לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

האט איר הנאה אבער איז זענט נישט פון די וואס שרייבן צו?

לייק
74
95%
.
4
5%
סך הכל שטימען: 78

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דרייטצעך האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן: האט איר שוין אמאל געהאט אז איר שרייבט א גאנצע לאנגע דרשה און ווען איר האלט שוין ביים ענדיגען דיליט איר עס בטעות?
דאס האט פריער פאסירט צו מיר מיט די היינטיגע ארטיקל...
כהאב שוין נישט קיין צייט היינט עס איבער צו שרייבען, אי''ה דאנערשטאג בל"נ א גרעסערע.

טאקע ווייטאגליך, עטליכע לענגערע תגוובות מיינע איז קיינמאל געוואןר איבערגעשריבן נאך אזעלכע אינצידענטן... עצה טובה פאר נעקסטיים אויב ווייסט מען אז מען גייט שרייבן א לאנגע תגובה/ארטיקל, שרייבן אין א ווארד פיייל און נאכדעם אריינברענגען, דארטן ווערט עס נישט אזוי שנעל פארלוירן.

" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

קנאפער ידען האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן: האט איר שוין אמאל געהאט אז איר שרייבט א גאנצע לאנגע דרשה און ווען איר האלט שוין ביים ענדיגען דיליט איר עס בטעות?
דאס האט פריער פאסירט צו מיר מיט די היינטיגע ארטיקל...
כהאב שוין נישט קיין צייט היינט עס איבער צו שרייבען, אי''ה דאנערשטאג בל"נ א גרעסערע.

טאקע ווייטאגליך, עטליכע לענגערע תגוובות מיינע איז קיינמאל געוואןר איבערגעשריבן נאך אזעלכע אינצידענטן... עצה טובה פאר נעקסטיים אויב ווייסט מען אז מען גייט שרייבן א לאנגע תגובה/ארטיקל, שרייבן אין א ווארד פיייל און נאכדעם אריינברענגען, דארטן ווערט עס נישט אזוי שנעל פארלוירן.

יישר כחכם.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

דרייטצעך האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן: האט איר שוין אמאל געהאט אז איר שרייבט א גאנצע לאנגע דרשה און ווען איר האלט שוין ביים ענדיגען דיליט איר עס בטעות?
דאס האט פריער פאסירט צו מיר מיט די היינטיגע ארטיקל...
כהאב שוין נישט קיין צייט היינט עס איבער צו שרייבען, אי''ה דאנערשטאג בל"נ א גרעסערע.

טאקע ווייטאגליך, עטליכע לענגערע תגוובות מיינע איז קיינמאל געוואןר איבערגעשריבן נאך אזעלכע אינצידענטן... עצה טובה פאר נעקסטיים אויב ווייסט מען אז מען גייט שרייבן א לאנגע תגובה/ארטיקל, שרייבן אין א ווארד פיייל און נאכדעם אריינברענגען, דארטן ווערט עס נישט אזוי שנעל פארלוירן.

אוטשי...

גראדע די בעסטע איז גוגל דאקס, דארט ווערט עס אויטאמאטיש געסעיווט. און מען קען עס עפענען פון עני דעווייס.
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

חלקי האט געשריבן: האט איר שוין אמאל געהאט אז איר שרייבט א גאנצע לאנגע דרשה און ווען איר האלט שוין ביים ענדיגען דיליט איר עס בטעות?
דאס האט פריער פאסירט צו מיר מיט די היינטיגע ארטיקל...
כהאב שוין נישט קיין צייט היינט עס איבער צו שרייבען, אי''ה דאנערשטאג בל"נ א גרעסערע.

ווייטאגליך,
שוין אויכט געהאט אמאל
ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף דאנערשטאג,
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10273
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

צום ערשטן מאל אריינגעבאמפט דא. גאר א שיינע ארבעט @חלקי!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

ווי אזוי בויעט מען א ברענד - ברענד סטראטעגיע (1 - פארוואס בין איך דא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

א גוט יאר חבירים. לאמיר גלייך גיין ווייטער, צונעמען די יסודות אין בויען א גוטע ברענד.

די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז ארויס צו האבן די אינסיידס פון די ביזנעס - די פאטענציאלע ברענד.
ארויס האבן די מאטיווען פון די ביזנעס, וואס ליגט אונטער די ברענד, פארוואס טוהט די ברענד עקזעסטירן, וואס וויל מען אויפטוהן, פארוואס זאל פאר מענטשען בכלל אנגיין אז די ביזסט דא.
מען מוז אויך ארויסהאבן די וויזיע די פון די ברענד, וואס וויל מען אנקומען? וויאזוי וויל מען זען די ברענד אין די עתיד?
אזוי אויך דארף מען האבן א קלארקייט אין די מיסיע פון די קאמפעני, וואס איז עס, ווי אזוי גייט מען עס אקאפלישען, און ווי אויך וויאזוי וועט מען אנקומען אויסצופירען די vision און אנקומען צום ציל.

לאמיר נעמען א משל פון אייקיא'ס מישען סטעיטמענט,
Create a better everyday life for the many people.
די איין שורה זאגט אלעס איבער אייקיא Create - זיי מאכן = פורניטשוער Better - בעסער = שיין און גרינג צוזאם צושטעלן Everyday - פאר טאג טעגליכע באנוצען ווי די הויז און אפיס For The Many People - מיט ביליגע פרייזען און גריג צו באקומען אזוי אז מער מענטשען האבן צוטריט.

אזוי איינמאל מען האט ארויס קלאר די Purpose, Vision & Mission איז שוין א גרויס חלק פון די ארבעט אראפ.

א מהלך וואס ווערט אפט באנוצט צו ארויסהאבן א ברענד ווערט גערופען " די גאלדענע רינג ."
The Golden Circle (A4).jpg
The Golden Circle (A4).jpg (27.55 KiB) געזען 2810 מאל

רוב קאמפעניס ווייסען און וועלן קענען מסביר זיין וואס זיי טוהן, זיי וועלן קענען קלאר זאגן וואס זיי פארקויפן (לאכט נישט, אבער סאיז דא א היבש אסאך ביזנעסער וואס סוועט זיי נעמען אזא גוטע האלבע שעה אויב נישט מער צו מסביר זיין וואס זיי טוהן.) אסאך קאמפעניס וועלן קענען אויך מסבר זיין וויאזוי זיי טוהן עס. די סוקסעס אבער פון א גוטע ברענד איז נישט בלויז וויסען פארוואס זיי טוהן וואס זיי טוהן נאר אויסבויען די גאנצע ברענד פון דעם פארוואס. לאמיר דאס אויסשמוסען,
וועלמיר נעמען א דוגמא עפל, סאיז דא נאך צענדליגע קאמפעניס וואס מאכן קאמפיוטערס צו פאונס און אסאך פון דעם זענען גאר גוט, ווי אזוי איז פאר עפל געלונגען צו בויען אזא שטארקע ברענד?
איז אזוי, א נארמאלע עד צו אדוועטייזען א קאמפיוטער וועט איר זעהן איז בערך אזוי: מיר פארקויפן די בעסטע קאמפיוטער פאר אפיס ארבעטער, סאיז אזוי און אזוי שטארק, אזוי און אזוי קלאר וכו'. אנדערש איז אבער עפל, זייער גאנצע מארקעטינג לויפט אינגאנצען אנדערש. עפל מארקעט נישט זייער פראדוקט, זיי מארקעטען זייער "פארוואס" זייער עקזיסטענס, זייער מישען. די געדאנקען גאנג אונטער די עפל ברענד איז בערך אזוי:
פארוואס: אין אלעס וואס מיר טוהן פרובירן מיר צו טראכטען פארקערט פון די אנגענומענע מיינונג, מיר טראכטן אנדערש.
וויאזוי: די וועג ווי אזוי מיר טראכטן אנדערש איז דורך דעם וואס אונזערע פראדוקטען זענען דיזיינט שיין, געשמאק, סימפל, און יוזער פרענדלי.
וואס: פערצופאל מאכן מיר קאמפיוטערס.
דאס איז אפן שפיץ גאפל וויאזוי עפל טוהט מיט א קלארקייט בויען זייער ברענד און אזוי כאפט עס מענטשן. און דארט ווי מען ווערט עמאשענעלי קאנעקטעט דארט קויפט מען.

עניוועי דאס איז עס פאר יעצט צום ווידערזעהן קומענדיגע וואך.
שכוח פארן ליינען, הצלחה ברכה.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

הערליך!!!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

ווי אזוי בויעט מען א ברענד - ברענד סטראטעגיע (2 - ברענד פערסאנאליטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

איינמאל מאיז קלאר מיט די ברענדס מיסיע, בליק און ציל, מען ווייסט שוין פארוואס מען איז דא. איז צייט צו גיין א טריט ווייטער אויפבויען דערגיין און פארשטיין די ברעד'ס פערזענדליכקייט.

כדאי צו קענען אויבויען א גוטע ברענד דארף די ברענד האבן איר "אייגענע יוניק פערזענדליכקייט".
פונקט ווי א מענטש באשטייט נישט בלויז פון זיין אויסקוק אין הייעך נאר האט אונטער זיך אסאך אסאך פרטים אונטער זיך ווי למשל זאכן וואס ער שעצט, פלעצער ווי ער דרייט זיך, אויסדרוקן, און נאך אסאך זאכן וואס זענען אלע משפיע ווי אזוי ער פירט זיך אויף און ווי אזוי אנדערע קוקן אויף עם. די זעלבע דארף זיין מיט א ברענד.
מענטשן האבן ליב צו קאמיוניקעטן מיט מענטשן וואס זענען ענדליך צו זיי, אויב אזוי דארפן מיר בויען א ברענד פונקט ווי א מענטש. אז נישט וועלן מענטשן נישט געהעריג קאנעקטאן דערמיט און זיי וועלן זיין צומישט וואס די ברענד וויל.

אויפצובויען די ברענד ווי א מענטש דארפן מיר פון אינטען ארויף אנגעהויבן מיט די אומזעבארע פרטים. די זאכן וואס ליגן אינעם מוח אין די געפילן. וויסן וואס די ברענד שעצט, אין וואס זי גלייבט, וואס זי האט ליב, וואס איז איר קאולטור, אויב וואלט זי געווען א מענטש מיט וועם וואלט זי זיך געדרייט? אין ביהמ"ד אדער אויף אייוולעט? (העי… מקען ביידע…) וואס שטעלט זי צו פאר די מענטשהייט? וואסערע פילינג גייען מענטשן האבן נאכן רעדן מיט איר? גיין זיי זיין דערשראקן, פריילעך, רואיג, אדער אויפגעהייטערט?
יעצט דארף מען זיך נעמען צו די אויסערליכע פרטים, די חלקים וואס מיר זעהען. ווי אזוי פירט זי זיך אויף? איידל, ווילד. פאני, אדער ערענסט? פונקט ווי ווען דיין חבר וועט טוהן עפעס א שפיצל צו וואס וועסטו רוב מאל קענען זאגן טיפיקל פלוני… אזוי אויך דארף עס זיין מיט א ברענד. ווי אזוי רעדט זי? הויעך, שטיל. קינדעריש, אדער ערוואקסען. איז זי פארגעשריטן, צירוקגעשטאנען. קלוג, אדער אומוויסענד?
אזוי אויך דארפן מיר זיך פארשטעלן ווי אזוי וואלט דער ברענד אויסגעקוק אויב זי איז א מענטש. ווי למשל ווי הויעך איז זי? וועלכע קאליר האר און אזוי ווייטער. ווי וואלט זי געגאנגען וואקאציע? ווי וואלט זי געארבעט? וויפל געלט וואלט זי געהאט און אפשר אפי' ווען וואלט זי אויפגעשטאנען.. וואס וואלט זי אנגעטוהן? און ווי אזוי וואלט זי געשמעקט? ווי געשמאקע פרישע גראז אדער א רעגענדיגע זונטאג..
דאס אלעס איז גאר וויכטיג. ווייל אז מיר האבן גוט ארויס איר פערזעדליכקייט ווייסן מיר ווי אזוי צוצוגיין צו די מעסידטשינג. אזוי קענען מיר וויסען ווי אזוי זי וואלט פארציילט א נייעס, וועלעכע קאלערס זי וואלט גענוצט וכו'

עניוועי דאס איז עס פאר יעצט, כהאף איר האט הנאה געהאט לאזט מיר וויסן אויב זענט מיט עפעס קלוגער געווארן. צום ווידערזעהן קומענדיגע וואך.
שכוח פארן ליינען, הצלחה ברכה.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע:Upstate

Re: לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

נייס דזאב ראביי!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
ארטס ענד קרעפטס
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:18 pm

Re: לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטס ענד קרעפטס »

הרב חלקי, איך און איך גלייב אלע אנדערע דא האבן אויסטערליש הנאה פון דיינע טיפזינגע שיעורים אין הלכות ברענדיג... אפשר וואלט געווען כדאי איהר זאלט ברענגן א לעבעדיגן משל מיט אן אייגן געגרינדעטען ברענד "ספעציעל פאר די משתתפי השיעור" כדאי צו קענען גרינטליך פארשטיין געבן די נושא...
אינו דומה ראיה לראיה.

יישר כח פון פראנאויס!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4229
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח חלקי
מיר ווארטן פאר נאך..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

א גרויסן דאנק, יעצט דורך געליינט די גאנצע, אונז ווילן מיר נאך!!!
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
ציינבערשטל
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:01 am

Re: לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציינבערשטל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 3:32 pm

יעדער ווייסט אז פאר מארגעדשעס גייט מען צו ארק (בשעתו),
אנטשולדיגט פארן גיין off topic...

וואס איז געשען מיט ארק? פארוואס האבן זיי געענדיגט מיט דער מארקעטינג?

ציינבערשטל האט געשריבן: מוצ"ש יוני 29, 2024 8:56 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 3:32 pm

יעדער ווייסט אז פאר מארגעדשעס גייט מען צו ארק (בשעתו),
אנטשולדיגט פארן גיין off topic...

וואס איז געשען מיט ארק? פארוואס האבן זיי געענדיגט מיט דער מארקעטינג?
ווייסט איינער?
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”