פערזענליכע זכרונות און עובדות מיט די קאסוב'ע רבי זצוק"ל כ"ג סיון תשפ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

פערזענליכע זכרונות און עובדות מיט די קאסוב'ע רבי זצוק"ל כ"ג סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ליידער האבן מיר דערלעבט דעם ביטערן טאג ווען ס'זאגט זיך שוין "די קאסוב'ע רבי זצ"ל"
אויף אים קען מען זאגן "אבי אבי רכב ישראל ופרשיו" אבי אבי: געווען ווי א טאטע צו אזויפיל לבבות נשברות און זיך אינטרעסירט אין זיי אזש זיי האבן געפילט ווי זיי זענען די רבי'ס פרענד. רכב ישראל: אזויפיל פרשה'ס בכל מיני ענינים שהשתיקה יפה להם זענען אנגעקומען צו אים און ער האט אויסגעהערט און מדריך געווען מיט זיין טיפן מח און ברייטע הארץ.
א רבי וואס האט זיך געפירט מיט אזא מין פשטות, ער האט געקענט זיצן אין בית חיה פארטיפט אין א רשב"א און עניוואן האט געקענט פשוט צוגיין און אנהייבן רעדן מיט אים

אזויפיל פערזענליכע מעשיות און אנעקדאטן האבן מענטשן מיטגעהאלטן און מיטגעלעבט
לאמיר מייחד זיין דעם אשכול פאר אזאנע מעשיות

איך וועל גיין פתיחה. איך האב אמאל מיטגעהאלטן ווי די רבי ז"ל האט געמאכט שילוח הקן, און תיכף נאכן פארשיקן די מאמע האט ער אריינגעפלויגן אין א דביקות פאר עטליכע לאנגע מינוט... אוי איז דאס געווען א מחזה הוד, מען האט געקענט שפירן דעם שכינתא בגלותא (וואס איז געווען א ענין די רבי ז"ל פלעגט שטארק קאכן דערין...)
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: פערזענליכע זכרונות און עובדות מיט די קאסוב'ע רבי זצוק"ל כ"ג סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אריינגעוואנדערט אמאל צו מעריב ליל ב' דר"ה, די לדוד מזמור איז געווען עפעס וואס כהאב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט מיטגעהאלטן , און תיכף פושט ולובש צורה געווען צום סעודת יום טוב מיט א מוראדיגע שמחה
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: פערזענליכע זכרונות און עובדות מיט די קאסוב'ע רבי זצוק"ל כ"ג סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

געמבלער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:17 am
אריינגעוואנדערט אמאל צו מעריב ליל ב' דר"ה, די לדוד מזמור איז געווען עפעס וואס כהאב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט מיטגעהאלטן , און תיכף פושט ולובש צורה געווען צום סעודת יום טוב מיט א מוראדיגע שמחה
וואס רעדסטו. לדוד מזמור און אקדמות זענען געווען עניועל היילייטס.

#ס'בענקט
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: פערזענליכע זכרונות און עובדות מיט די קאסוב'ע רבי זצוק"ל כ"ג סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

cdc59ca272804bc19bfc59ae4f10c0f1.jpg
cdc59ca272804bc19bfc59ae4f10c0f1.jpg (109.07 KiB) געזען 335 מאל
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”