל שוין ענדערש כאפן חצות... זאגט די גמרא ווייטער...
*
דוגמאות איז דא הונדערטער, יעדע מענטש דארף פאוקעסן אויף די אייגענע הלוך ילך, בכל דרכיך דעהו
געדענק! וועמען ווילסטו דינען, דיינע געשמאקע געפילן אדער דעם הייליגן באשעפער.
ס’האט אמאל געזאגט א קלוגע איד: פארוואס עסטו פיש? האסטו ליב דעם פיש? ניין. דו האסט זיך ליב!
לענינינו:
דו דינסט דעם באשעפער וועגן דיינע געפילן און הארציגע נטיות, אדער ווייל דו ווילסט דינען גאט ברוך הוא אונזער טאטע אין הימל.
רבונו של עולם! איך בעט דיר! הוריני ה’ דרכך! דיין וועג!