ספר דרך השם - עם ביאור

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15007
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעזרת השם יתברך


חלק שני | פרק ג' | חלק ג'


יסורים קענען קומען כדי צו אויפוועקן א מענטש אדער כדי צו אויסוואשן די עבירות


ה) ואולם מן השרש הזה יצא עוד ענף אחד בענין היסורין.– און פון שורש קומט ארויס נאך א צווייג אויף די ענין פון יסורין.

כי עוד אפשר שיהיה אדם צדיק ובידו חטאים או בינוני ושקול במעשיו, ותהיה הגזרה עליו שיעוררוהו לתשובה, והנה אז ייסרוהו מן השמים כדי שישים אל לבו ויפשפש במעשיו.– ווייל עס קען זיין אז א צדיק וואס האט אביסל עבירות, אדער א בינוני וואס האט גלייך אויף גלייך מצות און עבירות. און עס ועט זיין אנגעשריבן אויף אים יסורים אים צו מאכן תשובה טוהן. און דעמאלטס וועט מען אים געבן יסורים כדי ער זאל זיך טוהן לייגן צום הארצן און ער זאל דורכקוקן זיינע מעשים.

ואמנם אין היסורין האלה ממין יסורי הכפרה שזכרנו למעלה, שתכליתם למרק העוונות בעולם הזה, אבל יסורין אלה יסורי הערה הם, להעיר הלב לתשובה, כי אולם לא נבראו הענשים אלא בהעדר התשובה, אבל הנרצה לפניו ית' הוא שלא יחטא האדם, ואם יחטא ישוב, ואם לא שב – כדי שלא יאבד, יצטרף בענשין.– אבער די יסורים זענען נישט פון די פון די מין יסורים וואס זענען א כפרה פאר די עבירות וואס א מענטש האט געטוהן וואס די תכלית פון די סארט יסורים איז צו אויסואשן די עבירות אויף די וועלט, נאר די יסורים זענען יסורים אויפצווועקן די מענטש, צו אויפוועקן די הארץ פון די מענטש צו תשובה טוהן, ווייל די שטראפונגען זענען נאר באשאפן געווארן נאר אויב א מענטש טוט נישט תשובה, אבער די בעסטע איז פאר׳ן אייבערטשן אז א מענטש זאל, נישט זינדיגן, און אז ער האט יא געזונדיגט, זאל ער תשובה טוהן. און אויב האט ער נישט תשובה געטוהן. כדי ער זאל נישט פארלוירן גיין, ווערט ער אויסגעארבעט דורך שטראפונגען.

ועל כן יבאו תחלה יסורין להערה, ואם לא יתעורר האדם בהם אז יתיסר ביסורי המרוק. ועל ענין זה אמר אליהוא (איוב: לו, י.): ויגל אזנם למוסר ויאמר כי ישובון מאון.– און וועגן דעם וועלן קודם קומען יסורים אים צו אויפוועקן, און אויב וועט ער נישט ווערן אויפגעוועקט מיט זיי, דעמאלטס וועט ער ווערן געשטראפט ווערן מיט יסורים וואס וואשן אויס, און אויף דעם ענין האט אליהו געזאגט: ער האט אויפגעדעקט זייער אויער צו זיי שטראפן, און ער האט געזאגט אז אזוי וועלן זיי תשובה טוהן.

איינער וואס טוט שלעכטס וועט אנקומען א צייט וואס די גלעזל וועט ווערן פיל און ער וועט פארלוירן גיין.


ו) וצריך שתדע שגבול נתן למרשיע עד מתי יניחוהו שיהיה מרשיע והולך בבחירות הרעה, וכשיגיע לאותו הגבול, הנה לא ימתינו לו כלל וישמד מעל פני האדמה, והוא מה שקראו חז"ל: מלוי הסאה, ומה שאמר הכתוב: במלאת שפקו יצר לו (איוב כ, כב.).– און דו דארפסט צו וויסן אז די באשעפער האט געלייגט א גרעניץ פאר א מענטש וואס טוט שלעכטס, ביז ווילאנג מען וועט אים לאזן אז ער זאל קענען ווייטער שלעכטס טוהן מיט זיין שלעכטע אויסוואל. און ווען ער וועט אנקומען צו יענע גרעניץ, וועט מען נישט ווארטן בכלל, נאר ער וועט ווערן פארטיליגט פון די ערד, און דאס איז וואס חז"ל רופן אן דאס אנפילן פונעם סאה. און דאס איז וואס די פסוק זאגט. ווען ער פילט אן זיין גליסטעניש, דעמאלטס וועט קומען פאר אים א צרה.

והנה עד הזמן ההוא אפשר שיצליח וילך, מן הטעם שזכרנו למעלה שהוא לפתח לו פתח האבדון, והוא מה שכתבו ז"ל: הבא לטמא פותחין לו (יומא לח:). אך כשיגיע לאותו הגבול, כבר הגיע לאבדון ויאבד, והנה אז יחרה אף ה' בו ותפל עליו שואה שישמד בה.– און ביז יענע צייט קען זיין אז ער וועט מצליח זיין און אנגיין, לויט די טעם וואס מיר האבן דערמאנט אויבן אז דאס איז צו עפענען פאר אים די טיר פון פארלוירן גיין. און דאס איז וואס חז"ל שרייבן דער וואס וויל זיך טמא מאכן, עפנט מען אים פאר אים. אבער ווען ער וועט דערגרייכן די גרעניץ, איז ער שוין אנגעקומען צו פארלוירן קייט, און ער וועט פארלוירן גיין. און דעמאלטס וועט די צארן פון די באשעפער זיך דערצערענען אויף אים, און ער ווועט ארויפווארפן אויף אים א פלוצלומ'דיגע צרה וואס ער וועט פארטיליגט ווערן דורך איר.

די השגחה פון די באשעפער קוקט אויף אלע ארומיגע זאכן פון א מענטש און לויט דעם איז מען משגיח אויף די מענטש.



ז) עוד צריך לדעת, שהנה ההשגחה העליונה, בכל פרט מהפרטים, משגחת על כל הנקשר בו מן הקודמים ומן המאחרים.– נאך דארפסטו צו וויסן, אז די אויבערשטע השגחה, אויף יעדע פרט פון די פרטים קוקט זיך אום אויף אלעס פון די פרטים וואס איז צוגקניפט צו אים פון די וואס זענן פארדעם און פון די וואס זענען נאכדעם.

וסוף דבר, משגחת בהשגחת כל פרט על כל הכלל כלו, מצד כל מה שמתיחסים כל החלקים עם כל חלק לבנינו של הכלל.– און סוף פון די זאך איז אז די באשפער איז משגיח אויף יעדע פרט אויף די גאנצע כלל, פון דעם וואס עס רעפערירט אלע חלקים מיט יעדע חלק צום אויפבוי פונעם כלל.

וממה שישקף בדינו של איש מהאישים, הוא מדרגתו ומצבו במה שקדמו לו, דהינו האבות, ובמה שיתאחרו לו, דהיינו הבנים, ומה שעמו, דהינו בני הדור או בני העיר או בני החברה.– און פון וואס עס וועט געקוקט ווערן ווערן ביין דן זיין א מענטש פון די מענטש, איז זיין מדריגה און מצב פון די וואס האבן אים געפעדערט, וואס דאס זענען די עלטערן, און די וואס זענען נאך אים, וואס דאס זענען זיינע קינדער, און די וואס זענען מיט אים, וואס דאס איז די מענטשן פון זיין דור, אדער די מענטשן וואס וואוינען אין זיין שטאט. אדער די מענטשן פון זיין סביבה (חברים, שכנים).

ואחר כל ההשקפות האלה, יגזר עליו החלק בעבודה ובנסיון שזכרנו למעלה, ויתן לו המשא לעבד לפניו ית'.– און נאך די אלע קוקונגען, וועט אנגעשריבן ווערן אויף אים די חלק פון זיין עבודה, און זיין נסיון וואס מיר האבן דערמאנט אויבן, און עס וועט געגעבן ווערן פאר אים די לאסט צו דינען פאר'ן אייבערטשן.

הסבר אין אידיש אויף די קומענדיגע שטיקל: אויף די וועלט וועט מען צוטיילן די עבודה לויט ארומיגע אומשטענדן, אויף יענע וועלט וועט מען דן זיין די מענטש לויט די מעשים און לויט זיין שטאנד אויף די וועלט.

[ואולם הנך רואה שזהו רק בענין הדין של העולם הזה, והוא מה שאמרתי שיגזר עליו החלק בעבודה, דהינו באיזה מצב ימצא בעולם הזה, שכפי אותו המצב, כך יהיה המשא שעליו. אך לעולם הבא אין אדם נדון אלא לפי מעשיו, כפי המצב שהיה בו, והוא מ"ש הנביא: בן לא ימות בעון האב (יחזקאל יח, כ.)].– [און דו זעסט דא אז דאס איז נאר אויף די ענין וויאזוי מען איז דן די דין פון די מענטש אויף זיין מצב אויף די וועלט, און דאס איז וואס איך האב געזאגט אז עס וועט אנגעשריבן ווערן אויף אים זיין חלק וואס ער דארף דינען דעם אייבערטשן, דאס מיינט, אין וועלכע מצב וועט ער זיך געפונען אויף די וועלט, וואס לויט די מצב, אזוי וועט זיין זיין עבודה, אבער אויף יענע וועלט ווערט א מענטש נישט גע'משפט נאר לויט זיינע מעשים, לויט וועלכע מצב ער איז געווען. און דאס איז וואס די נביא שרייבט, א זון וועט נישט שטארבן וועגן די עבירה פון די טאטע.]

וזה, כי הנה אם יזכה אדם שתפסק לו גדלה ועשר, הנה בניו יולדו עשירים, ואם לא יתחדש עליהם ענין, יהיו עשירים ובעלי גדלה, וכן להפך, נמצא שלא הגיע העשר ההוא לאותם הבנים, אלא מצד היותם בני אותם האבות.– און דאס מיינט אזוי: ווייל אויב א מענטש וועט אנגעשריבן ווערן אויף א מענטש אז עס זאל צוגעשייד ווערן צו אים גרויסקייט און רייכקייט. וועלן זיינע קינדער געבוירן ווערן עשירים, און אויב וועט אויף זיי נישט אנגעשריבן ווערן עפעס אן ענין, וועלן זיי אויך זיין עשירים און גרויסע לייט. און אזוי אויך פארקערט. קומט אויס אז די רייכקייט איז נישט געקומען פאר די קינדער נאר וויבאלד זיי זענען קינדער פון די טאטע.

ואולם אמתת הענין כך הוא, שהאדם זוכה לבניו בחמשה דברים שמנו ז"ל (משניות עדיות פ"ב משנה ט'.), וכבר אפשר שיולד אדם בטובה, מצד היות אביו מחזק בה.– אבער די אמת'דיג'קייט פון די ענין איז אזוי: אז א מענטש קען זוכה זיין פאר זיינע קינדער מיט 5 זאכן וואס די חכמים רעכענען אויס. און עס קען זיין אז א מענטש זאל שוין געבוירן ווערן מיט די גוטס וויבאלד זיין טאטע האט עס שוין געהאט.

ואפשר גם כן שמצד זכות אביו, תגיע לו טובה בזמן מן הזמנים או להפך. ומצד אחר, אפשר שתפסק הצלה או טובה לו על זרע שעתיד לצאת ממנו. וכן מצד מקומו או חברתו, אפשר שתפסק עליו טובה או רעה מטובות העולם הזה ורעותיו.– און עס קען אויך זיין וויבאלד די זכות פון זיינע עלטערן, זאל קומען צו אים די גוטס אין איינע פון די צייטן אדער פארקערט, און פון א צווייטע זייט קען זיין אז עס זאל זיך פסק'נען פאר אים א רעטעניש אדער א גוטס וויבאלד די קינדער וואס גייען ארויסקומען פון אים. און אזוי קען עס קומען פון זיין פלאץ אדער זיין חבורה, קען זיין אז עס וועט גע'פסק'נט ווערן אויף אים א גוטס אדער א שלעכטס פון די גוטע זאכן פון די וועלט אדער פון זיינע שלכעטס.


לאמיר הערן אויב די עולם האט הנאה, וועל איך ווייטער ממשיך זיין.


קאמענטארן? שרייבט דא אדער אימעלט צו [email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15007
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעזרת השם יתברך

חלק שני | פרק ג' | חלק ד'


וויאזוי קען איינער העלפן א צווייטן דערגרייכן שלימות?


ח) וְאָמְנָם מִלְּבָד כָּל זֶה יֵשׁ עוֹד עִנְיָן אַחֵר נִמְשָׁךְ מִשְּׁנֵי חֶלְקֵי הַהַנְהָגָה שֶׁזָּכַרְנוּ, הָאִישִׁית וְהַכְּלָלִית.– אבער חוץ פון דעם איז דא נאך אן אנדערע ענין וואס קומט ארויס פון די צוויי חלקים פון וויאזוי די באשעפער פירט די וועלט וואס מיר האבן דערמאנט: וויאזוי די באשעפער פירט די מענטש, און די כלליות'דיגע הנהגה.

וְהוּא כִּי הִנֵּה הִשְׁקִיפָה הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה עַל כָּל מַה שֶּׁהָיָה רָאוּי שֶׁיִּמָּצֵא לְתִקּוּן הַמִּין שֶׁיֵּעָשֶֹה מִמֶּנּוּ קִבּוּץ הַשְּׁלֵמִים שֶׁזָּכַרְנוּ לְמַעְלָה. וְרָאֲתָה שֶׁהָיָה עִנְיָן נָאוֹת לָהֶם מְאֹד, שֶׁיִּהְיֶה בְּכֹחַ קְצָתָם לְהוֹעִיל לִקְצָתָם וּלְהֵטִיב לָהֶם.- ווייל די אויבערשטע חכמה האט געקוקט אויף אלעס וואס עס פאסט עס זאל זיך געפונען אז די מין זאל קענען אנקומען צום תיקון וואס פון דעם זאל ער מאכן די קיבוץ פון די שלמים וואס מיר האבן דערמאנט אויבן. און די אויבערשטע חכמה האט געזעהן אז עס עס זאל זיין א שיינע ענין וואס עס פאסט פאר זיי זייער שטארק, אז עס זאל זיין א כח פאר א טייל פון זיי צו העלפן פאר א טייל און צו זיי גוטס טוהן.

פֵּרוּשׁ: שֶׁלֹּא יֻחְלַט הַדָּבָר, שֶׁרַק מִי שֶׁיַּגִּיעַ בַּכֹּחַ שֶׁלּוֹ עַצְמוֹ אֶל הַשְּׁלֵמוּת יִהְיֶה מִן הַנִּמְנִים בְּקִבּוּץ בְּנֵי הָעוֹלָם הַבָּא, אֶלָּא גַּם מִי שֶׁכְּבָר יַגִּיעוּהוּ מַעֲשָֹיו שֶׁבְּהִתָּלוֹתוֹ בְּאַחֵר זַכַּאי מִמֶּנּוּ, יוּכַל לֵהָנוֹת בַּשְּׁלֵמוּת, הִנֵה יִכָּנֵס בַּכְּלָל הַהוּא, אֶלָּא שֶׁיִּהְיֶה בְּמַדְרֵגָה תַּחְתּוֹנָה, שֶׁהִיא מַדְרֵגַת הַנִּתְלֶה בַּחֲבֵרוֹ.– דאס מיינט אז עס זאל נישט זיין אזוי אינגאנצן די זאך אז נאר ווער עס וועט דערגרייכן מיט זיינע אייגענע כוחות צו די שלימות וועט זיין פון די גערעכנטע אין די קיבוץ פון די וואס קומען אן צו יענע וועלט. נאר אויך איינער וואס וואס עס וועט אנקומען זיינע מעשים אז וועגן ער איז אנגעהאנגען אין איינער וואס איז מער פריי פון אים קען ער הנאה האבן אינגאנצן, אוןן ער קען אריינגיין אין יענע כלל. (פון די וואס קומען עולם הבא) אבער ער וועט זיין אין א קלענער מדריגה פון דעם וואס ער איז אנגעהאנגען אין אים. און דאס איז די מדריגה פון איינער וואס איז אנגעהאנגען אין איינעם וואס איז מער זכאי פון אים.

וְנִמְצָא שֶׁלֹּא יִדָּחֶה מִן הַשְּׁלֵמוּת לְגַמְרֵי, אֶלָּא מִי שֶׁלֹּא יִהְיֶה רָאוּי לֵהָנוֹת בּוֹ, לֹא מִצַּד עַצְמוֹ וְלֹא מִצַּד הִתָּלוּתוֹ בְּזוּלָתוֹ. וְנִמְצֵאת עַל יְדֵי זֶה הַהַצָּלָה מְרֻבָּה, וְיִרְבּוּ יוֹתֵר הַנֶּהֱנִים.– און עס קומט אויס אז עס וועט נישט אוועקגעשטופט ווערן פון שלימות אנגאנצן, נאר ווער עס וועט נישט ראוי' זיין צו הנאה האבן פון דעם, נישט פון זיך אליינס, און נישט פון דעם וואס ער זאל זיך אנהענגן אין א צווייטן. און עס קומט אויס דורך דעם א גרויסע רעטעניש, און עס וועט פארמערט ווערן די וואס קענען הנאה האבן.

וְאוּלָם הַנֶּהֱנִים וּמְהַנִּים לַאֲחֵרִים, וַדַּאי שֶׁאֵלּוּ יִהְיוּ הַיּוֹתֵר גְּדוֹלִים בַּקִּבּוּץ הַהוּא, וְהֵם יִהְיוּ הָרָאשִׁים, וְהַצְּרִיכִים לִתְלוֹת בָּם יִהְיוּ מְשֻׁעְבָּדִים לָהֶם וּצְרִיכִים לָהֶם.– אבער די וואס האבן הנאה און מאכן אז אנדערע זאלן הנאה האבן, איז זיכער אז זיי ווען זיין די גרעסטע אין יענע קיבוץ און זיי וועלן זיין פון די הויפטן, ואן די וואס דארפן צוקומען צו זיך אנהענגען אין זיי, וועלן זיין אונטערטעניגט אונטער זיי און זיי וועלן דארפן צוקומען צו זיי.

וּכְדֵי שֶׁיִּהְיֶה מָקוֹם לַתִּקּוּן הַגָּדוֹל הַזֶּה, קָשַׁר מִתְּחִלָּה אֶת הָאִישִׁים זֶה עִם זֶה, וְהוּא עִנְיָן: כָּל יִשְֹרָאֵל עֲרֵבִים זֶה לָזֶה שֶׁזָּכְרו ז"ל (שבועות לט.),- און כדי עס זאל זיין פלאץ פאר די גרויסע פאררעכטונג, האט די באשעפער צוגעבינדן פון אנהייב די מענטשן איינער צום אנדערן, און דאס איז די ענין פון אלע אידן זענען ערבים איינער פארן צווייטן אזויווי חז"ל האבן דערמאנט.

כִּי הִנֵה עַל יְדֵי זֶה נִמְצָאִים מִתְקַשְּׁרִים קְצָתָם בִּקְצָתָם וְלֹא נִפְרָדִים אִישׁ לְעַצְמוֹ. וְהִנֵּה מִדָּה טוֹבָה תָּמִיד מְרֻבָּה, וְאִם נִתְפָּסִים זֶה עַל זֶה בְּחֵטְא, כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיּוֹעִילוּ זֶה עַל זֶה בִּזְכוּת.– ווייל דורך דעם קומט אויס אז א טייל ווערן צוגעבינדן צו א טייל, און זיי זענען נישט צוטיילט א מענטש פאר זיך, און א גוטע מדה איז אייבער מער, און אויב איינער ווערט געכאפט וועגן א צווייטן עבירות, איז זיכער אז עס קען העלפן די זכות פון איינער אויפ'ן צווייטן.

וְאָמְנָם עַל פִּי שֹׁרֶשׁ זֶה נִסְדָּר, שֶׁיַּגִּיעוּ צָרוֹת וְיִסּוּרִין לְאִישׁ צַדִּיק, וְיִהְיֶה זֶה לְכַפָּרַת דּוֹרוֹ. וְהִנֵּה מֵחִיּוּב הַצַּדִּיקִים הוּא, לְקַבֵּל בְּאַהֲבָה הַיִּסּוּרִין שֶׁיִּזְדַּמְּנוּ לוֹ לְתוֹעֶלֶת דּוֹרוֹ, כְּמוֹ שֶׁהָיָה מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה הַיִּסּוּרִין שֶׁהָיוּ רְאוּיִים לוֹ מִצַּד עַצְמוֹ. וּבַמַּעֲשֶֹה הַזֶה מֵטִיב לְדוֹרוֹ, שֶׁמְכַפֵּר עָלָיו, וְהוּא עַצְמוֹ מִתְעַלֶּה עִלּוּי גָּדוֹל, שֶׁנַּעֲשָֹה מִן הָרָאשִׁים בְּקִבּוּץ בְּנֵי הָעוֹלָם הַבָּא וּכְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ.– אבער לויט די שורש וועט אויסקומען אז עס קען דערגרייכן צורת און יסורים פאר א מענטש א צדיק, און דאס וועט זיין צו פארצייען אויף די מענטשן פון זיין דור, און די חוב ליגט אויף די צדיקים אז זיי זאלן אננעמען מיט ליבשאפט די יסורים ווען עס קומט צו אים עס זאל העלפן פאר די דור. אזויווי ער וואלט אנגענומען מיט ליבשאפט די יסורים וואס עס וואלט געקומען אויף אים ווען עס פאסט ווען עס זאל קומען אויף אים יסורים. און דורכ'ן עס אננעמען מיט ליבשאפט, גיבט ער גוטס פאר די מענטשן פון זיין דור, ווייל ער פארצייט אויף זיי. און ער אליינס ווערט זייער דערהויבן, וועל ער ווערט פון די ערשטע אין די קיבוץ פון די מענטש וואס זענען זוכה צו עולם הבא און אזויווי מיר האבן שוין געשריבן.

וְאוּלָם מִזֶּה הַסּוּג עַצְמוֹ יִמָּצֵא עוֹד מִין אַחֵר יוֹתֵר גָּבוֹהַּ בְּמַעֲלָתוֹ מֵאוֹתוֹ שֶׁזָּכַרְנוּ.– אבער פון די סארט אליינס, וועט אויך זיך געפונען נאך א מין וואס איז נאך העכער מיט זיין מעלה פון וואס מיר האבן דערמאנט.

וְזֶה כִּי מַה שֶּׁזָּכַרְנוּ, הוּא שֶׁיִּלְקֶה הַצַּדִּיק עַל בְּנֵי דּוֹרוֹ שֶׁהָיוּ רְאוּיִים לְעֹנֶשׁ גָּדוֹל מְאֹד וּקְרוֹבִים לִכְלָיָה אוֹ לָאֲבַדּוֹן, וְהוּא בְּיִסּוּרָיו מְכַפֵּר עֲלֵיהֶם וּמַצִּילָם בָּעוֹלָם הַזֶּה וּמוֹעִיל לָהֶם גַּם לְעוֹלָם הַבָּא.– און דאס איז אזוי: מיר האבן דערמאנט אז עס קען זיין אז א צדיק זאל געשלאגן ווערן מיט יסורים וועגן די מענטשן פון זיין דור וואס עס וואלט געפאסט פאר זיי זייער א גרויסע עונש און נאנט צו פארלענד ווערן אדער צו פארלוירן גיין. און ער מיט'ן אננעמען די יסורים מיט ליבשאפט פארצייט ער אויף זיי און ער ראטעוועט זיי אויף די וועלט און ער העלפט זיי אויך אויף יענע וועלט.

אָמְנָם יֵשׁ עוֹד יִסּוּרִין שֶׁנִתָּנִים לַחֲסִידִים הַיּוֹתֵר גְּדוֹלִים הַמֻּשְׁלָמִים כְּבָר בְּעַצְמָם, וְהֵם לַעֲזֹר לְמַה שֶּׁצָּרִיךְ לִכְלַל גִּלְגּוּלֵי הַהַנְהָגָה שֶׁיַּגִּיעוּ אֶל הַסּוֹף שֶׁהוּא הַשְּׁלֵמוּת.– אבער עס איז דא נאך א סארט יסורים ואוס מען גיבט פאר מער גרעסערע חסידים ואוס זענען שוין פאר זיך אליינס גאנץ, און די יסורים וואס מען גיבט זיי איז צו העלפן פאר וואס עס פעלט אויס פאר די גאנצע רעדל פון הנהגה אז זיי זאלן דערגרייכן צום סוף וואס דאס איז שלימות.

וּפֵרוּשׁ הָעִנְיָן, כִּי הִנֵה מִצַּד הַסֵּדֶר הָרִאשׁוֹן שֶׁהֻסְדַּר לְהַנְהָגַת הָעוֹלָם וְגִלְגּוּלָיו, כְּבָר הָיָה צָרִיךְ לָאָדָם שֶׁיִּסְבֹּל קְצָת צַעַר, לְשֶׁיַּגִּיעַ הוּא וְכָל הָעוֹלָם עִמּוֹ אֶל הַשְּׁלֵמוּת.– און די אפטייטש פון די ענין איז, אז לויט די ערשטע סדר וואס איז אויסגעשטעלט געווארן צו פירן די וועלט און זיינע רעדלעך, האט שוין אויסגעפעלט אז די מענטש זאל ליידן אביסל צער, אז ער זאל דערגרייכן און די גאנצע וועלט מיט אים צו שלימות.

וְהוּא מַה שֶּׁהָיָה מִתְיַלֵּד וְנִמְשָׁךְ מֵהֶעֱלֵם אוֹרוֹ ית' וְהֶסְתֵּר פָּנָיו, שֶׁהוּשָֹם לְאֶחָד מִיסוֹדוֹת עִנְיְנֵי מַצָּבוֹ שֶׁל אָדָם כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ לְעֵיל.– און דאס איז וואס איז ארויסגעקומען און געצויגן געווארן פון דאס אז די ליכטיגקייט פון די באשעפער איז באהאלטן און ער באהאלט זיין פנים, וואס דאס איז געשטעלט אלס איינע פון די יסודות פון די ענינים פון די מצב פון די מענטש אויף די וועלט, אזויווי מיר האבן שוין געשריבן.

וְכָל שֶׁכֵּן אַחֲרֵי שֶׁרַבּוּ הַקִּלְקוּלִים בָּעוֹלָם, מִצַּד חֲטָאִים עַל חֲטָאִים גְּדוֹלִים וַעֲצוּמִים שֶׁנַעֲשוֹּ בּוֹ, הִנֵּה נִתְרַבָּה יוֹתֵר הַהֶסְתֵּר וְנֶעֱלָם הַטּוֹב, וְנִמְצָא הָעוֹלָם וּבְרִיּוֹתָיו בְּמַצָּב שָׁפֵל וְרַע. וְצָרִיךְ עַל כָּל פָּנִים, שֶׁעַל יְדֵי גִּלְגּוּלִים שֶׁתְּגַלְגֵּל חָכְמָתוֹ הַנִּפְלָאָה בָּעוֹלָם, יַגִּיעוּ הַדְּבָרִים אֶל תִּקּוּן.– און כל שכן נאך וואס עס האט זיך פארמערט די פארדארבונגען אויף די וועלט, פון די עבירות אויף גרויסע און שטארקע עבירות וואס מען האט געמאכט אין די וועלט, וועגן דעם האט זיך פארמערט מיר דאס באהאלטנקייט פונעם באשעפער און עס איז מער פארהוילן די גוטס, און עס קומט אויס אז די וועלט און זיינע באשעפענישן זענען אין א נידריגע און שלעכטע מצב, און עס פעלט זיך אויס על כל פנים, אז דורך דרייענישן וואס די באשעפער מיט זיין ווינדערלעכע חכמה וועט דרייען אין די וועלט ,וועלן די זאכן דערגרייכן צו ווערן מתוקן.

וּמֵעִקָּרָם שֶׁל גִּלְגּוּלִים הוּא, שֶׁיְקַבְּלוּ בְּנֵי הָאָדָם עֳנָשִׁים כְּדֵי רִשְׁעָתָם, עַד שֶׁתִּמָּצֵא מִדַּת הַדִּין מְפֻיֶּסֶת. וְאוּלָם סִדֵּר הָאָדוֹן ב"ה, שֶׁהַשְּׁלֵמִים וַחֲשׁוּבִים יוּכְלוּ לְתַקֵּן בְּעַד אֲחֵרִים וּכְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ, וְתִפְגַּע בָּהֶם מִדַּת הַדִּין תַּחַת פָּגְעָהּ בִּכְלַל הָעוֹלָם.– און פון די עיקרים פון גלגול איז, אז מענטשן זאלן באקומען זייער שטראף לויט וויפיל זייער שלעכטס איז געווען, ביז די מדת הדין וועט זיך געפונען איבערגעבעטן, אבער די באשעפער האט מסדר געוען אז די מענטשן וואס האבן זיך שוין משלים געווען און די חשובע מענטשן קענען מתקן זיין פאר אנדערע מענטשן און אזויווי מיר האבן שוין געשריבן. און עס וועט זיי טרעפן די מדת הדין (שלעכטס) אנשטאט אז די שלעכטס זאל טרעפן די כללוית'דיגע וועלט.

וְאָמְנָם כֵּיוָן שֶׁהֵם בְּעַצְמָם שְׁלֵמִים וּרְאוּיִים לְטוֹב, שֶׁהֵם מִתְיַסְּרִין רַק בַּעֲבוּר הָאֲחֵרִים, וַדַאי שֶׁתִּתְפַּיֵּס מִדַּת הַדִּין בְּמֻעָט בָּהֶם כְּבִמְרֻבֶּה בַּחוֹטְאִים עַצְמָם. וְלֹא עוֹד, אֶלָּא שֶׁעַל יְדֵי זֶה זְכוּתָם נוֹסָף וְכֹחָם מִתְחַזֵּק, וְכָל שֶׁכֵּן שֶׁיְכוֹלִים לְתַקֵּן אֶת אֲשֶׁר עִוְּתוּ הָאֲחֵרִים.– אבער וויבאלד זיי זענען אליינס גאנץ און עס פאסט פאר זיי די גוטס, איז דאס וואס זיי לאזן זיך פייניגן נאר וועגן אנדערע, איז זיכער אז די מדת הדין וועט איבערגעבעטן ווער מיטן זיי אביסל געבן יסורים ווי ווען די מדת הדין וואלט ווען איבערגעבעטן געווארן ווען ער טרעפט אין זינדיגע אליינס. און נישט נאר דאס, נאר אדורך דעם ווערט זייער זכות מער און זייער כח ווערט שטערקער (פון די שלימים), און זיכער אז זיי קענען פאררעכטן דאס וואס אנדערע האבן פארדרייט.

וְהַיְנוּ כִּי לֹא דַּי שֶׁיְתַקְּנוּ לְמַה שֶּׁבִּבְנֵי דּוֹרָם, אֶלָּא גַּם לְעִנְיַן כָּל מַה שֶּׁנִּתְקַלְקֵל הָעוֹלָם מֵאָז נִהְיוּ בּוֹ חֲטָאִים וְעַד עַתָּה. וּבְוַדַּאי שְׁאֵלֶּה יִהְיוּ אַחַר כָּךְ בְּקִבּוּץ הַשְּׁלֵמִים, רָאשֵׁי הָרָאשִׁים וְהַיּוֹתֵר קְרוֹבִים אֵלָיו ית'.– און דאס מיינט, אז נישט גענוג וואס זיי וועלן פאררעכטן דאס וואס מען דארף פאר זייער דור, נאר אויך די ענין פאר אלעס וואס עס איז פארדארבן געווארן אין די וועלט פון ווען עס איז געווען יאן אים זינדיגע, ביז יעצט. און זיכער אז די וועלן נאך דעם זיין אין די קבוץ פון די שלמים די הויפט פון די הויפטן און די מערסטע נאנט צום באשעפער.


לייקט, קאממענט סובסקרייבט.

המשך יבוא בל"נ.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15007
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעזרת השם יתברך

חלק שני | פרק ג' | חלק ד'



יעצט האלטן מיר אינעם צווייטן חלק, וואס די חלק איז די רמח"ל מסביר די השגחה פון די באשעפער אויף די וועלט, און אין די חלק (חלק ג') איז ער מסביר וויאזוי די השגחה אויף די מענשטן ארבעט.

אין די פרק רעדט די מחבר פון וויאזוי די באשעפער איז משגיח אויף די מענטשן אויף די וועלט, און ער האט ביז יעצט גערעדט איבער וויאזוי די באשעפער האט אויסגעשטעלט די מצב פון די מענשט אויף די וועלט ער זאל שטענדיג האבן בחירה, און ער איז מסביר די ענין פון צדיקים און רשעים, און פארשידענע פאסירונגען וואס קענען פאסירן צו זיי און וויאזוי זיי ארבעטן. ווי למשל, פון יסורים און עונשים, און אזוי אויך אנדערע פרטים.

לאמיר גיין ווייטער.


פראקטיש קומען יסורים צו אפרייניגן שמוץ, סיי פון די וועלט, און סיי פון די מענטש.

ט) וְהִנֵּה כָּל זֶה שֶׁזָּכַרְנוּ עַד עַתָּה עַל צַד הַמִּשְׁפָּט, מִתְבָּאֵר עוֹד עַל צַד הַמְּצִיאוּת כְּפִי אֲמִתַּת סְדָרָיו וּכְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ לְעֵיל.– און דאס אלעס וואס מיר האבן דערמאנט ביז יעצט, איז לויט וואס עס פאסט לויט די משפט, וועלן מיר יעצט מסביר זיין מער לויט די ווירקליכקייט לויט די אמת'דיגע סדר און אזויווי מיר האבן געשריבן אויבן.

כִּי הִנֵּה בַּחֲטָאִים מִתְרַבֵּית הַזֹּהֲמָא וּמִתְעַצֶּמֶת בִּבְנֵי הָאָדָם וּבָעוֹלָם, וְגוֹרֶמֶת לְאוֹרוֹ ית' שֶׁיִּסָּתֵר וְיִתְעַלֵּם הֶעֱלֵם עַל הֶעֱלֵם.- ווייל דורך עבירות פארמערט זיך די שמוץ און עס ווערט א חלק פון די מענטש און די וועלט, און עס איז גורם אז די ליכטיגקייט פון די באשעפער ווערט באהאלטן און עס וועט מער און מער פארהוילן.

וּכְפִי הִתְמָרֵק הַזֻּהֲמָא הַזֹּאת וְהִטָּהֵר הַבְּרִיּוֹת מִמֶּנָּהּ, כֵּן חוֹזֵר אוֹרוֹ ית' וּמִתְגַלֶּה גִּלּוּי עַל גִּלּוּי.– און לויט וויפיל עס ווערט אויסגעלייטערט די שמוץ און די מענטשן ווערן מער ריין דערפון, אזוי קערט זיך צוריק די ליכטיגקייט פון די באשעפער און ער אנטפלעקט זיך מער און מער.

וְאָמְנָם הַיִּסּוּרִין הֵם הַמְמָרְקִים אֶת הַזֹּהֲמָא בֵּין בִּפְרָט בֵּין בִּכְלָל, וְעַל יְדֵי יִסּוּרֵי הַחֲשּׁוּבִים הָאֵלֶּה, מִתְמָרֶקֶת וְהוֹלֶכֶת לָהּ מִכְּלַל הַבְּרִיאָה כֻּלָּה, וּמִתְקָרֵב הָעוֹלָם מַדְרֵגָה אַחַר מַדְרֵגָה אֶל הַשְּׁלֵמוּת.– אבער די יסורים זענען די וואס וואשן אויס די שמוץ סיי בפרט און סיי בלככ און לויט די חשובע יסורים, ווערט אויסגעוואשן די גאנצע בריאה, און עס דערנענטערט די גאנצע וועלט טריט נאך טריט צום שלימות.

#איןאנדערעווערטער
מען דארף קלינען די מענשטן און די וועלט עס זאל זיין גרייט פאר עולם הבא, און יסורים רייניגט סיי די מענטש און די וועלט.


די ענין פון גלגול העלפט ארויס צו מתקן זיין וואס מען האט נישט געענדיגט אין די פאריגע גלגול



י) עוֹד שֹׁרֶשׁ אֶחָד נִמְצָא לַהַנְהָגָה בְּעִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה, וְהוּא שֶׁהַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה סִדְּרָה לְהַרְבּוֹת עוֹד הַהַצָּלָה כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ, שֶׁנְּשָׁמָה אַחַת תָּבֹא לְעוֹלָם הַזֶּה פְּעָמִים שׁוֹנוֹת בְּגוּפִים שׁוֹנִים, וְעַל יְדֵי זֶה הִנֵּה תּוּכַל לְתַקֵּן בְּפַעַם אַחַת אֶת אֲשֶׁר קִלְקְלָה בְּפַעַם אֲחֶרֶת, אוֹ לְהַשְׁלִים מַה שֶּׁלֹּא הִשְׁלִימָה.– נאך איין שורש געפונט זיך צו די פירונג פון די זאכן פון די וועלט, און דאס איז וואס די אויבערשטער חכמה האט מסדר געווען צו פארמערן נאכמער רעטונג ווי מיר האבן שוין געשריבן, אז איין נשמה קומט צו די וועלט אפאר מאל אין פארשידענע גופים, און דורך דעם קען ער מתקן זיין איין מאל דאס וואס ער האט מקלקל געווען אין א אנדערע מאל, אדער צו צוענדיגן וואס ער האט נישט צוגעענדיגט.

וְאוּלָם בְּסוֹף כָּל הַגִּלְגּוּלִים, לַדִּין שֶׁלֶּעָתִיד לָבֹא, הִנֵּה הַדִּין יִהְיֶה עָלֶיהָ כְּפִי כָּל מַה שֶּׁעָבַר עָלֶיהָ מִן הַגִּלְגּוּלִים שֶׁנִּתְגַּלְגְּלָה וּמִן הַמַּצָּבִים שֶׁהָיְתָה בָּם.– אבער ביים סוף פון אלע גלגולים, ווען מען איז דן די מענטש אין די קומענדיגע וועלט, וועט זיין די דין אויף אים לויט אלעס וואס עס איז אריבער אויף אים אין אלע זיינע גלגולים און לויט אלע זיינע מצבים וואס ער איז געווען אין זיי.

וְהִנֵה אֶפְשָׁר שֶׁיַּגִּיעוּ עִנְיָנִים לָאָדָם שֶׁנִּשְׁמָתוֹ מְגֻלְגֶּלֶת, כְּפִי מַה שֶּׁיֻּגְרַם לָהּ מִצַּד מַה שֶּׁעָשְֹתָה בְּגִלְגּוּל קֹדֶם, וְיִנָּתֵן לָאָדָם הַהוּא בָּעוֹלָם מַצָּב כְּפִי זֶה, וּכְפִי הַמַּצָּב שֶׁיִּנָּתֵן לוֹ יִהְיֶה הַמַּשָֹא אֲשֶׁר יֻטַּל עָלָיו וּכְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ לְעֵיל.– און עס קען זיין אז עס וועט קומען צו א מענטש זאכן וואס זיין נשמה ברענגט דערצו לויט וואס עס וועט איר גורם זיין פון וואס זי האט געטוהן אין א פריערדיגע גלגול, און עס וועט געגעבן ווערן פאר יענע מענטש א מצב לויט דעם, און לויט די מצב וואס מען וועט וועט אים געבן, וועט זיין די לאסט וואס וועט ליגן אויף אים (צו טוה) און אזוי ווי מיר האבן געשריבן אויבן.

וּכְבָר דִּינוֹ ית"ש מְדֻקְדָּק עַל כָּל אָדָם לְפִי מַה שֶּׁהוּא בְּכָל בְּחִינוֹתָיו, פֵּרוּשׁ: בְּכָל פְּרָטֵי מַצָּבוֹ. בְּאֹפֶן שֶׁלֹּא יֵעָמֵס לְעוֹלָם עַל אָדָם לְעוֹלָם הַבָּא שֶׁהוּא הַטּוֹב הָאֲמִתִּי, אַשְׁמָה שֶׁאֵין לוֹ בֶּאֱמֶת, אֲבָל יַגִּיעַ לוֹ מִן הַמַּשָֹא וְהַפְּקֻדָּה בָּעוֹלָם הַזֶּה כְּפִי מַה שֶּׁתְּפַלֵּג לוֹ הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה, וּכְפִי זֶה יִדּוֹנוּ מַעֲשָֹיו.– און די באשעפערס דין איז שוין פונקטליך אויסגערעכט אויף יעדע מענטש לויט וואס ער איז מיט אלע זיינע בחינות, דאס מיינט: מיט אלע פרטים פון זיין מצב, אויף א וועג אז עס זאל נישט ווערן ארויפגעלייגט אויף א מענש קיינמאל אויף יענע וועלט וואס דארטן איז די אמת'ע גוטס, א באשולדיגונג וואס ער האט נישט עכט, אבער עס וועט אים דערגרייכן פון די לאסט און ארבעט אויף די וועלט לויט וואס די באשעפער מיט זיין חכמה וועט אים צוטיילן, און לויט וועט מען דן זיין זיינע מעשים.

וְהִנֵּה פְּרָטֵי בְּחִינוֹת רַבּוֹת יִמָּצְאוּ בְּעִנְיָן זֶה שֶׁל הַגִּלְגּוּל, אֵיךְ יִהְיֶה הָאָדָם נִדּוֹן לְפִי מַה שֶּׁהוּא בְּגִלְגּוּלוֹ וּלְפִי מַה שֶּׁקָּדַם בְּגִלְגּוּל אַחֵר, לְשֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל עַל פִּי הַמִּשְׁפָּט הָאֲמִתִּי וְהַיָּשָׁר, וְעַל כָּל זֶה נֶאֱמַר: הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָּל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט וכו'.– און די פרטים פון אסאך בחינות וועט זין טרעפן אין די ענין פון גלגול, וויאזוי א מענטש וועט ווערן גע'משפט לויט ווי ער איז אין זיין גלגול, און לויט וואס עס איז געווען אין די פאריגע גלגול, אז אלעס זאל זיין אויף א אמת'דיגע און גראדע משפט, און אויף דעם אלעס שטייט: די שטארקער, אייביג איז זיין ווערק, ווייל אלע זיינע וועגן זענען מיט משפט וכ"ו.

וְאֵין בַּבְּרוּאִים יְדִיעָה שֶׁתּוּכַל לִכְלֹל מַחְשְׁבוֹתָיו ית"ש וְעֹמֶק עֲצָתוֹ, רַק הַכְּלָל הַזֶּה יָדַעְנוּ כְּכָל שְׁאָר הַכְּלָלִים, שֶׁאֶחָד מִמְּקוֹרוֹת מִקְרֵיהֶם שֶׁל בְּנֵי הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה הוּא הַגִּלְגּוּל, עַל פִּי אוֹתָם הַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים הַיְּשָׁרִים שֶׁהֻחֲקוּ לְפָנָיו ית' לְהַשְׁלָמַת זֶה הָעִנְיָן כֻּלּוֹ.– און עס איז נישט דא אין די באשעפענישן א באקאנטקייט אז עס זאל קענען צוזאמנעמען די באשעפערס מחשבות און די טיפקייט פון זיינע עצות, נאר די כלל ווייסן מיר אזויווי אלע אנדערע כללים, אז איינע פון די מקורות פון די זאכן וואס טרעפן זיך אויף מענטשן אויף די וועלט איז דאס גלגול, לויט די געזעצן און גראדע דינים וואס איז אויסגעקריצט פאר'ן באשעפער פאר די שלימות פון די גאנצע ענין.

#איןאנדערעווערטער
די באשעפער האט געמאכט אז מען זאל מגולגל ווערן און דאס העלפט פאר'ן מענטש צו פאררעכטן וואס ער דארף, מיר פארשטייען נישט די טיפקייט, אבער פאר די קלארקייט האבן ווייסן מיר אז דאס איז פארהאן. און דאס איז פאר די תכלית אז די באשעפער וויל טרעפן וועגן פאר'ן מענטש ער זאל קענען זוכה זיין צו עלם הבא.


יעדע זאך וואס געשעט צו א מענטש איז דא א סיבה דערצו, און די סיבות זענען פילפאכיג אפי' ביי די זעלבע זאך.




יא) נִמְצְאוּ לְפִי כָּל מַה שֶּׁבֵּאַרְנוּ, סִבּוֹת שׁוֹנוֹת וּמִתְחַלְּפוֹת לְמִקְרֵי בְּנֵי הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה, אִם לְטוֹב וְאִם לְמוּטָב.– קומט אויס לויט אלעס וואס מיר האבן אויסגעשמועסט, אז עס זענען דא אנדערע סיבות און זיי טוישן זיך לויט די טרעפונגען פון די מענטש אויף די וועלט צו פאר גוטס אדער פארקערט.

וְאָמְנָם אֵין הָעִנְיָן שֶׁכָּל מִקְרֶה שֶׁיִּקְרֶה יִמָּשֵׁךְ מִכָּל הַסִּבּוֹת הָאֵלֶּה, אֲבָל הָעִנְיָן הוּא, שֶׁמִּכָּל אֵלֶּה הַסִּבּוֹת יִמָּשְׁכוּ מִקְרִים לִבְנֵי הָאָדָם בָּעוֹלָם, וְיִמָּצְאוּ מִקְרִים נִמְשָׁכִים מִסִּבָּה אַחַת, וַאֲחֵרִים מִסִּבָּה אֲחֶרֶת.– אבער דאס מיינט נישט אז אלעס וואס געשענט וועט געשלעפט ווערן פון די אלע סיבות, אבער די ענין איז, אז פון די אלע סיבות וועלן ארויסקומען פאסירונגען פאר מענטשן אויף די וועלט, און עס וועט זיך טרעפן געשעהענישן וואס קומען פון איין סיבה, און אנדערע געשעהנישן פון א צווייטע סיבה.

וְאָמְנָם הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה הַיּוֹדַעַת וּמַשְׁקֶפֶת תָּמִיד עַל כָּל מַה שֶּׁהוּא נָאוֹת לְתִקּוּן כְּלַל הַבְּרִיאָה, הִנֵּה הִיא שׁוֹקֶלֶת בְּעֹמֶק עֲצָתָהּ כָּל הַדְּבָרִים בְּיַחַד, וְעַל פִּי זֶה מְנַהֶגֶת אֶת הָעוֹלָם בְּכָל פְּרָטָיו.– אבער די אויבערשטע חכמה וואס ווייסט און קוקט אייביג אויף אלעס וואס וואס איז פאסיג פאר די פאררעכטונג פון די די גאנצע בריאה, וועט זי אפוועגן מיט איר טיפע עצה אלע זאכן צוזאמען, און לויט דעם פירט זי די גאנצע וועלט מיט אלע זיינע פרטים.

כִּי אוּלָם אִי אֶפְשָׁר לְכָל הַסִּבּוֹת הָאֵלֶּה, שֶׁיּוֹלִידוּ תּוֹלְדוֹתֵיהֶם תָּמִיד בְּשָׁוֶה, כִּי פְּעָמִים רַבּוֹת אֶפְשָׁר לְאַחַת שֶׁתַּכְחִישׁ אֶת חֲבֶרְתָּהּ.– ווייל עס קען נישט זיין פאר די אלע סיבות, אז זיי זאלן אייביג געבוירן זייערע קינדער גלייך, ווייל אסאך מאל קען זיין אז איינס זאל אפלייקענען די אנדערע.

כִּי הִנֵּה דֶּרֶךְ מָשָׁל, אֶפְשָׁר שֶׁלְּפִי זְכוּת הָאָבוֹת יַגִּיעַ לְאָדָם אֶחָד עֹשֶר, וּלְפִי מַעֲשָֹיו עֹנִי, וּלְפִי הַחִלּוּק הַכְּלָלִי עֹשֶר אוֹ עֹנִי. וַאֲפִלּוּ לְפִי הַמַּעֲשִֹים עַצְמָם, כְּבָר יַעֲשֶֹה אִישׁ מַעֲשֶֹה אֶחָד, יִהְיֶה הַדִּין בּוֹ שֶׁתָּבֹא לוֹ טוֹבָה אַחַת, וּמַעֲשֶֹה אַחֵר, יִהְיֶה הַדִּין בּוֹ שֶׁתֶּחְסַר לוֹ הַטּוֹבָה הַהִיא.– ווייל לאמיר זאגן למשל, עס קען זיין אז לויט די זכות אבות פון א מענטש וועט דערגרייכן פאר א מענטש אז ער זאל ווערן רייך, אבער לויט זיינע מעשים דארף ער זיין ארעם, און לויט די כלליותדיגע חילוק רייכקייט אדער ארעמקייט, און אפילו לויט די מעשים אליינס, קען שוין א מענטש טוהן איין מעשה, און די דין וועט זיין אז עס זאל קומט צו אים איין גוטס, און א צווייטע זאך, וועט זיין די דין אין אים אז עס זאל אים פעלן די טובה.

וְאוּלָם הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה שׁוֹקֶלֶת וּמַכְרַעַת אֶת הַכֹּל עַל הַצַּד הַיּוֹתֵר טוֹב, וּמְזַמֶּנֶת לְכָל אִישׁ וָאִישׁ עִנְיָנִים מִמִּין אֶחָד וְעִנְיָנִים מִמִּין אַחֵר,- אבער די אויבערשטע חכמה וועגט אפ, און עס בייגט אלעס אויף די בעסטע וועג, און זי גרייט אן פאר יעדע מענטש ענינים פון איין מין, און ענינים פון א צווייטע מין.

פֵּרוּשׁ: עִנְיָנִים נִמְשָׁכִים אַחַר אַחַת הַסִּבּוֹת, וְעִנְיָנִים נִמְשָׁכִים אַחַר סִבָּה אֲחֶרֶת, אָמְנָם לֹא יִקְרֶה מִקְרֶה לְאָדָם שֶׁלֹּא יִהְיֶה כְּפִי אַחַת מִן הַסִּבּוֹת שֶׁזָּכַרְנוּ.- דאס מיינט: ענינים ווערן געצויגן דורך איינע פון די סיבות, און ענינים ווערן געצויגן פון אן אנדערע סיבה, אבער עס וועט נישט פאסירן א פאסירונג פאר א מענטש, וואס זאל נישט זיין לויט איינע פון די סיבות וואס מיר האבן דערמאנט.

וְהַפְּרָטִים אִי אֶפְשָׁר לָאָדָם שֶׁיֵּדְעָם כֻּלָּם, וּכְבָר יָדַעְנוּ הַרְבֵּה כְּשֶׁיָּדַעְנוּ כְּלָלֵי הָעִנְיָנִים לְמִינֵיהֶם וכְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ.– און די פרטים איז נישט מעגליך פאר א מענטש ער זאל וויסן אלע, און מיר ווייסן שוין אסאך ווען מיר וועלן וויסן די כללים פון ענינים לויט זייערע מינים, אזויווי מיר האבן שוין געשריבן.

#איןאנדערעווערטער
די באשעפער האט געמאכט אז זאכן זאלן פאסירן וועגן סיבות, אבער נישט אייביג וועט די זעלבע סיבה ברענגען די זעלבע פאסירונג, ווייל אנדערע זאכן מאכן דאך אויך אז זאכן זאלן געשעהן. ער גיט א משל, אז אויב א מענטש טוט א מצוה, און וועגן דעם דארף ער באקומען למשל עשירות, אבער די זעלבע מענטש האט אויך געטוהן אן עבירה און דאס מאכן אז ער זאל עס נישט באקומען, און ווען ער באקומעט עס נישט מיינט נישט אז ווען מען טוט א מצוה באקומט מען נישט קיין עשירות, נאר אז די באשעפער נעמט אלעס אין באטראכט און לויט דעם געשעהען זאכן אויף די וועלט.



צוויי סארטן געשעהנישן, אייס, די געשעהניש אליינס איז די ציהל, און די צווייטע, אז דורך די געשעהניש וועט געשעהן א דריטע זאך וואס דאס איז די ציהל דערפון.

אזוי אויך קען זיין אז א זאך זאל געשהן צו איינעם, כדי מיט דעם העלפן א צווייטן.




יב) וְאוּלָם צָרִיךְ שֶׁתֵּדַע, שֶׁהַמִּקְרִים הַקּוֹרִים לִבְנֵי הָאָדָם יֵשׁ בָּהֶם שְׁנֵי מִינִים: הָאֶחָד - מִקְרִים תַּכְלִיתִיִּים, וְהַשֵּׁנִי - אֶמְצָעִיִּים.– אבער דו דארפסט צו וויסן, אז די פאסירונגען וואס פאסירן צו די מענטשן, זענען דא צוויי מינים, איין, פאסירונגען וואס דאס אליינס איז א תכלית. - און די צווייטע, מיטלען.

פֵּרוּשׁ: תַּכְלִיתִיִּים, מִקְרִים שֶׁיִּהְיוּ נִגְזָרִים עַל הָאָדָם לִהְיוֹתָם רְאוּיִים לוֹ מִצַּד אַחַת מֵהַסִּבּוֹת שֶׁזָּכַרְנוּ לְמַעְלָה. וְאֶמְצָעִיִּים, מִקְרִים שֶׁיִּקְרוּ לוֹ כְּדֵי שֶׁעַל יָדָם יַגִּיעַ לוֹ מִקְרֶה אַחֵר שֶׁרָאוּי לוֹ. וְהוּא כְּעִנְיָן: אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, שֶׁפֵּרְשׁוּ ז"ל, שֶׁנִּשְׁבְּרָה רֶגֶל פָּרָתוֹ וְנָפְלָה וּמָצָא סִימָא תַּחְתֶּיהָ. אוֹ שֶׁיִּמָּלֵט מִמִּקְרֶה שֶׁרָאוּי שֶׁלֹּא יַגִּיעַ לוֹ, כְּגוֹן שֶׁנִּתְעַכֵּב וְלֹא הָלַךְ בִּסְפִינָה שֶׁהָיָה רוֹצֶה לֵילֵךְ, וְטָבְעָה הַסְּפִינָה בַּיָּם.– דאס מיינט תכליתם. געשעהנישן וואס וועלן נגזר ווערן אויפן מענטש וואן זיי זענען ראוי פאר אים וועגן איינע פון די סיבות וואס מיר האבן דערמאנט אויבן, און מיטען געשעהנישן וואס וועלן געשעהן צו אים, כדי דורך זיי זאל אים דעגרייכן אן אנדערע געשעהניש וואס עס פאסט פאר אים, און דאס איז ווי דאס ענין (וואס עס שטייט איך דאנק דיר באשפער אז דו האסט זיך אויפגערעגט אויף מיר, וואס די חכמים טייטשן אז עס האט זיך צעבראכן די פיס פון זיין קיה און ער איז אראפגעפאלן, און ער האט געטראפן א סימא (א מין מטבע) אונטער דעם, אדער אז ער זאל געראטעוועט ווערן פון די פאסירונג וואס עס פאסט עס זאל נישט גרייכן צו אים, ווי צום ביישפיל, אז ער האט זיך אויפגעהאלטן און ער איז נישט געגאנגען מיט די שיף וואס ער האט געוואלט גיין, און די שיף האט זיך דערטראנקען אינם ים (נדה לא.),

וְגַם אֶמְצָעִיִּים אֵלֶּה אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ לְצֹרֶךְ עַצְמוֹ שֶׁל הָאָדָם שֶׁיִּקְרוּ לוֹ, וְאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ לְצֹרֶךְ זוּלָתוֹ, לְשֶׁתָּבֹא עַל יְדֵי זֶה טוֹבָה אוֹ רָעָה לְזוּלָתוֹ.- און אויך די מיטלען קען זיין אז זיי זאלן זיין פאר די געברויך פון דעם מענטש אליינס אז עס זאל געשעהן צו איהם, און עס קען זיין אז עס זאל זיין פאר די געברויך פאר א צווייטן, פאר ווען עס וועט קומען דורכדעם א גוטס אדער א שלעכטס צו א צווייטן.

וְאָמְנָם הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה כְּמוֹ שֶׁתְּשַׁעֵר הָעִנְיָנִים שֶׁרָאוּי שֶׁיַּגִּיעוּ לָאָדָם, תְּשַׁעֵר גַּם כֵּן הָאֶמְצָעִיִּים שֶׁעַל יָדָם יַגִּיעוּ לוֹ, עַד שֶׁיִּמָּצֵא הַכֹּל נִגְזָר בְּתַכְלִית הַדִּקְדּוּק לְמַה שֶּׁהוּא הַיּוֹתֵר טוֹב בֶּאֱמֶת.– אבער, די אויבערשטע חכמה אזוי ווי זי וועט שאצן די זאכן וואס פאסן אז עס זאל דעגרייכן צו דעם מענטש, וועט זי אויך שאצן די מיטלען וואס דורך זיי זאל עס קומען אויף אים, ביז עס וועט זיך טרעפן אלעס געשניטן מיט גרעסטן מאס פונקטליכקייט צו וואס עס איז די מערסטע גוט באמת.

#איןאנדערעווערטער
ס'דא אמאל אז עפעס פאסירט פאר א מענטש פאר די תכלית פון די זאך, למשל, ער פארפאסט די פליגער, ווייל עס איז אים אנגעשריבן ער זאל יעצט האבן צער. און גארנישט דארף נישט פאסירן מיט'ן פליגער. און דערנאך איז דא פאסירונגען וואס דאס איז א מיטל פאר א צווייטע (גוטע) זאך, למשל ער פארפאסט די פליגער און אזוי ווערט ער געראטעוועט פון אן עקסידענט. און עס קען אויך זיין אז ער זאל פארפאסן די פליגער און א צווייטער וועט האבן א זיץ דעראויף, און עס איז געשעהן כדי יענער זאל האבן פלאץ. און די באשעפער רעכנט אויס אלעס וואס עס זאל פאסירן וויאזוי ער שאצט אז זיי זענען באמת גוט.


לייקט, קאממענט סובסקרייבט.

המשך יבוא בל"נ.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15007
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעזרת השם יתברך

חלק שני | פרק ד'


אינעם דריטן פרק האט ער מסביר געווען די השגחה אויף די מענטשן, און יעצט וועט ער רעדן פון אידן און גוים און די חילוקים צווישן זיי (און אזוי אויך, ווען איז עס צעטיילט געווארן צו אידן און גוים. און וואס מיינט דאס, און פארוואס עס איז צוטיילט געווארן, און וואס איז געווען פארדעם.)

בְּעִנְיַן יִשְֹרָאֵל וְאֻמּוֹת הָעוֹלָם

גוים און אידן זעען אויס אייניג, אבער מיט א תורה'דיגע בליק זענען זיי גאר אנדערש, מיר גייען מסביר זיין מיט וואס זיי זענען גלייך און מיט וואס זיי זענען אנדערש.


א) מִן הָעִנְיָנִים הָעֲמֻקִּים שֶׁבְּהַנְהָגָתוֹ ית' הוּא עִנְיַן יִשְֹרָאֵל וְאֻמּוֹת הָעוֹלָם, שֶׁמִּצַּד טֶבַע הָאֱנוֹשִׁי נִרְאֶה הֱיוֹתָם שָׁוִים בֶּאֱמֶת, וּמִצַּד עִנְיְנֵי הַתּוֹרָה הֵם שׁוֹנִים שִׁנּוּי גָּדוֹל וְנִבְדָּלִים כְּמִינִים מִתְחַלְּפִים לְגַמְרֵי. וְהִנֵּה עַתָּה נְבָאֵר בְּעִנְיָן זֶה בֵּאוּר מַסְפִּיק, וּנְפָרֵשׁ מַה שֶּׁבּוֹ מִתְדַּמִּים זֶה לָזֶה, וּמַה שֶּׁבּוֹ מִתְחַלְּפִים זֶה מִזֶּה.- פון די טיפע זאכן וואס איז אין די הנהגה פון דעם באשעפער, און די ענין פון די אידן מיט די גוים, וואס פון די זייט פון די מענטשליכע טבע קוקט אויס ווי זיי זענען עכט גלייך און פון די זייט פון די תורה זענען זיי זייער אנדערש, און זיי זענען אפגעשיידט אזוי ווי צוויי אנדערע מינים און יעצט גייען מיר מסביר זיין אין דעם ענין א גענוג קלארע ביאור, און מיר וועלן אויסשמועסן מיט וואס זיי זענען גלייך איינער צום צווייטן, און מיט וואס זיי זענען מיט דעם אנדערש איינער פון דעם צווייטן.

מַצָּב הָרָאוּי לָאָדָם וְתוֹלְדוֹתָיו וְהַהֹוֶה לָהֶם


אדם הראשון בעפארן זינד, איז געווען אין זייער א הויכע מדריגה און זיינע קינדער וואס וואלטן דעמאלטס געבוירן געווארן וואלטן אויך גראד הנאה געהאט פון די גוטס וואס אדם הראשון האט הנאה געהאט.


ב) אָדָם הָרִאשׁוֹן קֹדֶם חֶטְאוֹ הָיָה בְּמַצָּב עֶלְיוֹן מְאֹד מִמַּה שֶּׁהוּא הָאָדָם עַתָּה, וּכְבָר בֵּאַרְנוּ עִנְיָן זֶה [בְּחֵלֶק א' פֶּרֶק ג']. וּמַדְרֵגַת הָאֱנוֹשִׁיּוּת לְפִי הַמַּצָּב הַהוּא הָיְתָה מַדְרֵגָה נִכְבֶּדֶת מְאֹד, רְאוּיָה לְמַעֲלָה רָמָה נִצְחִית כמו"ש, וְאִלּוּ לֹא הָיָה חוֹטֵא, הָיָה מִשְׁתַּלֵּם וּמִתְעֲלֶה עוֹד עִלּוּי עַל עִלּוּי. וְהִנֵּה בְּאוֹתוֹ הַמַּצָּב הַטוֹב הָיָה לוֹ לְהוֹלִיד תּוֹלָדוֹת, מִסְפָּר מְשֹׁעָר מֵחָכְמָתוֹ ית', עַל פִּי אֲמִתַּת מַה שֶּׁרָאוּי לִשְׁלֵמוּת הַנֶּהֱנִים בְּטוּבוֹ ית', וְהָיוּ כֻּלָּם נֶהֱנִים עִמּוֹ בַּטּוֹב הַהוּא.- אדם הראשון פאר זיין זינד איז געווען אין א סאך העכערע מצב פון וואס א מענטש איז יעצט, און מיר האבן שוין אויסגעשמועסט דעם ענין אין די ערשטע חלק די דריטע פרק, און די דרגה פונעם מענטש לויט יענע מצב איז געווען זייער א מכובד'דיגע מדרגה וואס פאסט אנצוקומען צו הויכע נצחית, אזוי ווי מיר האבן דערמאנט און אויב וואלט ער נישט געזונדיגט וואלט ער זיך משלים געווען אין ער וואלט דערהויבן געווארן מער העכער און העכער, און אין יענעם גוטן מצב האט ער געדארפט צו געבוירן קינדער, א באשטימטע צאל אויסגרעכנט מיט די חכמה פון דעם באשעפער, לויט די אמת'דיגקייט פון דעם באשעפער'ס חכמה געלויבט איז ער, לויט די אמת'דיגקייט וואס עס פאסט פאר די שלימות פון די וואס האבן הנאה פון/מיט זיין גוטס געלויבט איז ער, און זיי וואלטן אלע הנאה געהאט מיט אים מיט צי די יענע גוטס.

די באשעפער האט אוועקגעשטעלט אז די קינדער וואס קומען פון אדם הראשון זאל זיין אזויווי א בוים מיט צווייגן.


וְאָמְנָם הַתּוֹלָדוֹת הָאֵלֶּה שֶׁהָיָה רָאוּי שֶׁיּוֹלִיד, נִגְזְרוּ וְשֹֻעֲרוּ מִלְּפָנָיו ית' מְשֻׁעָרִים בְּהַדְרָגוֹת מְיֻחָדוֹת, פֵּרוּשׁ: שֶׁיִּהְיֶה בָּהֶם רָאשִׁיִים וְנִטְפָּלִים, שָׁרָשִׁים וַעֲנָפִים, נִמְשָׁכִים זֶה אַחַר זֶה בְּסֵדֶר מְיֻחָד, כְּאִילָנוֹת בְּעַנְפֵיהֶם. וּמִסְפַּר הָאִילָנוֹת וּמִסְפַּר הָעֲנָפִים, הַכֹּל מְשֹׁעָר בְּתַכְלִית הַדִּקְדּוּק.- אבער די קינדער עס וואלט געפאסט אז עס זאל אים געבוירן ווערן, זענען נגזר געווארן און געשאצט געווארן פון דעם באשעפער, געשאצט מיט באשטימטע הגדרות, דאס מיינט אז עס זאל זיין ביי זיי הויפטן און די וואס באהעפטן זיך צו די שרשים און צווייגן, נאכגעשלעפט איינער נאכן צווייטן מיט א באשטימטע סדר, אזוי ווי ביימער מיט זייער צווייגן און די צאל פון די ביימער אלעס געשאצט מיטן גרעסן פונקטליכקייט

ווען אדם הראשון האט געזינדיגט איז די עצם מענטש געווארן זייער נידריג און מדריגה פון גוטס וואס זיי קענען זוכה זיין איז אויך געווארן זייער נידריג, און אזוי זענען אויך זיינע קינדער ארויסגעקומען אין די נידריגע דרגה.


וְהִנֵּה בְּחֶטְאוֹ יָרַד מְאֹד מִמַּדְרֵגָתוֹ, וְנִכְלַל מִן הַחֹשֶךְ וְהָעֲכִירוּת שִׁעוּר גָּדוֹל וּכְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ לְעֵיל. וּכְלַל הַמִּין הָאֱנוֹשׁי יָרַד מִמַּדְרֵגָתוֹ וְעָמַד בְּמַדְרֵגָה שְׁפֵלָה מְאֹד, בִּלְתִּי רְאוּיָה לַמַּעֲלָה הָרָמָה הַנִּצְחִית שֶׁהִתְעַתֵּד לָהּ בָּרִאשׁוֹנָה, וְלֹא נִשְׁאַר מְזֻמָּן וּמוּכָן אֶלָּא לְמַדְרֵגָה פְּחוּתָה מִמֶּנָּהּ פְּחִיתוּת רַב. וּבִבְחִינָה זֹאת הוֹלִיד תּוֹלָדוֹת בָּעוֹלָם, כֻּלָּם בַּמַּדְרֵגָה הַשְּׁפֵלָה הַזֹּאת שֶׁזָּכַרְנוּ.- און ווען ער האט געענדיגט, איז ער זייער שטארק אראפ פון זיין מדריגה און עס איז נכלל געווארן אין איהם פון טונקעלקייט און פארגרעבטקייט א גרויסע שיעור, און אזוי ווי איך האב שוין אויבן געשריבן (.....) און צו דעם כלל פון דעם מין מענטש איז אראפ פון זיין מדריגה און ער איז געשטאנען אין זייער א נידריגע מדריגה וואס איז נישט ראוי פאר די גרויסע שטענדיגע שטאנד וואס איז געווען אנגעגרייט פאר איר פון בעפאר, און זי איז נישט איבערגעבליבן אנגעגרייט פאר צו א נידריגע מדריגה פון איר, סאך נידריגער, און אויף די בחינה האט ער געבוירן קינדער אויף די וועלט זיי אלע אויף די נידריגערע מדריגה וואס מיר האבן דערמאנט.

עס איז געבליבן די כח ביי אדם הראשון צו קונה זיין די שלימות'דיגע דרגה, אבער פאקטיש איז ער געווען אין א שוואכערע מדריגה.


וְאָמְנָם אַף עַל פִּי כֵּן לֹא חָדַל מֵהִמָּצֵא בִּכְלַל מַדְרֵגַת הַמִּין הָאֱנוֹשִׁי מִצַּד שָׁרְשׁוֹ הָאֲמִתִּי, בְּחִינָה עֶלְיוֹנָה מִן הַבְּחִינָה שֶׁהָיָה הַמִּין הַזֶּה אָז בִּזְמַן קִלְקוּלוֹ. וְלֹא נִדְחָה אָדָם הָרִאשוֹן לְגַמְרֵי שֶׁלֹּא יוּכַל לָשׁוּב אֶל הַמַּדְרֵגָה הָעֶלְיוֹנָה, אֲבָל נִמְצָא בְּפֹעַל בַּמַּדְרֵגָה הַשְּׁפֵלָה, וִּבְחִינָה כֹּחָנִיּוּת אֶל הַמַּדְרֵגָה הָעֶלְיוֹנָה.- אבער אפי' אזוי האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פן זיך טרעפן און דעם כלל פון די מדריגה פון דעם מין מענטש פון זיין אמת'ע שורש, א גרעסערע בחינה פון די בחינה וואס דער מין איז געווען דעמאלטס אין די צייט וואס ער האט פארדארבן, און אדם הראשון איז נישט אינגאנצן אוועקגעשלעפט געווארן אז ער זאל נישט קענען זיך צוריק קערן צו די הויכע מדריגה, אבער ער געפונט זיך עכט אין די נידריגערע מדריגה און אין א שוואכערע בחינה צו די העכערע מדריגה.

די באשעפער האט באשטימט א צייט (פון אדם הראשון ביז'ן דור הפלגה) וואס דעמאלטס האט ער געגעבן די אויסווייל פאר די מענטשן זיי זאלן צוריקגיין צו די הויעכע דרגה וואס אדם הראשון איז געווען בעפארן חטא.


וְהִנֵּה נָתַן הָאָדוֹן ב"ה לִפְנֵי הַתּוֹלָדוֹת הַהֵם שֶׁנִּמְצְאוּ בְּאוֹתוֹ הַזְּמַן, אֶת הַבְּחִירָה, שֶׁיִּתְחַזְּקוּ וְיִשְׁתַּדְּלוּ לְהִתְעֲלוֹת מִן הַמַּדְרֵגָה הַשְּׁפֵלָה וְלָשִים עַצְמָם בַּמַּדְרֵגָה הָעֶלְיוֹנָה. וְהֵנִיחַ לָהֶם זְמַן לַדָּבָר, כְּמוֹ שֶׁשִּׁעֲרָה הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה הֱיוֹתוֹ נָאוֹת לַהִשְׁתַּדְּלוּת הַזֶּה, וְעַל דֶּרֶךְ מַה שֶּׁמַּנַחַת עַתָּה לָנוּ, לְשֶׁנִּהְיֶה מַשִֹיגִים הַשְּׁלֵמוּת וְהַמַּדְרֵגָה בְּקִבּוּץ בְּנֵי הָעוֹלָם הַבָּא כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ לְעֵיל, כִּי הִנֵּה כָּל מַה שֶּׁהוּא הִשְׁתַּדְּלוּת צָרִיךְ שֶׁיִּהְיֶה לוֹ גְּבוּל.- און דער באשעפער האט געגבן פאר די קינדער וואס האבן זיך געפונען אין יענע צייט דאס אויסוועהלן/בחירה אז זיי זאלן זיך שטארקן אין זיי זאלן פראבירן זיך צו דערהייבן פון די נידריגע מדריגה און זיך לייטן אין די העכערע מדריגה, און ער האט איבערגעלאזט פאר זיי א צייט פאר די זאך לויט וואס דער באשעפער האט געשאצט מיט זיין קלוגשאפט אז עס זאל זין פאסיג פאר די השתדלות, און אויף צו ווען וואס ער לאזט אונז יעצט אז מיר זאלן קענען דעגרייכן די שלימות און די מדריגה און די קבוץ פון די מענטשן וואס באקומען עולם הבא, אזוי ווי מיר האבן אויבן אויסגעשמועסט, ווייל יעדע זאך וואס איז השתדלות דארף עס זאל זיין צו איר א גרעניץ.

די באשעפער האט איינגעזעהן אז עס פאסט אז די צייט וואס ער האט געגעבן זיך צוריקצוכאפן צום הויכע דרגה זאך אויך זיין אויסגעשטעלט לויט די מהלך פון א בוים, האט ער קודם אוועקגעשטעלט א צייט אז די שטאַמען פון די בוים זאלן זיך אוועקשטעלן.


ג) וְהִנֵּה רָאֲתָה הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה הֱיוֹת רָאוּי שֶׁזֶּה הַהִשְׁתַּדְּלוּת יִתְחַלֵּק לְשָׁרְשִׁי וַעֲנָפִי. פֵּרוּשׁ: שֶׁיִּהְיֶה בִּתְחִלָּה זְמַן הַהִשְׁתַּדְּלוּת לַשָּׁרָשִׁים שֶׁבַּתּוֹלָדוֹת, וְאַחַר כָּךְ לַעֲנָפִים שֶׁבָּהֶם. וְהַיְנוּ כִּי הַמִּין הָאֱנוֹשִׁי כֻּלּוֹ הָיָה צָרִיךְ עֲדַיִן שֶׁיִּקָּבַע עִנְיָנוֹ כָּרָאוּי, וִיתֻקַּן מִן הַקִּלְקוּלִים שֶׁנִּהְיוּ בּוֹ. וּלְפִי סֵדֶר הַהַדְרָגָה, הִנֵּה הָיָה רָאוּי שֶׁיֻּקְבְּעוּ בָּרִאשׁוֹנָה, שָׁרְשֵׁיהֶם וְרָאשֵׁיהֶם שֶׁל תּוֹלְדוֹת הָאָדָם, לַעֲמֹד בְּמַדְרֵגָה מְתֻקֶּנֶת, וְיַעַמְדוּ בָּהּ הֵם וְעַנְפֵיהֶם, כִּי הָעֲנָפִים יִמָּשְׁכוּ תָּמִיד אַחַר הַשֹּׁרֶשׁ.- און די אויבערשטע חכמה האט איינגעזעהן אז עס פאסט אז די השתדלות זאל זיך צוטיילן צו שורש'דיגע, און בלעטל'דיגע, דאס הייסט אז עס זאל קודם זיין די צייט פון השתדלות פאר די שרשים פון די קינדער (פון אדם הראשון) און דערנאך פאר די צווייגן פון זיי, און דאס מיינט אז די גאנצע מענטשליכע מין האט זיך קודם געדארפט (אויסגעפעלט) אז עס זאל זיך איינזעצן זיין דער ענין ווי עס פאסט און עס זאל פארראכטן ווערן פון די פאדארבונגען וואס זענע געמאכט געווארן אין אים, און לויט דעם סדר פון די דרגות וואלט ווען געפאסט אז קודם זאלן אוועקגעשטעלט ווערן די שרשים און די הויפטן פן די קינדער פון די מענטשן אז זיי זאל שטיין אין א פארראכטענע מדריגה, און עס זאל שטיין אין איר זיי און זייערע צווייגן, ווייל די צווייגן וועלן אייביג געשלעפט ווערן פון דעם שורש.

וְהִנֵּה הִגְבִּיל הַזְּמַן לַהִשְׁתַּדְּלוּת הַשָּׁרְשִׁי הַזֶּה, שֶׁמִּי שֶׁיִּזְכֶּה [מִכְּלַל הַנִּמְצָאִים בְּאוֹתָם הַזְּמַנִּים שֶׁהָיָה שַׁעַר זֶה נִפְתָּח וְהָיָה בְּיָדָם לְהַגִּיעַ לְזֶה הָעִנְיָן] וְיָכִין אֶת עַצְמוֹ כָּרָאוּי, יִקָבַע לְשֹׁרֶשׁ אֶחָד טוֹב וְיָקָר, מוּכָן לַמַּעֲלָה הָרָמָה, הָרְאוּיָה לְמִי שֶׁהוּא אָדָם בַּמַּצָּב הַטּוֹב וְלֹא אָדָם בַּמַּצָּב הַמְקֻלְקָל. וְכֵן יַשִיג שֶׁיֻּתַּן לוֹ לְהוֹצִיא תּוֹלְדוֹתָיו הָרְאוּיִים לוֹ, כֻּלָּם בִּבְחִינָתוֹ, פֵּרוּשׁ: בְּאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה וְהַמַּצָּב שֶׁכְּבָר הִשִיג הוּא בְּשָׁרְשִׁיּוּתוֹ.- און דער באשעפער'ס חכמה האט איינגעצוימט די צייט פאר די שורש'דיגע השתדלות אז ווער עס וועט זוכה זיין (פון די וואס געפונען זיך און יענע צייט וואס די טויער איז געווען אפן און עס איז געווען אין זייערע הענט (די מעגליכקייט) צו דערגרייכן דעם ענין), און ער זאל זיך צוגרייטן ווי עס פאסט, וועט אוועקגעשטעלט ווערן צו איין גוטע שורש און טייערע צוגעגרייט צו די הויכעע מעלה וואס עס פאסט זיך פאר ווער עס איז א מענטש אין דעם מצב פון טוב, און נישט א מענטש אין א פארדארבענע מצב, און אזוי וועט ער דעגרייכן אז עס זאל געגען ווערן פאר איהם ארויסצוגעבן זיינע קינדער וואס פאסן פאר אים אלע פון זיי לויט זיין בחינה, דאס מיינט אין די מדריגה און מצב וואס ער האט שוין געגרייכט אין זיין שורש.

וְהָיָה הַזְמַן הַזֶּה מֵאָדָם הָרִאשוֹן עַד זְמַן הַפְּלָגָּה. וְהִנֵּה כָּל אוֹתוֹ הַזְּמַן לֹא חָדְלוּ צַדִּיקִים דּוֹרְשִׁים הָאֱמֶת לָרַבִּים, כְּגוֹן: חֲנוֹךְ מְתֻשֶּׁלַח שֵׁם וְעֵבֶר, וּמַזְהִירִים אוֹתָם שֶׁיְתַקְּנוּ אֶת עַצְמָם.- און די צייט איז געווען פון אדם הראשון ביז די צייט פון דעם דור הפלגה, און די גאנצע צייט האט זיך נישט פארמיטן צדיקים וואס דרש'ענען דעם אמת פאר די מענטשן, ווי למשל חנוך, משתולך, נח, שם, און עבר, און זיי האבן אנגעווארנט אז זיי זאלן זיך פאררעכטן.

וְכֵיוָן שֶׁנִּתְמַלֵּא סְאָתָם שֶׁל הַבְּרִיּוֹת, בִּזְמַן הַפְּלָגָּה, שָׁפַט בְּמִדַּת מִשְׁפָּטוֹ ית' הֱיוֹת רָאוּי שֶׁיִּגָּמֵר זְמַן הַהִשְׁתַּדְּלוּת הַשָּׁרְשִׁי, וְיִהְיֶה קִצָּם שֶׁל הַדְּבָרִים, שֶׁיִּקָּבַע מַה שֶּׁרָאוּי לִקָּבַע בִּבְחִינַת הַשָּׁרָשִׁים, לְפִי מַה שֶּׁכְּבָר נִתְגַּלְגֵּל וְנִהְיָה עַד עֵת הַקֵּץ הַהוּא.- און וויבאלד עס איז געווארן אנגעפילט די מאס פון די מענטשן, דאס מיינט אין די צייט פון דעם דור הפלגה האט דער באשעפער גע'משפט אז עס איז פאסיג אז עס זאל זיך ענדיגן די צייט פון דעם השתדלות פון די שרשים, און דאס זאל זיין די באשטימטקייט פון די זאכן, אז עס זאל אוועקגעשטעלט ווערן וואס עס פאסט צו באשטימט ווערן אין די בחינה פון די שרשים, לויט וואס עס האט זיך געדרייט און געווען ביז יענע באשטימטע צייט.

נאכן זמן פון דור הפלגה האט זיך שוין אוועקגעשטעלט די שורשים פונעם בוים און די באשעפער האט אוועקגעשטעלט אז די קינדער (צווייגן) וואס קומען ארויס זאלן זיין אזויווי די שרשים.


וְאָז הִשְׁגִּיחַ ית"ש עַל כָּל בְּנֵי הָאָדָם, וְרָאָה כָּל הַמַּדְרֵגוֹת שֶׁהָיָה רָאוּי שֶׁיִּקָּבְעוּ בָּם הָאֲנָשִׁים הַהֵם כְּפִי מַעֲשֵֹיהֶם, וּקְבָעָם בָּם בִּבְחִינָתָם הַשָּׁרְשִׁית כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ. וְהִנֵּה כְּפִי מַה שֶּׁהוּנְחוּ הֵם, כֵּן נִגְזַר עֲלֵיהֶם שֶׁיִּהְיוּ מוֹצִיאִים הַתּוֹלָדוֹת, כְּפִי מַה שֶּׁכְּבָר שֻׁעַר שֶׁהָיָה רָאוּי לַשֹּׁרֶשׁ הַהוּא. וְנִמְצְאוּ כֻּלָּם מִינִים קְבוּעִים בָּעוֹלָם, כָּל אֶחָד בְּחֻקּוֹ וְטִבְעוֹ, כְּכָל שְׁאָר הַמִּינִים שֶׁבַּבְּרִיּוֹת, וְנִתַּן לָהֶם לְהוֹצִיא תּוֹלְדוֹתֵיהֶם בְּחֻקָּם וּבְחִינָתָם, כְּכָל שְׁאָר הַמִינִים.- און דעמאלטס האט דער באשעפער זיך אומגעקוקט אויף אלע מענטשן אן ער האט געזעהן אלע מדריגות וואס עס האט זיך געפאסט אז עס זאלן באשטימט ווערן פאר יענע מענטשן לויט זייערע מעשים, און ער האט עס באשטימט אין זיי אין זייער שורש'דיגע בחינות אזוי ווי מיר האבן דערמאנט, און לויט וואס ער האט אריינגעלייגט אין זיי אזוי איז נגזר געווארן אויף זיי אז זייערע קינדער זאלן ארויסקומען פון זיי, לויט וואס ער האט שוין געשאצט אז עס זאל פאסן פאר יענע שורש, און עס קומט אויס אז אלע מינים זענען אוועקגעשטעלט אויף די וועלט יעדער איינער מיט זיין געזעץ און טבע, אזוי ווי אלע אנדערע מינים וואס זענען דא אין די באשעפענישן.

נאר אברהם אבינו האט זיך ארויסגעשטעלט און אנגעקומען צום שלימות און ווערן אן עקסטערע בוים.


וְאָמְנָם נִמְצְאוּ כֻּלָּם לְפִי הַמִּשְׁפָּט הָעֶלְיוֹן, רְאוּיִים לִשָּׁאֵר בְּמַדְרֵגַת הָאֱנוֹשִׁית הַשְּׁפֵלָה שֶׁהִגִּיעוּ לָהּ אָדָם הָרִאשוֹן וְתוֹלְדוֹתָיו מִפְּנֵי הַחֵטְא, וְלֹא גְּבוֹהִים מִזֶּה כְּלָל. וְאַבְרָהָם לְבַדּוֹ נִבְחַר בְּמַעֲשָֹיו וְנִתְעַלָּה, וְנִקְבַּע לִהְיוֹת אִילָן מְעֻלֶּה וְיָקָר, כְּפִי מְצִיאוּת הָאֱנוֹשִׁית בְּמַדְרֵגָתוֹ הָעֶלְיוֹנָה, וְנִתַּן לוֹ לְהוֹצִיא עֲנָפָיו כְּפִי חֻקּוֹ.- אבער זיי אלע זענען זיך ראוי לויט די אויבערשטע משפט, ראוי צו איבערבלייבן אין די מענטשליכע נידריגע מדריגה וואס עס איז געקומען אויף אדם הראשון און זיינע קינדער וועגן זיין חטא און נישט העכער פון דעם בכלל, און נאר אברהם איז אויסדערוועלט געווארן מיט זיינע מעשים און ער איז דערהויבן געווארן, און ער איז אוועקגעשטעלט געווארן צו זיין א בוים דערהויבן און טייער, לויט די מענטשליכע מציאות און זיין הויעכע מדריגה, און עס איז געגעבן געווארן אין אים צו ארויסציען צווייגן לויט זיין געזעץ

דעמאלטס האט זיך צוטיילט די וועלט צו 70 פעלקער, נאר די אידן האבן די אפציע אנצוקומען צו שלימות.


וְאָז נִתְחַלֵּק הָעוֹלָם לְע' אֻמּוֹת, כָּל אֶחָד מֵהֶם בּמַדְרֵגָה יְדוּעָה, אֲבָל כֻּלָם בִּבְחִינָה הָאֱנוֹשִׁיּוּת בְּשִׁפְלוּתוֹ, וְיִשְֹרָאֵל בִּבְחִינַת הָאֱנוֹשִׁיּוּת בְּעִלּוּיוֹ.- און דעמאלטס איז צוטיילט געווארן די וועלט צו זיבעציג פעלקער, יעדע איינער פון זיי אין א באשטימטע מדריגה, אבער אלע פון זיי אין די נידריגע מענטשליכע בחינה, און די אידן אין די הויכע מענטשליכע בחינה.

נאך אברהם אבינו האט זיך פארמאכט דאס ווערן א שורש און פון דארט איז ווייטער נאר א צווייג.


וְהִנֵּה אַחַר הָעִנְיָן הַזֶּה נִסְתַּם שַׁעַר הַשָּׁרָשִׁים, וְהִתְחִיל הַגִּלְגּוּל וְהַהַנְהָגָה בַּעֲנָפִים, כָּל אֶחָד לְפִי עִנְיָנוֹ. וְנִמְצָא שֶׁאַף עַל פִּי שֶׁלִּכְאוֹרָה נִרְאָה עִנְיָנֵינוּ עַתָּה וְעִנְיַן הַקּוֹדְמִים שָׁוֶה, בֶּאֱמֶת אֵינֶנּוּ כָּךְ. אֶלָּא עַד הַפַּלְגָּה הָיָה הַזְּמַן שָׁרְשֵׁי הָאֱנוֹשִׁיּוּת, וְנִתְגַּלְגְּלוּ הַדְּבָרִים בִּבְחִינָה זוֹ. וּכְשֶׁהִגִּיעַ קֵץ זְמַן זֶה, נִקְבַּע הַדָּבָר כְּפִי הַמִּשְׁפָּט, וְהִתְחִיל זְמַן אַחֵר שֶׁהוּא זְמַן הָעֲנָפִים, שֶׁעוֹדֶנּוּ בּוֹ עַתָּה.- און נאך די בחינה איז פארשטאפט געווארן די טויער פון שרשים, און עס האט זיך אנגעהויבן די גלגול און די הנהגה אין די צווייגן יעדע איינע לויט זיין ענין, און עס קומט אויס אז כאטשיג וואס לכאורה זעהט אויס אונזער ענין און די ענין פון די פריערדיגע גלייך, אבער עכט איז נישט אזוי, נאר ביזן דור הפלגה איז געווען די צייט פון די שרשים פון די מענטשן, און עס האבן זיך געדרייט די זאכן אין די בחינה, און ווען עס איז געקומען די באשטימטע צייט איז באשטימט געווארן די זאך לויט דעם משפט, און עס האט זיך אנגעהויבן א נייע צייט וואס דאס איז די צייט פון די צווייגן וואס מיר זענען נאך אין דעם יעצט.

עֲשִֹיַּת אַבְרָהָם אָב לַגֵרִים

גוים פון די 70 פעלקער קענען זיך מגייר זיין און ווערן איינער פון די צווייגן און צוקומען צום שלימות.



ד) וּמֵרֹב טוּבוֹ וְחַסְדּוֹ ית', גָּזַר וְנָתַן מָקוֹם אֲפִלּוּ לְעַנְפֵי שְׁאָר הָאֻמּוֹת, שֶׁבִּבְחִירָתָם וּמַעֲשֵֹיהֶם יַעַקְרוּ עַצְמָם מִשָּׁרְשָׁם, וְיֻכְלְלוּ בַּעֲנָפָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ ע"ה אִם יִרְצוּ. וְהוּא מַה שֶּׁעֲשָֹהוּ ית"ש לְאַבְרָהָם אָב לֵגֵרִים, וְאָמַר לוֹ: וְנִבְרְכוּ בְּךָ כֹּל מִשְׁפְּחוֹת הָאֲדָמָה. וְאוּלָם אִם לֹא יִשְׁתַּדְּלוּ בָּזֶה, יִשָּׁאֲרוּ תַּחַת אִילָנוֹתֵיהֶם הַשָּׁרְשִׁיִּים כְּפִי עִנְיָנָם הַטִּבְעִי.- און פון דעם באשעפער'ס גרויסע גוטסקייט האט ער אזוי געווען און געגעבן פלאץ אפי' פאר די צווייגן פון די אנדערע פעלקער פון די וועלט, וואס מיט זייער בחירה און מיט זייערע מעשים וועלן זיי זיך אפרייסן פון זייערע שורש, און זיי וועלן נכלל ווערן אין די צווייגן פון אברהם אבינו ע"ה אויב זיי וועלן וועלן, און דאס איז וואס דער באשעפער האט געמאכט אברהם אבינו דער טאטע פאר די גרים, און ער האט אים געזאגט (בראשית י"ב, ג') "און עס וועלן זיך בענטשן אין דיר אלע משפות פון די ערד" אבער אויב זיי וועלן נישט טוען דערין וועלן זיי בלייבן אונטער זייער שורש'דיגע בוים לויט זייער טבע'דיגע ענין.

תַּכְלִית דִּין הָאֻמּוֹת עַד מַתָּן תּוֹרָה

די באשעפער האט אוועקגעשטעלט אז עס זאל זיין 600,000 צווייגן וואס זענען פון די בוים פון אברהם אבינו און פאר זיי האט מען געגעבן די תורה און ארץ ישראל, און ביז מתן תורה האבן נאך די גוים געקענט צוריקקומען צום העכערן דרגה אויב זיי וואלטן אנגענומען די תורה.


ה) וְצָרִיךְ שֶׁתֵּדַע שֶׁכְּמוֹ שֶׁכְּלַל תּוֹלְדוֹת הָאָדָם מִתְחַלֵּק לְאִילָנוֹת שָׁרָשִׁיִים וְעַנְפֵיהֶם עִמָּהֶם כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ, כֵּן כָּל אִילָן וְאִילָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ, יִבָּחֲנוּ בּוֹ הָעֲנָפִים הָרָאשִׁיִּים, שֶׁמֵּהֶם נִמְשָׁכִים וּמִתְפָּרְטִים כָּל שְׁאָר הַפְּרָטִים.- און דו דארפסט וויסן אז אזוי ווי אלע קינדער פון דעם מענטש ווערן צוטיילט שורש'דיגע ביימער אין זייערע צווייגן מיט זיי אזוי ווי מיר האבן דערמאנט, אזוי איז יעדע בוים פאר זיך, וועט מען צווישנשיידן און אים די ערשטע צווייגן, וואס פון זיי ווערן געצויגן און ווערן די פרטים אזוי ווי אלע אנדערע פרטים.

וְאָמְנָם עַנְפֵי אִילָנוֹ שֶׁלּ אַבְרָהָם אָבִינוּ ע"ה, הַכּוֹלְלִים, הִנֵּה הֵם עַד שִׁשִּׁים רִבּוֹא, שֶׁהֵם אוֹתָם שֶׁיָּצְאוּ מִמִּצְרַיִם וְנַעֲשֵֹית מֵהֶם האֻמָּה הַיִּשְֹרְאֵלִית, וְלָהֶם נֶחְלְקָה אֶרֶץ יִשְֹרָאֵל. וְכָל הַבָּאִים אַחֲרֵיהֶם, נֶחְשָׁבִים פְּרָטִים לַתּוֹלָדוֹת הַכּוֹלְלִים הָאֵלֶּה. וְהִנֵּה לְאֵלֶּה נִתְּנָה הַתּוֹרָה, וְאָז נִקְרָא שֶׁעָמַד אִילָן זֶה עַל פִּרְקוֹ.- אבער די צווייגן פון דעם בוים פון אברהם אבינו ע"ה וואס נעמט אריין, איז דאס ביז זעכציג מאן צען טויזנט, וואס זיי זענען די וואס זענען ארויס פון מצרים און עס איז געמאכט געווארן פון זיי דאס אידישע פאלק, און פאר זיי איז צוטיילט געווארן ארץ ישראל, און אלע וואס קומען נאך זיי ווערן גערעכנט ווי פרטים פאר די קינדער פון די וואס זענען אין דעם כלל, און פאר זיי איז געגעבן געווארן די תורה, און דעמאלטס איז געשהן אז עס האט זך אוועק געשטעלט די בוים אויף זיין פרק.

וְאוּלָם חֶסֶד גָּדוֹל עָשָֹה הקב"ה עִם כָּל הָאֻמּוֹת, שֶׁתָּלָה דִּינָם עוֹד עַד זְמַן מַתַּן הַתּוֹרָה, וְהֶחֱזִיר הַתּוֹרה עַל כֻּלָּם שֶׁיְקַבְּלוּהָ, וְאִם הָיוּ מְקַבְּלִים אוֹתָהּ, עֲדַיִן הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם שֶׁיִּתְעַלּוּ מִמַּדְרֵגָתָם הַשְּׁפֵלָה, וְכיֵוָן שֶׁלֹּא רָצוּ, אָז נִגְמַר דִּינָם לְגַמְרֵי, וְנִסְתַּם הַשַּׁעַר בִּפְנֵיהֶם סִתּוּם שֶׁאֵין לוֹ פְּתִיחָה. וְאַךְ זֶה נִשְׁאַר לְכָל אִישׁ וָאִישׁ מִן הָעֲנָפִים בִּפְרָטֵיהֶם, שֶׁיִּתְגַּיֵּר בְּעַצְמוֹ וְיִכָּנֵס בִּבְחִירָתוֹ תַּחַת אִילָנוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ.- אבער א גרויסע גענאדע האט דער באשעפער געטוהן מיט אלע פעלקער, וואס ער האט געהאנגען זייער דין ביז די צייט פון מתן תורה, און ער האט אריבערגעפירט די תורה צו אלע פון זיי אז זיי זאלן אים אננעמען, און אויב וואלטן זיי עס מקבל געווען וואלט מעגליך געווען פאר זיי צו פילן זיך דערהויבן פון זייער נידריגע מדריגה, און ווייל זיי האבן נישט געוואלט דעמאלטס איז געענדיג געווארן זייער דין אינגאנצן און עס איז פארמאכט געווארן די טויער פאר זיי א צומאכונג וואס האט נישט קיין עפענונג, אבער דאס איז וואס עס איז איבערגעבליבן פאר יעדע מענטש פון די צווייגן אין זייערע פרטים, אז ער זאל זיך מגייר זיין אליינס און ער זאל אריינגיין מיט זיין אייגענע אויסוואהל אונטער דעם בוים פון אברהם אבינו.

הַחֵלֶק הַנִּתָּן לְאֻמּוֹת הָעוֹלָם

די גוים האבן אויך א נשמה און ער האט זיי געגעבן שבע מצות בני נח וואס מיט'ן דאס מקיים זיין קומען זיי צו צו עפעס א שלימות.


ו) וְאוּלָם לֹא הָיְתָה הַגְּזֵרָה לְהַאֲבִיד אֶת הָאֻמּוֹת הָאֵלֶּה, אֲבָל הָיְתָה הַגְּזֵרָה שֶׁיִּשָּׁאֲרוּ בַּמַּדְרֵגָה הַשְּׁפֵלָה שֶׁזָּכַרְנוּ, וְהוּא מִין אֱנוֹשִׁיּוּת שֶׁהָיה רָאוּי שֶׁלֹּא יִמָּצֵא אִלּוּ לֹא חָטָא אָדָם הָרִאשוֹן, וְהוּא בְּחֶטְאוֹ גָּרַם לוֹ שֶׁיִּמָּצֵא.- אבער עס איז נישט געווען די גזירה צו מאכן פארלירן די אלע פעלקער, אבער עס איז געווען די גזירה אז זיי זאלן בלייבן אין די נירריגע מדריגה וואס מיר האבן דערמאנט, און דאס איז דער מין מענטש וואס האט געפאסט עס זאל זיך נישט געפונען אויב וואלט נישט אדם הראשון געזונדיגט, און ער מיט זיין זינד האט ער גורם געווען פאר זיך אז זיי זאלן זיך געפונען.

וְאָמְנָם כֵּיוָן שֶׁיֵּשׁ בָּהֶם בְּחִי[נָה] אֱנוֹשִׁיּוּת, אַף עַל פִּי שֶׁהִיא שְׁפֵלָה, רָצָה הקב"ה שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם מֵעֵין מַה שֶּׁרָאוּי לָאֱנוֹשִׁיּוּת הָאֲמִתִּי, וְהַיְנוּ שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם נְשָׁמָה כְּעֵין נִשְׁמוֹת בְּנֵי יִשְֹרָאֵל, אַף עַל פִּי שֶׁאֵין מַדְרֵגָתָהּ מַדְרֵגַת נִשְׁמוֹת יִשְֹרָאֵל אֶלָּא שְׁפֵלָה מֵהֶם הַרְבֵּה. וְיִהְיֶה לָהֶם מִצְווֹת, יִקְנוּ בָּהֶם הַצְלָחָה גּוּפִיִית וְנַפְשִׁית גַּם כֵּן, כְּפִי מַה שֶּׁרָאוּי לִבְחִינָתָם, וְהֵם מִצְווֹת בְּנֵי נֹחַ.- אבער ווייל עס איז דא אין זיי א בחינה פון מענטשליכקייט, אפי' עס איז נידריג, האט דער באשעפער געוואלט אז עס זאל זיין פאר זיי אביסל פון וואס עס פאסט פאר די אמת'דיגע מענטשליקייט און דאס מיינט אז עס זאל זיין פאר זיי א נשמה אביסל אזוי ווי די נשמות פון די אידן, כאטשיג וואס זייער מדריגה איז נישט ווי די מדריגה פון די נשמה פון די אידן, נאר נידריגער פון זיי אסאך און עס זאל זיין פאר זיי מצות וועלן זיי איינקויפן מיט דעם הצלחה פאר זייער גוף און אזוי אויך פאר זייער נפש, לויט וואס עס פאסט פאר זייער בחינה, און דאס זענען די "מצות בני נח".

די אלע אויבנדערמאנטע זאכן זענען שוין געווען אנגעגרייט אז עס זאל זיין אזוי, אויב וועט אדם הראשון זינדיגן.


וְהִנֵּה מִתְּחִלַּת הַבְּרִיאָה נִזְמְנוּ כָּל הַדְּבָרִים לִהְיוֹתָם כָּךְ אִם יִהְיֶה שֶׁיֶּחֱטָא אָדָם, וּכְמוֹ שֶׁנִּבְרְאוּ כָּל שְׁאָר הַהֶזֵּקִים וְהָעֳנָשִׁים עַל הַתְּנַאי, וכְמַאֲמָרָם ז"ל.- און פון די אנהייב פן בריאה זענען צוגעגרייט די אלע זאכן, אז זיי זאלן זיין אזוי אז אויב וועט א מענטש זינדיגן און אזוי ווי עס זענען באשאפן געווארן אלע אנדערע שאדנס און שטראפן אויפן תנאי, און אזוי ווי חז"ל זאגן.

לְאֻמּוֹת הָעוֹלָם לְעוֹלָם הַבָּא

אין עולם הבא גייען נאר די אידן זיין און די שכר פאר די גוים וואס האבן קונה געווען שלימות וועלן זיין פאר די אידן ווי א קלייד פאר מענטש.


ז) וְאוּלָם לָעוֹלָם הַבָּא לֹא תִּמָּצֶאןָ אֻמּוֹת זוּלָת יִשְֹרָאֵל, וּלְנֶפֶשׁ חֲסִידֵי אֻמּוֹת הָעוֹלָם יִנָּתֵן מְצִיאוּת בִּבְחִינָה נוֹסֶפֶת וְנִסְפַּחַת עַל יִשְֹרָאֵל עַצְמָם, וְנִטְפָּלִים לָהֶם כַּלְּבוּשׁ הַנִּטְפָּל לָאָדָם, וּבִבְחִינָה זוֹ יַגִּיעַ לָהֶם מַה שֶּׁיַּגִּיעַ מִן הטּוֹב, וְאֵין בְּחֻקָּם שֶׁיַּשִֹיגוּ יוֹתֵר מִזֶּה כְּלָל.- אבער פאר יענע וועלט וועלן זיך נישט געפונען פעלקער אויסער די אידן, און פאר די נפש פון די חסידי אומות העולם וועט געגעבן ווערן א מציאות, מיט א בחינה וואס איז צוגעלייגט און באהאפטן אויף די אידן אליינס, און זיי וועלן ווערן צוגעלייגט און צוגעטשעפט צו זיי ווי א קלייד וואס איז א טפל צו דעם מענטש, און אין די בחינה וועט דערגרייכן פאר זיי וואס עס וועט זיי גרייכן פון די גוטס, און עס איז נישט דא אין זייער געזעץ אז זיי זאלן דערגרייכן צו מער פון דעם בכלל.

ע' שָֹרֵי אֻמּוֹת הָעוֹלָם

די באשעפער האט געלייגט אויף די 70 פעלקער א שר וואס זיי קוקן זיך אום אויף די פאלק מיט זייערע פרטים, אבער אויף די אידן קוקט זיך די באשעפער אליינס אום אויף אלע זייערע פרטים.


ח) וְהִנֵּה בְּשָׁעָה שֶׁנֶּחְלַק הָעוֹלָם כָּךְ, שָֹם הקב"ה ע' פְּקִידִים מִסּוּג הַמַּלְאָכִי, שֶׁיִּהְיוּ הֵם הַמְמֻנִּים עַל הָאֻמּוֹת הָאֵלֶּה, וּמַשְׁקִיפִים עֲלֵיהֶם וּמַשְׁגִּיחִים עַל עִנְיְנֵיהֶם. וְהוּא ית"ש לֹא יַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם אֶלָּא בְּהַשְׁגָּחָה כְּלָלִית, וְהַשַֹר הוּא יַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם בְּהַשְׁגָּחָה פְּרָטִית, בַּכֹּחַ שֶׁמָּסַר לוֹ הָאָדוֹן ב"ה עַל זֶה. וְעַל דָּבָר זֶה נֶאֱמַר: רַק אֶתְכֶם יָדַעְתִּי מִכֹּל מִשְׁפְּחוֹת הָאֲדָמָה.- און אין די צייט וואס די וועלט איז אזוי צוטיילט געווארן האט דער באשעפער געלייגט 70 באשטימטע פון די מלאכישע סארט, אז זיי זאלן זיין באשטימט אויף די פעלקער און זיי זאלן זיך אומקוקן אויף דיי און זיי זאלן משגיח זין אויף זייערע ענינים, און דער באשעפער וועט נישט משגיח זיין אויף זיי נאר מיט א כלליות'דגיע השגחה און דער שר וועט משגיח זיין אויף זיי מיט השגחה פרטית, מיט די כח וואס דער באשעפער האט אים איבערגעגעבן אויף דעם און אויף די זאך איז געזאגט געווארן (עמוס ג', ב') "נאר ענק ווייס איך פון אלע פעלקער פון די ערד".

אפי' די באשעפער קוקט זיך נישט אום אויף די 70 פעלקערס פרטים, מיינט נישט אז ער ווייסט נישט אלעס
.

וְאָמְנָם לֹא מִפְּנֵי זֶה תֵּעָדֵר ח"ו יְדִיעָתוֹ ית' בִּפְרָטֵיהֶם, כִּי הַכֹּל צָפוּי וְגָלוּי לְפָנָיו ית' מֵעוֹלָם, אֲבָל הָעִנְיָן הוּא, שֶׁאֵינוֹ מַשְׁגִּיחַ וּמַשְׁפִּיעַ לִפְרָטֵיהֶם. וְדָבָר זֶה תְּבִינֵהוּ בְּמַה שֶּׁנְּבָאֵר עוֹד לְפָנִים בס"ד.- אבער וועגן דעם וועט זיך נישט אפטוהן פון דעם באשעפער צו וויסן פון זייערע פרטים, ווייל אלעס ווערט געזעהן און אלעס איז אפן פאר אים פון אייביג, אבער די ענין איז אז ער איז נישט משגיח און ער איז נישט משפיע פאר זייערע פרטים, און די זאך וועסטו פארשטיין מיט דעם וואס איך וועל נאך מסביר זיין ווייטער מיטן אויבערשטענס הילף.

תּוֹלָדַת מַעֲשֵֹה אֻמּוֹת הָעוֹלָם

ווען א איד טוט עפעס, ווענד זיך אין דעם די גאנצע וועלט, ווען א גוי טוט עפעס קען עס צוגעבן אדער אראפנעמען פון די כח פון זיין שר.


ט) וְאוּלָם בְּמַעֲשֵֹיהֶם שֶׁל יִשְֹרָאֵל תָּלָה הָאָדוֹן ב"ה תִּקּוּן כָּל הַבְּרִיאָה וְעִלּוּיֶיהָּ כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְנוּ כְּבָר, וְשִׁעְבֵּד כִּבְיָכוֹל אֶת הַנְהָגָתוֹ לְפָעֳלָם, לְהָאִיר ולְהַשְׁפִּיעַ אוֹ לִסָּתֵר וּלְהִתְעַלֵּם ח"ו עַל פִּי מַעֲשֵֹיהֶם. אַךְ מַעֲשֵֹה הָאֻמּוֹת לֹא יוֹסִיפוּ וְלֹא יִגְרְעוּ בִּמְצִיאוּת הַבְּרִיאָה, וּבְגִלּוּיּוֹ ית"ש אוֹ הֶסְתֵּרוֹ, אֲבָל יַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם תּוֹעֶלֶת אוֹ הֶפְסֵד, אִם בַּגּוּף וְאִם בַּנֶּפֶשׁ, וְיוֹסִיפוּ כֹּחַ בְּשַֹר שֶׁלָּהֶם אוֹ יַחֲלִישׁוּהוּ.- אבער מיט די מעשים פון די אידן האט דער באשעפער אנגעהויבן דאס פאררעכטונג פון די גאנצע בריאה און איר דערהייבונג אזוי ווי מיר האבן געשריבן, און דער באשעפער האט משעבד געווען כביכול זיין פירונג צו זייער טוהונג (צו וואס זיי טוען) צו זיי באלייכטן און צו משפיע זיין פאר זיי, אדער צו באהאלטן און זיך צו פארהוילן חס ושלום. לויט זייערע מעשים, אבער די מעשים פון די פעלקער וועלן נישט פארמערן און וועלן נישט פארמינערן אין דעם מציאות פן די בריאה און דין דאס אויפדעקן אדער דאס באהאלטן פונעם באשפעער, אבער זיי וועלן ציעהן פאר זיך א תועלת אדער א שאדן צו פאר זייער גוף אדער פאר זייער נפש, און זיי וועלן פארמערן כח פאר זייער שר אזוי אים שוואך מאכן.

הַהַשְׁגָּחָה עֲלֵיהֶם

די באשעפער וועט זיך אומקוקן אויף די פרטים פון די פעלקער אויב עס איז נוגע עס זאל עפעס ארויסקומען פון דעם פאר די איד.


י) וְאָמְנָם אַף עַל פִּי שֶׁאֵין הקב"ה מַשְׁגִּיחַ עַל הָאֻמּוֹת בִּפְרָטֵיהֶם כְּבָר אֶפְשָׁר שֶׁיַּשְׁגִּיחַ בָּהֶם לְצֹרֶךְ יָחִיד אוֹ רַבִּים מִיִּשְֹרָאֵל, אָמְנָם זֶה בִּבְחִינַת הַמִּקְרִים הָאֶמְצָעִיִּים שֶׁבֵּאַרְנוּ בַּפֶּרֶק הַקֹּדֶם.- אבער כאטשיג וואס דער באשעפער איז נישט משגיח אויף די פעלקער און זייערע פסלים, קען אבער זיין אז ער זאל משגיח זיין אויף זיי פאר דעם געבוריך פון א איינצעלעם אדער פאר דעם געברויך פון אסאך אידן, אבער דאס איז פון די בחינה פון געשעהנישן וואס זענען מיטלן וואס מיר האבן דערמאנט אין די פריער'דיגע פרק (סוף פרק ג' אות י"ב).

לייקט, קאממענט סובסקרייבט.

המשך יבוא בל"נ.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15007
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעזרת השם יתברך
חלק שני | פֶּרֶק ה' | חלק א'

וויאזוי די באשעפער איז משגיח אויף די וועלט


א) הִנֵּה עַד הֵנָּה בֵּאַרְנוּ מִשְׁפְּטֵי הַהַשְׁגָּחָה. עַתָּה נְדַבֵּר בְּמַה שֶּׁבְּאֹפֶן הַהַשְׁגָּחָה, וְעִנְיָן זֶה יִתְחַלֵּק לִשְׁנֵי עִקָּרִים: הא' בְּהַשְׁקָפָתוֹ ית' והב' בְּהַשְׁפָּעָתוֹ.

מיר האבן ביז יעצט אויסגעשמועסט די געזעצן פון די השגחה פונעם אייבערשטן, און יעצט וועלן מיר אויסשמועסן וויאזי די באשעפער איז משגיח, און עס וועט ווערן צוטיילט אויף צוויי עיקרים, 1, וויאזוי די באשעפער קוקט אויף די וועלט, 2 וויאזווי די באשעפער איז משפיע אויף די וועלט.

וויאזוי די באשעפער איז משגיח אויף די וועלט


ב) הַשְׁקָפָתוֹ ית', כְּבָר יָדַעְנוּ שֶׁהוּא ית"ש יוֹדֵעַ כָּל וְאֵין אֶצְלוֹ חֶסְרוֹן יְדִיעָה כְּלָל, לֹא בֶּעָתִיד ולֹא בַּהוֹוֶה וְלֹא בֶּעָבָר. כִּי כָּל מַה שֶּׁהָיָה וְיִהְיֶה כְּבָר צָפוּי הוּא לְפָנָיו מֵעוֹלָם, וְלֹא נֶעֱלָם מִמֶּנּוּ דָּבָר, וְכָל הַהוֹוֶה גָּלוּי הוּא לְפָנָיו וְנוֹדַע אֶצְלוֹ ית' בְּכָל בְּחִינוֹתָיו, וְלֹא נִסְתָּר מִמֶּנּוּ כְּלָל. אָמְנָם נִקְרָא שֶׁהוּא מַשְׁקִיף עַל הַדְּבָרִים - מַה שֶּׁהוּא דָּן אוֹתָם וְגוֹזֵר עֲלֵיהֶם גְּזֵרוֹת מֻגְבָּלוֹת בִּגְבוּל הַזְּמַן שֶׁיִרְצֶה הֵחָדְשָׁם בָּהֶם, וְעוֹד נְדַבֵּר מִזֶּה לְפָנִים בעז"ה.

בנוגע ווי אזוי דער באשעפער קוקט זיך אום אויף די וועלט. דאס איז שוין באקאנט פאר אונז, אז דער באשעפער ווייסט אלעס. און, אז עס איז נישט דא ביי אים קיין חסרון ידיעה בכלל. נישט אין וואס עס גייט זיין, און נישט מיט וואס עס איז יעצט, און נישט אין וואס עס איז געווען. ווייל אלעס וואס עס איז געווען, און עס גייט זיין, האט שוין דער באשעפער געקוקט אויף דעם פון אייביג, און עס איז נישט פארהוילן פון אים קיין שום זאך. און אלעס וואס געשעהט יעצט, איז אפן פאר אים, און איז באקאנט פאר אים מיט אלע זיינע בחינות, און עס איז בכלל נישט פארהוילן פון אים. אבער מיר וועלן אנרופן אז ער קוקט אויף די זאכן, דאס וואס ער איז זיי דן און ער איז גוזר אויף זיי גזירות, באגרעניצט מיט די גרעניצן פון צייט וואס ער וויל אז זיי זאלן באנייט און זיין, און מיר וועלן נאך רעדן פון דעם אינעווייניג מיטן אייבערשטנס הילף.

וויאזוי די באשעפער איז משפיע אויף די וועלט


הקדמה / קיצור אות ג'


די באשעפער האט אוועקגעשטעלט זיינע באשעפענישן אויף א סדר פון דרגות און השתלשלות, און אזוי וויל ער אז די וועג וויאזוי זיי האלטן זיך און גייען אן זאל אויך גיין אין א סדר פון דרגות און השתלשלות, די וועג וויאזוי ער האט עס אראפגעשטעלט איז: אז ער גיבט איבער כח פאר א מלאך, און די מלאך גיבט איבער פאר די מלאך אונטער אים, און אזוי ווייטער ביז די לעצטע מלאך וועט אויספירן וואס די באשפער וויל אויף די וועלט. אבער דאס אנגיין פון וועלט אליינס האלט נאר די אייבערשטער אן. נאר דאס אויספירן זאכן אויף די וועלט גייען דורך די מלאכים.


ג) אַךְ הַשְׁפָּעָתוֹ, הִיא מַה שֶּׁיּוֹצִיא רְצוֹנוֹ ית' לַפֹּעַל בְּאוֹתוֹ הַסֵּדֶר וְהַהַדְרָגָה שֶׁהוּא חָפֵץ. וְהִנֵּה בִּהְיוֹת שֶׁסִּדֵּר בְּרִיּוֹתָיו בְּסֵדֶר הַדְרָגָה וְהִשְׁתַּלְשְׁלוּת, מִפְּנֵי שֶׁחָפֵץ בַּסֵּדֶר הַזֶה, הִנֵּה כְּמוֹ שֶׁרָצָה בְּהִשְׁתַּלְשְׁלוּת זֶה בִּבְחִינַת מְצִיאוּת הַנִּבְרָאִים, כֵּן רוֹצֶה בּוֹ בִּבְחִינַת הַתְמָדָתָם וּפְּעֻלּוֹתֵיהֶם בְּכָל עִנְיְנֵיהֶם, וּבְסֵדֶר זֶה מְקַיְּמָם בְּכָל בְּחִינוֹתֵיהֶם וּמַשְׁפִּיעַ בָּהֶם לְמַה שֶּׁרָצָה בְּעִנְיָנָם וְיַחֲסֵיהֶם. וְהִנֵּה הוּא ית"ש יַשְׁפִּיעַ לְמַלְאָךְ, וְהַמַּלְאָךְ לְמַלְאָךְ שֶׁתַּחְתָּיו בְּמַדְרֵגָה, וְכֵן מַדְרֵגָה אַחַר מַדְרֵגָה, עַד שֶׁהַמַּלְאָךְ הָאַחֲרוֹן יִפְעַל בְּגַשְׁמִיּוּת לְקַיֵּם דָּבָר אוֹ לְחַדֵּשׁ אוֹתוֹ כְּפִי מַה שֶּׁיָצְאָה גְּזֵרַת רְצוֹנוֹ ית'. וְאָמְנָם קִיּוּם כָּל הוֹוֶה בְּכָל מַדְרֵגָה שֶׁהוּא, אֵינוֹ אֶלָּא מִמֶּנּוּ ית', כִּי הוּא ית"ש מְקַיֵּם בְּכֹחוֹ הַנִּבְרָאִים וְהִשְׁתַּלְשְׁלוּתָם כָּל אֶחָד כְּפִי עִנְיָנוֹ, אֲבָל הוֹצָאַת הַפְּעֻלּוֹת לַגַּשְׁמִיּוּת, כְּפִי סֵדֶר הַנִּמְצָאִים וְיַחֲסֵיהֶם שֶׁזָּכַרְנוּ לְמַעְלָה, זֶה נַעֲשָֹה בַּהַדְרָגָה שֶׁזָּכַרְנוּ.

אָבער זיין השפעה איז וואָס דאס וואס ער וועט אַרויסברענגען זיין ווילן אז עס זאָל געשעהן, מיט דעם סדר און הדרגה וואָס ער וויל, און וויבאַלד ער האָט מסדר געווען זיינע באַשעפענישן אויף א סדר פון הדרגה און השתלשלות ווייל ער האָט געוואָלט אין דעם סדר, ממילא אַזוי ווי ער האָט געוואָלט אין דעם השתלשלות אין די בחינה פון דעם עקזיטענס פון די וואָס ער האָט באַשאַפן, אַזוי וויל ער אין דעם אין די בחינה פון זייער שטענדיגקייט און וואָס זיי טוען, און אַלע זייערע ענינים, און אין דעם סדר האַלט ער זיי אן מיט אַלע זייערע בחינות, און ער איז משפיע פאר זיי, פאר וואָס ער האָט געוואָלט אין זייער ענין און זייער יחס, און דער באַשעפער וועט משפיע זיין פאר א מלאך און דער מלאך פון אן אַנדערע מלאך וואָס איז אין א מדריגה אונטער אים, און אַזוי ווייטער איין מדריגה נאָך מדריגה, ביז דער לעצטער מלאך וועט עס טוהן אין גשמיות, צו האַלטן א זאַך אָדער צו אים מחדש זיין לויט וואָס עס איז אַרויסגעגאַנגען די גזירה פון דעם באַשעפער'ס רצון.

אָבער דאָס אָנהאַלטן אז אַלעס וואס געשעהט יעצט אויף די מינוט, אין יעדע מדריגה וואָס עס איז, איז נאָר פון דעם באַשעפער, ווייל דער באַשעפער האַלט אן מיט זיין כח די וואָס זענען באַשאַפן געוואָרן, און זייער השתלשלות יעדע איינע לויט זייער ענין, אָבער דאָס אַרויסברענגען די געשעהנישן צו גשמיות לויט דעם סדר פון די וואָס געפונען זיך, און לויט זייער יחוס וואָס מיר האבן דערמאַנט אויבן, דאָס געשעהט לויט די הדרגה וואָס מיר האָבן דערמאַנט.


ווייאזוי די באשעפער האט באשטימט די טבע אויף די וועלט דורך פארשידענע כוחות און מלאכים


ד) וְהִנֵּה שָֹם הָאָדוֹן ב"ה בְּטֶבַע כָּל פָּקִיד, לַעֲמֹד עַל מִשְׁמַרְתּוֹ וּלְקַיֵּם בִּגְבוּרָה מַה שֶּׁנִּמְסַר בְּיָדוֹ, וְלֹא יִדָּחֶה מִמִּשְׁמַרְתּוֹ אֶלָּא בְּאוֹתוֹ הַסֵּדֶר שֶׁסִּדֵּר הָאָדוֹן ב"ה. דֶּרֶךְ מָשָׁל: שַֹר הָאִילָנוֹת יִשְׁתַּדֵּל וְיִתְאַמֵּץ לְהַחֲזִיק אִילָנוֹתָיו, וְאוּלָם בִּהְיוֹת הַגְּזֵרָה מִלְּפָנָיו ית', יַחֲזִיק שַֹר הָרוּחַ אֶת הָרוּחַ כְּפִי מַה שֶּׁיֻּגְזַר עָלָיו, וְיִדָּחֶה שַֹר הָאִילָנוֹת כְּפִי זֶה, וְיֵעָקְרוּ כְּפִי זֶה מֵאִילָנוֹתָיו בְּכֹחַ הָרוּחַ. וְיֵשׁ בַּדְּבָרִים הָאֵלֶּה הַדְרָגָה רַבָּה וּפְרָטִיּוּת רַב, כִּי יֵשׁ הַמַּלְאָכִים פְּקִידֵי הַטֶּבַע הַגַּשְׁמִי, הַמַּחֲזִיקִם כָּל חֶלְקֵי הַגְּשָׁמִים בְּחֻקּוֹתֵיהֶם הַטִּבְעִיִים, וַעֲלֵיהֶם שָֹרֵי גְּזֵרוֹת הַגְּמוּל, הַמְנִיעִים מַלְאֲכֵי הַטֶּבַע לְסַבֵּב הָעִנְיָנִים לְפִי הַגְּזֵרוֹת, וְכַמָּה פְּרָטִים לִפְרָטִים, כְּפִי נִפְלָאוֹת סִתְרֵי הַנְהָגָתוֹ ית'.

און דער באשעפער האָט אַריינגעלייגט אין די טבע פון יעדע באשטימטער, צו שטיין אויף זין אפהיטונג און צו איינהאלטן מיט א שטאַרקקייט וואָס עס איז איבער געגעבן געוואָרן אין זיינע הענט, און ער זאָל נישט אַוועקגעשטופּט ווערן פון זיין אפהיטונג נאָר אין דעם סדר וואָס דער באַשעפער האָט מסדר געווען, לאמיר געבן א משל, דער שר פון די ביימער וועט פרובירין און זיך שטארקן צו שטארק מאַכן זיינע ביימער, אָבער ווען עס וועט זיין די גזירה פון דעם באַשעפער וועט ער שטארק מאַכן דעם שר פון די ווינטן לויט וואָס ער וועט גוזר זיין אויף איהם, און עס וועט אוועקגעשטופט ווערן דער שר פון די ביימער לויט דעם, און עס וועלן אויסגעריסן ווערן ביימער מיט דעם כח פון די ווינט, און עס איז דא אין די זאַכן אַסאַך הדרגות און אַסאַך פרטים, ווייל עס זענען דא די מלאכים וואָס זענען באַשטימט אויף די גשמיות'דיגע טבע, וואָס האַלטן אן אַלע גשמיות'דיגע חלקים מיט זייערע טבע'דיגע געזעצן, און אויף זיי איז דא שרים וואָס זענען גוזר אויף די באַצאָלונג, וואָס זיי מאַכן רירן די מלאכים וואָס זענען געשטעלט אויף די טבע צו דרייען די ענינים לויט די גזירות און פאַרשידענע פרטים צו נאָך פרטים לויט דעם וואונדער פון די באהאלטענקייט פון דעם באַשעפער'ס פירונג.


לייקט, קאממענט סובסקרייבט.

המשך יבוא בל"נ.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”