Re: איז די פרייז פון פרוכט און גרינצייג אין די היימישע געשעפטן ארויס פון קאנטראל?
1800 who cares,yes yes האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 9:59 amאין די פאאד ליין איז דא אסאך דיפרענט חלקיםכשרן פסח האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 9:14 amסא די זאגסט אז איינער וואס מאכט א גערודער וויאזוי צו שפארן אידיש געלט איז ליידער? טאמער ווייס איך נישט וויאזוי די עסן מארקעט ארבעט, מעג איך נישט קויפן די זעלבע באטעל מילך פאר א דאלאר ביליגער? קענסט אפשר מסביר זיין דיינע ווערטער? אז איין קאמפאני טונא איז איבער א דאלאר ביליגער מיז איך קויפן די טייערע וועגן איך בין נישט געגאנגען אין קאלעדזש?ותיק וחסיד האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 12, 2024 7:37 pmליידער במחילת כבודו, פארשטייט יואל פעלזען גאר ווייניג וויאזוי די עסן מארקעט ארבעט. ער ברויזט אויף אידישע קינדער בעיסד אויף שטותים.
ווער עס קען אביסל וויאזוי זאכן ארבעטן ווייסן אז מען קען נישט ארויפלייגן קיין מארדזשינס אין די וועלט אריין אין א וועלט פון קאמפעטישאן. דער וואס פארקויפט טייער איז ווייל ער קויפט טייער.
עס וואלט געווען א גןטע מערכה ווען עס איז ווען אמת, אבער ברוך השם קאפיטאליזעם ארבעט, קעפיטאליזים טוט שוין די ארבעט פון זיכער מאכן אז מען פארקויפט פאר די ביליגסטע וואס מען קען.
עס איז דא געפאקטע עסן
עס איז דא געקענטע עסן
עס איז דא פרישע עסן
עס איז דא עסן וואס מאכט דיר אויפן פלאץ
אין נאך
יעדע זאך פארזיך האט א וועג ווי אזוי מען טשארטשט עס
אין יעדע זאך איז א חילוק ווי אזוי א געשעפט קויפט עס
צי מאכען א א אווערנעס איבער געפאקטע עסן ווי למשל אז געפען'ס אויל איז סך טייערער ווי ליבערס אדער גאלדן פלוי'ס מילך צי דבש
איז א זאך וואס מען קען אפשר פארשטיין, אפילו די טייערע קאמפאניס קענען זאגען אז זיי האבן בעסערע קוואלעטי
גראסערי צי גראסערי פארגלייכען איבער געפאקטע פראדיקטען איז דא א חילוק גרעסערע גראסעריס מיט די קארנער גראסערי אין איך האף אז איר פארשטייט אז אויב די קליינע גראסערי לייג די זעלבע פראצענט ווי די גרויסע קען ער יעצט שפארען דאס געשעפט
די אווערנעס קען מער זיין די זעלבע קאמפאני פראדוקט אויף די זעלבע סייז געשעפט אין איינער איז סך טייערער איז עס א גיטע קשיא
שטאט צי שטאט, איך האף אז איר פארשטייט אז א געשעפט אין ווילי איז אפען 12 חדשים א יאר אין 2 זימער חדשים פין דעם נישט אז ער פארדינט נישט נאר ער דערלייגט נאך
קעגן די מאנסי מאנרא געשעפטן וואס די 2 חדשים מאכען זיי מער געלט
פרישע עסן ווי למשל פרוכט איז א סוגיא פארזיך וואס דאס אינוואלווד אסאך זאכען אין פין דעם האט ער גערעדט אז ר' יואל קען נישט די ליין
דער וואס צאלט די געלט האט א רעכט צו טאן דערמיט וואס ער וויל, איך קויף איין אסאך פרוכט און גרינצייג אויף העווימייער שוין יארן און די פרייזן זענען א דריטעל אדער א פערטעל פונעם היימישען סטאר און די בעסטע קוואליטי וואס די קענסט נישט טרעפן אין וויליאמסבורגע געשעפטן , סא וואס פונקטליך זאגסטו דא? ניין איך קען נישט די ליין אבער ווען איך צאל פאר 2 גרויסע עגגפלענטס 2 פאר א דאלאר, אנשטאט 3 דאלאר פאר איין קליינע,האב איך מיר געסעיווט 5 טאלער אדער מער, וואס איז מיר א חילוק וויאזוי עס ארבעט?