כח פאר די קינדער נאך א גאנצע טאג

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אדם האחרון
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 18, 2012 9:06 pm

כח פאר די קינדער נאך א גאנצע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם האחרון »

איש את רעהו יעזורו. איך זוך אן עצה צו קענען זיך אפגעבן מיט די טייערע קינדער ווען מקומט אהיים פון ארבעט, אבער למעשה מאיז גוט הונגעריג און מיד, ווי נעמט מען די כח און אויפגעלייגטקייט פאר די משפחה אין די אפטמאל שווערסטע אפגעמאטערטע מינוטן פון טאג?

יישר כח לחברי הקרעטשמע וואס זעהן אויס צו זיין גאר בייהילפיג אויף אלע נושאים.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

סאיז נישט גרינג, פינטל.

פארגעס נישט אז דו ארבעטסט אגאנצן טאג פאר... די דאזיגע קינדערלעך!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אדם האחרון ביסט נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער דאס צו פרעגן.
אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן וואס א גוטער איד האט מיר געזאגט, און ווען איך טוה דאס העלפט עס אייביג אן אן אויסנאם.
אויב ביסטו הונגעריג, זיי טועם עפעס פאר דו גייסט אהיים (דאס שטייט נאך אין די פריערדיגע ספרים, איך געדענק נישט אויפן מינוט וואו) אפילו לכבוד דעם וועסטו נישט קענען עסן די גאנצע נאכטמאל וואס זי האט דיך אנגעגרייט, אבער אוודאי זיי טועם בעפאר מיט א מאס אזויפיל אז די הונגער זאל דיר נישט באנעמען
צווייטענס טראכט אפאר גוטע זאכן, מאך דיך אליינס שמייכלען, אפילו עס איז שווער און אפילו עס איז נישט מיט קיין אמת, וועט אלעס שוין גיין אנדערש
בדוק ומנוסה! עס האט געארבעט ביי מיר אין די שווערסטע צייטן
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

ווי גיט זאגט הרב 'ווינקל',

אין-אן-אמת'ן געזאגט, דאס געט כח פאר'ן נעקסט'ן טאג.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3370
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מהיום והלאה, זאלסטו אזוי בערך דריי אזייגער נאכמיטאג, אריינזופן א פיינע גלעזל קאווע, און דערנאך קום צוריק דא פרעגן...
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

גראדע קאווע מאכט אויסגעטריקנט און מען איז אביסל מער הונגעריג
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

פאר אלע עקרות - אזעלכע צרות, פלעגט מיין באבע צו זאגן.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

אמן
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

יוראפ האט געשריבן: בדוק ומנוסה! עס האט געארבעט ביי מיר אין די שווערסטע צייטן

גערעכט 120 % כ'טוה עס יעדען טאג ס'העלפט ווינדערליך!!! טריי עס אויכעט, פארשטייצעך אמאל קומט מען נאך אלץ אהיים אביסל אנגעצויגען/אויפגערעגט וכן הלאה אבער דא קען מען ניצען וואס הרב ווינקעל האט געזאגט......
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4506
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

געהערט אמאל
ס'געווען א איד וואס מ'פלעגט עם זען יעדן טאג בעפארן אריינגיין אינדערהיים, זיך אפשטעלן ביי א בוים אין זיין חצר עטליכע מינוט, האט ער מסביר געווען פאר איינעם פשט
איך טראגט א קאפ מיט דאגות, אבער איך האב באשלאסן אז אינדערהיים פארגעס איך פון אלעם, איך וויל געשמאק פארברענגען מיט די בני בית און זיסע קינדער
שטעלט איך זיך אפ יעדן טאג ביים בוים, איך הענג אויף אלע פראבלעמען אויפן בוים פאר כ'גיי אריין אינדערהיים, און ווען כ'קום ארויס נעם איך עס צוריק,
אבער מיין פאמיליע דארף גארנישט מיטהאלטן
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מכטי1 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן: בדוק ומנוסה! עס האט געארבעט ביי מיר אין די שווערסטע צייטן

גערעכט 120 % כ'טוה עס יעדען טאג ס'העלפט ווינדערליך!!! טריי עס אויכעט, פארשטייצעך אמאל קומט מען נאך אלץ אהיים אביסל אנגעצויגען/אויפגערעגט וכן הלאה אבער דא קען מען ניצען וואס הרב ווינקעל האט געזאגט......

אגב, פאר מען פראבירט עס איז עס גאר מאדנע, נאכדעם איז עס שוין טאקע נישט אזוי מאדנע אבער עס איז היפש שווער, אבער נאכדעם ווערט עס שוין א געוואוינהייט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

derech eretz האט געשריבן: געהערט אמאל
ס'געווען א איד וואס מ'פלעגט עם זען יעדן טאג בעפארן אריינגיין אינדערהיים, זיך אפשטעלן ביי א בוים אין זיין חצר עטליכע מינוט, האט ער מסביר געווען פאר איינעם פשט
איך טראגט א קאפ מיט דאגות, אבער איך האב באשלאסן אז אינדערהיים פארגעס איך פון אלעם, איך וויל געשמאק פארברענגען מיט די בני בית און זיסע קינדער
שטעלט איך זיך אפ יעדן טאג ביים בוים, איך הענג אויף אלע פראבלעמען אויפן בוים פאר כ'גיי אריין אינדערהיים, און ווען כ'קום ארויס נעם איך עס צוריק,
אבער מיין פאמיליע דארף גארנישט מיטהאלטן

פארוואס זאל ער עס צוריק נעמען, אז עס הענגט שוין זאל עס דארט בלייבן הענגען?!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אה, כהאב נעכטן איינעם געזעהן שטיין נעבן א בוים לערך ... זעקסע צייט, עפעס גערעדט צו זיך אליינס געמאכט מיט די הענט.... כ'האב געמיינט ער איז נישט מיט אלעמען...... אה, יעצט ווייס איך שוין ...... ער איז א תימנ'ער, כ'מיין א שלום בית קעיס, כמיין א ..... קינדער געדולדלאז קעיס........
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יהיה כן האט געשריבן: אה, כהאב נעכטן איינעם געזעהן שטיין נעבן א בוים לערך ... זעקסע צייט, עפעס גערעדט צו זיך אליינס געמאכט מיט די הענט.... כ'האב געמיינט ער איז נישט מיט אלעמען...... אה, יעצט ווייס איך שוין ...... ער איז א תימנ'ער, כ'מיין א שלום בית קעיס, כמיין א ..... קינדער געדולדלאז קעיס........


ס'פאסט נישט פאר אזא חסידישע אינגערמאן זיך קוקן אין שפיגל נאכדערצו נעבן א בוים אינמיטן גאס!............
איי עם דזשאסט קידדונג
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אדם האחרון
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 18, 2012 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם האחרון »

יישר כח לכל החברים וואס האבן שיין מגיב געווען. ותשועה ברב יועץ, איך פיל שוין א געהאלפענער:smile:
לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע:בסתר ובגלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

יוראפ האט געשריבן: אויב ביסטו הונגעריג, זיי טועם עפעס פאר דו גייסט אהיים (דאס שטייט נאך אין די פריערדיגע ספרים, איך געדענק נישט אויפן מינוט וואו)

אגרא דכלה ד"ה וישבו לאכל לחם
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

אינטערסאנט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לב טוב האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן: אויב ביסטו הונגעריג, זיי טועם עפעס פאר דו גייסט אהיים (דאס שטייט נאך אין די פריערדיגע ספרים, איך געדענק נישט אויפן מינוט וואו)

אגרא דכלה ד"ה וישבו לאכל לחם

דאנקען שיינע פאר דיין גוט הארץ: דאס האב איך טאקע געמיינט, איך האב נישט געדענקט פונקטליך וועלכע שטיקל אין אגרא דכלה, האב איך עס געשריבן בשם פריערדגע ספרים
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”