נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

בד"ה
סאיז דאך א טאג אן חדר און סדא קינדער צו באשעפטיגן. וואס זענען די מיינונגען פון די מחנכים און דעת בעה"ב ולהבדיל בין חול לקודש מקורות פון אונזערע רבי'ס לגבי מיטנעמען קליינע צו די לוויה , ומדי דברו בו , איבער גיין צו קברי אבותינו ורבותינו.

פון וועלכע עלטער זיכער יא, בעז וועלכע עלטער זיכער נישט, און אונצווישן.

וועלכע מעסעדזש איבערצוגעבן און וואס צו ענטפערן

ויושר יליצו בעדנו חיות אש
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

איך האף אז סקוקט נישט אויס פון מיין תגובה צו גיין אלץ באשעפטיגונג.
איך וויל יא געבן די געלעגנהייט פאר מיין צדיק צו זען כבוד התורה וחסידות און ער זאל בלייבן מיט די מעמאריס. די שאלה איז אויב ער איז נישט צו יונג.
סאיז אויך דא א חלק עולם וואס מוזן אכטונג געבן אויף די קינדער יענע שעות און קענען בלויז גיין צום לוויה אויב ברענגט מען מיט,
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

איך כאפ נישט די פראבלעם, אוודאי זאלסטו מיטנעמען און עם מסביר זיין אז א גרויסע צדיק און א גרויסע תלמוד חכם איז נפטר געווארן און עס איז א מצווה צו גיין צו די לוויה, פארשטייט זיך מרחיב זיין לויט די עלטער.
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

שמעתי פעם מרב חשוב נישט צו נעמען קלענערע קינדער צו א לויה, קינדער וועלן עס אלץ אנקוקן מיט א קינדישע בליק און א לויה איז ביי זיי אן אויספלוג, אפגעזען וויפיל הסברים מ'וועט מסביר זיין. ס'וועט אייביג בלייבן אביסל פון דעם ערשטן בליק. נאר ביי די 11 - 12 יאר איינמאל זיי כאפן די ערנסטקייט פון א לויה קענען זיי גיין, אזוי וועט א לויה ווערן אנגעקוקט מיט אן ערנסקייט.
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am

איך בין געווען ביי די לויה פון מרן הק׳ מסאקמיר זי״ע כ״ו אב תשל״ט, זייענדיג אביסל א גרעסער קינד.
איך געדענק עס גאר גוט. מענטשן האבן שרעקליך פארפירט און געיאמערט.

וואס האב איך דארט געטאן? ארומגעלאפן. געמאכט פאן מיט חבירים.
איז עס נארמאל. ניין!

מ׳נעמט מיט קינדער, ווייל ס׳איז א היסטארישע מעמד. דאס קינד פארשטייט בכלל נישט וואס דארט קומט פאר.
די עלטערן קענען נישט אכט געבן אויף די קינדער.
די קינדער לויפן ארום און מאכן קאטאוועס.
אבער איך ברענג אויך מיינע קינדער… ווייל כ׳רעד זיך איין אז זיי וועלן עפעס געדענקן.
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

ישר כח , אויב מעגליך ביטע יעדער שרייבן א יארגאנג צו וויפיל זיי באציען זיך,
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am
א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.
אני הק' בין געווען א קליין קינד (4-6 יאר משום גילוי) ביים ברך משה'ס לוי', איך בין אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט און געזען ווי מיין מאמע גרייט זיך ארויסצוגיין, און איך האב געוואלט מיטגיין האט זי מיך מיטגענומען.

איך געדענק די פערדן שטיין נעבן די כולל, דעם רבינ'ס בכיות, איך געדענק נעבן וועם איך בין געשטאנען.
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 9:54 am
שמעתי פעם מרב חשוב נישט צו נעמען קלענערע קינדער צו א לויה, קינדער וועלן עס אלץ אנקוקן מיט א קינדישע בליק און א לויה איז ביי זיי אן אויספלוג, אפגעזען וויפיל הסברים מ'וועט מסביר זיין. ס'וועט אייביג בלייבן אביסל פון דעם ערשטן בליק. נאר ביי די 11 - 12 יאר איינמאל זיי כאפן די ערנסטקייט פון א לויה קענען זיי גיין, אזוי וועט א לויה ווערן אנגעקוקט מיט אן ערנסקייט.
נישט זיכער צו דו מיינסט עס ערענסט אז א רב חשוב האט דיר דאס געזאגט אדער דו טריפסט סתם... אין א סאוסייטי וואס מען נעמט מיט פיצליך קינדער אין מקווה ער''ש און אין בית מדרש צום דאווענען ווי זיי ווייסען איין זאך מען גייט האבן פאן זעה איך נישט די שאלה פון מיטנעמען צו א לוויה פון א אדם גדול
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8915
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am
א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.

ש'געוואוסט אז ביים מנחת אלעזר'ס לוי' איז געווען ספיקערס...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 11:37 am
תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am
א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.

ש'געוואוסט אז ביים מנחת אלעזר'ס לוי' איז געווען ספיקערס...
מ'לערנט זיך אלס אויס נייע זאכן....
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2670
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אין געוויסע מקומות פירט מען זיך אז ביז די בר מצוה גייט מען נישט צו קיין לווית און קיין בתי חיים
(אזוי פירט מען זיך אין באבוב, וכמדומה שזה מנהג דז'יקוב)
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך בין געווען פאר בר מצוה ביים לוי' פון דער ליובאוויטשער רבצין. איך האב געגאנגען ווי אלע ערוואקסענע , געזען דער רבי גיין נאך די ארון, געפארן מיט די באס ביז'ן בית החיים.

געווען 9 יאר אלט ווען דער אב"ד פון קראון הייטס הרב זלמן שמעון דווארקין איז אוועק, גאנץ חדר איז ארויס צום לוי'.

די קינדער האבן צווילדעוועט? וואס עפעס?
אינגאנצען נישט, אלע געשטאנען מיט דרך ארץ .
אלע פארשטאנען אז עס איז א ערענסטע מאמענט.

איך בין געווען א קליין קינד ווען מיין מאמע האט מיר גענומען צו דער לוי' פון איינער וואס איז א אוועק ל"ע יונג.
איך בין געגאנגען שטיל לעבן איהר דער גאנצע צייט.
און איך האב דערציילט זיין זון וואס האט געבוירן נאך זיין פטירה אז איך בין געווען באם לוי'.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 9:54 am
שמעתי פעם מרב חשוב נישט צו נעמען קלענערע קינדער צו א לויה, קינדער וועלן עס אלץ אנקוקן מיט א קינדישע בליק און א לויה איז ביי זיי אן אויספלוג, אפגעזען וויפיל הסברים מ'וועט מסביר זיין. ס'וועט אייביג בלייבן אביסל פון דעם ערשטן בליק. נאר ביי די 11 - 12 יאר איינמאל זיי כאפן די ערנסטקייט פון א לויה קענען זיי גיין, אזוי וועט א לויה ווערן אנגעקוקט מיט אן ערנסקייט.
ביי א לויה פון אדם גדול, וואס דער קינד זעט זיין טאטע שטייט מיט א ערנסטקייט און טרויערט נאך די אבידה פון כלל ישראל, גייט עס אריין אין זיינע ביינער (אפשר נאך טיפער ווי א ערוואקסענעם...), פארשטייט זיך נישט אויף צו לאנג.... וכן אנו נוהגים.

חוץ אויב מען שטייט פארגאפט אויף די געטרייע עסקנים און בליצערס וכו'... דאן איז עס א דאס א דאס די צייט...
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
ציבורא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 21, 2024 1:08 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציבורא »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:39 am
תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am
א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.
איך בין געווען ביי די לויה פון מרן הק׳ מסאקמיר זי״ע כ״ו אב תשל״ט, זייענדיג אביסל א גרעסער קינד.
איך געדענק עס גאר גוט. מענטשן האבן שרעקליך פארפירט און געיאמערט.

וואס האב איך דארט געטאן? ארומגעלאפן. געמאכט פאן מיט חבירים.
איז עס נארמאל. ניין!

מ׳נעמט מיט קינדער, ווייל ס׳איז א היסטארישע מעמד. דאס קינד פארשטייט בכלל נישט וואס דארט קומט פאר.
די עלטערן קענען נישט אכט געבן אויף די קינדער.
די קינדער לויפן ארום און מאכן קאטאוועס.
אבער איך ברענג אויך מיינע קינדער… ווייל כ׳רעד זיך איין אז זיי וועלן עפעס געדענקן.
אייעמסארי, איך בין געווען ביי די לוי' נישט געווען א יונגעל אבער אויך נישט חתונה געהאט, לויט די אטמאספער וואס איך געדענק זענן קינדער נישט ארומגעלאפן, פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען קען עס נישט פארשטיין
וכל העוסקים בצרכי ציבורבאמונה
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

בחצר הקודש סקווירא פ' בא תשפ"ד

כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א לבניו שליט"א:

"א יונגע בחור'ל האט נישט וואס צו גיין אויף א בית החיים".

"דו זאלסט נישט אריינגיין אין בית החיים".

.
Screenshot 2024-06-30 131248.jpg
Screenshot 2024-06-30 131248.jpg (91.84 KiB) געזען 368 מאל
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ציבורא האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:13 pm
קיסריה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:39 am
תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am
א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.
איך בין געווען ביי די לויה פון מרן הק׳ מסאקמיר זי״ע כ״ו אב תשל״ט, זייענדיג אביסל א גרעסער קינד.
איך געדענק עס גאר גוט. מענטשן האבן שרעקליך פארפירט און געיאמערט.

וואס האב איך דארט געטאן? ארומגעלאפן. געמאכט פאן מיט חבירים.
איז עס נארמאל. ניין!

מ׳נעמט מיט קינדער, ווייל ס׳איז א היסטארישע מעמד. דאס קינד פארשטייט בכלל נישט וואס דארט קומט פאר.
די עלטערן קענען נישט אכט געבן אויף די קינדער.
די קינדער לויפן ארום און מאכן קאטאוועס.
אבער איך ברענג אויך מיינע קינדער… ווייל כ׳רעד זיך איין אז זיי וועלן עפעס געדענקן.
אייעמסארי, איך בין געווען ביי די לוי' נישט געווען א יונגעל אבער אויך נישט חתונה געהאט, לויט די אטמאספער וואס איך געדענק זענן קינדער נישט ארומגעלאפן, פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען קען עס נישט פארשטיין
בחור על אינגל קארמית?

איך מיט עטליכע חבירים זענען ארומגעלאפן און געשטיפט ביי די לויה.

אבער איך האב דאך שטארק הנאה געהאט אז איך בין געווען.

די גמרא זאגט טף למה באו, ליתן שכר למביאיהם.
כאטש קינדער פארשטייען בכלל נישט, אעפ״כ דארף מען זיי ברענגען.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 9:54 am
שמעתי פעם מרב חשוב נישט צו נעמען קלענערע קינדער צו א לויה, קינדער וועלן עס אלץ אנקוקן מיט א קינדישע בליק און א לויה איז ביי זיי אן אויספלוג, אפגעזען וויפיל הסברים מ'וועט מסביר זיין. ס'וועט אייביג בלייבן אביסל פון דעם ערשטן בליק. נאר ביי די 11 - 12 יאר איינמאל זיי כאפן די ערנסטקייט פון א לויה קענען זיי גיין, אזוי וועט א לויה ווערן אנגעקוקט מיט אן ערנסקייט.
אם קבלה נקבל, איך וויל נישט אוועקמאכן א צווייטן,
איך וויל שרייבן מיין מיינונג.
וואס איז דאס אן אויספלוג?????? מען שטייט אפאר שעה .... מען וואקט און וואקט.... יעדע איז אנגעזעצט ווייי גיטון וכו' וכו'
קינדער האבן געוואקט ביי רחמסטריווקא רביס לוי' פאר עטליכע שעה!!! וויאזוי פארגעסט מען דאס?
איך זעה נישט קיין אישו מיט אויספלוג, עס גייט גוט אריין אין די ביינער!!
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום זונטאג יוני 30, 2024 5:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: נעמען קלענערע קינדער צו לוויות אדער בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:39 am
תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 am
א אידענע האט מיר אמאל פארציילט אז בשעת איר מאמע האט איר איבערגעלאזט ביי די בעביסיטער ביי די רבי ז"ל'ס לוויה האט זי געפערליך פארפירט, איר מאמע האט איר נישט געוואלט איבערלאזן אזוי, האט זי איר מיטגענומען צו די לוויה, זי טענה'ט אז זי געדענקט די לוויה, די מענטשן און די קולות פון די ספיעקערס, זי איז דאן געווען צוויי א האלב יאר אלט.
איך בין געווען ביי די לויה פון מרן הק׳ מסאקמיר זי״ע כ״ו אב תשל״ט, זייענדיג אביסל א גרעסער קינד.
איך געדענק עס גאר גוט. מענטשן האבן שרעקליך פארפירט און געיאמערט.

וואס האב איך דארט געטאן? ארומגעלאפן. געמאכט פאן מיט חבירים.
איז עס נארמאל. ניין!

מ׳נעמט מיט קינדער, ווייל ס׳איז א היסטארישע מעמד. דאס קינד פארשטייט בכלל נישט וואס דארט קומט פאר.
די עלטערן קענען נישט אכט געבן אויף די קינדער.
די קינדער לויפן ארום און מאכן קאטאוועס.
אבער איך ברענג אויך מיינע קינדער… ווייל כ׳רעד זיך איין אז זיי וועלן עפעס געדענקן.
איך וואלט געצאלט אלע געלטער צו האבן געווען דארטן
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”